דער זוך האט געטראפן 111 רעזולטאטן

דורך שלום בערגער
מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:59 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: דאס איז א פשוט ליד
רעאקציעס: 8
געזען געווארן: 1159

זייט מוחל פארן.פעלער
דורך שלום בערגער
מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:49 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: מאדערנע פאעזיע און חסידישע פאעזיע
רעאקציעס: 25
געזען געווארן: 9515

ישראל שטערן, אהרן צייטלין

איר האלט פון אזעלכע דיכטער? איר וואלט זיי געהאלטן פאר אייער טיפ ווערק?

דאס אויבנדיקע שאלה פון בן תמליון איז העכסט אינטערעסאנט....
דורך שלום בערגער
מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:43 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: דאס איז א פשוט ליד
רעאקציעס: 8
געזען געווארן: 1159

דאס איז א פשוט ליד

דאס איז א פשוט ליד
וואס יעדער קען פארשטיין.
די באגריפן זיינען איינפאך
און אלע ווערטער קליין.

מע ווערט צו ערשט געבוירן.
דערנאך שטארבט מען אוועק.
די רגע'ס זיינען שווערע
נאר שווערע אויך די טעג.

רעד צו מיר נאר איידל
כ'וויל ניט קיין קריטיק.
אלץ וואס איך טו איז ריכטיק.
(חתימה: אזא ניק)
דורך שלום בערגער
מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:27 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: מיינע צוויי פרוטות וועגן "קאווע-שטיבעל"-פאעזיע
רעאקציעס: 90
געזען געווארן: 33842

עס קען אויך זיין

אז כ'בין ניט דער ריכטיקער קריטיקער. כ'בין צו א דרויסנדיקער, מאדנע, מאדערנער, וואס איר ווילט. צו פראסט, צו נאריש, ניט גענוג פרום, א שוואכער שרייבער, ניט גענוג דרך-ארץ אין דער קריטיק.

מילא. זאל די קריטיק קומען פון אינעווייניק. אוואו איז די יבנה פון דער חסידישער פאעזיע?
דורך שלום בערגער
מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:16 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: מיינע צוויי פרוטות וועגן "קאווע-שטיבעל"-פאעזיע
רעאקציעס: 90
געזען געווארן: 33842

כ'בין ניט בעסער פון אייך!

אוואו האב איך געזאגט אז כ'בין בעסער, קליגער, אדער א בעסערער שרייבער פון אייך?

הנני העני ממעש און כ'זאג אז כ'האב איבערגעלייענט די זאכן און עס פעלן זיי געוויסע מעלות.

איז דאס דאס ערשטע מאל וואס מע קריטיקירט אייערע שאפונגען? באמת?

wow
דורך שלום בערגער
מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:09 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: מיינע צוויי פרוטות וועגן "קאווע-שטיבעל"-פאעזיע
רעאקציעס: 90
געזען געווארן: 33842

"און בכלל נישט קיין קאנדידאט פאר קריטיק"

דאס פארשטיי איך שוין.
דורך שלום בערגער
מוצ"ש פעברואר 14, 2015 9:53 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: מיינע צוויי פרוטות וועגן "קאווע-שטיבעל"-פאעזיע
רעאקציעס: 90
געזען געווארן: 33842

אויסקלארן א פאר זאכן

1. כ'האב קיין מאל ניט געזאגט אז דאס ניצן מאמרי חזל צי ל"ק אין פאעזיע איז שלעכט. כ'בין אן אידיאט? אלע יידישע פאעטן באניצן זיך מיט ל"ק. כ'האב דאס פשוט אויסגערעכנט ווי כאראקטעריסטיק פון חסידישער דיכטונג. זייט ניט דעפענסיוו. 2. מע מעג קריטיקירן יענעם אן צו זיין 100% פערפעקט. 90% פון וואס כ'שרי...
דורך שלום בערגער
פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:33 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: מיינע צוויי פרוטות וועגן "קאווע-שטיבעל"-פאעזיע
רעאקציעס: 90
געזען געווארן: 33842

נאָך עפּעס - לה“ק

געלײנט די לשון־קודשע לידער אױך. אינטערעסאַנט, אַז איר מײנט כ׳האָב זײ נישט געלײענט אָדער פאַרשטאַנען. אין אַרטיקל בין איך געװען אױסן די אידישע לידער.
דורך שלום בערגער
פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:30 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: מיינע צוויי פרוטות וועגן "קאווע-שטיבעל"-פאעזיע
רעאקציעס: 90
געזען געווארן: 33842

נעגאַטיװקײט

נעגאַטיװ בין איך געװען נאָר אסור צי איך זע װאו כ׳האָב חלילה אױסגעדריקט „האַס“ צו חסידים. איר קענט אפשר אָנװײזן דערױף?
דורך שלום בערגער
פרייטאג פעברואר 13, 2015 11:57 am
פארום: פאעזיע
אשכול: מיינע צוויי פרוטות וועגן "קאווע-שטיבעל"-פאעזיע
רעאקציעס: 90
געזען געווארן: 33842

אַ בעסערע שאלה איז אָבער

אױב חסידישע פּאָעזיע איז אַ זאַך פאַר זיך, און מיר דאַכט, אַז יאָ –

װאָס מאַכט אַ חסידישע דיכטונג פאַר אַ גוטער? צי אַ שלעכטער?
דורך שלום בערגער
פרייטאג פעברואר 13, 2015 11:56 am
פארום: פאעזיע
אשכול: מיינע צוויי פרוטות וועגן "קאווע-שטיבעל"-פאעזיע
רעאקציעס: 90
געזען געווארן: 33842

איר זײט גערעכט פאַרשטײט זיך

איך דאַרף דאָס טאָן. און איך דאַרף מער אָפט לײענען די ק“ש־לידער.

אָנהײבן מוז מען מיט אָט די

ישראל שטערן
צײטלין
גלאַטשטײן
לעיעלעס
דראָפּקין
מאַרגאָלין
סוצקעװער
מרים אולינאָװער
דורך שלום בערגער
פרייטאג פעברואר 13, 2015 11:16 am
פארום: פאעזיע
אשכול: מיינע צוויי פרוטות וועגן "קאווע-שטיבעל"-פאעזיע
רעאקציעס: 90
געזען געווארן: 33842

אַ גוט װאָרט פעלט נישט

עזען עטלעכע מאָל אַז כ׳האָב מיקלאָמפּערשט נישט דערמאָנט קײן גוט װאָרט װעגן דער ק“ש דיכטונג. לײנט איבער דאָס שטיקל אַ צװײט מאָל. אָפּגעגעבן אַ גאַנצן פּאַראַגראַף קאָמפּלימענטן.
דורך שלום בערגער
פרייטאג פעברואר 13, 2015 10:49 am
פארום: פאעזיע
אשכול: מיינע צוויי פרוטות וועגן "קאווע-שטיבעל"-פאעזיע
רעאקציעס: 90
געזען געווארן: 33842

גוט! אלעמען איבערצײגט!

איר זײט גערעכט און איר זײט גערעכט און איר זײט אױך גערעכט... װאָס קען מען זאָגן? פון אײן זײט זאָגט מען, אַז „חסידים“ איז צו אַ גרײטע קאַטעגאָריע, און כ׳האָב נישט פאַרשטײנען די פאַרשײדנאַרטיקײט. מיטן זעלבן מױל זאָגט מען, אַז חסידים (כך!) שרײבן אַנדערש. תרתי דסתרי.... מסכים אַז איר זײט נישט פון מײן װעל...
דורך שלום בערגער
פרייטאג פעברואר 13, 2015 8:31 am
פארום: פאעזיע
אשכול: מיינע צוויי פרוטות וועגן "קאווע-שטיבעל"-פאעזיע
רעאקציעס: 90
געזען געווארן: 33842

מיינע צוויי פרוטות וועגן "קאווע-שטיבעל"-פאעזיע

חברה, כ'האב אנגעשריבן א שטיקל אין "פארווערטס" וועגן דעם "שושנים"-דיכטונג-פארמעסט:

http://yiddish.forward.com/articles/185 ... e-web/?p=1

כ'בין נייגעריק צו הערן אייערע אפרופן. מן-הסתם וועט איר ניט מסכים זיין און כ'האף איר וועט זיך אויסדריקן וועגן דעם. פטור בלא כלום אי אפשר.

א גוטן שבת
שלום
דורך שלום בערגער
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:30 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: מיר אָבער, די הײנטצײטיקע גילגולים
רעאקציעס: 3
געזען געווארן: 737

מיר אָבער, די הײנטצײטיקע גילגולים

H.D. פון Trilogy פארטייטשט פון ענגליש פון שלום בערגער מיר אָבער, די הײנטצײטיקע גילגולים, לעבן איבער די שלעכטע רגעס װען מיר שלעפן־נאָך נאָך זיך די בידנע זעלבסט־שויט און מוזן מודה זײן אױף פארלעגנהײט און אומעט; מיר גיבן א צי דעם טױטן שאָלעכץ ראנגלען זיך נאָר מוזן װארטן ביז די נײע זון טריקנט אָפ די אלט...
דורך שלום בערגער
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:22 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: די קריג קעגן קראצמאך
רעאקציעס: 6
געזען געווארן: 1478

די קריג קעגן קראצמאך

די קריג קעגן קראצמאך
הייבט אן יעדן שחרית
ווען עס גרילצט אין די אויערן
ביי טירן און טויערן
דאס קלינגל און זינגל
פון בינג מיט קריס קרינגל.
איך שטעל מיין פיסנאגע
און אנטלויף פון דער חגא.
מיין שלום מיט קראצמאך?
א האטס מיך און זייטס מיך....
דורך שלום בערגער
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 2:26 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: פארלאז מיר, גאט!
רעאקציעס: 9
געזען געווארן: 2203

פרעכטיק.

פאָלקסטימלעך און פײטיש מיט א מאָל.
דורך שלום בערגער
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 10:48 am
פארום: פאעזיע
אשכול: חילופי־דרך
רעאקציעס: 10
געזען געווארן: 1557

גערעכט אבער

כ'האב איבערגעביטן דעם ווערטער-סדר דווקא אין די לעצטע צוויי שורות כדי אוועקצושטעלן אזא סוף פסוק. פריער וואלט ניט געווען דער זעלבער שכל
דורך שלום בערגער
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 10:26 am
פארום: פאעזיע
אשכול: חילופי־דרך
רעאקציעס: 10
געזען געווארן: 1557

thanks

"Yeah. I think the switch shakes things up a little though.Yiddish has different word order possibilities than English, of course...
דורך שלום בערגער
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 10:33 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: חילופי־דרך
רעאקציעס: 10
געזען געווארן: 1557

חילופי־דרך

מיר זײנען אינעװײניק און קײן דרױסן איז נישטאָ.
די װעלט האָט מען איבערגעדרײט אױף דער לינקער זײט.
דער קאָסמאָס הױכט־אױס א װאקואום.
דערמאָנען מיר זיך אין הבטחות
פון שטענדיקער רום.
דער דרױסן איז געװען א קרײז
פארפאטשקעט מיט קרײד.
נאָר די מעשה פארשטעקט איז
אין חילופי־דרך --
דורך שלום בערגער
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 5:49 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: שטיללעבן
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 2073

אהא

איר קענט אַלײן דערגײען װאָס די װערטער מײנען! כ׳האָב נאָך א סוד. פאראן, אין די טיפע קאמערן פון מיסטעריעזע ביכער־קראָמען, אזא בוך. אַ ליסטע װערטער. אױסגעשטעלט לױסן א״ב. עפעס א בוך. פון װערטער. אַ װערטער – בוך. ממש א קבלה־קונץ. פ״ס: כ׳בין נישט דער אײנציקער פאָעט. און זיכער נישט דער בעסטער. נאָר דער אײנ...
דורך שלום בערגער
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:30 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: שטיללעבן
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 2073

אינטערעסאַנט.

פֿאַר װאָס מײנט איר אַזױ? װאָלט דאָס געװען אַן עבֿירה? לאָמיר דאָס אַרומרעדן. ס׳איז אײגנטלעך נישט אמת.
דורך שלום בערגער
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 10:01 am
פארום: פאעזיע
אשכול: שטיללעבן
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 2073

איר זייט אלע דערוואקסענע און איך אויך

ר' יתרו, 1. גראבע תגובות שטערן מיר גאר ניט. דער אפרופער דארף פשוט בעסערע סחורה - ניט אזוי קאמיש. אפשר קען ער קויפן א פאר וויצן אויפן אינטערנעט? אדער אפלאדן פריי? כ'קען שיקן לינקס. 2. איר זייט אלע דערוואקסענע וואס ווייסן ווי צו לייענען. אפשר פרואווט איר צו ערשט אויספלאנטערן וואס עס מיינט? איר וועט מס...