דער זוך האט געטראפן 399 רעזולטאטן

דורך קינד_אן_קייט
מיטוואך יולי 02, 2014 10:04 am
פארום: שלום עליכם!
אשכול: א יסודות'דיגע הערה אויפ'ן 'סיסטעם'
רעאקציעס: 29
געזען געווארן: 8558

כ׳רעאגיר כדי ס׳זאל בלייבן אויפ׳ן אויבערפלאך און חלילה נישט אראפ נידערן אין קעלער... ;)
דורך קינד_אן_קייט
מיטוואך יולי 02, 2014 1:47 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: ברעיקינג! אראבער דערמארדערט אין ירושלים!
רעאקציעס: 77
געזען געווארן: 7561

יין שרף האט געשריבן:געוויסע געבן איבער אז ער איז דערמארדערט געווארן דורך פארנאטישע אראבער פארן בלויזן חטא פן זיין "מאדערן"
(ניטש אזוי פארנאטיש ווי זיי ווילן... #OTD...)

צ״ל ׳מאדערן׳ מיט א גימ״ל, כך אפשר לומר לפי הבילד.
דורך קינד_אן_קייט
מיטוואך יולי 02, 2014 1:00 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: ברעיקינג! אראבער דערמארדערט אין ירושלים!
רעאקציעס: 77
געזען געווארן: 7561

איך מײן אז ס׳איז עפעס ראנג מיט א טײל פון אונז װאס זענען ערצויגען געװארן צו ניצען די קאפ פאר די הארץ, און פרײען זיך װען מען פארגיסט אומשולדיג בלוט. אײ מין קאם אן דײן מאמע איז געװען גערעכט װען זי האט דיך נישט געלאזט האבן די פלעסטיק װאסער גאן פון דעי קעמפ. צוהיצטע קינדערישע קעפ, זיי כאפן נישט אז אפילו...
דורך קינד_אן_קייט
מיטוואך יולי 02, 2014 12:16 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: רציחת נערי ישראל, הי"ד, האומנם ?
רעאקציעס: 28
געזען געווארן: 2708

אוודאי איז פארהאן אן א שיעור אויסדרוקן פון נקמה אין תנ״ך און אין חז״ל, אבער רוב דערפון זענען זיך מתייחס צום אייבערשטען אלץ דער נוקם (לי נקם ושלם, וכו׳), אדער רעדט זיך עס ביי מלחמות קיום/מצווה ווי מען האט פרובירט מעביר זיין כלל ישראל מאמונתם. קוק אריין אין כלי יקר אויף ״לא תקום״ ווי ער ערקלערט דעם ענ...
דורך קינד_אן_קייט
מיטוואך יולי 02, 2014 12:13 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: ברעיקינג! אראבער דערמארדערט אין ירושלים!
רעאקציעס: 77
געזען געווארן: 7561

מ׳רעדט יא, ווארשיינליך זענען די פאקטן נאך נישט אזוי קלאר:
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4536948,00.html
דורך קינד_אן_קייט
דינסטאג יולי 01, 2014 3:30 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: האט דער גוי עולם הזה?
רעאקציעס: 103
געזען געווארן: 17186

וכך שנו חכמים בדעקלערעישאן אוו אינדיפענדענס: מען מאכט א נייע לאנד ווי יעדער איז אייניג בארעכטיגט צו נאכיאגען צופרידנקייט. The pursuit of happiness. דאכט זיך אז ר׳ פישל רירט דא אן די נקודה הפנימית פונעם דעבאטע. דער ענין פון סיפוק, צו ס׳האנדלט זיך פון גשמיות (עוה״ז), צו רוחניות (עוה״ב), איז דער רצון ...
דורך קינד_אן_קייט
דינסטאג יולי 01, 2014 2:11 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: רציחת נערי ישראל, הי"ד, האומנם ?
רעאקציעס: 28
געזען געווארן: 2708

ס׳איז א זינלאזער ויכוח מחמת כמה טעמים, הן ע״פ רוח היהדות והן ע״פ שכל וסדר העולם. א׳ - די מהות פון ׳נקמה׳ איז דירעקט נישט קיין אידישער מהלך, דער מושג פון אפשטילן צער דורך פארגיסן פריש בלוט איז נישט בלויז תאוות נקם נאר אויך תאוות רציחה, ס׳איז א געמיינע תכונה וואס מען טרעפט ביי בעלי חיים און אויך ביי א...
דורך קינד_אן_קייט
מאנטאג יוני 30, 2014 8:14 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: על שלשה פשעי ישראל
רעאקציעס: 1
געזען געווארן: 476

על שלשה פשעי ישראל

יעצט אז ס׳איז ליידער באשטעטיגט געווארן דער ביטערער גורל פון אונזערע דריי אידישע ברודער וואס זענען על לא עוול בכפם ערמארדערט געווארן הי״ד, קענען די מחשבות זיך ווידמען אויפ׳ן חלק ההתבוננות. איך בין נישט אויסען אויסצומאלן מוסר השכל׳ס אדער זיך אהערצושטעלן אלץ גאט׳ס פארשטייער וואס פארשטייט פונקטליך די פי...
דורך קינד_אן_קייט
מאנטאג יוני 30, 2014 2:21 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: ברוך דיין האמת: 3 בחורים אין א''י געקידנעפט
רעאקציעס: 299
געזען געווארן: 40531

צו האלטן דריי לעבעדיגע מענטשן אין פארכאפונג איז נישט קיין גרינגע זאך אפילו פאר גרויזאמע חיות, בפרט : אויב די פארכאפער אליין זענען געציילטע (סה״כ צוויי מיט אפשר בלויז עטליכע מיטהעלפער לויט באריכטן), ווען זיי ווייסן אז די פאליציי איז תיכף אינפארמירט געווארן (אבער ווייסן נישט אז די אומבאלימפערטע פאליצי...
דורך קינד_אן_קייט
זונטאג יוני 29, 2014 4:27 pm
פארום: קונסט
אשכול: א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע
רעאקציעס: 52
געזען געווארן: 11210

ליבער שטערן, אז עמיציר שרייבט אויף אן אנדער׳ן שטייגער וואס איז דיר נישט צום הארצן (מחמת געוואוינהייט אדער בחירה) איז יענער דערפאר נישט פונעם העכער׳ן שטייסל, און אז ס׳לייגט זיך דיר נישט אויפ׳ן שכל ביזטו נישט דערפאר א יוצא דופן. דער פעדער איז א וואונדערליכער קראן, און דורך איר טינט רינט דורך די נשמה א...
דורך קינד_אן_קייט
זונטאג יוני 29, 2014 4:00 pm
פארום: קונסט
אשכול: א תפילה איז געװאָרן א גאָרילע
רעאקציעס: 52
געזען געווארן: 11210

ר׳ שלום, שטארק צום פינטל.

אינספירירט דורך ״אויפגאנג פון מאלפע׳ס פלאנעט״ אדער פון יואלי׳ש קרויס׳לעך ודומיהם?

נ.ב. ׳כוכב׳ איז אפשר גאר טאקע פון אן אנדערער פלאנעט, ווי מ׳זאלט ערוואקסענע אריין זעצן אין קינדער בענקלעך און ביכער פיטערן ערשט נאכדעם וואס איז עס איז צומאלן און צושניטען אויפ׳ן שפיץ גאפל.
דורך קינד_אן_קייט
פרייטאג יוני 27, 2014 7:21 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: ויקחו אליך กระทิงแดง
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 645

ויקחו אליך กระทิงแดง

אונטער׳ן פענסטער אין די קיהלע ירושלים׳ע שעות, הערט זיך א קול אין די פינסטערניש, א קול וואס זוכט, א קול וואס פרעגט און איר ווידערקול פרעגט צוריק. עס לעכצט נאך פארשטאנד, אמרתי אחכמה והיא רחוקה. דאס ארימקייט שרייט ארויס פון אלע ווינקלען, אין עני אלא בדעת ועני חשוב כמת, די שארפקייט פון אוירא דארץ ישראל ...
דורך קינד_אן_קייט
מיטוואך יוני 25, 2014 10:06 am
פארום: א שמייכל
אשכול: כי יקום בקרבך … נביא (רוה״׳ק בלע״ז)
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 840

יא כ׳מיין טאקע הרב שיק (נישט פארטוישן מיט שיק - ברסלב), מלפנים דומ״ץ התאחדות הרבנים וטאהש, רב דקהל תפילה לדוד, פאררעכנט זיך אלץ תלמיד מובהק פונעם רימניצער.
דורך קינד_אן_קייט
דינסטאג יוני 24, 2014 7:40 pm
פארום: מידיא ווינקל
אשכול: Jewish Media Coalition - JMC
רעאקציעס: 22
געזען געווארן: 2128

זעהט זיך אויס אז אדון פראנקפורטער (עמי) איז קעגן בילדער… ווי איז ער דא אזוי ארויסגעפאלן?
דורך קינד_אן_קייט
דינסטאג יוני 24, 2014 6:18 pm
פארום: א שמייכל
אשכול: כי יקום בקרבך … נביא (רוה״׳ק בלע״ז)
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 840

כי יקום בקרבך … נביא (רוה״׳ק בלע״ז)

לעולם באלאנגט דאס אין אשכול ״ אותות ומופתים באדמת בני חם ״ (אדער אין ״ סיפורים וועלכע זענען נגד השכל ״ אדער אפשר גאר ביי ״ ר’ יענקעלע איז גארנישט? ״) אבער כדי ס׳זאל זיי נישט שאטן קיין עין הרע (חמסה, חמסה)... איז אפשר יא כדי דאס אפצוטיילן. כ״ק אדמו״ר מ׳ריבניץ (בארא פארק, הי״ו) איז נוהג צו זאגן אז ״ס׳...
דורך קינד_אן_קייט
מאנטאג יוני 23, 2014 6:08 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: 14 רבנים פארפלייצן גאסן מיט קול קורא קעגן היימישע טערעפיסט
רעאקציעס: 164
געזען געווארן: 19696

איחוד פעלד האט געשריבן:מיט אזעלכע שטארקע ידיעות, מן הסתם ביסטו איינער פין די חותמים אליין.

אז מען לעבט דערלעבט מען.


איחוד, כ׳בין נאך גאנץ א פרישער דאהי אבער דאכט זיך אז דאס איז א אבק של אביזרייהו דגילוי… קוים דערלעבט, און שוין! מ׳פירט מיר צו די תלי׳.

אוח, אוח..
דורך קינד_אן_קייט
מאנטאג יוני 23, 2014 12:39 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: 14 רבנים פארפלייצן גאסן מיט קול קורא קעגן היימישע טערעפיסט
רעאקציעס: 164
געזען געווארן: 19696

גערעדט מיט איינע פון די חותמים פערזענליך, ער האט קיין גרויס האפענונג נישט געהאט אז זי וועט זיך ברעכן היות מ׳מוטשעט זיך שוין מיט איר פאר א לאנגע צייט און זי האלט זיך בי איר׳ס. דער בריוו האבן זיי אונטערגעשריבן בכדי מענטשן ״אין די ליין״ (שלום בית עסקנים, רבנים, מוסדות, וכו׳) זאלן וויסן צו שטיין ווייט ו...
דורך קינד_אן_קייט
זונטאג יוני 22, 2014 1:34 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: קאלטבלוטיגע אבר מן החי פרעסערס!
רעאקציעס: 22
געזען געווארן: 2297

ס׳איז אלעס א ענין פון רגילות און וויאזוי מ׳איז אויפגעוואקסן. אויב ביים שווער באלעקט מען זיך מיט גערגעלעך און ביי דיר איז דאס א ביין אין האלדז איז נאכנישט אויס שידוך. ביי מיר אין די קינדערישע יארן אז כ׳האב געזען א מאקאש׳ל איז מיר געקומען אויפ׳ן געדאנק נאר צוויי מחשבות: 1. וועט ער מיר אנשטעקן מיט רעעב...
דורך קינד_אן_קייט
זונטאג יוני 22, 2014 12:08 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: גזירת הגלות
רעאקציעס: 25
געזען געווארן: 2485

רגיל היה שלמה קארליבאך נאכצוזאגן אז א כופר בעיקר הייבט אן גלייבן ווען ער שפירט זיך ענג אן א וועג ארויס, און ס׳ארבעט פארקערט אויך, ווען מען האט דעם מעסער אין רוקן בויעט מען נישט קיין אקאדאמישע טעאריעס אדער סברות נאר מ׳טוט צו דער זאך. @איך אויך די חילוקי דיעות איבער ר׳ מנחם זעמבא׳ס רוח הגבורה איז שווא...
דורך קינד_אן_קייט
פרייטאג יוני 20, 2014 8:14 pm
פארום: חינוך
אשכול: א בחור א תלמיד חכם, א מחלל שבת?!!
רעאקציעס: 112
געזען געווארן: 19280

דער לעיקוואד׳רס דומ״ץ וויי געשריי דערמאנט אביסל פון דעם מנחת אלעזר׳ס קליפ בנוגע שבת: אז מ'רעדט פון מונקאטשער רב'ס ברכות, ווי קען מען נישט דערמאנען די באקאנטע פייערדיגע ברכה פאר די יודן אין אמעריקע (אין דעם פאלגנדן קליפ, אנגעהויבן פון 1:00) " שבת זאגט אבער תוס' פון מדרש, שבת איז נאר איינער, ס'הא...
דורך קינד_אן_קייט
פרייטאג יוני 20, 2014 7:44 pm
פארום: חינוך
אשכול: א בחור א תלמיד חכם, א מחלל שבת?!!
רעאקציעס: 112
געזען געווארן: 19280

דורך קינד_אן_קייט
פרייטאג יוני 20, 2014 3:44 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: מענטשען וואס פייניגען אנדערע אומ'וועלענדיג
רעאקציעס: 17
געזען געווארן: 2420

און אז מ׳רעדט שוין פון פארקינג, די יעניגע וואס פארקן אן זיך רעכענען און לאזן פלאץ פאר א צווייטן גייט ביי מיר אריין אין די קאטאגאריע אז ״מיט אים בין כ׳מיך נישט משדך״, אזא אוממענטשהייט! מ׳ברויך אזא איינעם קאנפיסקירן די לייסענס, וואס ׳עט שוין געשען? ס׳וועט דיר קאסטן נאך א 20 סעקונדעס צו קוקן אין שפיגל ...
דורך קינד_אן_קייט
פרייטאג יוני 20, 2014 12:47 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: ליבשאפט צו קרימינאלן
רעאקציעס: 20
געזען געווארן: 4222

ס׳איז א אינטערעסאנטער פסיכאלאגישער פארקומעניש. כ׳וואלט געזאגט אז ס׳איז געוויס ענליך צו ״שטאקלהאם סינדראם״ ווי אפילו דירעקט באטרעפנדע קניפן זיך אן אין זייערע רודפים, הגם דארט איז דא א סברה צו זאגן אז עס געשעהט מכח פחד און survival instinct. דאס איז אמאל זיכער, אז אפילו נארמאלע מענטשן האבן א געוויסע ה...