דער זוך האט געטראפן 889 רעזולטאטן

דורך דריידל
מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 10:55 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
רעאקציעס: 306
געזען געווארן: 45993

פרשת וירא

ויגדל הילד ויגמל ויעש אברהם משתה גדול ביום הגמל את יצחק. שטייט אין מדרש ביום ה"ג-מל, אין די אכטע טאג האט ער גע'מל'ט יצחק. זאגט די חת"ם סופר אז אברהם אבינו האט געמאכט א סעודה יעדעס יאר אין דעם טאג וואס ער האט גע'מל'ט יצחק, כדוגמת סעודת יום הולדת. א קינד זייגט דאך צוויי יאר און וויבאלט יצחק ...
דורך דריידל
מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 10:26 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: רב לך שבת בעמק הבכ"א
רעאקציעס: 40
געזען געווארן: 4169

ס'קומט צו וויינען ווען מ'ליינט די שורות געשריבן בדמע.

כ'קען דיר נאר געבן אפאר עצות:
תהלים כולל
כולל חצות
פרק שירה
שיר השירים פערציג טאג
אור החיים פערציג טאג
ר' מאיר בעל הנס
עמוקה
דורך דריידל
מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 8:25 pm
פארום: חינוך
אשכול: לאז דעם בחור אטעמען...
רעאקציעס: 3
געזען געווארן: 1224

יא יא, אזוי ווי די זאגסט, מ'לאזט נישט די קינדער אויפוואקסן. און דאס איז לאו דוקא נוגע מחנכים נאר הוא הדין לעלטערן. ס'האט מיר דערציילט א איד וואס איז היינט א בן ששים, אז אלץ דרייצן יעריגע בחור איז ער געגאנגען לערנען אין א ישיבה און ער איז נישט אהיימגעגאנגען אגאנצן זמן. (די וועג פון ישיבה ביז זיין הוי...
דורך דריידל
מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 8:12 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: למעשה #7, כולל- סם המוות
רעאקציעס: 29
געזען געווארן: 5025

כולל פאר זיך איז נישט די פראבלעם, די עיקר פראבלעם איז וויאזוי מ'קוקט עס אן. דהיינו, מ'פרעגט א יונגערמאן, וואס טיסטי? ענטפערט ער : כ'בין אין כולל. דאס וואלט נישט געדארפט זיין אן אנגענומענער תירוץ. איינער וואס איז אין כולל הייסט נישט געטון עפעס. מ'קען זיך אפשר משלים זיין אין הוראה צו אין חושן משפט און...
דורך דריידל
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:50 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: וואס האט איר געטוהן מיט די צוגעלייגטע שעה?
רעאקציעס: 10
געזען געווארן: 984

איך בין ארומגעגאנגען אין הויז רוקן אלע זייגערס
דורך דריידל
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:48 pm
פארום: אנשי שם
אשכול: ר' משה גבאי (פריעדמאן)
רעאקציעס: 58
געזען געווארן: 17732

אוי האסטי געעפענט א קעסטעלע מיט ווערים..... זיין פערזענליכקייט איז טאקע גאר א בע'טעמ'טע מענטש, אבער אזוי ווי איעדע פובליק פיגור איבערהויפט און אזא גרויסע קהלה וואס מאנכע זאגען אז ער א דירעקע סיבה אינעם טיילונג איז דא אויף דער מענטש אסאך צי זאגען ואחרי ככלות הכל איז ער א געלונגע גענעראל און פירט פאל...
דורך דריידל
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:41 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: די נייע גזירה שאין הציבור יכולים לעמוד בה ״מעיק-אפ״
רעאקציעס: 10
געזען געווארן: 1694

די זאגסט דאך אזוי גוט, זיניגער. רבינו יואל, ווי די ריפסט אים, איז געווען ארומגענומען מיט נארמאלע בעל בתישע מענטשן (די יושבי חושך האט ער געשיקט אין ביהמ"ד איינרייסן מיט זאגן תהלים). און דאס איז געווען זיין הצלחה אז ער האט פארשטאנען ווי איין און ווי אויס. פאר ער איז ארויסגעקומען מיט אן איסור אדער...
דורך דריידל
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 11:20 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: וואס איז די ציל?
רעאקציעס: 29
געזען געווארן: 2990

אגב, על איך אריינווארפן א ווארט וואס שטייט אין תפארת שלמה פרשת תולדות, זאגט ער בדרך הלצה אויפ'ן מדרש מפני מה היו אמותינו עקרות מפני שהקב"ה מתאווה לתפילתם של צדיקים, אז קינדער שטערן דאך די עלטערן פון לערנען און דאווענען, זענען זיי געווען עקרות כדי צו קענען דאווענען בדיעה מיושבת. און ער טייטשט או...
דורך דריידל
דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 2:13 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: "קאווע שטעטל"...
רעאקציעס: 57
געזען געווארן: 9283

שכוח, די תגובה איז ממש שמעקעדיג.
אויב איך מעג פרעגן, איך האב אסאך קוואליפיקאציעס, פארוואס האסטי מיך אריינגעשטעלט צווישן די משוררים? איך בין מסכים אז די אלע פאזיציעס וואס די האסט געטיילט זאל זיין בלויז פאר צייטווייליג ביז ס'עט פארקומען געהעריגע וואלן.
דורך דריידל
דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 10:30 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: קולות אין שומר שבת! "שמירה" מהו?
רעאקציעס: 35
געזען געווארן: 8664

אין וויליאמסבורג איז אויך דא עפעס אן ארג. פון אזעלכע וועם שומרים האט נישט געוואלט ארייננעמען (בחורים) און זיי האבן געמאכט שבת פאר זיך. איך געדענק הערענדיג איבער דעם מיט יארן צוריק, מעגליך אז ס'עקזיסטירט מער נישט
דורך דריידל
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:46 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: היימישע מיליאנערן אין די נייעס
רעאקציעס: 37
געזען געווארן: 8902

ליינענדיג די ארטיקל וועגן גאלדמאן'ס באזוך קיין א"י האב איך מיך דערמאנט אז זייענדיג אין א"י אלץ בחור האט מיר א ירושלמי געזאגט אז די אמעריקאנער זאלן זיך נישט האלטן אזוי גרויס ווייל ס'עט נאך קומען א צייט ווען זיי וועלן גיין קיין ארץ ישראל שנארן.
יעצט זעה איך אז ס'איז טאקע אזוי
דורך דריידל
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 12:46 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: היסטארישער שלום אין סטוטשין!
רעאקציעס: 59
געזען געווארן: 8689

אריגינעל איז געווען דער פארלאנג אז רבי מאטל זאל גענצליך אפלאזן דעם נאמען סטוטשין, אויף וואס ארויף רבי מאטל האט געגעבן זיין אנטווארט, אז עס נישט בידו, ער איז נישט בעל בית און קען עס נישט פארלאנגען פון זיין עלטערן עולם וואס זענען אויף אן אמת אריגינעלע סטוטשינער חסידים. הייסט מדרגות אין עבודת השם קען ...
דורך דריידל
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 8:14 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: היסטארישער שלום אין סטוטשין!
רעאקציעס: 59
געזען געווארן: 8689

מענין לענין שלא באותו ענין, א רבי איז אוועק און איבערגעלאזט צוויי זין. איינער האט זיך אויפגעהויבן, אלעס איבערגעלאזט פאר'ן ברודער און געגאנגען וואינען אין אן אנדערע שטאט. ביים יארצייט איז ער געקומען צו פארן און זיך באטייליגט ביים ברידער'ס טיש אבער צו זיין ערשטוינונג האט די רבי זיך אוועקגעדרייט פון אי...
דורך דריידל
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 12:02 am
פארום: אחיעזר
אשכול: נייע קאר
רעאקציעס: 24
געזען געווארן: 3112

יא ס'איז די ערשטע מאל איך האב געליעסט און כ'האב עס גענומען דירעקט פון א האנדא דיעלער
דורך דריידל
זונטאג אקטאבער 26, 2014 4:56 pm
פארום: אחיעזר
אשכול: נייע קאר
רעאקציעס: 24
געזען געווארן: 3112

ס'צייט צוריקצוגעבן די אלטע קאר ווייל מיין ליעס לויפט אפ אין א חודש. איך בין נישט צו באהאווענט מיט די פראצעדור. ווי איך פארשטיי, קומען זיי אראפ מאכן אן אינספעקשאן צו זען די קאנדישאן פון די קאר. איך שטעל מיך פאר אז אויב טרעפן זיי פעלערן, וועלן זיי טשארדזען דריי מאל אזוי סאך ווי א לאקאלער מאקעניק. פון ...
דורך דריידל
זונטאג אקטאבער 26, 2014 2:33 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
רעאקציעס: 306
געזען געווארן: 45993

פרשת לך לך

פארוואס האט די נאמען פון (כמעט) יעדע פרשה נאר איין ווארט און די פרשה האט צוויי? האב איך געקלערט אז ס'קען זיין ווייל אויב וואלט עס געהייסן פרשת "לך", וואלט מען נישט געוויסט אויב ס'איז לֶךְ אדער לְךָ
דורך דריידל
זונטאג אקטאבער 26, 2014 9:39 am
פארום: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אשכול: זאכן וואס כ'וויל וויסן
רעאקציעס: 4897
געזען געווארן: 560063

שכוח, קאפקע. ס'מיר א חידוש וואס די זאגסט און בכלל נישט אזוי פשוט. קענסט אפשר מסביר זיין פארוואס יעצט שטופט די געז נישט ארויס דעם באטל פון אונטן?
דורך דריידל
זונטאג אקטאבער 26, 2014 8:47 am
פארום: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אשכול: זאכן וואס כ'וויל וויסן
רעאקציעס: 4897
געזען געווארן: 560063

פארוואס זענען סאדע באטלעך נישט פלאך פון אינטן?
דורך דריידל
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 3:19 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: אן אפענע בריוו צו ראשי ועסקני ק"ק פאפא
רעאקציעס: 140
געזען געווארן: 29797

סאטמאר טענה'ט: אויב פאפא מעג, מעג איך אויך!
דורך דריידל
דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 2:46 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: קען מען דען זיין אן ערליכער יוד אין וויליאמסבורג?
רעאקציעס: 44
געזען געווארן: 6040

ערגעץ אין הלכות קריאת שמע ווי ס'שטייט די הלכות פון דאווענען נגד ערוה. אויב איך געדענק גוט, איז די מקור א פרי מגדים וואס שרייבט אז שוק באשה ערוה מיינט נאר די אויבערשטע האלב פיס. די אוסרים זאגן אז די פמ"ג האט זיך טועה געווען ווייל נאר ביי א בהמה מיינט "שוק" די אויבערשטע העלפט אבער ביי א...
דורך דריידל
דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:10 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: קען מען דען זיין אן ערליכער יוד אין וויליאמסבורג?
רעאקציעס: 44
געזען געווארן: 6040

העלא האט געשריבן:עס איז נישט דא קיין איין איינציגע פוסק וואס איז מתיר צו גיין אהן שטרימפ,


די משנה ברורה איז מתיר. קען זיין ער איז טאקע נישט אזא פוסק ווי ר' ישראל חיים מנשה אדער ר' געציל, אבער מ'קען נישט זאגן אז ס'איז נישטא קיין איין פוסק וואס איז מתיר
דורך דריידל
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:44 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: קען מען דען זיין אן ערליכער יוד אין וויליאמסבורג?
רעאקציעס: 44
געזען געווארן: 6040

איך האב שוין דיסקאסירט מיט אפאר מענטשן איבער די מעלות פון וויליאמסבורג. צום סוף איז די בעסטע וואס זיי האבן געקענט זאגן געווען, אז אין וויליאמסבורג שעמט מען זיך צו טון עבירות ווייל די שכן/חבר וועט עס מפרסם זיין

אויך מיר א מעלה
דורך דריידל
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 12:08 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
רעאקציעס: 306
געזען געווארן: 45993

אינטערעסאנט, די ווערטער 'עד שהוא קצר מלמעלה' האבן אבער נישט קיין פשט לפי"ז. פארוואס נישט? משופע ועולה - ס'גייט שיף אויף ארויף, עד שהוא קצר מלמעלה - ביז ס'ווערט שמאל פון אויבן אין בכלל, וואס זאגט רש"י "ועומד על אמה כדי שיזובו המים", דער אמה האט דען געמאכט די וואסער זאל אראפרינען?...