דער זוך האט געטראפן 937 רעזולטאטן

דורך גדליה
מיטוואך מערץ 28, 2018 2:44 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
רעאקציעס: 120
געזען געווארן: 22010

כ'מיין ס'איז נישט אזא גרויסע נפקא מינא וויפיל קונים וועקער האט, די עיקר אז יעדער מענטש וואס קויפט דער וועקער איז געגאנגען במחשב תחילה, געמאכט א סוירטש, געפינען אויף עמעזאן, ארויסגענומען 8-9 דאלער פון טייסטער, און דערלאנגט כדי צו קריגן דעם וועקער דעליווערט א צוויי טאג שפעטער. דאס איז נישט א מאגאזין ו...
דורך גדליה
דינסטאג מערץ 27, 2018 9:52 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
רעאקציעס: 120
געזען געווארן: 22010

איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן און דורכגעליינט אין איין אטעם דעם שיללער אינטערוויו. איך בין ממש ארויס פון התפעלות. איך האב עטליכע הערות און איך וויל בעטן דעם שרייבער ער זאל ביטע עפענען א אשכול וואו איך וועל אים קענען אפגעבן מיינע דאנקען און הערות.
דורך גדליה
מאנטאג מערץ 26, 2018 7:25 pm
פארום: א שמייכל
אשכול: ביקש גדליה לעקור את הפסח
רעאקציעס: 27
געזען געווארן: 6367

שמעקעדיג האט געשריבן:
מצדי קען פסח גערן זיין אויך 2 וואכן. אין בין נישט פאר'חלש'ט פאר פיצא מיט בעגלס.

איך ווייס נישט פון וואו איר קומט אבער ביי מיר אין שטוב איז פסח לכל הפחות צוויי וואכן, רוב מאל 3-4. חדשים פאר פסח הענגט שוין דראמאטישע סיינס וואו חמץ איז פארבאטן.
דורך גדליה
מאנטאג מערץ 26, 2018 7:23 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
רעאקציעס: 120
געזען געווארן: 22010

ס'וואלט געווען א שיינע זאך אויב איינער איז מודיע פאר עמעזאן זיי זאלן באפעסטיגן זייערע סערווערס ס'זאל זיך נישט צוברעכן פון די טויזנטער ארדערס
דורך גדליה
זונטאג מערץ 25, 2018 4:35 pm
פארום: א שמייכל
אשכול: ביקש גדליה לעקור את הפסח
רעאקציעס: 27
געזען געווארן: 6367

א חשש חמץ מיינט אז מ׳האט א סבה אריין צו לייגען חמץ. למשל, וואסער קען מען געהעריג טרינקען. געטרוקענטע פרוכט, אמאל לייגט מען מעהל דאס צו מאכען בעסער, דעריבער איז מען חושש דאס נישט צו עסען ווילאנג מ׳ווייסט נישט. אזוי שטייט אין רמ"א. און אפ"ה אחרון של פסח מעג מען יא עסען. מיט א הכשר, קען מען ...
דורך גדליה
זונטאג מערץ 25, 2018 3:21 am
פארום: א שמייכל
אשכול: ביקש גדליה לעקור את הפסח
רעאקציעס: 27
געזען געווארן: 6367

עטס הערטס אויף מיט די שטיק? א בפירוש'ע רמבם אז די וואס נעמען א מנהג און מאכן פון דעם א דאורייתא זענען עובר אויף בל תוסיף. מיין טאטע האט עובר געווען טויזנט מאל בל תוסיף יעדן פסח און ער הייסט א שיינער איד. איך וויל מאכן איין לא תגרעו און מ'באפאלט מיך. מוטב שיעקרו פסח אחד משיעקרו כל בני בית.
דורך גדליה
זונטאג מערץ 25, 2018 2:12 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
רעאקציעס: 344
געזען געווארן: 60395

ר' יצחק יוחנן איז אבער מער הייליג
דורך גדליה
זונטאג מערץ 25, 2018 1:46 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
רעאקציעס: 344
געזען געווארן: 60395

איך קום פון א חשוב'ע וויזניצע משפחה. איך בין אלע יארן געווען א וויזניץ מאנסי חסיד. איך וואוין אין בארא פארק, און נאך די פטירה פון רבי'ן איז דער בארא פארקער רב געווארן רבי ביי אונז אין שטאט. איך בין אבער מער נוטה צום רבי'ן פון וויליאמסבורג.
איך בין א וויזניץ מאנסי וויליאמסבורג בארא פארקער חסיד.
דורך גדליה
זונטאג מערץ 25, 2018 12:19 am
פארום: א שמייכל
אשכול: ביקש גדליה לעקור את הפסח
רעאקציעס: 27
געזען געווארן: 6367

איך אויך האט געשריבן:ווער לאזט דיר נישט ווערן א קאטאליק?

כ'דארף מיך שמד'ן? פארוואס? ווייל כ'וויל עסן טאמעיטעס פסח?
דורך גדליה
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 5:17 pm
פארום: מייסטערווערק
אשכול: ירידת הדורות: דער מושג, די מקורות, און דער באדייט (וועקער11)
רעאקציעס: 60
געזען געווארן: 24086

איך האב געליינט דעם וועקער מאמר און איך רעאגיר אויף אייער רעאקציע.
דורך גדליה
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 5:13 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
רעאקציעס: 120
געזען געווארן: 22010

א גרויסן יישר כח פאר דעם נייעם וועקער אויסגאבע. איך האב שוין לאנג געוואלט קענען לערנען דעם קאלירדיגן דמות פון רב שיללער, יעצט וועל איך דאס ענדליך קענען טון. אויך די אנדערע ארטיקלען זעען אויס צו זיין נישקשהדיג. מיין וועקער איז שוין אויפ'ן וועג.
דורך גדליה
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 3:12 am
פארום: א שמייכל
אשכול: ביקש גדליה לעקור את הפסח
רעאקציעס: 27
געזען געווארן: 6367

ביקש גדליה לעקור את הפסח

יעדע יאנטעף האט פארשידענע שיינע חלקים, פארשידענע נישט אזעלכע שיינע חלקים, אבער איבער אלעם איז עס א שיינע עקספיריענס. שבועות איז מען אויף א גאנצע נאכט, אבער מ'פארברענגט שיין מיט חברים, מ'לערנט א שטיקל גמרא. און צופרי באקומט מען באצאלט טשיז קעיק. ראש השנה דאוונט מען, טאקע באורינג אבער מ'קען זיך מיטברע...
דורך גדליה
מיטוואך מערץ 21, 2018 10:50 pm
פארום: מייסטערווערק
אשכול: ירידת הדורות: דער מושג, די מקורות, און דער באדייט (וועקער11)
רעאקציעס: 60
געזען געווארן: 24086

דאס זייט איר גערעכט אז די חכמה איז דורך א לאנגע צייט וואס סאיז געווען טויט אין דער טונקעלער מיטלאלטער און די פריערדיגע חכמים זענען בעצם נישט געווען שוואכער נאר זיי האבן פשוט נישט געהאט די פארגעשריטנקייט. אבער כאמור זע איך נישט דא א ענין פון ירידת הדורות נאר אדרבה די דורות שטייגן כננס על גבי ענק ולכן...
דורך גדליה
מיטוואך מערץ 21, 2018 10:27 pm
פארום: מייסטערווערק
אשכול: ירידת הדורות: דער מושג, די מקורות, און דער באדייט (וועקער11)
רעאקציעס: 60
געזען געווארן: 24086

א. אפשר זאגט איר אונז נאך אביסל פון די קוועלער פון חכמה וואס האט געשפרודלט אין אתונא/אטענס? (אויסער די שווארצע קעז פון די ווייסע ציגעלע חכמה). ב. אויב היינט טראכט מען אנדערש מיינט דאס נישט ירידת הדורות נאר אז די קולטור האט זיך געטוישט. ג. ווער זאגט אז ירידת הדורות גייט אויך אן ביי גויים? ד. אפשר מיי...
דורך גדליה
זונטאג מערץ 18, 2018 2:05 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: די פטירה פון וויזשניצער רבי'ן אין אן אלטעירנעטיוו יוניווערס
רעאקציעס: 18
געזען געווארן: 2799

די פטירה פון וויזשניצער רבי'ן אין אן אלטעירנעטיוו יוניווערס

אין מאנסי איז די וואך נפטר געווארן הרה"ח הישיש הנגיד ר' מרדכי (מאטל) האגער ז"ל אין טיפן עלטער פון 95 יאר. ר' מרדכי איז געווען אן אמת'ער פארצייטישער איד פון פריערדיגן דור. ער איז געבוירן געווארן בעפאר'ן קריג אין גרויסווארדיין צו זיין פאטער הרה"ח ר' חיים מאיר האגער ז"ל, פון די געהו...
דורך גדליה
דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 8:53 pm
פארום: מייסטערווערק
אשכול: "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינמאן
רעאקציעס: 72
געזען געווארן: 16669

איך האב זייער שטארק הנאה געהאט פון די ארטיקל אויף הרב שטיינמאן. עס איז א וואונדערליכע ארבעט און א גרויסן יישר כח.
דורך גדליה
דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 5:07 pm
פארום: שלום עליכם!
אשכול: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
רעאקציעס: 4900
געזען געווארן: 591195

איך האב זיך איינגעהאנדלט דעם וועקער, און אזוי ווי איך האב געזען אז דא קומען פאר שמועסן וועגן די ארטיקלען אין דעם וועקער האב איך מחליט געווען צו עפענען א אקאונט דא צו מיטהאלטן מיט די שמועסן.