דער זוך האט געטראפן 477 רעזולטאטן

דורך חקרן
דינסטאג יוני 02, 2015 6:20 pm
פארום: היסטאריע
אשכול: רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
רעאקציעס: 84
געזען געווארן: 14808

איך האף צו שרייבן בקרוב, אבער וויבאלד איך בין פארנומען מיט מיינע עסקים, האף איך אז דער בקרוב זאל זיך נישט פארשלעפן.
דורך חקרן
דינסטאג יוני 02, 2015 5:10 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: נישטא קיין ווערטער... זלאטשובער רבי
רעאקציעס: 68
געזען געווארן: 8562

הער, האסט געפרעגט צו דער עולם וויל אז מען זאל שרייבן... יא, דער עולם וויל. סטראשעסט מיט גיהינום פלייצעס? - קיינער נעמט נישט אויף זיינע פלייצעס גארנישט. אויב דו ווילסט שרייבן, דאן שרייב, אז דו האסט מורא פון גיהנום, ווילסט נישט שרייבן, איז שרייב נישט. ציה נישט אן דעם עולם...
דורך חקרן
דינסטאג יוני 02, 2015 4:34 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: נישטא קיין ווערטער... זלאטשובער רבי
רעאקציעס: 68
געזען געווארן: 8562

שרייב שרייב, כל זמן עס איז נישט מאחורי, קענסטו דא שרייבן.
דורך חקרן
פרייטאג מאי 29, 2015 3:50 pm
פארום: אנשי שם
אשכול: הרב שמואל קיש
רעאקציעס: 11
געזען געווארן: 2286

ווייסט איינער פרטים איבער אים?
דורך חקרן
פרייטאג מאי 29, 2015 3:37 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: נישטא קיין ווערטער... זלאטשובער רבי
רעאקציעס: 68
געזען געווארן: 8562

נישטא קיין ווערטער... זלאטשובער רבי

נישטא קיין ווערטער... זלאטשובער רבי
דורך חקרן
פרייטאג מאי 29, 2015 1:41 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: קענען קאבאליסטן און מיסטיקער טאקע זען?
רעאקציעס: 25
געזען געווארן: 2591

קענען קאבאליסטן און מיסטיקער טאקע זען?

א גוטן מיינע טייערע גוטע פריינט. איך וויל זיך מיט אייך דורכשמועסן א וויכטיגע און אקטואלע נושא: אזוי ווי איך קלער לעצטנס פון מאכן א געוויסע דראסטישער שריט אין מיין לעבן, א זאך וואס קען טוישן מיין לעבן מקצה אל הקצה. עס קען איבערדרייען מיין לעבן אויף גוט, ווידער קען די פלענער אויך דורכפאלן. דער שריט אי...
דורך חקרן
מיטוואך מאי 27, 2015 4:25 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: איינע פארשטעלט ווי א איד אין מצרים ווערט מיאוס באהאנדעלט.
רעאקציעס: 8
געזען געווארן: 1061

קען עס איינער מאכן זען, פאר איינעם וואס יוטוב איז אים געבלאקט?
דורך חקרן
דינסטאג מאי 26, 2015 11:33 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: אב"ד וויזניץ בארא פארק (לרפו"ש) זצ"ל
רעאקציעס: 84
געזען געווארן: 10310

עפעס איז געווען גוטע נייעס דעם יום טוב. ווייסט איינער מער?
דורך חקרן
דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:25 pm
פארום: א שמייכל
אשכול: די נארישסטע אשכולות אין קאווע שטיבל
רעאקציעס: 14
געזען געווארן: 1748

מושב, דו האסט אוועקגענומען א לייק פון מיר? - נו נו...
דורך חקרן
דאנערשטאג מאי 21, 2015 8:06 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: געבוירן אין עלטער פון 64
רעאקציעס: 15
געזען געווארן: 2009

דער טאטע איז יא א ריכטיגער טאטע?
ווער איז די ריכטיגע מאמע?
דורך חקרן
דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:47 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: געבוירן אין עלטער פון 64
רעאקציעס: 15
געזען געווארן: 2009

געבוירן אין עלטער פון 64

איך בין געווען זיכער אז עס איז שוין מסתמא פאראן אן אשכול דערוועגן, דערוויילע האב איך געזוכט און גארנישט געפינען. מאך איך א נייעם אשכול דערוועגן. עס האט שוין יעדער זיכער געהערט די נייעס, אז א פרוי האט געבוירן איר ערשטן קינד אין עלטער פון 64 יאר. א שרעקליכער מחלוקת האט אויסגעבראכן צווישן נאדבורנא אין ...
דורך חקרן
מיטוואך מאי 20, 2015 1:09 am
פארום: א שמייכל
אשכול: די נארישסטע אשכולות אין קאווע שטיבל
רעאקציעס: 14
געזען געווארן: 1748

די נארישסטע אשכולות אין קאווע שטיבל

לאמיר אצינד אויסשמועסן וועלכע אשכולות זענען געווען די נארישסטע אין קאווע שטיבל, ווי אויך ווער עס האט זיי געעפנט.

איך וועל אנהויבן מיט איינס:
"האסט ליב דיין טאטע?" - @קאווע טרינקער
דורך חקרן
מיטוואך מאי 20, 2015 12:30 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: "מעלות" ענטפערט אויף עקספערימענטירער'ס איד/בלאט שפיצל
רעאקציעס: 38
געזען געווארן: 4008

וואו האב איך געזען דעם שטיקל? מעשה, ס'איז געווען אמאל א מעשה, בר' ראובן, מיט א איד וואס האט געהייסן ראובן, מעיר כעלעם. ויהי היום, אין איין שיינעם טאג, נסע לעיר לעמבערג, איז ער געפארן קיין לעמבערג וואו ער האט פארציילט פאר דער גאנצער שטאט אז ער הייסט שמעון. כששב הביתה, ווען ער איז צוריקגעקומען צו זיין...
דורך חקרן
דינסטאג מאי 19, 2015 11:49 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: "מעלות" ענטפערט אויף עקספערימענטירער'ס איד/בלאט שפיצל
רעאקציעס: 38
געזען געווארן: 4008

לייג ביטע איבער דעם לעצטן בלאט קלארער, מען קען איר נישט ליינען.
דורך חקרן
דינסטאג מאי 19, 2015 5:09 pm
פארום: אנשי שם
אשכול: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א
רעאקציעס: 511
געזען געווארן: 152209

זארג דיר נישט, איך האב אויך געמיינט ביי מיין אשכול איבערן לעווער, אז דער עולם איז נישט אינטערעסירט, אבער פראביר נאר אויפצוהערן שרייבן א וואך צוויי, וועסטו זען ווי דער עולם דארף עס. איך האב יעצט אפגעשריבן נאך א פארזעצונג אין דעם לעווער אשכול, עס מאכט דעם רושם אז קיינער גיבט נישט קיין בלינק דערויף, אב...
דורך חקרן
דינסטאג מאי 19, 2015 4:39 pm
פארום: א שמייכל
אשכול: וועלכע צוויי ניקס זענען די מערסטע צע'הרג'עט?
רעאקציעס: 21
געזען געווארן: 1923

וועלכע צוויי ניקס זענען די מערסטע צע'הרג'עט?

מאכט זיך אסאך מאל דא אין שטיבל, אז צוויי ניקס קומען זיך נישט דורך, מען זעט אז איבעראל אין יעדן אשכול, ווען איינער רעדט, מוז דער צווייטער אפפרעגן, זיך רעגן. בקיצור, יעדער זעט אז צווישן די צוויי ניקס איז דורכגעלאפן א שווארצע קאץ. צווישן אונז גערעדט; אין פריוואטער לעבן קענען זיי זיין גאר בעסטע חברים, ז...
דורך חקרן
דינסטאג מאי 19, 2015 3:37 pm
פארום: אנשי שם
אשכול: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע)
רעאקציעס: 229
געזען געווארן: 36677

עטליכע אינטערעסאנטע זאכן וואס איך האב געפינען.
דורך חקרן
דינסטאג מאי 19, 2015 1:52 pm
פארום: אנשי שם
אשכול: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע)
רעאקציעס: 229
געזען געווארן: 36677

.
דורך חקרן
דינסטאג מאי 19, 2015 2:14 am
פארום: אנשי שם
אשכול: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע)
רעאקציעס: 229
געזען געווארן: 36677

ערב יום-כיפור תרכ"ט לפ"ק: אין די שטאט ליעווי הערשט אן ערנסטער שטימונג, עס איז ערב יום-כיפור אין שטאט, אלע זענען פארנומען מיט תשובה און תיקון המעשים, אידן טוען תשובה, מען בעט זיך איבער איינער דעם צווייטן און מען וואונשט זיך אן א גוט געבענטשט יאר, צו גע'חתמ'עט ווערן בספרן של צדיקים, אין זכו...
דורך חקרן
דינסטאג מאי 19, 2015 2:11 am
פארום: היסטאריע
אשכול: רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
רעאקציעס: 84
געזען געווארן: 14808

ערב יום-כיפור תרכ"ט לפ"ק: אין די שטאט ליעווי הערשט אן ערנסטער שטימונג, עס איז ערב יום-כיפור אין שטאט, אלע זענען פארנומען מיט תשובה און תיקון המעשים, אידן טוען תשובה, מען בעט זיך איבער איינער דעם צווייטן און מען וואונשט זיך אן א גוט געבענטשט יאר, צו גע'חתמ'עט ווערן בספרן של צדיקים, אין זכו...
דורך חקרן
מאנטאג מאי 18, 2015 6:54 pm
פארום: היסטאריע
אשכול: גייט דער פויפסט טאקע ארויף אין הימל?
רעאקציעס: 26
געזען געווארן: 3061

ראש הישיבה האט געשריבן:זעה דא.

מן הסתם קען מען טרעפן מער.


איך פארשטיי נישט קיין ענגליש, אפשר קענט איר מיר ערקלערן וואס שטייט דארט... ווערט דארט געברענגט אז א פויפסט פלעגט ארויפגיין אין הימל לעבעדיג? - אויב יא, וועלכער פויפסט, טאקע דער וואס האט געלעבט אין די צייטן פון פאטאצקי?
דורך חקרן
מאנטאג מאי 18, 2015 6:43 pm
פארום: היסטאריע
אשכול: גייט דער פויפסט טאקע ארויף אין הימל?
רעאקציעס: 26
געזען געווארן: 3061

גייט דער פויפסט טאקע ארויף אין הימל?

עס קומט צו גיין שבועות, דער יארצייט פון דעם גראף פאטאצקי, הי"ד. איינע פון די מעשיות וואס מען דערציילט אויפן גראף איז, אז ער איז געווען אין וואטיקאן, דארט איז געווען איין טאג וואס דער פויפסט פלעגט זיך איינשפארן און עס פלעגט הייסן אז אין יענעם טאג גייט ער ארויף אין הימל. פאטאצקי האט משחד געווען ד...
דורך חקרן
פרייטאג מאי 15, 2015 3:24 pm
פארום: אנשי שם
אשכול: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע)
רעאקציעס: 229
געזען געווארן: 36677

איך וועל שרייבן אי"ה תיכף נאך שבת, די צייט דארף נאר ערלויבן.