דער זוך האט געטראפן 570 רעזולטאטן

דורך העניך
פרייטאג אפריל 30, 2021 7:05 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: פארוואס איך בין יא געטאנצן ל"ג בעומר תשפ"א
רעאקציעס: 42
געזען געווארן: 4418

און לאמיר נישט פארגעסן אז מרעדט נישט דא פון פורים אדער שמחת תורה (אדער סתם א יו״ט) וואס איז באשטימט געווארן אלץ ימי שמחה. מרעדט דא פון א יו״ט וואס איז נישט מער ווי 500 יאר אלט און סהאט קוים עפעס שוואכע מקורות, אבער סווערט הייליגער ווי גאנץ יידישקייט. און רעד פון די הדלקות אליין וואס זענען קוים עטלי...
דורך העניך
פרייטאג אפריל 30, 2021 7:03 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: פארוואס איך בין יא געטאנצן ל"ג בעומר תשפ"א
רעאקציעס: 42
געזען געווארן: 4418

און א חתן וואס האלט אז מ'דארף אים משמח זיין אין אזא צייט איז א סעלפישער און קאלטבלוטיגער בעיבי. ביטע זיי נישט אזוי שארף. מען האט נאר חתונה איינמאל אין לעבן, און א חתן מעג וועלן אז מ'זאל אים נישט באוויינען זיין חתונה. זאלסט מיר אנטשולדיגן, אבער א חתן וואס ערווארט אז מ'זאל אים משמח זיין אין דעם טאג ו...
דורך העניך
פרייטאג אפריל 30, 2021 6:38 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
רעאקציעס: 181
געזען געווארן: 31428

כ ארי נוהם ועוד לקרא: עס קומען יעצט ארויס פילע ווארענונגען וואס זענען געשריבן און געזאגט געווארן איבער די לעצטע יארן אז מירון איז א סכנה. עס איז פאראן א דו"ח פון דער רעגירונג איבער דעם, עס זענען פאראן פילע "טוויטס" וועגן דעם, א מעסעדזש פון דעם זשורנאליסט אריה ערליך, אן ארטיקל עטליכע י...
דורך העניך
פרייטאג אפריל 30, 2021 6:24 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: פארוואס איך בין יא געטאנצן ל"ג בעומר תשפ"א
רעאקציעס: 42
געזען געווארן: 4418

א דאנק פאר'ן מיטטיילן דיינע הרגשים. אבער איך קען בכלל נישט רילעיטן צו וואס דו שרייבסט. שמחה קען מען נישט באשטעלן ווייל עס שטייט אין א ספר אז מ'דארף זיין בשמחה. ווען ס'געשעט א טראגעדיע טאר מען נישט אויסרייסן דעם פשוט'ן מענטשליכן געפיל צו טרויערן. מ'פארלירט דעם קאנעקשן צו די יסודות וואס מאכן אונז פאר ...
דורך העניך
פרייטאג אפריל 30, 2021 12:30 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: די שרעקליכע מירון טראגעדיע מאָנט פון מיר
רעאקציעס: 9
געזען געווארן: 1920

די שרעקליכע מירון טראגעדיע מאָנט פון מיר

די שרעקליכע טראגעדיעס אין מירון צעשאקלט יעדעס אידיש הארץ, כי כל לבב דוי וכל ראש לחלי. די געפילן רוישן מיט צער און ווייטאג, און גלייכצייטיג אויפברויז אויף יעדן און אלעמען איבער ווער עס האט גורם געווען אדער געקענט מונע זיין די שוידערליכע טראגעדיעס. און גאנץ זיכער וועט דאס ווייטאג נאך ווערן טיפער און צ...
דורך העניך
דאנערשטאג אפריל 29, 2021 9:34 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ווען מ'הויבט אן 'שפירן' ביי די הדלקות
רעאקציעס: 36
געזען געווארן: 5630

וויאזוי שטאפל 1 (שטאפל 2 לויט [tag]הוגה[/tag]) שפילט זיך אויס היי-יאר מיט באבוב-45.
דורך העניך
דאנערשטאג אפריל 29, 2021 9:31 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ווען מ'הויבט אן 'שפירן' ביי די הדלקות
רעאקציעס: 36
געזען געווארן: 5630

למען הדיוק, קודם פארט מען אויף א שבת אין מירון וואו מען מאכט א הדלקה מוצ"ש. ביי דעם איז נישט שייך שינוי המנהג, היות דער זיידע/פעטער ז"ל איז קיינמאל געווען אין מירון אויף שבת. דארט ביי דעם שבת, אנטפלעקט זיך דעם רבינ'ס ספעציעלע שייכות צו רבי שמעון. דערנאך ערשט הייבן די חסידים/מקורבים אן...
דורך העניך
דאנערשטאג אפריל 29, 2021 8:58 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ווען מ'הויבט אן 'שפירן' ביי די הדלקות
רעאקציעס: 36
געזען געווארן: 5630

די רבי'ס האבן טאקע א פראבלעם וויאזוי צו מארקעטן די הדלקות פאר זייערע שעפעלעך, ווען זיי זענען די וואס שרייען אייביג אז מ'טאר נישט משנה זיין. איז שוין דא א קלארער סקריפּט וויאזוי מ'טוט דאס: 1. די יאר ווען מ'וויל איינפירן די הדלקה זאגט מען נישט אז מ'פאנגט אן א נייע זאך, נאר מ'פארקויפט אז ס'איז אן איינמ...
דורך העניך
דינסטאג מערץ 23, 2021 10:02 am
פארום: היסטאריע
אשכול: אומגלויבליכע אנטדעקונג: כ"י ספר דברים פון תקופת בית ראשון!
רעאקציעס: 44
געזען געווארן: 6889

וואס מיינסטו מיט פעלשערייען ביי מגילות ים המלח? כ'ווייס נישט פון אזא זאך.
דורך העניך
מאנטאג מערץ 22, 2021 9:26 pm
פארום: היסטאריע
אשכול: אומגלויבליכע אנטדעקונג: כ"י ספר דברים פון תקופת בית ראשון!
רעאקציעס: 44
געזען געווארן: 6889

דאס איז וואס איך נעם ארויס פון דערשאוויצ'ס פאפיר. אבער דער פארשער דייט אן אז ער האט נאך ראיות וואס קומט פונעם טעקסט פון די מגילות אליין, און איך קוק ארויס צו לייענען וואס ער זאגט דארטן. כ'דארף געהעריג לייענען דערשאוויצ'ס בוך ווען עס קומט ארויס אין אפריל, אינצווישן האב איך יעצט געזען א סעריע טוויטס ...
דורך העניך
מאנטאג מערץ 22, 2021 9:17 pm
פארום: וויסנשאפט
אשכול: געים טעאריע
רעאקציעס: 52
געזען געווארן: 10764

זייער אינטערעסאנט. דאס איז מיר דער גרעסטער חידוש: ווי אויך טאמער צייגט מען זיי פיר קעסטעלעך וואס דריי קעסטעלעך זענען איין קאליר און איינס אן אנדערע, און מ׳זאגט זיי אז נאר אויב זיי ביידע וועלן וועלן די זעלבע קעסטעל וועלן זיי באלוינט ווערן, איז נישט וויסענדיג דעם חבר׳ס בחירה גייען זיי וועלן בדרך כלל ו...
דורך העניך
מאנטאג מערץ 22, 2021 8:38 pm
פארום: היסטאריע
אשכול: אומגלויבליכע אנטדעקונג: כ"י ספר דברים פון תקופת בית ראשון!
רעאקציעס: 44
געזען געווארן: 6889

כ'האב געלייענט דעם פארש-פאפיר פון עידן דערשאוויץ, און כ'מוז דערציילן פאר'ן ציבור אז כ'בין נישט איבערצייגט. יא, ער ברענגט עטליכע זאכליכע ארגומענטן וואס מאכן שוואכער עטליכע פון די ראיות אז די שפירא-מגילות זענען געווען געפעלשט, אבער זיין ראיה אז ס'איז יא אויטענטיש איז לדעתי גאנץ שוואך. לכתחילה איז א שט...
דורך העניך
דינסטאג מערץ 16, 2021 11:48 pm
פארום: היסטאריע
אשכול: ציפערן פון אידן אין פוילן און די אידן פראגע אין אמעריקע
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 1819

4.5 קינדער, אדער מיט די עלטערן?
דורך העניך
מאנטאג מערץ 15, 2021 11:29 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: א טשילד יוד
רעאקציעס: 30
געזען געווארן: 5661

מי אני האט געשריבן:(וכעין התוס׳ בתענית י: ד״ה אל)

כ'האב נישט יעצט נאכגעקוקט, אבער כמדומה אז תוס' דארטן שטימט נישט געהעריג. ;)
דורך העניך
זונטאג מערץ 14, 2021 1:13 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: א טשילד יוד
רעאקציעס: 30
געזען געווארן: 5661

כ'האב נישט געהערט דעם גאנצן שיעור, נאר עטליכע מינוט דא און דארטן. קודם וויל איך קאמפלימענטירן הרב ניימאן פאר'ן רעדן פלוסיג, געשמאק, און מיט אריגינעלע געדאנקען. לעצם הענין, מיר קוקט אויס ווי הרב ניימאן קוקט אן די גאנצע השתלשלות היהדות מיט א זייער תמימות'דיגן און אומבאהאוונטן בילד, ווי כאילו ס'פארט גר...
דורך העניך
זונטאג מערץ 14, 2021 11:55 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: "מיינע" אשכולות
רעאקציעס: 8
געזען געווארן: 1324

אודה ולא אבוש אז איך האלט זיך איין פון רעאגירן אין 'זיינע' אשכולות אויס מורה נישט חלילה וויי צו טוהן זיינע געפילן אויף סיי וועלכע אופן. וואס איך ערווארט איז בעיסיק נארמאלקייט, נישט אז מ'זאל שרייבן סופער-סענסיטיוו און היטן אויף מיינע געפילן. אבער ווי יענער וועלכער האט געזאגט "דער נאַר זאל ארויס...
דורך העניך
מוצ"ש מערץ 13, 2021 11:30 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: "מיינע" אשכולות
רעאקציעס: 8
געזען געווארן: 1324

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:אלץ איינער וואס לייגט נישט אריין קיין כוחות אין מיינע אשכולות, עגרי איך מיט דיר 100 פראצענט מדין ק״ו בן בנו של ק״ו.

כ'קען דיר נישט גלייבן, ווייל ס'איז קעגן א בפירוש'ער חז"ל, האומר לא יגעתי ומצאתי אל תאמין.

אדער אפשר איז נשתנו הטבעים.
דורך העניך
פרייטאג מערץ 12, 2021 10:16 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: פארוואס האט ניו יארק אזא הויכער טויט ראטע?
רעאקציעס: 25
געזען געווארן: 3109

קורקלענד האט געשריבן:אין אינדיע האט זיך געגאסןHCQ ווי וואסער.

מיר קוקט אויס אז אין אינדיע זענען געווען ווייניגער קעיסעס לכתחילה. וואס זענען די טויטפעלער פּער קעיס אין אינדיע, אין פארגלייך צו אמעריקע?
דורך העניך
פרייטאג מערץ 12, 2021 10:00 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: פארוואס האט ניו יארק אזא הויכער טויט ראטע?
רעאקציעס: 25
געזען געווארן: 3109

די נומערן פון ניו יארק זענען געפערליך, און די שאלה פארוואס איז א שטארקע און א ריכטיגע. עס דארף אויך אנגעמערקט ווערן אז די נומערן אין אמעריקע בכלליות זענען זייער נישט גוט, און פון די ערגסטע אין דער וועלט. איז פאר מ'קריכט אריין אין די פאקטארן וואס האבן געברענגט אזויפיל טראגעדיעס אין אונזער מדינה און א...
דורך העניך
דאנערשטאג מערץ 11, 2021 11:00 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: "מיינע" אשכולות
רעאקציעס: 8
געזען געווארן: 1324

"מיינע" אשכולות

זייט די הנהלה האט איינגעפירט דעם שריפטשטעלער טיטל , און האט מיר דאס גוטהארציג געשאנקען, האב איך די מעגליכקייט צו רעדאגירן און צו פירן מעשי בעלות אין די אשכולות וואס איך עפן. עס האט זיך טאקע געמאכט שוין עטליכע מאל וואס איך האב געווארנט געוויסע רעאגירער אין "מיינע" אשכולות אז אויב זיי וועלן ...
דורך העניך
דאנערשטאג מערץ 11, 2021 8:34 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: זענט איר נאך נייגעריג אין פרישע קאראנא שטודיעס?
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 1075

ס'איז קלאר אז רוב ציבור איז נישט אינטערעסירט, והנהגותינו יוכיח. דער אמת דארף אבער געזאגט ווערן, און וועט ווייטער געזאגט ווערן. ווער עס וויל עס נישט לייענען זאל אנשטאט טראָלן פשוט נישט אריינקומען אין די אשכולות. כ'וואלט מציע געווען אז דו, מפיל קינד , זאלסט עפענען אשכולות איבער זאכן וואס אינטערעסירן ד...
דורך העניך
דאנערשטאג מערץ 11, 2021 8:06 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: קאראנא-ווירוס שטודיע פון היימישע דאקטוירים
רעאקציעס: 9
געזען געווארן: 1651

[tag]הקטן[/tag], הער אויף ארומלויפן אין אלע אשכולות ווארפן דיינע איין-שורה'דיגע שטינק-באמבעס. אז דו האסט עפעס צו זאגן, זאג עס געהעריג בטוב טעם ודעת. אנדערש וועל איך פארמעקן דיינע הודעות אין מיינע אשכולות.

בתקוה להבנה.
דורך העניך
דאנערשטאג מערץ 11, 2021 7:59 pm
פארום: היסטאריע
אשכול: אומגלויבליכע אנטדעקונג: כ"י ספר דברים פון תקופת בית ראשון!
רעאקציעס: 44
געזען געווארן: 6889

[tag]הקטן[/tag] און [tag]רביה"ק[/tag], הערטס אויף אנצו'חזיר'ן מיין אשכול. א דאנק.