דער זוך האט געטראפן 111 רעזולטאטן

דורך שלום בערגער
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 9:45 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: שטיללעבן
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 2073

שטיללעבן

שטיללעבן http://zackarysholemberger.com/wp-content/uploads/2014/09/jerome-az-2009.jpg דער באָדן װערט צעטרײסלט פון אלץ װאָס ס׳איז קױם געשען. צװישן די מױער־שאָטנס טאנצן אײביקײטן און נישטגעװענס. מײן גופיקער לײב האָט זיך זעליש פאררײטלט. דער נצחון־בעכער איז פארסמט בעת דער קעלישעק פון דורכפאל איז זיס פאס...
דורך שלום בערגער
דאנערשטאג יולי 17, 2014 9:31 am
פארום: פאעזיע
אשכול: װי לעבט זיך דאָרטן
רעאקציעס: 9
געזען געווארן: 1568

װי לעבט זיך דאָרטן

װי לעבט זיך דאָרטן צװישן מיטאָסן בליען טעותן גרײזן אױף רײזעס אין מיטן סודות פֿון אמת הערן זיך רױע געשרײען. לײג אװעק דעם בלײער, מענטשן קומען אום אױף דער קינסטערלישער גאס. װאָס זשע העלפט א גראם אז דער קערפער װײסט נישט װעלכער טעות ערגער איז: דאָס לעבן אין פײער אָדער דער טױט װאָס דרײט זיך אין די קאָריד...
דורך שלום בערגער
דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:53 am
פארום: קונסט
אשכול: א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע
רעאקציעס: 52
געזען געווארן: 11215

מאכן שפאס? חלילה.

מיין איינציקער ציל: פארשפרייטן מיין בידנע סחורה, מע זאל לייענען און ארומרעדן. כ'האב הנאה פון אייערע פירושים. הערט. איר ווילט, איך זאל פסקענען וואס ס'איז "ריכטיק" און וואס ניט. נאר כ'זאג זיך אפ לחלוטין דאס צו טאן. כ'בין ניט קיין רבי אין חדר, איר זייט אלע קלוגע דערוואקסענע מיט שכל. פלאנטער ...
דורך שלום בערגער
מאנטאג יולי 07, 2014 8:59 am
פארום: קונסט
אשכול: א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע
רעאקציעס: 52
געזען געווארן: 11215

דער איין און איינציקער פשט פון מיין ליד לעולם ועד!

איך האב געוואלט ענטפערן באריכות נאר די דיסקוסיע איז צו גוט צו שטערן! בקיצור, די תפילה ווערט צו שטארק, אגרעסיוו, און נאר דער דרויסנדיקער, דער כופר, קען איינזען ווי די השערות פון יידישקייט -- אדער גאטספארכטיקייט -- קענען גאר ניט מתקן זיין, אלא וואס: צעשטערן זייערע קהילות. אינטערעסאנט איז דער אלעגמיינ...
דורך שלום בערגער
פרייטאג יולי 04, 2014 9:38 am
פארום: קונסט
אשכול: א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע
רעאקציעס: 52
געזען געווארן: 11215

שקויעך

א דאנק פאר די פירושים. מסכים מיט אלעמען. נאך מער פאעזיע:www.amazon.com/gp/aw/d/1627200142/ref=redir_mdp_mobile
דורך שלום בערגער
מאנטאג יוני 30, 2014 9:03 am
פארום: קונסט
אשכול: א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע
רעאקציעס: 52
געזען געווארן: 11215

זייט מוחל

זייט מוחל, כ'וועל דאס פארריכטן. טעות אין פשט.
כ'שאץ אפ די דיסקוסיע. כ'וועל ענטפערן אי"ה ביי א געלעגנהייט.
דורך שלום בערגער
זונטאג יוני 29, 2014 3:30 pm
פארום: קונסט
אשכול: א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע
רעאקציעס: 52
געזען געווארן: 11215

א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע

א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע
און פאָגראָמירט די שטאָט.
װער האָט זיך אקעגנגעשטעלט?
א כופר האָט.

נישטאָ קײן משיב! שרײט דער רעטער.
אזא טאָר נישט ארײן.
איז די גאָרילע, מיט טריבער מינע,
אוועק א דומם זײן.
דורך שלום בערגער
מיטוואך מאי 21, 2014 10:12 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: צװישן פינצטער און ליכט
רעאקציעס: 6
געזען געווארן: 1163

צװישן פינצטער און ליכט

צװישן פינצטער און ליכט
שטײט א װאָרט
א קױל צװישן די צײן
גרײט דיר צו שפײען
אין מוח ארײן.
שװײגסט
אומזיסט.
דורך שלום בערגער
דינסטאג מאי 13, 2014 3:19 pm
פארום: ספרים און ביכער
אשכול: נייע חומש-לידער פון שלום בערגער אויף יידיש און ענגליש
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 806

דאָס לעבן פֿון שׂרה אמנו

The Life of Sarah דאָס לעבן פֿון שׂרה אמנו The life of Sarah דאָס לעבן פֿון שׂרה אמנו זאָל איר זכות איר בײַשטיין במהירה בימינו אָמן was 120 years איז געווען הונדערט און זיבן און צוואַנציק יאָר איז געווען די צאָל פֿון שׂרהס טעג and she was mourned מע האָט זי באַוויינט מיט ביטערע טרערן זייער אַ לאַנגע...
דורך שלום בערגער
דינסטאג מאי 13, 2014 2:06 pm
פארום: ספרים און ביכער
אשכול: נייע חומש-לידער פון שלום בערגער אויף יידיש און ענגליש
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 806

הסכמה

ניין.
דורך שלום בערגער
דינסטאג מאי 13, 2014 1:31 pm
פארום: ספרים און ביכער
אשכול: נייע חומש-לידער פון שלום בערגער אויף יידיש און ענגליש
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 806

נייע חומש-לידער פון שלום בערגער אויף יידיש און ענגליש

טייערע חברה, כ'האב אייך געוואלט געבן צו וויסן, אז אויף אמאזאן קען מען שוין קויפן א ניי ביכל פאעזיע אנגעשריבן פון מיין ווייניקייט בשם " איין פאלק ארויסגענומען פון צווייטן. " ס'איז א בינטל לידער אויף מאמע-לשון און אמעריקע-לשון אויף נושאים און פיגורן, געדאנקען און מעשיות פון חומש. אזעלכע היי...
דורך שלום בערגער
דאנערשטאג מאי 08, 2014 8:33 am
פארום: פאעזיע
אשכול: אײער נעכטיקער װעטער־פראָגנאָז
רעאקציעס: 0
געזען געווארן: 922

אײער נעכטיקער װעטער־פראָגנאָז

נעכטן איז געגאנגען א שלאקסרעגן. קינד־און־קײט זײנען פארנעצט געװאָרן, און אָך־און־װײ איז דעם, װאָס האָט פארגעסן אין זײן שירעם. צוריקגערעדט, איז ערגעץ געװען פארשאָטן מיט שנײ, מיט אײז־ליכטלעך אָנגעריסעװעט אױף די פענצטערס. און ערגעץ נישט װײט האָט געבריט א שרפעדיקע זון. די זון איז אױפגעגאנגען, געמאכט א קר...
דורך שלום בערגער
דינסטאג אפריל 08, 2014 10:02 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: פיר הײקוס
רעאקציעס: 6
געזען געווארן: 1138

מיין

עס קען זיין, נאר קיין איין און איינציקער מיין איז דאך ניטא. יתפוצץ סלע. סלה.
דורך שלום בערגער
דינסטאג אפריל 08, 2014 4:47 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: פיר הײקוס
רעאקציעס: 6
געזען געווארן: 1138

א דאנק פארן רש"י.

זאגט מיר נאר, פאר וואס מוז א פירוש זיין מוסרדיק? מצידי, טייל פון א שירה, און אפשר דער עצם טייל, באשטייט דווקא אין איר "שיר", דעם ווערטערקלאנג און סדר. כ'האב געפרואווט שאפן עפעס וואס זינגט זיך. מילא גראמען, נאר אזא ריטעם און משקול. ניט אלץ אין לעבן קען מען קלאר ארויסדרינגען. די מעשיות פון ר...
דורך שלום בערגער
מאנטאג אפריל 07, 2014 10:02 am
פארום: פאעזיע
אשכול: פיר הײקוס
רעאקציעס: 6
געזען געווארן: 1138

פיר הײקוס

1. מײן נאָז איז קאלט. איז צינד אָן א פײער אין מױל. מיט כעס אָדער װײן. 2. בײמער װארטן לאנג און בלײבן תמיד אנטױשט. דאָס איז אילץ. אלץ. האָלץ. 3. גוט מאָרגן, חבר. גוט יאָר, שונא. װאָס עפעס? ס׳איז אין מיטן נאכט! 4. א פױגל פליט הױך, באקוקט די בלױע װײטקײט און װיל זײן א קאלב.
דורך שלום בערגער
מאנטאג מערץ 31, 2014 9:14 am
פארום: פאעזיע
אשכול: דער בריק
רעאקציעס: 0
געזען געווארן: 966

דער בריק

דער בריק פון עלען שאפיראָ יידיש: ש.ב. מקור-טעסט דאָ איבערן בריק איבערן טײך האָבן די מחנות געדאװנט אין אײנעם און פארטױבנדיק, פה־אחד איז געװאָרן אן אײנציק קול אזא קיום פונעם חלום װאָס יעדער קול בלחש, באזונדער געטרױמט זיך בעת דער תפילה. אױף יענער זײט בריק גלאנצט דער קופאָל דער גאָלדענער אױפן הײליקטום ...
דורך שלום בערגער
זונטאג מערץ 02, 2014 7:21 am
פארום: פאעזיע
אשכול: שנייפלענער
רעאקציעס: 0
געזען געווארן: 1304

שנייפלענער

פורים קומט צו גיין מיט גיכע טריט
כאָטש כ'בין פארקאָוועט אין שניייקן געמיט.
תולה ארץ על בלימה
פארפלאנץ, פארפסח, די תליה מיט בלומען.
דורך שלום בערגער
זונטאג מערץ 02, 2014 7:18 am
פארום: פאעזיע
אשכול: ביילען אין אנדענק: 3 לידער (לזכר ביילע שעכטער-גאטעסמאן ע"ה)
רעאקציעס: 1
געזען געווארן: 602

ביילען אין אנדענק: 3 לידער (לזכר ביילע שעכטער-גאטעסמאן ע"ה)

זײד און פּאָרעך מיר זײנען זײלן פון זײד אין מיטן אַ מבול פּאָרעך עס טוט לײד. דײן אָפּשײד איז פארשטענדלעך. טאָר איך ניט דערלויבן זיך טענות פון דער מיטלמעסיקער שעה. איז פּאָרעך כּולל ברכות. דײן געזאנג איז נאָך דאָ. אױף א װעג, אן אומגלאטיקן עס פלעמלט אױף דער אינערלעכער פלאם. מע גײט אױף א װעג, אן אומגלא...
דורך שלום בערגער
דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 8:54 am
פארום: פאעזיע
אשכול: דער סבלן (פאעזיע)
רעאקציעס: 52
געזען געווארן: 9080

א תיקון פאר פאפיר

פון מיסט קען ווערן רויך
א חמץ-פייער שטייגט עד לב השמים אויך

פון פאפיר קען אלץ ווערן:
א יחוד-מעשה. א רייזע אין די שטערן.

א געשיכטע מיט זשיראפן און טיגערס.
ווען פארטיק, ווערט פון פאפיר אויך.... א פליגער

וואס פליט לויטן כוח פון ווארפער.
בלויז חריפותדיקע ווערטער צילן שארפער.
דורך שלום בערגער
דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 8:41 am
פארום: פאעזיע
אשכול: דריי נייע לידער
רעאקציעס: 2
געזען געווארן: 773

גוט, לאמיר דאס ארומרעדן

מסכים אז דאס זיינען ניט די פשוטסטע זאכן וואס כ'האב א מאל אנגעשריבן. זיי זיינען דריי באזונדערע לידער און האבן ניט קיין פארמעלע שייכות צווישן זיך. לאמיר אנהייבן מיטן ערשטן. דארט באשרייבט זיך דער מענטש ווי איינער וואס געפינט זיך צווישן צוויי עקסטרעמען אדער השקפות. ווי אזוי פארשטייט איר דאס?
דורך שלום בערגער
מיטוואך יאנואר 08, 2014 7:57 am
פארום: פאעזיע
אשכול: דריי נייע לידער
רעאקציעס: 2
געזען געווארן: 773

דריי נייע לידער

צוליב צילן צוליב צילן װערט דאָס בילד באלױכטן מיט שטרענגע רעפלעקטאָרן און די רעצענזיעס אָנגעשריבן פון קאטעגאָרישע װינקלען. מיט צופאַלן פארשפעטיקן זיך די אײזנבאנען און װיכטיקע אױפטוען פארזאמען. ערגעץ אין צװישן לעבט דאָס מענטשל. אמאָל להוט צו שפירן אמאָל איבערצײגט אז פארפאלן. אָפּשאצונג א רונד פנים בא...
דורך שלום בערגער
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 8:44 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: אָנדענקטאָג
רעאקציעס: 8
געזען געווארן: 1129

סובסטאנטיוון (זאכווערטער) און ווערבן

יעדע ווערב קען זיין א זאכווארט. ס'איז ניט אזוי טאג טעגלעך און שמועסדיק נאר וואדען... ידיעה וואלט געהאט אן אנדער טעם, די זאך אליין, ניט די פעולה פון "יודע זיין". איך שטודיר כינעזיש. געווען אין ביידזשינג יענע וואך (זע מיין בלאג). דאס איבערזעצן (זאכוווארט! ווערב!) דאס ליד האט מיר געדויערט א ג...
דורך שלום בערגער
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 6:08 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: אָנדענקטאָג
רעאקציעס: 8
געזען געווארן: 1129

שקױעך פארן פּשט

כ'װאָלט צוגעגעבן, אז (כאָטש דער פּירוש לײגט זיך אױפן שכל) איז פּונקט אזױ "ריכטיק" צו זאָגן, אז אין אזא סטיל װאָס בעי דאאָ שרײבט, גײט נישט אזױ אין א מעשה, א נאראטיװ, װי אין א שנירל געפילן װאָס דער פּאָעט װיל איבערגעבן. דער פּערזאָן הינטערן ליד איז אזױ װיכטיק װי די לאָגיק. כינע פארמאָגט צענד...