דער זוך האט געטראפן 127 רעזולטאטן

דורך הילל
מיטוואך יאנואר 01, 2014 10:11 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: וויאזוי פילט עס צו זיין זייער זייער רייך?
רעאקציעס: 37
געזען געווארן: 3148

נולד, זאגסט זייער א אמת'ע פוינט. א היימישער איד קען זיין רייך ווי קרח אבער ער האט נישט קיין פריוואטע פליגער, קיין יאכט, קיין צופיל גרעסערע הויז ווי דעם באלעבאטישן יונגערמאן, קיין וואקאציעס אין אלע עקן וועלט מיט אלע משונה'דיגע סערוויסעס, קיין פריוואטע רייכע קלאבס וואו ער באלאנגט נאר די זעלבע היימישע ...
דורך הילל
מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:58 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: דעבאטע איבער באשרייבן חברי קאווע שטיבל שהלכו לעולמם
רעאקציעס: 93
געזען געווארן: 9101

לעיקוואד, וויאזוי זאל מען זיך פירן אויב למשל דיין טאטע/ווייב בעט זיך ברחמים אז מען זאל אראפנעמען דעם נאמען ווייל עס טוט זיי פארשעמען, זאל מען זיך מוסר נפש זיין צו היטן אויף דיין צואה און זיי איגנארירן אדער נישט? וואס איז אין אזא פאל די פליכט פון די הנהלה דא, וואס איז די הלכה, וואס איז די מאראל, און ...
דורך הילל
מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:53 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: וויאזוי פילט עס צו זיין זייער זייער רייך?
רעאקציעס: 37
געזען געווארן: 3148

אבער יעצט וויל איך צוקומען צו די הויפט און וויכטיגסטע נקודה וועגן געלט: כאטש עשירות מוז לאו דוקא מאכן העפי, איז קלאר אז ארימקייט קען ברענגען אסאך פראבלעמען און קען שטערן פון זייער אסאך זאכן, וואס אויטאמאטיש ברענגט צו ווייניגער העפינעס און מער עצבות. דא דארף מען אבער וויסן דעם וויכטיגן שליסל: איינמאל...
דורך הילל
מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:35 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: וויאזוי פילט עס צו זיין זייער זייער רייך?
רעאקציעס: 37
געזען געווארן: 3148

לאמיר קודם רעדן פון רייכקייט. ריסוירטש ווייזט אז כאטש עשירות געט די מעגליכקייט פאר'ן מענטש צו קענען קויפן אסאך זאכן, טוט עס אבער אין די זעלבע צייט שטערן די מעגליכקייט פון דעם מענטש צו אינדזשויען די זאכן. איין סטאדי האט געוויזן אז ווי רייכער די ארבעטער אין א פלאץ זענען געווען, אלץ ווייניגער האבן זיי ...
דורך הילל
מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:55 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: דעבאטע איבער באשרייבן חברי קאווע שטיבל שהלכו לעולמם
רעאקציעס: 93
געזען געווארן: 9101

ווי לאנג דער באשרייבונג בא'עול'ט קיינעם נישט, פארוואס נישט?
אויב יא, דארף מען דאך אוודאי זיכער מאכן אז מען זאל נישט קענען כאפן ווער דער נפטר איז און אביסל פארדרייען/צולייגן/אראפנעמען פאקטן.
דורך הילל
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 4:48 pm
פארום: חינוך
אשכול: טאטי פליז קיש מיך נישט.
רעאקציעס: 23
געזען געווארן: 3162

יעדעס קינד האט אנדערע נאטורן און אפילו ביי קליינע קינדער קען מען זען חילוקים. למשל איך האב איין עלטערער קינד וואס וויל אסאך ענדערש א קוש (און קען עס אפילו פארלאנגען ביינאכט) ווי איינעם פון מיינע אנדערע קינדער וואס איז נאך פיל יונגער און האט נישט איבריג חשק דערצו. אבער דער ציל איז געבן און ווייזן ליב...
דורך הילל
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 10:15 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: דער צימעס איד
רעאקציעס: 44
געזען געווארן: 4217

כשר גערעכט, ראשעקאל, באמת א נעבעך אין וואספארא נארישקייטן מענטשן קענען ליגן (אפילו איך קען פארשטיין יעדן לויט זיין אייגן וועלטל), אבער איך מיין אז עס איז נישט קיין ריכטיגע זאך צו לייגן ניק-נעמען. איך שטעל מיך פאר אז עס שמעקט זיי נישט. פארוואס וויי טון א מענטש? יעדער קען אליין קוקן ווער זיי זענען.
דורך הילל
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 10:06 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: אונזער אומגעשריבענער שולחן ערוך
רעאקציעס: 35
געזען געווארן: 5067

שולחן ערוך: אויסער די הויפט געזעצן, זענען דא נאך פארשידענע טויזנטער דעטאלן פון אלע סארטן געזעצן וואס זענען רעלעוואנט צו די אידישע רעליגיע, און זיי זענען אראפגעשריבן אין עטליכע ביכער וואס זיי רופן 'שולחן ערוך'. אבער רוב אידן זענען בכלל נישט באקאנט אין דעם שולחן ערוך, פונקט ווי רוב אמעריקאנער זענען נ...
דורך הילל
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:52 pm
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: פשוט'ע ענגלישע ווערטער וואס כ'האב נישט געוויסט ביז היינט
רעאקציעס: 25
געזען געווארן: 9435

קענסט דאך שוין פאר דעם געלט ברענגען א האלבן דיקשאנערי... די ליסטע האט עטליכע ווערטער וואס זענען זייער באקאנט (ווי Cumbersome, און Crux, "די קראקס אף די מעטער", און Loath, און Culprit, און Cul-de-sac, וואס מען זעט אויף אסאך הייזער ליסטינגס). אנדערע ווערטער דערקענען זיך נישט אזוי גרינג ווייל...
דורך הילל
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 8:54 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: אונזער אומגעשריבענער שולחן ערוך
רעאקציעס: 35
געזען געווארן: 5067

אפילו א כינעזער באזוכער וואס קען נישט קיין הלכות זעט אויך, אז אונזערע הארבסטע הלכות שטייט נישט אין אונזער געזעצן בוך וועמען מיט זאגן מיר האלטן איין במסירת נפש, און עטליכע פון די געזעצן וואס שטייען אינעם בוך זענען מיר עובר בשאט נפש. וויאזוי פונקטליך קען דאס דער אומוויסנדער כינעזער (וואס מען האט קלאר...
דורך הילל
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 8:50 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: אונזער אומגעשריבענער שולחן ערוך
רעאקציעס: 35
געזען געווארן: 5067

דעת תורה, נישט אלע קאנסערוואטיוון זענען די זעלבע, עס קען זיך ווענדן אין וועלכע צייט און אפילו אין וועלכע שטעט, טייל קענען זיין פון גאנץ פרום (רעלאטיוו) ביז ממש רעפארם, און צווישן זיי אליין טוט זיך אפט א קריטיק פון איינער אויפ'ן צווייטן פאר'ן גיין צו לינק (ווי ווען טייל פון זיי האבן אנגעהויבן אקצעפטי...
דורך הילל
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 8:34 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: אונזער אומגעשריבענער שולחן ערוך
רעאקציעס: 35
געזען געווארן: 5067

יאיר, מיין פוינט איז פשוט אז חוזק מאכן קען מען פון יעדן אויב וויל מען ברענגען א באריכט וויאזוי א פרעמדער קוקט עס אן, אבער דאס זאגט בעצם גארנישט. מען דארף קוקן פון אינעווייניג און וויסן יעדע זאך וואס עס באדייט און וואס עס ליגט אונטער איר, צי הלכה, צי מנהג, צי טראדיציע, צי קולטור, צי געוואוינהייט, און...
דורך הילל
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 6:22 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן
רעאקציעס: 159
געזען געווארן: 19191

שטילע (אבער הונגעריגע) אינגערמאן,
ביי "ביגפליישיג'ס" איז אלעס גוט פאר מיין צונג. פון זייער "געשמאקע טשיקען" ביז "עפעס-א-סענדוויטש" איז אלעס דארט ממש אמחיה.
דורך הילל
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 5:34 pm
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: פשוט'ע ענגלישע ווערטער וואס כ'האב נישט געוויסט ביז היינט
רעאקציעס: 25
געזען געווארן: 9435

יא, עס איז געוואלדיג! און איך וויל נישט זיין קיין "אלטרא-קריפידאריען", אבער איך מיין ווי מער מען קוקט אויף דעם בילד זעט מען נאך זאכן ואוס דער ארטיסט האט מעגליך געהאט בכוונה. טרעפ אונטן ביים גענאק, די פנים אויסדרוק פון א גאליבל טפשות'דיגע פארשוין, א קאפ מיט אן "אפענעם דאך", א קעסט...
דורך הילל
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 4:50 pm
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: פשוט'ע ענגלישע ווערטער וואס כ'האב נישט געוויסט ביז היינט
רעאקציעס: 25
געזען געווארן: 9435

יעדעס בילד דארט איז א מעסטערפיעס פאר זיך, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן פון ברענגען דא נאך איינס וואס איז גוט צו געדענקען ביים שרייבן אויפ'ן אינטערנעט: Recumbentibus - א זעץ וואס לייגט יענעם אוועק, מיט'ן האנט אדער מיט'ן מויל 55.jpg און נאך איין ווארט וואס איז גאנץ וויכטיג צו האלטן פאר די אויגן: Ul...
דורך הילל
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 4:38 pm
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: פשוט'ע ענגלישע ווערטער וואס כ'האב נישט געוויסט ביז היינט
רעאקציעס: 25
געזען געווארן: 9435

א דאנק פידלער פאר'ן זיין דער גוטער שליח. וועלנדיג זען וויאזוי מען ניצט דעם פרישן ווארט Scripturient, האב איך באגעגנט א פראיעקט וואס מאלט אראפ אומגעווענליכע ווערטער אויף אן ארטיסטישן פארעם. איך ווער משוגע ווי משונה'דיג קונצליך יענער מאלט אראפ און ברענגט ארויס דעם באגריף פון די ווערטער אויף אן ארטיסטי...
דורך הילל
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 11:07 am
פארום: העמק דבר
אשכול: אונזער אומגעשריבענער שולחן ערוך
רעאקציעס: 35
געזען געווארן: 5067

דזשאסט פאר די פאן, לאמיך פרובירן בעסער אילוסטרירן די פראבלעם מיט דעם כינעזן מאן וואס קומט מיט מסקנות איבער אונזער אידישקייט. איך וועל ברענגען א צווייטע אנאליז וואס עס האט אפגעשריבן איינער פון די ווילדע שבטים אין די אמאזאן וועלדער וואס איז געקומען אויף א באזוך אין א קאלעדזש. עס איז אים אויסגעקומען צו...
דורך הילל
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:58 am
פארום: העמק דבר
אשכול: אונזער אומגעשריבענער שולחן ערוך
רעאקציעס: 35
געזען געווארן: 5067

הרב יאיר, שיין אראפגעלייגט, און איך וואלט זיך גוט אונטערגעשמייכעלט, ווען נישט פון דיינע קומענדיגע תגובות קוקט עפעס אויס ווי ווילסט יא ארויסנעמען אן ערנסטע פוינט פון דיין מעשה'לע און איך זע אז האסט עס אריינגעלייגט אין "העמק דבר", נישט אין שמייכל פארום. אויב אזוי, וויל איך פארשטיין פארוואס ד...
דורך הילל
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 10:14 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: יסודות פון א געזונטע שלום בית (אפילו ביי חרדים)
רעאקציעס: 22
געזען געווארן: 2742

זייער שיין הילל. די שטעלסט אוועק די סיבת פארוואס מענטשען זענען בוחר חתונה האבן. לאוו vs די אמאליגע מהלך, קונדער, פיינענשעל סיקיארטי etc. מיר פאלן נישט אריין און קיין איינע פון די קאטעגאריעס. מיר ווייסען נישט פארוואס מ'האט חתונה, 18 יאר אלט מזארג זיך נישט פאר געלט און מדארף נישט קיין קונדער. סאיז דא...
דורך הילל
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 9:57 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: יסודות פון א געזונטע שלום בית (אפילו ביי חרדים)
רעאקציעס: 22
געזען געווארן: 2742

הילל זייער שיין, האסט אבער פארטוישט "לאוו" מיט "לאסט". לאסט, זיכער. אבער אויך לאוו, ווי לאנג עס איז בלויז דאס, ווי לאנגע עס איז בלויז דער געפיל, האט עס נישט אזיפיל שאנסן זיך צו האלטן אויף לאנגע יארן ווי ווען עס זענען דא די אנדערע אינגרידיענטס. און דאס קען פארענטפערן די גרויסע פר...
דורך הילל
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 9:49 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: יסודות פון א געזונטע שלום בית (אפילו ביי חרדים)
רעאקציעס: 22
געזען געווארן: 2742

הלל טייערער, עס זעהט אויס אז דו האסט פארגעסן אז מיר מאכן די ברכה אשר ברא וכו' אהבה ואחוה ושלום וריעות, ביי עדער חופה. נישט ביי נאר ביי די חופה מאכן מיר דער ברכה, נאר גאצנע זיבן טעג מאכן מיר די ברכה. אין וואס איז מיט די ברכה שמח תשמח רעים האהובים וואס רש״י זאגט החתן והכלה שהן ריעים ״האוהבים זה את זה...
דורך הילל
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 9:32 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: יסודות פון א געזונטע שלום בית (אפילו ביי חרדים)
רעאקציעס: 22
געזען געווארן: 2742

הלל טייערער, עס זעהט אויס אז דו האסט פארגעסן אז מיר מאכן די ברכה אשר ברא וכו' אהבה ואחוה ושלום וריעות, ביי עדער חופה. נישט ביי נאר ביי די חופה מאכן מיר דער ברכה, נאר גאצנע זיבן טעג מאכן מיר די ברכה. אויב אהבה איז נישט די עיקר ווען מיר גייען חתונה האבן דעמאלס וואס איז יא. די תורה לערנט אונז אויס צו ...
דורך הילל
דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 5:22 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: יסודות פון א געזונטע שלום בית (אפילו ביי חרדים)
רעאקציעס: 22
געזען געווארן: 2742

יסודות פון א געזונטע שלום בית (אפילו ביי חרדים)

מען הערט אפט ווי מענטשן רעדן זיך אפ וועגן אונזער שידוכים סיסטעם. היתכן מען האט חתונה איינער מיט'ן צווייטן סתם ווייל ביידע זענען וויזניצער חסידים אדער ווייל ביידע מחותנים טראגן ווייסע זאקן, און די הויפט סיבה פון יעדן שידוך ביי די אכצן יאר איז נאר ווייל ביידע ווילן האבן קינדער. איך וויל זיך יעצט נישט ...