דער זוך האט געטראפן 937 רעזולטאטן

דורך גדליה
מיטוואך אפריל 18, 2018 11:57 pm
פארום: א שמייכל
אשכול: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24 שעה
רעאקציעס: 124
געזען געווארן: 25786

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאכצעך מיר אז דער חזון איש האט געזאגט פופציג יאר, ניט אזעי?

מ'הערט טאקע אז די חזון איש'ניקעס גלייבן שוין נישט צוואנציג יאר אין די מדינה.
דורך גדליה
מיטוואך אפריל 18, 2018 11:53 pm
פארום: א שמייכל
אשכול: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24 שעה
רעאקציעס: 124
געזען געווארן: 25786

וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24 שעה

די גאנצע וועלט קוקט ארויס מיט שפאנונג אויף די צוזאמפאל פון מדינת ישראל וואס וועט פארקומען אין די קומענדיגע פיר און צוואנציג שעה. ווי באקאנט האבן אלע גדולי ישראל פאראויסגעזען מיט זייערע ריינע הייליגע אויגן אז די מדינה פון די כופרים ורשעים וועט נישט אנהאלטן. דאס איז בעיקר באקאנט אין נאמען פון גרויסן ח...
דורך גדליה
מאנטאג אפריל 16, 2018 10:28 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
רעאקציעס: 344
געזען געווארן: 60409

אפשר גייט מען רופן זיינע ספרים קדושת מרדכי. דעם קדושת ציון האט מען אויך געגעבן דעם נאמען נאכן פטירה.
אין אנדערע נייעס הער איך זאגן אז מגייט רופן די היינטיגע רביס האדמורים בעלי שבת אחים שליטא.
דורך גדליה
מוצ"ש אפריל 14, 2018 11:09 pm
פארום: א שמייכל
אשכול: צייטונגען שטעלן אפ חיצים ובליסטראות אין קאמף קעגן סאטמאר
רעאקציעס: 1
געזען געווארן: 1539

צייטונגען שטעלן אפ חיצים ובליסטראות אין קאמף קעגן סאטמאר

בשעת די פאראייניגטע כוחות פון אמעריקע, ענגלאנד און פראנקרייך האבן געווארפן באמבעס אין סיריע, איז געקומען די פריידיגע נייעס אז מען האט אנגעהויבן איינשטעלן א שלום אין א שטורמישן קאמף וואס ציט זיך שוין נאנט צו זיבעציג יאר. די רעדע איז איבער די צוויי מאכטפולע זייטן: די צייטונגען און סאטמאר. מער ספעציפיש...
דורך גדליה
מוצ"ש אפריל 14, 2018 10:34 pm
פארום: מייסטערווערק
אשכול: שלא שינו את לשונם - וועקער 12
רעאקציעס: 15
געזען געווארן: 4794

כ'האב דעם שבת דורכגעליינט דעם מאמר און גרויס הנאה געהאט. א גרויסן ייש"כ.
דורך גדליה
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 11:06 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: אב"ד נועם ורצון אויף טוויטער: אונזער עדיוקאציע דארף א תיקון
רעאקציעס: 72
געזען געווארן: 10776

איסר האיטלקי: איך בין מיט דעיוויד דיוק!!!

אפשר קענט איר מוחל זיין טוישן די קעפל פון דעם אשכול? הרב לאבין שרייבט גאנץ קלאר אין זיינע טוויטס אז ער האט גארנישט מיט מאסטער און אז אן אפגעפארענער חסיד איז נישט ממש דער פאסיגסטער קאנדידאט אריינצוברענגען טויש ביים ציבור. הרב לאבין האט די קוראזש זיך ארויסצושטעלן מיט זיין פולן נאמען און זאגן וואס ער ה...
דורך גדליה
זונטאג אפריל 08, 2018 8:13 pm
פארום: מייסטערווערק
אשכול: דער רענעסאנס חסיד - הרב מאיר שיללער אינטערוויו אין וועקער 12
רעאקציעס: 70
געזען געווארן: 11569

רביה''ק זי''ע האט געשריבן::like :like :like טויזענט לייקס פאר די הקדמה.

און דאס איז טאקע איינע פון די סיבות פארוואס איך האב פיינט אידעאלאגישע מענטשן, שנאת מוות ממש.

פאסט נישט פאר רביה"ק זי"ע
דורך גדליה
דאנערשטאג אפריל 05, 2018 6:47 pm
פארום: חינוך
אשכול: הגאון ר' מאיר הייזלער: "אונזערע קינדער קענען עוואלוציע"
רעאקציעס: 15
געזען געווארן: 4035

איש תשבי,
כמיין אז ידעתי איז נישט געווידמעט אויף די אט"ד נאר ענדערש אזעלכע וואס בלייבן במחנינו און זענען במחשבה דיבור וקצת במעשה שוין נישט מיט דעם חרדישן ערציאונג, למחצה לחשיש ולרביע.
(אגב, מאן פון תשבי, וואס איז פשט אז כגרייט אייך צו א כוס און איר קומט נישט אן?)
דורך גדליה
דאנערשטאג אפריל 05, 2018 4:15 pm
פארום: חינוך
אשכול: הגאון ר' מאיר הייזלער: "אונזערע קינדער קענען עוואלוציע"
רעאקציעס: 15
געזען געווארן: 4035

די רעגירונג וויל דאך מזאל לערנען עוואלוציע ווי אן אמתע טעאריע. הרב הייזלער וויל מזאל אפלאכן דערפון און מסביר זיין די "לעכערליכקייט".
אגב כמיין אז דאס איז נאר אין ארץ ישראל, אין חוץ לארץ ווייסן נישט די בחורים פון די זאכן.
דורך גדליה
דינסטאג אפריל 03, 2018 1:15 am
פארום: מייסטערווערק
אשכול: דער רענעסאנס חסיד - הרב מאיר שיללער אינטערוויו אין וועקער 12
רעאקציעס: 70
געזען געווארן: 11569

איך כאפ נישט פארוואס ס'פעלט אויס צו דערמאנען ארויס פון קאנטעקסט. דאס איז בערך ווי די ויכוח אין פאריגן וועקער וועגן רב קוק. לאמיר זאגן אז ס'איז טאקע א געפערליכע חטא צו שרייבן אז שפילן בעיסבאל איז א גילוי שכינה צו וואס, נו מוז מען עפעס דערמאנען די איין דעה ביי יעדן שמועס, צו פסק'נט דאס דען אפ דעם מענט...
דורך גדליה
דינסטאג אפריל 03, 2018 1:12 am
פארום: מייסטערווערק
אשכול: זמן חירותינו: מיר זענען פריי בוחר צו זיין - וועקער 12
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 5283

לויט ווי איך האב געליינט זענען פארהאנען ספעציפישע מוח נערוון וואס זענען אחראי פאר א אדיקשאן. דאס איז אביסל אזוי ווי א באג וואס כאפט זיך אריין אין קאמפיוטער און מאכט אים טון אלע מיני מאדנע זאכן, אדער ווי א וויירוס וואס מאכט חרוב א מענטשנ'ס גוף, דאס זעלבע קען זיין אז ביים מענטש אליין כאפט זיך אריין א ...
דורך גדליה
דינסטאג אפריל 03, 2018 1:01 am
פארום: מייסטערווערק
אשכול: זמן חירותינו: מיר זענען פריי בוחר צו זיין - וועקער 12
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 5283

געפילטע פיש,
כ'מיין מ'ברויך האבן א בעסערע הגדרה.
לו יצוייר די גאנצע סאסייעטי ווערט אדיקטעד צו דראגס, וועט דאס מער נישט זיין א אדיקשאן? ווי אזוי קען סאסייעטי דאס אפמאכן.
דורך גדליה
דינסטאג אפריל 03, 2018 12:42 am
פארום: מייסטערווערק
אשכול: דער רענעסאנס חסיד - הרב מאיר שיללער אינטערוויו אין וועקער 12
רעאקציעס: 70
געזען געווארן: 11569

הרב וחילופיהן בחכם איך פארשטיי נישט על מה יצא הקצף. הרב שיללער שטעלט זיך פאר אין דעם אינטערוויו אלס א שטארק רעכטע קאנסערוואטיוו. די אינטערוויוער שרייבט קלאר אז דאס איז נאר געווידמעט אויף די לעבנס געשיכטע פון הרב שיללער און נישט אויף זיינע פאליטישע אדער השקפה'דיגע שיטות. דאס וואלט איר מסתמא אויך מודה...
דורך גדליה
דינסטאג אפריל 03, 2018 12:21 am
פארום: מייסטערווערק
אשכול: דער רענעסאנס חסיד - הרב מאיר שיללער אינטערוויו אין וועקער 12
רעאקציעס: 70
געזען געווארן: 11569

איך בין זיכער איינער א חסיד שוטה האט אוועקגעלייגט עפעס א אלט פעסל הערינג פון די בראשית יארן אין סקווער
טאמער נישט זאל איינער שוין איינזאלצן אביסל רחמיסטריווקא הערינג
דורך גדליה
דינסטאג אפריל 03, 2018 12:15 am
פארום: מייסטערווערק
אשכול: דער רענעסאנס חסיד - הרב מאיר שיללער אינטערוויו אין וועקער 12
רעאקציעס: 70
געזען געווארן: 11569

אפשר קען איינער שאפן אביסל פון די סקווערער הערינג
דורך גדליה
דינסטאג אפריל 03, 2018 12:05 am
פארום: מייסטערווערק
אשכול: דער רענעסאנס חסיד - הרב מאיר שיללער אינטערוויו אין וועקער 12
רעאקציעס: 70
געזען געווארן: 11569

נאך א זאך איז מיר געווען מורא'דיג אינטרעסאנט ווי שטארק ער איז געווען אינוואלווד אין פאליטיק און אין וואספארא אידעאליסטישע וועלט מ'האט דעמאלטס געלעבט. ממש מ'האט זיך געדינגען צו דער שיטה איז ריכטיג צו יענע שיטה איז ריכטיג. היינטיגע צייטן איז אלס רעדיצירט ממש צו נארישע רעטאריק, אז כמעט יעדע בר דעת וויי...
דורך גדליה
מאנטאג אפריל 02, 2018 11:55 pm
פארום: מייסטערווערק
אשכול: דער רענעסאנס חסיד - הרב מאיר שיללער אינטערוויו אין וועקער 12
רעאקציעס: 70
געזען געווארן: 11569

יאך בין אביסעל אנטוישט פון דער אינטערוויו. אז מען פארשפרעכט אן אינטרוויו מיט אזא מענטש איש האשכולות א בעל דעה וואלט איך זיך גערעכנט אז דער עיקר זאל זיך רעדן איבער זיינע דעות, צו איבער יהדות צו איבער פאליטיק, און זאל ער פארציילען זיינע דעות און זיי מצדיק זיין, און אפשר אויך פון ווי ער האט עס באקומען...
דורך גדליה
מאנטאג אפריל 02, 2018 7:49 pm
פארום: מייסטערווערק
אשכול: דער רענעסאנס חסיד - הרב מאיר שיללער אינטערוויו אין וועקער 12
רעאקציעס: 70
געזען געווארן: 11569

אקוראט אזוי. איר זאגט אייער מיינונג אן די מינדעסטע אינטערעסע צו הערן וואס א אנדערע האט צו זאגן. דאס איז א זיכערע וועג צו בלייבן אייביג גערעכט
דורך גדליה
מאנטאג אפריל 02, 2018 7:24 pm
פארום: מייסטערווערק
אשכול: דער רענעסאנס חסיד - הרב מאיר שיללער אינטערוויו אין וועקער 12
רעאקציעס: 70
געזען געווארן: 11569

ווען איך וואלט געהאט א האלבע צד אז דא גייט זיך פירן א נארמאלע ויכוח וואלט איך אייך געענטפערט. אבער פון אייער שפראך זעט נישט אויס אז איר זענט אינטערעסירט אין א אויפריכטיגע דעבאטע, ווינטש איך אייך א גוטן מועד און א פרייליכן יום טוב. זייער אנגענעם געווען זיך צו באקענען.
דורך גדליה
מאנטאג אפריל 02, 2018 4:59 pm
פארום: מייסטערווערק
אשכול: "מיין רבי ר' שמואל" – הרב אויערבאך ז"ל, וועקער #12
רעאקציעס: 1
געזען געווארן: 985

לדעתי איז די ארטיקל פון די בעסטע אינעם וועקער. שילדערט אויף א הערליכע פאעטישע פארנעם דעם דמות פון רבי שמואל פון דעם פערספעקטיוו פון א תלמיד און לייגט אראפ א שלימות'דיג בילד פון זיין וועזן אין געציילטע שורות. עס איז א אמת'ע מייסטערוועק וואס גיט א גאר ברייטע בליק אויף דעם גדול, און ערקלערט פארשידענע ז...
דורך גדליה
מאנטאג אפריל 02, 2018 3:34 pm
פארום: מייסטערווערק
אשכול: דער רענעסאנס חסיד - הרב מאיר שיללער אינטערוויו אין וועקער 12
רעאקציעס: 70
געזען געווארן: 11569

פעך! א גרויל. ער באלאנגט טאקע אין Jewland סקווירא. אויב וואלט איר געליינט דעם אינטערוויו וואלט איר געזען אז אזא זאץ ווי איר האט דא געשריבן, כלומר'שט אין נאמען פון ליבעראליזם, פארשעמענדיג א גאנצע עדה אידן מיט זלזול, וואלט פאר הרב שיללער, דער "ראסיסט", אפילו נישט געקומען אין ווילדסטן חלום צ...
דורך גדליה
מאנטאג אפריל 02, 2018 3:33 pm
פארום: מייסטערווערק
אשכול: דער רענעסאנס חסיד - הרב מאיר שיללער אינטערוויו אין וועקער 12
רעאקציעס: 70
געזען געווארן: 11569

אינטרעסאנט, ווען ער באשרייבט די מענטשען וואס האבען געלאזט זייער איינדרוק אויף איהם, שרייבט ער בפרטיות. הרב דאנציגער מיט זיינס, הרב ד"ר לאם מיט זיינס וכו'. אבער ביים סקווערער רבי'ן איז עס נישט אזוי. ער רעדט פון אן אטמאספערע וכו', אבער קיין איין שטארקע נקודה זאגט ער נישט. נישט אויפ'ן היינטיגע או...
דורך גדליה
מאנטאג אפריל 02, 2018 3:27 pm
פארום: מייסטערווערק
אשכול: דער רענעסאנס חסיד - הרב מאיר שיללער אינטערוויו אין וועקער 12
רעאקציעס: 70
געזען געווארן: 11569

איך האב דורכגעליינט דעם אינטערוויו -וואס איז אייגנטליך א האלבע ביכל - עטליכע מאל. כ'האב עס דורכגעלערנט ממש ווי א מוסר ספר, און כאטש ס'איז נאר די לעבנס ביאגראפיע פון אים האב איך ארויסגעלערנט גאר אסאך. כ'קוק ארויס בכליון עינים אויף די קומענדיגע אינסטולאציע. ס'איז קענטיג אריין גאר אסאך ארבעט סיי מצד דע...