דער זוך האט געטראפן 111 רעזולטאטן

דורך שלום בערגער
דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 5:47 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: אָנדענקטאָג
רעאקציעס: 8
געזען געווארן: 1129

אָנדענקטאָג

אָנדענקטאָג

בעי דאאָ

מיר בלאָנדזשען דאָרט אין טיפער ריזיקײט
אָנדענקטאָג
און מיר זינקען אין אײנעם
װײטיק דורכן שטורעם פון אמאָל

די װינט נעמט אָן די פאָרעם פון א שליסללאָך
דאָס איז גסיסה פון זכרון
װיסן פון דער נאכט

פון מאנדארין-כינעזיש: ש”ב
- See more at: http://zackarysholemberger.com/2013/12/ ... jhhFT.dpuf
דורך שלום בערגער
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 9:16 am
פארום: פאעזיע
אשכול: א מת איז נישט מער װי אַ מת
רעאקציעס: 0
געזען געווארן: 767

א מת איז נישט מער װי אַ מת

א מת איז נישט מער װי אַ מת
און א מאָל דאָס אױך נישט
פארלאָזט מען זיך נישט אױף א נס
װײל דאָס פארבאָרגנס טױג נישט
בעסער זיך אײנפּטרן אין קבר
אונטער א פעסטן שטײן
װען אלץ צעלאָזט זיך אױף אפר
װעט לעבהאפטער אופשריפט באשטײן
דורך שלום בערגער
דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 9:23 pm
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: איבערטייטשן צווישן ענגליש אין יידיש
רעאקציעס: 103
געזען געווארן: 26428

דער לואװר

דער לואװר.

*שמייכלט מיסטעריעז מעשה מאנא ליזא*
דורך שלום בערגער
מוצ"ש אקטאבער 26, 2013 9:35 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: מעשה מיט א שפיטאָל־סטראָזש
רעאקציעס: 1
געזען געווארן: 832

מעשה מיט א שפיטאָל־סטראָזש

א מאָל איז געװען א סטראָזש, גערי, אן אױפראמער פון פאדלאָגעס, װאָס האָט געארבעט אין א שפיטאָל. כאָטש ער האָט דאָרטן יאָרן לאנג געארבעט איז ער געבליבן א גרױסער קבצן. די דאָקטױרים האָבן באשלאָסן, אז דער אלטער בנין, װוּ דער סטראָזש ארבעט, איז צו צעפאלן, אומפאסיק פאר די פיל װיכטיקע פאָרשערס, געזונט־ארבע...
דורך שלום בערגער
דינסטאג אקטאבער 15, 2013 7:54 am
פארום: פאעזיע
אשכול: די ליבשאפט און דער טױט
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 1296

וואס כ'בין געווען אויסן

דעם פסוק פון שיר-השירים האב איך זיכער געהאט אין זינען. דעם טויט דערלעבט יעדער איינער, און די ליבשאפט - ניט אזוי. אדער גאר פארקערט? ווייל די ליבשאפט איז מיט דער האנט צו דערטאפן אבי וואו, כל זמן מע האלט די אויגן אפן. און דעם טויט איז אוממעגלעך אויסצופארשן ביים לעבן. אזעלכע ענלעכקייטן און קאנטראסטן האב...
דורך שלום בערגער
מאנטאג אקטאבער 14, 2013 8:45 am
פארום: פאעזיע
אשכול: די ליבשאפט און דער טױט
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 1296

די ליבשאפט און דער טױט

געזאָגט האָט אַ פראנצײזישער פילאָסאָף, כ'געדענק נישט װעלעכער, אז דער װאָס ס'האָט זיך קײן מאָל נישט געמאטערט מיט דער פראַגע פון טױט האָט קײן קאָפּ נישט אױף געדאנקען בכלל. כ'װײס נישט אױב דאָס איז אמת, כ'קען א סך מענטשן װאָס האָבן גאָר שארפע קעפּ נאָר די פראָבלעם פון טױט שטײט בײ זײ נישט אױבן-אָן. אזױ ...
דורך שלום בערגער
מיטוואך אוגוסט 21, 2013 12:33 am
פארום: פאעזיע
אשכול: קאטאָלאָגן
רעאקציעס: 0
געזען געווארן: 570

קאטאָלאָגן

צוזאָגן
און מאָנאָלאָגן
גיסן זיך
צונױף
אין קאטאלאָגן
פון דורכפאלן

איך געדענק
די מוזיק
פון
פארגאנגענע
עתיד־מאָטיװן

רגע איז
קונץ
פון פארגײ

לעבן איז
פארלאָפענע
פאָליפאָניע
פון
פארשטײ
דורך שלום בערגער
דינסטאג יולי 30, 2013 11:12 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: איך געדענק נישט דעם גרױסן זבענק
רעאקציעס: 11
געזען געווארן: 2981

איר האט טיפער ארײנגעטראכט אין ליד װי איך אלײן

נצחוני בני... כדי זיך צו פארטיידיקן קען איך אפשר זאגן אז - אדער פלאנק איז א שטיקל כל-יכול, און זיין מחשבה איז מסוגל מגביל צו זיין די גרענעצן פון צייט און רוים, אדער - אז די גאנצע מעשה שפילט זיך אים אפ אין מוח. אפשר איז דאס אליין אן עקפערימענט פאר פלאנקן דעם בעל-טעאריע. איך פיל זיך א ביסל שולדיק אפצו...
דורך שלום בערגער
מאנטאג יולי 29, 2013 10:39 am
פארום: פאעזיע
אשכול: איך געדענק נישט דעם גרױסן זבענק
רעאקציעס: 11
געזען געווארן: 2981

איך געדענק נישט דעם גרױסן זבענק

נאר עס בענקט זיך
נאכן אַיִן
פארן יש.
װען דער אוניװערס איז געהאָנגען
צװישן אפשר און ייאוש
האט געפסקנט
הרב פּלאַנק
זאל שױן עקזיסטירן א כהרף־עין,
א רגע מערנישט
װאס מעג אױפשװימען אין מציאות
פרײ און פראנק.

מיט אײן תנאי. אין
יעדן פראסטן טאג
זאל נאך טליען דער געדאנק
אז ס׳איז בעסער, נאך אלעמען, דער
אַיִן.
דורך שלום בערגער
מאנטאג יולי 22, 2013 12:06 am
פארום: פאעזיע
אשכול: א בריװ צו מײנע קינדער
רעאקציעס: 0
געזען געווארן: 687

א בריװ צו מײנע קינדער

טײערע קינדער, מיר האָבן שױן, מיט מזל, מקיים געװען פרייה ורבײה, זײט איר, קײן עין־הרע, אונדזער פולער סעט קינדער. מזל־טוב! דאָס לעבן װעט נישט װערן װײניקער קאָמפליצירט װאָס װײַטער און װאָס עלטער איר װערט. לױנט זיך אפשר, אין די עטלעכע װאָכן פאר י“ט, זיך אָפרוען א ביסל און איבערגעבן מײנע זאָרגן פאר אײער מ...
דורך שלום בערגער
מאנטאג יולי 15, 2013 9:01 am
פארום: פאעזיע
אשכול: אױף יענער זײַט: אַ מעשׂה פֿון אַן איבערגאַנג
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 2019

אפטייטשן און ... טייטש

דלאניע = האנטפלאך טעלעבענדען = וואקלען זיך ווידער וואלט איך שטארק רעקאמענדירט א ווערטערבוך. אזא ניצט מען אויף ענגליש, שפאניש, העברעיש, כינעזיש, אפילו אנדערע קליינע לשונות ווי יידיש וואס נאר א רעלאטיוו קליינע גרופע רעדט זיי. א שיינעם הארציקן דאנק פאר די קאמפלימענטן!! כי'וויל ניט איבערגעבן דעם "ר...
דורך שלום בערגער
זונטאג יולי 14, 2013 2:42 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: אױף יענער זײַט: אַ מעשׂה פֿון אַן איבערגאַנג
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 2019

א דאנק ווידער פארן שיינעם ברוך-הבא

אז איר ווילט לייענען א שטיקל פון מיר וועגן זיך און מיין דרך צו יידיש, נאט אייך:

http://www.tabletmag.com/jewish-arts-an ... 153/gilded

איך האב בדעה נאך עפעס אנשרייבן וועגן זיך. דערוויילע אבער איז מיין גרעסטע נייעס וועגן מיין בוך אויף ענגליש "ווי אזוי רעדט מען צום דאקטער". לויפט און קויפט!

http://talkingtoyourdoctor.org

דורך שלום בערגער
זונטאג יולי 14, 2013 12:12 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: אױף יענער זײַט: אַ מעשׂה פֿון אַן איבערגאַנג
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 2019

מסכּים. איך מוז בײַטן מײַן אױסלײג אין דעם אָרט! אָבער...

קוקט, װי געזאָגט, איך װעל זיכער דאָס קומעדיקע מאָל פּאָסטן אָן די נקודות. איר זאָלט מיר אַלע מוחל זײַן. צוריקגערעדט, איז דאָס אַ סימן אַז טײל לײענערס זײַנען אפֿשר נישט צוגעװױנט צו לײענען זאַכן מחוץ זײערע אײגענע ד אמות. אַ סך שרײַבערס, פֿיל מער כּדאַי צו לײענען װי מײַן װײניקײט, האָבן גענוצט אַזאַ אױס...
דורך שלום בערגער
זונטאג יולי 14, 2013 1:13 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: הרואה סוטה בקלקולה יזיר עצמו מן היין - 'אנעים זמירות'
רעאקציעס: 61
געזען געווארן: 5302

נײן, ס׳הײסט אײנהײטלעכער אָדער ייִװאָ־אױסלײג

זײ האָבן אַזױ פֿיל צו טאָן מיט קאָנסערװאַטיװקײט װי מיט אַ טעלער לאָקשן. לײענט דאָ.

http://en.wikipedia.org/wiki/Yiddish_orthography

האָט נישט קײן מורא אָבער, איך גײ דאָס באַלד בײַטן און כ׳װיל קײנעם נישט חלילה שטעכן די אױגן.
דורך שלום בערגער
זונטאג יולי 14, 2013 12:31 am
פארום: פאעזיע
אשכול: אױף יענער זײַט: אַ מעשׂה פֿון אַן איבערגאַנג
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 2019

א דאנק

איר זײט גערעכט, כ׳דארף זײ ארױסנעמען דאס קומעדיקע מאל. אזױ שרײב איך נאר דא איז אװדאי נישט מנהג־העולם
דורך שלום בערגער
זונטאג יולי 14, 2013 12:00 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: הרואה סוטה בקלקולה יזיר עצמו מן היין - 'אנעים זמירות'
רעאקציעס: 61
געזען געווארן: 5302

אופּס, יענער לינק איז נישט צו מעלות נאָר צו מײַן מעשׂה אױף ק

אָנגעשריבן אײן קלײן שטיקל װעגן שלאָפֿגײערײַ/סאָמנאַבוליזם. סליפּװאַלקינג.

ס׳איז נישט געװען דער גרעסטער מײַסטערװערק פֿון אַלע צײַטן. נאָר נוצלעך לע“ד.
דורך שלום בערגער
מוצ"ש יולי 13, 2013 11:58 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: אױף יענער זײַט: אַ מעשׂה פֿון אַן איבערגאַנג
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 2019

אױף יענער זײַט: אַ מעשׂה פֿון אַן איבערגאַנג

טײַערע חבֿרים, דאָס איז מײַן ערשט שטיקל װאָס איך װאַג זיך אַרױפֿצושטעלן אױף ק“ש. זײַט אַזױ גוט און לאָזט װיסן װאָס איר מײנט. איך דאַרף אײַך מודה זײַן אַז ס׳איז שױן פֿריִער אַרױסגעגעבן געװאָרן אין פֿאָרװערטס, מיט עטלעכע יאָר צוריק. זאָל דאָס זײַן אַ תּיקון צו שכחה. אויף יענער זײַט שלום בערגער דאָס א...
דורך שלום בערגער
מוצ"ש יולי 13, 2013 11:51 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: הרואה סוטה בקלקולה יזיר עצמו מן היין - 'אנעים זמירות'
רעאקציעס: 61
געזען געווארן: 5302

שרײַבן פֿאַר מעלות

גוט־װאָך! יאָ, געשריבן אײן מאָל פֿאַר מעלות, אפֿשר 2000? עס געדענקט זיך מער נישט אַזױ פּינקטלעך. די מוח־קעמערלעך, אױ זײ שטאַרבן אַװעק. כ׳װאָלט זײער געװאָלט שרײַבן פֿאַר זײ װידער. װעגן מײַן זעלבסט־דעפֿיניציע: איר קענט מיך רופֿן װאָס איר װילט. איך בין שומר־שבת און -כּשרות און איך דאַװן אין אַ קאָנסערװ...