דער זוך האט געטראפן 29 רעזולטאטן

דורך אלאדין
מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:09 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: א דרשה פון דער פרעמד
רעאקציעס: 7
געזען געווארן: 1208

א דאנק פאר דער ווארעמער שטיצע.

[tag]אבטולמוס[/tag] און [tag]אדנירם[/tag], איר זענט צו ברייטהארציג מיט אייערע קאמפלימענטן... א דאנק ;)
דורך אלאדין
מאנטאג יאנואר 18, 2016 2:28 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: א דרשה פון דער פרעמד
רעאקציעס: 7
געזען געווארן: 1208

א דרשה פון דער פרעמד

א מעשה'לע לכבוד מארטין לוטער קינג'ס טאג ס'איז שוין געווען ביינאכט. דער טאטע האט געדרייט די בארד מיט איין האנט, פארקנייטשנדיג די שטערן איבער א שטיקל תוספות אין מסכת גיטין, בשעת זיין זון איז אריינגעקומען אין שטוב. דער טאטע האט אויפגעהויבן די אויגן פון דער גמרא און געכאפט א זייטיגן בליק צו זיי...
דורך אלאדין
פרייטאג יאנואר 15, 2016 3:24 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: דאס אומגעשריבענע פאעמע
רעאקציעס: 2
געזען געווארן: 805

זייער שיין! א הערליכער געדאנק און הארציג ארויסגעברענגט!
דורך אלאדין
פרייטאג יאנואר 15, 2016 2:11 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: היסטארישע ראמאן: יעזוס קריסט
רעאקציעס: 75
געזען געווארן: 26594

איך האב נישט פארכאפט צו רעאגירן צו דעם הערליכן וויכוח צווישן אדנירם און הוגה . לויט מיין מיינונג וואלט זיך געקומען פאר דעם מער לייקס. ווייזט אויס אז דער עולם איז פויל צו ליינען... דאס איז דאך דער ניצחון פון סטרוקטור. שש דארף יעצט שרייבן אן אשכול איבער דער וויכטיגקייט פון ליינען - כדי מ'זאל נישט אנקו...
דורך אלאדין
דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 8:12 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: קאמפסגרייט - ליד
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 957

א דאנק בענדזשאמין. איך האב געשריבן "צעשטארט" מיט אן אלף. מיין כוונה איז געווען דער שורש פון "ארויסשטארן", נאר דער פרעפיקס "צע" לייגט צו אביסל "צעשטרייטקייט" צו דער ארויסשטארונג... וויאזוי ס'זאל נישט זיין, האב איך עס געטוישט. א דאנק פאר דער באמערקונג.
דורך אלאדין
דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 7:56 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: קאמפסגרייט - ליד
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 957

קאמפסגרייט - ליד

צום שלאכט די ליפן פארפרעסט, קוק איך אין הימל, די אויגן צעשטרייט און ווילד. דעם רוקן כ'שטעל אוועק שטייף, און דאס פנים פארגערוקט אין קריג. אין ברוסט גייט מיר בלוט פון געשאסענע קוילן. רינט אין א רויטקייט וואס איך ליב און גיט מיר דעם כח פאר קאמף. כ'צי ארויף די גאווה אויף מיר אזוינס ווי קיינמאל פריער גע...
דורך אלאדין
דינסטאג יאנואר 12, 2016 12:21 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחיצה
רעאקציעס: 77
געזען געווארן: 13559

ס'איז א שיינער ניגון [tag]אפשר[/tag], אבער לאמיר נישט פארקריכן פון די רעלסן. די טעמע איז נישט love, נאר א געזעלשאפטליכער ריס.

איך האב נישט צוגעברענגט דאס פראנצויזישע ליד צוליב די ווערטער, נאר דוקא צוליב דער פרעמדקייט און אומפארשטענדליכקייט. ס'איז נישט וויכטיג וואס זי זאגט דארט נאר וויאזוי זי זאגט.
דורך אלאדין
מאנטאג יאנואר 11, 2016 11:24 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחיצה
רעאקציעס: 77
געזען געווארן: 13559

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס זי זינגט דארט און פארוואס זי איז אזוי צושאסן, אבער אויב איז די מחיצות וואס צוברעכט איר אזוי, דאן אראפגעריסן ווערן זאלן אלע מחיצות!


איך זע דאך אז דו האסט פיין פארשטאנען. איז וואס מאכסטו דיך תמ'עוואטע? :)
דורך אלאדין
מאנטאג יאנואר 11, 2016 9:52 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחיצה
רעאקציעס: 77
געזען געווארן: 13559

איך האב ארויסגעלייגט דאנערשטאג דעם צווייטן בריוו אויסטויש לויטן פארלאנג פון אדנירם (ס'איז די לעצטע תגובה אינעם פריערדיגן בלאט), אבער איך האב צום באדויערן נישט פארכאפט צו לאזן הערן מיינע הערות איבער דעם ווייל איך בין געווען פארנומען. איך וועל עס יעצט משלים זיין. דער אונטערשייד אין סטיל צווישן די צווי...
דורך אלאדין
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 12:23 am
פארום: פאעזיע
אשכול: היסטארישע ראמאן: יעזוס קריסט
רעאקציעס: 75
געזען געווארן: 26594

[tag]יאיר[/tag], איך הער יעצט די מוזיק פון באך וואס דו האסט ארויסגעלייגט. דאס איז גארנישט פון דער וועלט... א יחיד במינו.

טאקע פאסיג צו דער פאעמע פון אדנירם!.. :)
דורך אלאדין
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 12:10 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: געזעלשאפטליכער ריס (אריגינעלע ווערסיע)
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 1529

ישראל מ.: ניו יארק די שטימע פון יענער זייט ברכה גיטל, איך האב אפגעליינט דיינע ווערטער מיט אינטערעס, זעענדיג וויאזוי די זעלבע געפילן קענען זיך אפשפיגלען פונעם ווייבערשול. דיין קול איז אייגנארטיג, דו טראכסט זיכער מער ווי אנדערע, און דערפאר איז דיין מצב אויך שווערער. ווען איך האב געשריבן וועגן דעם ווא...
דורך אלאדין
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 12:06 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחיצה
רעאקציעס: 77
געזען געווארן: 13559

צווייטער בריוו אויסטויש

ישראל מ.: ניו יארק די שטימע פון יענער זייט ביי פעלקער זענען דא פארשידענע סימבאלן וואס אידענטיפיצירן זיי. זייערע פענער הייבן זיך מיט פראכט צום הימל, און די הימנעס שפאלטן די אטמאספערע פונעם מענטש. ווען זיי שפילן זיך אויס אין הארמאניע איז עס א א רייכע סצענע פון יצירה. און וואס וועט זיין ווען ס'וועט דע...
דורך אלאדין
מיטוואך יאנואר 06, 2016 8:54 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: היסטארישע ראמאן: יעזוס קריסט
רעאקציעס: 75
געזען געווארן: 26594

איך בין שטום! א הערליכע ארבעט משזר!... א משורר בחסד עליון. ס'איז פול מיט געפיל און קונסט.

קענסט עפעס צושטעלן פאר מוחמד אויך? ;)
דורך אלאדין
מיטוואך יאנואר 06, 2016 1:42 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: אן אומפארמיידבארע מחיצה
רעאקציעס: 83
געזען געווארן: 15683

א דאנק ישראל. אלאדין דיין ראיה פון תורה ודעת איז נישט ווערד קיין סאך, נישט פון א השקפה/הלכה'דיגע קוקווינקל און זיכער נישט היסטאריש. איך גלייב אז ס'איז א פראגע ווי שטארק מ'איז אונטערן איינפלוס פונעם הויפט-שטראמיגן וועג פון טראכטן צווישן אונזער עולם, אבער קען זיין אז איך בין נישט גערעכט. ס'וואלט געפאד...
דורך אלאדין
מיטוואך יאנואר 06, 2016 12:56 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: אן אומפארמיידבארע מחיצה
רעאקציעס: 83
געזען געווארן: 15683

כ'ווייס נישט פארוואס דו זאגסט אז איך בין נישט יושר'דיג, ווען איך פרוביר צו רעדן אביעקטיוו ומתוך כבוד לחולקים על דברי. איך האב עס געזאגט אין א פריינטליכן טאן (ערזעצט דאס ווארט unfair אויף ענגליש) נאר אין שריפט האט מען נישט געזען מיין שמייכל.. כ'האב עס אבער אויסגעמעקט נאך פאר דו האסט געשריבן דיין תגו...
דורך אלאדין
מיטוואך יאנואר 06, 2016 12:04 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: אן אומפארמיידבארע מחיצה
רעאקציעס: 83
געזען געווארן: 15683

אלאדין האט געזאגט אז די תשובה ספרים זענען פיל מיט היתרים, און אויב כ'פאדער דאס וועט ער צושטעלן מראי מקומות. גאט! וואו האסטו געזען אין מיינע ווערטער אז איך וועל דעבאטירן/צוברענגען היתרים פון ספרים? איך פארשטיי אז דא שטעקט איין פרט פון אונזער מיספארשטענדעניש. די תשובה ספרים ווערן נישט גענוצט בלויז דו...
דורך אלאדין
דינסטאג יאנואר 05, 2016 11:42 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: אן אומפארמיידבארע מחיצה
רעאקציעס: 83
געזען געווארן: 15683

.
דורך אלאדין
דינסטאג יאנואר 05, 2016 11:29 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: אן אומפארמיידבארע מחיצה
רעאקציעס: 83
געזען געווארן: 15683

אדנירם , זיי מיר מוחל וואס איך האב נישט געענטפערט פריער. איך בין שטארק פארנומען דורכ'ן טאג. מיר זעט אויס אז מיר האבן פשוט א מיספארשטעדעניש. ווען איך האב אנגעכאפט די לשון 'הלכה'דיג' האב איך אויסדריקליך נישט געמיינט טריקענע שו"ע, נאר אויך די השקפה. דערפאר האב איך נישט געמאכט קיין באזונדערע תגובה...
דורך אלאדין
דינסטאג יאנואר 05, 2016 6:42 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחיצה
רעאקציעס: 77
געזען געווארן: 13559

איך בין מסכים מיט דיר יאיר אז דער input פון מענער איז איבריג, ס'איז שוין דא פון דעם גענוג אויף אויסצוברעכן. איך האב אבער פארשטאנען די נקודה אנדערש ווי דו. די ווייבער וואלטן געקענט געניסן פון געוויסע מענערישע געביטן וואס זענען פארשלאסן פאר זיי (אין איין מוסד מער, אין איין מוסד ווייניגער). דער אינהאל...
דורך אלאדין
מאנטאג יאנואר 04, 2016 5:51 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחיצה
רעאקציעס: 77
געזען געווארן: 13559

איך בין מסכים מיט דיר יאיר אז דער input פון מענער איז איבריג, ס'איז שוין דא פון דעם גענוג אויף אויסצוברעכן. איך האב אבער פארשטאנען די נקודה אנדערש ווי דו. די ווייבער וואלטן געקענט געניסן פון געוויסע מענערישע געביטן וואס זענען פארשלאסן פאר זיי (אין איין מוסד מער, אין איין מוסד ווייניגער). דער אינהאלט...
דורך אלאדין
זונטאג יאנואר 03, 2016 6:32 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחיצה
רעאקציעס: 77
געזען געווארן: 13559

שש, איך האב דיר געענטפערט אין יענעם אשכול וואס דו האסט געעפנט.

בנוגע דעם שמועס פון מיידל חינוך קעגן יונגל חינוך, בין איך אודאי איינשטימיג מיט @פארשוויגן און @ליטוואק. איך גלייב שטארק אז ווען מ'זאל ארייננעמען א פרוי אינעם באורד פון די חדרים און ישיבות (!) וואלט מען בעסער געשטאנען.
דורך אלאדין
זונטאג יאנואר 03, 2016 6:23 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: אן אומפארמיידבארע מחיצה
רעאקציעס: 83
געזען געווארן: 15683

שש, איך וועל מיך באציען דירעקט צו אפאר ציטאטן פון דיינע ווערטער: ווען איז אמאל געווען אזא זאך אז פרויען זאלן זיין מער נאנט מיטן מענער שול? בפשטות קיינמאל. נישט נאר דאס, נאר לכאורה איז היינט סאך בעסער אין דעם הינזיכט ווי אמאל. אין גמרא געפונען מיר נאר איין באוואוסטע רעביצין, ברוריה אשת רבי מאיר [אלי...
דורך אלאדין
זונטאג יאנואר 03, 2016 6:22 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: אן אומפארמיידבארע מחיצה
רעאקציעס: 83
געזען געווארן: 15683

טייערער אדנירם, ס'איז א פארגעניגן צו ליינען יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פון דיין פעדער. איך ווייס נישט צי איך האב ריכטיג פארשטאנען גענוי וואו דו ביסט יא מסכים מיט מיר און וואו נישט, אבער איך וועל רעאגירן לויט ווי איך האב פארשטאנען. פארשטייט זיך אז דו וועסט נאכדעם זיך קענען אויסקלארן. זיי מיר מוחל או...