די גאנצע שקלא וטריא פון מורינו ורבנו איז נישט לאגיש. ווער זאגט אז די צוויי מהלכים וואס דו שטעלסט אוועק זענען mutually exclusive? עת לאהוב ועת להנות, וירא שמים יוצא די שניהם. מ'קען - און מ'דארף - אינוועסטירן אין די קשר און אהבה פון איינעם צום צווייטן, פיזיש און עמאציאנעל. אין די בחינה פון בינו לבינה ...
נחליאל הכהן סילאוואן , א שטארקער קענער אין ארכעאלאגיע און אור-אלטע ביבלישע היסטאריע פון נאנטן מזרח. ער פירט אן מיט נ"ך טורס אין די מעט מוזעאום . יעצט לכבוד פסח הבעל"ט, פראוועט ער א ספעציעלע טור אין די עגיפטישע גאלעריען מיט א תנ"ך פערספעקטיוו. איך וויל ארגאניזירן א היימישע גרופע, ווער...
מאיר ראזענבערג, אן אייניקל פון דער סאטמארער ראה"ק יצחק ראזענבערג. זייער א טאלאנטפולער קאמפאזיטאר, שפילער און זינגער. בין השאר האט ער קאמפאזירט די ניגון רבינו נחמן בן פיגא וואס ליפא שמעלצער האט מפרסם געווען אין די פאפולערע מוזיק ווידעא . יעצט איז ער ארויס מיט א פרישע ניגון - מה שהיה, היה. http:/...
דענקער, דו ברענגט ארויס א רוגזה'דיגע און פערזענליכע קאמפ צווישן עקיבא און ליבי. כמיין אז שמערל ברענגט ארויס אן ארטיסט'ס הארץ, די דילעמע איז מיט זיך אליין: ס'איז נישט ווערט צו מאלן געצוימטערהייט. ס'איז אפי' גרינגער בכלל נישט צו מאלן. זעה: My Name is Asher Lev ביי חיים פאטאק. איך האב געמערקט דעם אונט...
די גאנצע מעשה מיט די משכילים איז נישט שווארץ און ווייס. עס זענען געווען גענוג ערליכע רבנים מדקדקים בקלה כבחמורה וואס האבן געשטיצט לימודים כלליים. און דערפאר זענען זיי - אין אונזער ווערסיע פון היסטאריע - אפגעסטעמפלט געווארן אלס משכילים. כאטש וואס זיי האבן זיך געשלאגן קעגן די פורקי עול פון די משכיל'יש...