דער זוך האט געטראפן 201 רעזולטאטן

דורך דוראק
מיטוואך יולי 29, 2020 2:23 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: האט טראמפ געבארגט זיין עראפלאן צו פירן א קראנק אידיש קינד?
רעאקציעס: 38
געזען געווארן: 4463

ווער לינקע וואָס לינקע? ווען האָב איך דערמאָנט דאָ לינקע? איך האָב סך הכל געשריבן אַז טראָמפּ טויג ניט. איר האַלט אַז קיין בעסערער קאַנדידאַט איז ניטאָ? מעגליך, איך בין ניט קיין מבין אויף פּאָליטיק. נאָר אַז אָך און וויי צו אַזאַ לאַנד וואו קיין בעסערס ווי טראָמפּ קאָן מען ניט אַרויסגעבן. בנוגע צו ד...
דורך דוראק
דינסטאג יולי 28, 2020 1:52 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: האט טראמפ געבארגט זיין עראפלאן צו פירן א קראנק אידיש קינד?
רעאקציעס: 38
געזען געווארן: 4463

אויב ס'איז דאָ אַ הווא אמינא באַ אימיצן אויכעט נאָך דער גאַנצער קאָראָנע מעשה אַז טראָמפּ פּאַסט צו זײן אַ פירער, איז דאָס די גרעסטע בלינדקײט אויף דער וועלט.
דורך דוראק
מאנטאג יולי 27, 2020 6:38 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: די אנטי-וואקסערס זענען די קליגערע!
רעאקציעס: 25
געזען געווארן: 6575

איך בין אינגאַנצן ניט מסכים מיט העניכס מהלך אַז אַנטיוואַקסינערשקײט קומט פון אַ זעלבסטשטענדיקע מחשבה, ולענ״ד איז די מעשה גאָר אַ פאַרקערטע. איך קען פּערזענליך עטליכע אַזוינע מענטשן, און כאָטש אַז טייל פון זיי זײנען טאַקע אינטעליגענט, פאַרמאָגן זיי אַלע אַ מין תמימות און herd thinking. איך מיין אַז ז...
דורך דוראק
מאנטאג יולי 27, 2020 1:18 pm
פארום: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אשכול: זאכן וואס כ'וויל וויסן
רעאקציעס: 4897
געזען געווארן: 559439

איז דא אזא בחינה אין אונזערע צייטן אז א מענטש זאל זיך אזוי אויסארבעטען ווי די אבות העולם? אַז אַ מענטש זאָל זיך אויסאַרבעטן, דאָס איז זיכער שייכות, און אַ חיוב אויף יעדן איינעם. ווי דער רמב״ם שרײבט קלאָר אין הלכות תשובה „כל אדם ראוי לו להיות צדיק כמשה רבינו או רשע כירבעם” און אין תנא דבי אליהו שטיי...
דורך דוראק
מאנטאג יולי 27, 2020 3:42 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: פארוואס איך בין אראפ פון דרך
רעאקציעס: 49
געזען געווארן: 25349

לכאורה רעדט זיך דאָ פון צוויי באַזונדערע זאַכן. דאָס וואָס דער אויבערשטער אַליין איז ניט אונטערגעוואָרפן זמן, אויף דעם דוכט זיך איז דער תישבי אויכעט ניט חלוק (פּונקט אַזוי ווי אַיעדער פאַרשטייט אַז אַ סברא שכלית למשל איז ניט אונטערגעוואָרפן זמן). די שאלה איז נאָר אין דעם אויבערשטנס באַצוג צו דער ווע...
דורך דוראק
זונטאג יולי 26, 2020 11:37 pm
פארום: מוזיק!
אשכול: ניגוני יום טוב עהרליך
רעאקציעס: 45
געזען געווארן: 14097

סתם, צוויי השגות אויף דעם אויבנגעבראַכטן חשבון: ער שרײבט אַז ער האָט צוויי ניגוני חב״ד, אין אמת'ן האָט ער לכה״פ דרײ (פיר) – דער ניגון „חתונה אין סאַמאַרקאַנד” (האַרט פאַר „זיידנס טאַנץ”) זינגט ער מיט צוויי ליובאוויטשע ניגונים (ער הייבט אָנעט מיטן ניגון „אבוא בגבורות” און ווײטער גייט ער אַריבער צום נ...
דורך דוראק
זונטאג יולי 26, 2020 11:24 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: פארוואס איך בין אראפ פון דרך
רעאקציעס: 49
געזען געווארן: 25349

אויב וויל איך לייקענען אין דער גאנצער מושג פין למעלה מן הזמן, ווער איך א אפיקורס? דער עיקרים זאָגט בפירוש אויף ניין... אבל מי שהוא מחזיק בתורת משה ויאמין בעיקריה, וכשבא לחקור על זה מצד השכל והבנת הפסוקים הטהו העיון לומר שאחד מן העיקרים הוא על דרך אחרת, ולא כפי המובן בתחילת הדעת; או הטהו העיון להכחי...
דורך דוראק
זונטאג יולי 26, 2020 3:53 pm
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: הברות פון לשון קודש
רעאקציעס: 25
געזען געווארן: 7753

בערל, דאָס איז טאַקע אַ טשיקאַווע טעמע אויף וועלכער איך האָב אַ פולע צוצוגעבן, איך האָף אפשר טאַקע איין טאָג עפענען אַן אשכול איבער דעם.
דורך דוראק
זונטאג יולי 26, 2020 3:48 pm
פארום: מוזיק!
אשכול: ניגוני יום טוב עהרליך
רעאקציעס: 45
געזען געווארן: 14097

איינער האָט מיר געשיקט אין אישי אַ בריוו וואָס ער האָט געשיקט ר' יום־טוב'ס אַן אייניקל, און איך שטעל עס דאָ אַרויפעט ברשותו. שלום רב לך ראשית כל תודה על המכתב. כבוד גדול זה לי להיות בקשר עם נכד האמן הגדול שגדלתי על ההקלטות שלו משחר ילדותי. ומאוד אני מעריך את השתדלותך להחיות את זכר הסב שלך להנחיל הלא...
דורך דוראק
זונטאג יולי 26, 2020 3:12 am
פארום: מוזיק!
אשכול: ניגוני יום טוב עהרליך
רעאקציעס: 45
געזען געווארן: 14097

אַ חבר מײנער האָט מיר ערשט געשיקט אַ תגובה וואָס איינער האָט געשריבן אויף אַ דיבישן וועבזײטל (כ'געדענק שוין ניט אויף וועלכן, און כ'האָב קיין כח ניט אויף צו זוכן). על כל פנים, לייג איך עס דאָ לטובת הרבים. איך נעם עקזעקטלי זיראָ פּראָצענט אחריות אויף דאָס וואָס שטייט דאָ געשריבן: מצו"ב תוצאה של מ...
דורך דוראק
פרייטאג יולי 24, 2020 5:31 am
פארום: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אשכול: זאכן וואס כ'וויל וויסן
רעאקציעס: 4897
געזען געווארן: 559439

דאָס האָט ניט ממש מיטן נושא, אָבער דער שמועס האָט מיר דערמאָנט אָן דעם. בכלל באַ אונז איז דאָ אַ וואָרט אַז דרײ זאַכן מוזן משפיע זײן אויף אַ מענטשן. דער וואָס טרינקט בראָנפן מוז ווערן שיכור, און אַז ניט – האָט ער ניט געטרונקען גענוג; דער וואָס איז רײך מוז זײן אַ משוגענער, און אַניט – איז אַ ראי' אַז...
דורך דוראק
פרייטאג יולי 24, 2020 3:42 am
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: הברות פון לשון קודש
רעאקציעס: 25
געזען געווארן: 7753

עס גייט דאָ אַ רייד וועגן צוויי פאַרשיידנע זאַכן: דער לשון־קודשדיקער אַרויסרייד פון די טברינער, און דער אָריגינעלער לשון־קודשדיקער אַרויסרייד פון די אשכנזים. איך האָב זיך אַלץ באַצויגן צו דעם צווייטן ענין, און צו דעם וועל איך זיך באַציען אין מײן איצטיקער תגובה (נאָר איין הערה'לע וועגן דעם ערשטן ענין...
דורך דוראק
מיטוואך יולי 22, 2020 5:58 pm
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: הברות פון לשון קודש
רעאקציעס: 25
געזען געווארן: 7753

איך האָב שוין לאַנג ניט אַדורכגעלייענט כ״ץ'ס ווערק, און אלדר'ס ווערק האָב איך גאַנץ מעגליך קיינמאָל ניט געזען. לעצם הטענה: מ'האָט בפירוש יע אַ ראיה אַז אַזאַ סיסטעם האָט עקזיסטירט, פון דעם אַרויסזאָג פון ווערטער אויפן הײנטיקן אידיש! אגב, איז דער אַרויסזאָג ניט בהסכם מיטן דײטשן קאָמפּאָנענט אין אידיש...
דורך דוראק
מיטוואך יולי 22, 2020 2:22 am
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: הברות פון לשון קודש
רעאקציעס: 25
געזען געווארן: 7753

האלט איר אז עטליכע אשכנזים האבן גערעדט מיט א טבריניתן ארויסרייד? לויט מיין מיינונג ס'רוב ראיות (פון כתב ידן און אידישע ארויסריידן) ווייזט אן אז אשכנזים האבן געהאט נאר 5 וואקאלן. די אַלע זאַכן ליגן ניט פאַר מיר ערשט, און איך האָב זיך שוין לאַנג ניט מתעסק געווען אין דער סוגיא, דעריבער וועל איך שרײבן ...
דורך דוראק
דינסטאג יולי 21, 2020 3:15 pm
פארום: מוזיק!
אשכול: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
רעאקציעס: 669
געזען געווארן: 143047

נאַ דיר.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=bqDyv1mZCmM[/youtube]
דורך דוראק
דינסטאג יולי 21, 2020 4:01 am
פארום: מוזיק!
אשכול: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
רעאקציעס: 669
געזען געווארן: 143047

פאַר „דער גענעראַל” זאָגט ער בפירוש אַז ס'איז אַן אַלטער רוסישער וואַלץ. איך האַלט אַז רוב לידער האָט ער יע פאַרפאַסט אַליין. און די וואָס ניט זײנען געווען גאַנץ באַקאַנט אין זײנע קרײזן, וואָס ער האָט ניט געזען קיין סיבה צוצוצייכענען קרעדיט (די אָריגינאַלע רוסישע ליד אויף „דער שיפס־קאַפּיטאַן – כל ...
דורך דוראק
דינסטאג יולי 21, 2020 3:57 am
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: הברות פון לשון קודש
רעאקציעס: 25
געזען געווארן: 7753

בערל, איר זײנט טאַקע גערעכט אַז דער לשון־קודשדיקער גימ״ל ווערט אַ J אויף אַראַביש, דאָס איז אָבער נאָך קיין ראיה ניט, ווײלע אין אַ פולע שפּראַכן האָט זיך G פאַרוואַנדלט אויף J. און דערפאַר טאַקע אויף ענגליש קאָן דער G מיינען ביידע קלאַנגען.
דורך דוראק
מאנטאג יולי 20, 2020 5:07 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: דער גאווענער רופט פאר א תענת שלושת ימים, יומי וליל.
רעאקציעס: 3
געזען געווארן: 1236

איך האָב זיך טאַקע באַוואונדערט שוין גאָר אין סאַמע אָנפאַנג פאַרוואָס אונזערע רבנים האָבן ניט גוזר געווען כאָטש אַ תענית שעות (ווי דער רמב״ם זאָגט אַז „כל האומר מקרה נקרה ומדרך העולם הוא הרי זה דרך אכזריות”), אָבער ווי עס קומט אויסעט האָבן זיי געהאַט אַ גוטע סיבה און עס בדווקא ניט געטאָן – דעם ערשט...
דורך דוראק
מאנטאג יולי 20, 2020 4:59 pm
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: הברות פון לשון קודש
רעאקציעס: 25
געזען געווארן: 7753

דער תרגום השבעים איז א גריכישע איבערזעצונג דערמאנט אין גמרא, געשריבן אין משך פונעם בית שני. נעמען פון פערזענליכקייטן און פלאצן זענען געשריבן ווי זיי האבן זיך געקלונגען. דארטן געפינט זיך דער נאמען "עזה" געשריבן ווי "גאַזאַ" (פון וואס דער ענגלישער נאמען האט געשטאמט) און "עומר...
דורך דוראק
זונטאג יולי 19, 2020 6:38 pm
פארום: מוזיק!
אשכול: ניגוני יום טוב עהרליך
רעאקציעס: 45
געזען געווארן: 14097

דאס איז דער ניגון "דער נאטשאלניק פון ענקעוועדע" פון עהרליך'ס "שלא עשני גוי" אלבוים (תשל"ה.) באמערק די ענליכקייט פון די מעשה מיט זיין "א ברית אין מאסקווע" פון די "תשובה" אלבוים (תשכ"ב). איך ווייס ניט וועגן דער מעשה מיטן נאַטשאַלניק, אָבער די מעשה פון...
דורך דוראק
זונטאג יולי 19, 2020 6:31 pm
פארום: מוזיק!
אשכול: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
רעאקציעס: 669
געזען געווארן: 143047

מיין פריינט איך זעה דו ביזט א שטיקל א מדקדק, איז ערשטנס ווייז מיר ביטע צו איין פאל ווי ער האט צוגעצייכנט קרעדיט, אפילו ראשי תיבות. ווייל ס'איז א וועלטס ניגון מאכט עס נאכנישט לעגאל אדער מאראליש נישט צו געבן קרעדיט, יענער פלאגט זיך אויף א זאך און נאכדעם גייסטו און דו מאכסט א לעבן מיט דעם ווי כאילו ס'...
דורך דוראק
פרייטאג יולי 17, 2020 6:57 am
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: די/דער/דאָס/דעם
רעאקציעס: 19
געזען געווארן: 9102

אין די חבד'סקע ביכלעך געדענק איך שטיין "בוימער", "הייזער" שרייבן זיי יא געהעריג. נו מילא, ביימער און הייזער קלינגען באַ אונז טאַקע גאָר אַנדערש. בוימער און ביימער הערט מען באַ אונז טאַקע ניט קיין חילוק ניט, הײַזער גראַמט מיט מײַז(ער). נאָר זאָג מיר: האָסט אַמאָל געזעסן באַ אַ חס...
דורך דוראק
מיטוואך יולי 15, 2020 9:44 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: בעלזא און קאראנאוויירוס
רעאקציעס: 94
געזען געווארן: 16704

ליב צו וויסן האט געשריבן:ס'דא מער ווי 7 מענטשן אין בעלזע וואס ליידן אויף יענע מעשה ל"ע און די וואס ליידן אויף יענע מעשה האבן א 500% שטערקערע טשאנס עס נישט צו מאכן..

כפתור ופרח, ממש שואל כענין ומשיב כהלכה.