דער זוך האט געטראפן 23 רעזולטאטן

דורך איש הישר
מוצ"ש מערץ 01, 2014 10:31 pm
פארום: א שמייכל
אשכול: אויסגעדראשענע זאצן און אקטיוויטעטן דער עולם וואקסט נישט אויס
רעאקציעס: 321
געזען געווארן: 40471

"וואס גייט זיין די נאמען פון די בעיבי?" (צום עלטערן ברודער פון דעם רך הנימול)
דורך איש הישר
דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:34 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: וויליאמסבורגע "גויטעס" פארציילן
רעאקציעס: 29
געזען געווארן: 8037

אפטעמיסט האט געשריבן:וועלכע געזונטע זכר האט תאוות אויף אזעלכע שיינע פרויען? אתמהה.

די סארט וואס אראנדזשירן די צניעות אסיפות.
דורך איש הישר
דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:33 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: וויליאמסבורגע "גויטעס" פארציילן
רעאקציעס: 29
געזען געווארן: 8037

(פינטל) -- אויב אזוי, ממך ילמדו! פרעג אמאל דיין "גויטע" וויאזוי מ'האט איר באהאנדלט אין אנדערע אידישע שטובער. איך בין נייגעריג אין דעם ענטפער וואס זי וועט דיר געבן.
דורך איש הישר
דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:31 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: וויליאמסבורגע "גויטעס" פארציילן
רעאקציעס: 29
געזען געווארן: 8037

אודאי האט עס אן אגענדע. בכלל, די "גויטעס" וועלכע באלאנגן נישט צו קיין אגענטור אדער קומען נישט רעקאמאנדירט פון געשולטע "גויטעס" נאר שטייען ביים קארנער זענען געווענטליך שוואכערע קוואליטעט אדער נארוואס-אראפ-פון-שיף. עס איז אבער דאך דא א גרויסער אמת דערין, למחצה, לשליש, אדער לרביע.
דורך איש הישר
דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:28 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: וויליאמסבורגע "גויטעס" פארציילן
רעאקציעס: 29
געזען געווארן: 8037

ממך ילמדו, טיטאניק. כ'וועל זאגן דעם אמת, ווען כ'האב באקומען דעם לינק צום ווידעא האב איך געקרעכעצט ווייל כ'האב געמיינט אז דערויף וועט מען הערן אפאר "גויטעס" זיך אפרעדן איבער דאס נידעריגע אפצאל, דאס ביליגע באהאנדלונג, און די שווערע ארבעט. עס איז מיר בכלל נישט איינגעפאלן צו טראכטן אין ריכטונג...
דורך איש הישר
דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:23 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: צווישן קאווע שטיבל אין די ניו יארק טיימס
רעאקציעס: 3
געזען געווארן: 562

בייעסד איז איעדער. די שאלה איז נאר צו וועלכער דעגרי.
דורך איש הישר
דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:22 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: דער אסיפה לייוו
רעאקציעס: 59
געזען געווארן: 4793

מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:ס'קוקט אויס אז פאלק וויל נישט רעדן. אוי לי אם אומר אוי לי אם לא אומר.

ער האט זיך זעלבסט אריינגעלייגט אין קראנקן בעט. אזוי קוקט מען אויס ווען מען ווידמעט א לעבן דורכצוטון וועלכע איברים, תנועות, קליידונג וכו' זענען מושך די אויגן פון מענער.
דורך איש הישר
דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:17 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: וויליאמסבורגע "גויטעס" פארציילן
רעאקציעס: 29
געזען געווארן: 8037

פיר זיך צו איר ווי א רויבערטע און זי וועט ווערן א רויבערטע. באהאנדל איר ווי אן ערליכע ארבעטארין, און דאס וועט זי זיין. בדרך כלל.
דורך איש הישר
דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:11 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: וויליאמסבורגע "גויטעס" פארציילן
רעאקציעס: 29
געזען געווארן: 8037

וויליאמסבורגע "גויטעס" פארציילן

פון די שווערע ארבעט'ס אומשטענדן ביז צו די נידעריגע אפצאל, פון די שטייפע באהאנדלונג ביז צו די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] הערסעמענט. וויאזוי עס זעט אויס פון די "גויטע"'ס פערספעקטיוו. ישמע חכם ויוסף לקח.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=39OIxjTtID0[/youtube]
דורך איש הישר
דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:40 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: חינוך נוסח "תלפיות" - קנסות און קאנסעקווענצן
רעאקציעס: 34
געזען געווארן: 4180

און אויף וואס באזירסטו דיין טענה אז אין תלפיות קומט פאר "ראבאט פראגרעמינג"?
דורך איש הישר
דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:25 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: חינוך נוסח "תלפיות" - קנסות און קאנסעקווענצן
רעאקציעס: 34
געזען געווארן: 4180

א חינוך וואס געפעלט מיר -- חינוך כדבעי. און וואס נישט? "ברעינוואשינג פראגראם".
דורך איש הישר
דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:21 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: דעבאטע: רעוואלוציע אינערהאלב חרדיזם אדער נישט?
רעאקציעס: 56
געזען געווארן: 10939

וועלכע סארט בלוט-פארגיסונג שלאגסטו פאר, גורן?
דורך איש הישר
דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:17 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: צווישן קאווע שטיבל אין די ניו יארק טיימס
רעאקציעס: 3
געזען געווארן: 562

צווישן קאווע שטיבל אין די ניו יארק טיימס

ווען גוגל האט אין 2001 אנגעהויבן ארבעטן אויף דער פראדוקט וואס האט עווענטואל געטראגן דעם נאמען גוגל-נייעס, האט זי זיך געטראפן פאר א פראבלעם. וויאזוי קען מען מעסטן וועלכע נייעס קוואל איז מער פארלעסליך און פראפעסיאנאל, און וועלכע ווייניגער? גוגל -- זייענדיק גוגל -- האט נישט געוואלט שפענדן קיין צייט האב...
דורך איש הישר
מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:17 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: דעבאטע: רעוואלוציע אינערהאלב חרדיזם אדער נישט?
רעאקציעס: 56
געזען געווארן: 10939

אויב איך מעג צולייגן מיין צוויי ארעמע צענט צו די יושבים על מדין וואטסעפפ: א רעוואלוציע פאסירט נישט איבער נאכט, נאכדערצו א שטילע רעוואלוציע וואס -- ווי דוד דערמאנט -- ווערט געפירט אן ראיאטן און פלאש באמבעס. נאכמער, דער המון עם שפירט ניטאמאל אז זיי זענען אין א רעוואלוציע, זיי פארמאגן נישט דעם ברייטן ק...
דורך איש הישר
דינסטאג פעברואר 25, 2014 3:23 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: מקור לצניעות מן התורה מנין
רעאקציעס: 78
געזען געווארן: 16882

שווער צו זאגען אז פאר כל כבודה האט רבי יוסי מתפלל געווען זיין טאכטער זאל חלילה גיין מן העולם, עס קוקט אויס מער אלס'ן חטא פון מכשיל זיין יענעם, מיין הויפט הערה איבער הוגה'ס צוגאנג איז געווען ווי אהן א מקור געט ער א פיר אויס מיט פאטאס אז צייגען אן אומאיידעל בילד פאר א מענטש איז ווינציגער ווי לייגען א...
דורך איש הישר
מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:02 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: צניעות'ס קוואטער
רעאקציעס: 3
געזען געווארן: 797

אבער גאט וויל אויך מען זאל מקיים זיין יעדן קוצו של יו"ד, נישט אזוי?
דורך איש הישר
מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:58 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: צניעות'ס קוואטער
רעאקציעס: 3
געזען געווארן: 797

צניעות'ס קוואטער

אין יאר תרל"ג איז געדרוקט געווארן פון די סאמע ערשטע אחרונ'ישע ליקוט ספרים אויף א טעמע אין הלכה. זינט דאן זענען שוין ארויסגעקומען א ים מיט ליקוטים אזש אז איינער וויל היינט ווערן א מחבר ספר האט ער קיין צוויי ברירות נאר זיך צו נעמען צו הלכות עיטוש אדער הלכות הכאות ילדים, אבער בימים ההם איז אזא סאר...
דורך איש הישר
זונטאג פעברואר 23, 2014 12:23 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ארבע מידות בספקנים
רעאקציעס: 13
געזען געווארן: 1203

אויב איז דאס פלאגעניש, פשוט אלס דעם נוח לו לאדם שלא נברא, און דו שפירסט אז "לייף סאקס", דאן ביזטו א געזונטער מענטש, און ס'וועט דיך נישט העלפן האלטן דעם קאטעגאריע פאראנטווארטליך. ווארום נישט די קאטעגאריע איז וואס ברענגט דיך צער. בכלל, איין טאג צו שטיין מיט אנבלויזע פיס אין קראקס, און זינגן...
דורך איש הישר
זונטאג פעברואר 23, 2014 12:14 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ארבע מידות בספקנים
רעאקציעס: 13
געזען געווארן: 1203

געפילטע פיש האט געשריבן:פאלט דיר נישט ביי אז די הבדל צווישן 1 און 4 איז א coping mechanism וואס דו האסט דיך געמאכט ווייל ס'פאסט דיך נישט צו זיין 1? ;)

2 איז אויך א coping mechanism...
דורך איש הישר
מוצ"ש פעברואר 22, 2014 11:58 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ארבע מידות בספקנים
רעאקציעס: 13
געזען געווארן: 1203

פרעגסט הארב. אבער חדא מתרצת בחברתה.
דורך איש הישר
מוצ"ש פעברואר 22, 2014 11:47 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: וואטסעפפ מיט א טעפל קאווע
רעאקציעס: 32
געזען געווארן: 3510

אפאר חסרונות זענען, עס בלייבט נישט אויף שפעטער, נישטא קיין search option, מען איז נישט בעילום שם. כל זמן דו מעקסט נישט בלייבט עס אויף אייביג. עס איז יא א א סוירטש אפציע ווען איך ווייס דאס אביסל פריער, וואלט איך געמאכט א אפפער פאר מער געלט ווי פעיסבוק. איך בין זיכער אז מען וואלט מיך אריינגעלאזט צווי...
דורך איש הישר
מוצ"ש פעברואר 22, 2014 11:45 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ארבע מידות בספקנים
רעאקציעס: 13
געזען געווארן: 1203

ארבע מידות בספקנים

פארהאן געוויסע וועלכע גייען אריבער א תקופה פון ספקות, קווענקעלנישן, קושיות, יסורים, סתירות. עס זענען דא -- טאקע א מינאריטעט -- די וועלכע דראפען זיך ארויס דערפון, פארגעסן פון די צרות, גייען צוריק אריין אין קעסטל, פארמאכן זיך די אויגן, דאס לעבן פארט זיי ווייטער. ספקן שחזר להאמין. דאן זענען דא די וועלכ...
דורך איש הישר
דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 4:35 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: וואטסעפפ מיט א טעפל קאווע
רעאקציעס: 32
געזען געווארן: 3510

פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:אפאר חסרונות זענען, עס בלייבט נישט אויף שפעטער, נישטא קיין search option, מען איז נישט בעילום שם.

כל זמן דו מעקסט נישט בלייבט עס אויף אייביג. עס איז יא א א סוירטש אפציע