דער זוך האט געטראפן 4611 רעזולטאטן

דורך רביה''ק זי''ע
דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 5:39 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: שריפטשטעלער טיטל
רעאקציעס: 178
געזען געווארן: 31405

איך האלט גראדע נישט אז ער איז א טראלל, ער איז איין סטעפ פאר א טראלל, און עצה טובה קא משמע לן, שטיי ווייט פון פארביסענע מענטשן, רעאגיר נישט צו זייערע תגובות און שרייב נישט אין זייערע אשכולות. (אויב האלטסטו אז איך בין פארביסן ביטע מיך איגנארירן, כאטש דעם תגובה :P )
דורך רביה''ק זי''ע
מיטוואך יאנואר 11, 2023 9:34 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: דער באשעפער איז אייביג גוט!
רעאקציעס: 84
געזען געווארן: 7271

יא, דער רמב"ם זאגט דאך אז די אלע מעשיות זענען חלומות, אפשר איז דער רמב"ם גאר א חלק פונעם חלום? און בכלל, לויט יאיר ווייסן מיר דאך נישט צו מיר אליין עקזיסטירן צו נישט (בניגוד צו דעקארט..) איז עס חלום בתוך חלום בתוך חלום.. שוין, בלייבט נאר איבער צו וואוסן פון וועלכע גאט [tag]שמן למאור[/tag] ...
דורך רביה''ק זי''ע
מיטוואך יאנואר 11, 2023 9:22 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: דער באשעפער איז אייביג גוט!
רעאקציעס: 84
געזען געווארן: 7271

למעשה גערעדט, די גאט פון די תנ"ך האט יא געקענט עסן, ווי מ'זעהט אין פרשת וירא וואו ער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו אין א פארעם פון דריי מענטשן וועם ער האט איינגעלאדענט צו זיך אין שטוב און געגעבן צו עסן. בכלל זעה איך נישט פארוואס עסן און פישן זאל זיין מער הגשמה פון רעדן, רעדן ווי א מענטש האט דע...
דורך רביה''ק זי''ע
מיטוואך יאנואר 11, 2023 9:09 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: דער באשעפער איז אייביג גוט!
רעאקציעס: 84
געזען געווארן: 7271

ניין ס'נישט, כאטש נישט מער ווי עסן און טרינקען. אוי כ'האב פארגעסן, גאט קען דאס אויך נישט, אזא מוגבל צו זיין... סך הכל וואס איך זאג איז אז דו קענסט נישט ליידן קיין פישאכץ איז די חסרון אין דיר, נישט אין די פישאכץ (אדער קען זיין אז די חסרון איז אין קיינעם, ס'איז א בחינה ווי בשר וחלב וואס יעדעס פאר זיך ...
דורך רביה''ק זי''ע
מיטוואך יאנואר 11, 2023 9:04 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: דער באשעפער איז אייביג גוט!
רעאקציעס: 84
געזען געווארן: 7271

לאמיר עס טאקע צוגלייכן צו פישן, איז דא עפעס פונדאמענטאל נעגעטיוו אין געפישאכץ? סך הכל איז עס א נייטראלע צאמשטעל פון אטאמען. אז דיין נאז האט נישט ליעב די שמעק דערפון צו וואס איז עס א פעלער אין דיר.
דורך רביה''ק זי''ע
מיטוואך יאנואר 11, 2023 8:42 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: דער באשעפער איז אייביג גוט!
רעאקציעס: 84
געזען געווארן: 7271

‏ ס׳איז אינטוּאיטיוו אז כעס איז א נעגאטיווע כאראקטער טרעיט (i.e. שוואכקייט אין כאראקטער) פּער סע. דאס איז הגם עס קען זיין useful פאר'ן מענטש. (ואפילו לפי דוד הום, וואס האט געשריבן אז אויב פעהלט כעס אינעם מענטש איז עס א שוואכקייט פאר אים, איז דאס נאר לגבי א מענטש און ווי אזוי ער איז למעשה צאמגעשטעלט...
דורך רביה''ק זי''ע
מיטוואך יאנואר 11, 2023 2:38 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: דער באשעפער איז אייביג גוט!
רעאקציעס: 84
געזען געווארן: 7271

בקיצור, איינער האט אפגעמאכט אז זיך רעגן קומט פון שוואכקייט, איך האלט אז זיך נישט קענען רעגן קומט פון שוואכקייט, זיסע חלומות.
דורך רביה''ק זי''ע
מיטוואך יאנואר 11, 2023 2:08 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: דער באשעפער איז אייביג גוט!
רעאקציעס: 84
געזען געווארן: 7271

סתם א זייטיגע שאלה, די גאט אין וועם מ׳חושט דא אריין ״קען״ זיך רעגן? אויב נישט איז עס לכאורה פון די שלושת ימי הגבלה.
דורך רביה''ק זי''ע
מיטוואך יאנואר 11, 2023 9:50 am
פארום: חינוך
אשכול: מיינע עלטערן.......אפדעיט.
רעאקציעס: 20
געזען געווארן: 2861

פארוואס אין דער וועלט זאלן דיינע עלטערן דיך לאזן מאכן אייגענע החלטות?! די גאנצע סיבה זיי האבן דיר געבארן איז נאר ווייל קיינער איז נישט אינטערעסירט אין זייערע אפגעריסענע מיינונגען האבן זיי דיר אהערגעשלעפט ווייל דיר קענען זיי איינטיילן וואס צו טוהן ביז... זיי קענען שוין מער נישט... אבער דאן איז עס שו...
דורך רביה''ק זי''ע
מאנטאג יאנואר 09, 2023 11:00 pm
פארום: חינוך
אשכול: מיינע עלטערן.......אפדעיט.
רעאקציעס: 20
געזען געווארן: 2861

פארוואס אין דער וועלט זאלן דיינע עלטערן דיך לאזן מאכן אייגענע החלטות?! די גאנצע סיבה זיי האבן דיר געבארן איז נאר ווייל קיינער איז נישט אינטערעסירט אין זייערע אפגעריסענע מיינונגען האבן זיי דיר אהערגעשלעפט ווייל דיר קענען זיי איינטיילן וואס צו טוהן ביז... זיי קענען שוין מער נישט... אבער דאן איז עס שוי...
דורך רביה''ק זי''ע
מאנטאג יאנואר 09, 2023 10:17 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: ווער איז אויף די אנדערע זייט פון יוסי מזרחי?
רעאקציעס: 23
געזען געווארן: 1908

כל אומן שונא את בני אומנתו
דורך רביה''ק זי''ע
מאנטאג יאנואר 09, 2023 10:13 pm
פארום: מידיא ווינקל
אשכול: פון פענע צום בלאט (דער בלאט)
רעאקציעס: 13
געזען געווארן: 1851

איך לאז נישט אויס קיין וואך אן ליינען די גליון "השמיעיני את קולך" אומזיסטע קאמעדיע. גארנישט אזוי אומזיסט, ס'קאסט א ביטערן פרייז די אלע סארטן זאכן זענען נאר פאני ווילאנג ס'איז בבחינת אידישע הומאר פון לאכן פונעם אייגענעם פעקל צרות, פאר איינעם וואס קען זיך נישט אסאציאירן דערמיט איז עס קארנדי...
דורך רביה''ק זי''ע
מאנטאג יאנואר 09, 2023 6:03 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ווי געטרייע שאף צו א צווילדעוועטע פאסטוך
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 1504

יא יא, נאסטאלגיע אהער, נאסטאלגיע אהין, למעשה גערעדט האט קיינער נישט געוואלט צוריקגיין...
דורך רביה''ק זי''ע
מאנטאג יאנואר 09, 2023 5:38 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ווי געטרייע שאף צו א צווילדעוועטע פאסטוך
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 1504

איך האב מיין הוט איבערגעלאזט ביי מיינע עלטערן אינדערהיים, צוזאמען מיט נאך שמאנטשקעס ווי מיין חתן ש"ס און בר מצווה ספרים א.ד.ג. הגם לעצטע מאל איך בין דארט געוועהן האבן געפעלט א שיין ביסל פון די ספרים דארט, כ'האב געפרעגט מיין טאטן דערוועגן האט ער מודה געוועהן אז ער האט גע'לקח'נט אפאר... האב איך א...
דורך רביה''ק זי''ע
זונטאג יאנואר 08, 2023 5:13 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ווי געטרייע שאף צו א צווילדעוועטע פאסטוך
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 1504

וואס זענען טאקע די פרייזן פון היטן היינטיגע טעג?

גראדע די פשוט'סטע עצה איז אינגאנצן צו גיין אן א הוט, וכן אני נוהג.
דורך רביה''ק זי''ע
מוצ"ש יאנואר 07, 2023 11:21 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: פאר וועם איז די פארדארבענע סיסטעם א פראבלעם
רעאקציעס: 24
געזען געווארן: 2477

יא, ווייל מייסטנס בחורים וואס גייען ארבעטן טוען עס ווייל זיי זענען פראבלעמאטיש און קענען נישט אריינפיטן אין א נארמאלע מסגרת דערפאר באקומען זיי א מיידל וואס איז צוגעפאסט פאר זיי, די בחורים וואס גייען ארבעטן פשוט ווייל זיי האבן דאס קעפל אויף די פלייצע טוען זייער פיינע שידוכים.
דורך רביה''ק זי''ע
מוצ"ש יאנואר 07, 2023 9:19 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: קרבן פסח תשפ"ג?
רעאקציעס: 34
געזען געווארן: 2440

א. דער רבינו יונה קריגט אויף אייך.

ב. מה נפשך, אויב ביזטו נישט חושש צו תקנות פון רבנים וואס זענען נישט געוועהן אין די סנהדרין דארפסטו אויך נישט חושש זיין צו די איסור במות שלא בזמן הבית און דו האסט א "חיוב דאורייתא" מקריב צו זיין קרבנות אויף א במה אין דיין בעקיארד.
דורך רביה''ק זי''ע
פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:22 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: פאררוקטע ליבעראלע פאליסיס
רעאקציעס: 93
געזען געווארן: 9452

די קאנאדישע רעגירונג נעמט צו ירדן פיעטערסאנ'ס לייסענס, דשאו ראוגען איז ווערטערלאז. https://youtu.be/0dqD-MetEnc
דורך רביה''ק זי''ע
פרייטאג יאנואר 06, 2023 1:42 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: קרבן פסח תשפ"ג?
רעאקציעס: 34
געזען געווארן: 2440

לא תסור מן הדרך אשר יגידו לך ימין ושמאלֶ אפילו אומר לך על ימין שהיא שמאל וכו׳ איז דאכצעכמער אויך א ״דאורייתא״
דורך רביה''ק זי''ע
דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 7:46 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: קרבן פסח תשפ"ג?
רעאקציעס: 34
געזען געווארן: 2440

ערשטנס, מיין בית המקדש גייט נישט זיין סעקאנדערי, אפשר טירדלי, ווייל טעכניש איז שוין דא א אידישע בית המקדש אויף הר גריזים וואס ציהט פילע גוי'אישע טוריסטן יעדעס יאר ביים מקריב זיין דעם קרבן פסח. צווייטנס, זאגסט זייער גוט, די גאנצע קרבנות ענין איז טאקע פונקט גוט פאר די פאר מענטשן וואס זענען נאך שטעקן ג...
דורך רביה''ק זי''ע
דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 6:43 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: קרבן פסח תשפ"ג?
רעאקציעס: 34
געזען געווארן: 2440

אויב די בית המקדש אין ירושלים ווערט פאפולער עפן איך א קאנקורענץ אין אטלאנטיק סיטי, א שטייגער ווי בית חוניו אין מצרים אדער יעקב אבינו'ס מקדש אין בית אל. וואס גייען זיין די אקטיוויטעטן דארט? דער טיפיקעל אמעריקאנער גוי עקל'ט זיך פון צוקוקן ווי מ'שחט בהמות און מ'פארברענט פעטענס אויף הויכע גרויסע מזבח. ...
דורך רביה''ק זי''ע
דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 5:06 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: קרבן פסח תשפ"ג?
רעאקציעס: 34
געזען געווארן: 2440

אויב די בית המקדש אין ירושלים ווערט פאפולער עפן איך א קאנקורענץ אין אטלאנטיק סיטי, א שטייגער ווי בית חוניו אין מצרים אדער יעקב אבינו'ס מקדש אין בית אל.
דורך רביה''ק זי''ע
דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 5:01 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: פאר וועם איז די פארדארבענע סיסטעם א פראבלעם
רעאקציעס: 24
געזען געווארן: 2477

נאך א "פראבלעם", די מאמענט די מיידלעך ווערן זעלבסשטענדיג און הערן אויף זיך אפגאלן וועלן זיי שוין נישט זיין אינטערעסירט צו הייראטן א בחור א לוזער וואס האט קיין נארמאלע דשאב :lol: