אנטשולדיגט פארן זיך אריינמישן דא וויבאלד איך האב נישט קיין חלום פון פארשטיין צו פראגרעמינג, איך וויל נאר וויסן דער מיינונג פונעם עולם בנוגע זיך לערנען די זאכן היינט צו טאגס בשעת ווען זיי זאגן אז AI גייט בקרוב איבערשטייגן און איבערנעמען דעם פאך פון די מענטשהייט... ווייל אפשר דעמאלטס האסטו א טשאנס זי...
אנטשולדיגט פארן זיך אריינמישן דא וויבאלד איך האב נישט קיין חלום פון פארשטיין צו פראגרעמינג, איך וויל נאר וויסן דער מיינונג פונעם עולם בנוגע זיך לערנען די זאכן היינט צו טאגס בשעת ווען זיי זאגן אז AI גייט בקרוב איבערשטייגן און איבערנעמען דעם פאך פון די מענטשהייט...
אויב האלט איך אז דעי אראפגעפאלענע עלעקטריק ווייער (נאך א האריקעין) איז לייוו גיי איך עס נישט אנרירן, אויב ריר איך עס יא אן מיינט אז איך גלייב אז ס׳נישט לייוו. ס׳נישט שייך אז אין מוח פארשטיי איך אז ס׳קען זיין לייוו אבער למעשה וויל איך עס יא אנרירן. אוודאי איז שייך ביי אמונה אז ס׳איז באהאלטן און ס׳אפע...
ס׳מיר שווער אויף דעם מהלך אז בטחון איז בעצם די זעלבע אמונה וואס איז נמשך געווארן בלב, ביז אויף למעשה, קודם ווייל דאן איזעס פשוט דער מעסטער אויף די שטארקייט פונעם אמונה און ס׳נישט צוויי אנדערע זאכן, ס׳מער דומה צו א לעכט/לייט מיט זיין שיין, למשל ביי א דימעבל לאמפ, לויט ווי ליכטיג ס׳איז אין שטוב ווייסי...
מ׳קען אפשר אריינלערנען אין די לחם משנה (הלכות תשובה ח ז) אז ער מאכט א חילוק אליבא דהרמב״ם לימות המשיח צווישן די צוויי סארטן אומעגליכקייטן; פיזיש אדער פראבעביליסטיש. דהיינו, ער וויל אויפטוהן אז דער רמב״ם האלט נישט אינגאנצן ווי שמואל לגבי ימות המשיח. נאר ער האלט אז זאכן וואס זענען כנגד המציאות, ווי ל...
די זעלבע תורה וואס האט געגעבן א כח פאר די רבנים אויסצורייסן לולב און שופר אום שבת האט זיי אויך געגעבן א כח אויסצורייסן וואטעווער, פארקערט, דאס איז אמונה! להוציא מלבן פון די קראים. אין דאך האבן זיי עס נישט געטון... דאס איז אמונה! (דאס שרייב איך לשיטתך אז די רבנים* האבן באקומען אנלימיטעד פאוער) *אגב;...
יא יא, האומלעס אהער האומלעס אהין, זיין זוהן קען ער אבער נישט פארקויפן, זיין טאכטער יא. איך האב כלל נישט געוואלט ארויסברענגען אז תורתינו הק׳ האלט יא אדער נישט פון אייניגע רעכטן, און בכלל ווייסטו שוין אז איך האלט אז די תורה מן השמים איז הייליג און העכער פון שכל אנושי און פון ׳היינטיגע׳ און נעכטיגע נא...
אודה ו(לא) אבוש, כ׳האב פארגעסן א פסוק מפורשת... אלענפאלס רעדט מען דא ל״ע פון א האומלעס (גראדע די געווענליכע האומלעס, וואס דו זעיסט אינטערן ברידזש איז שוין א גביר קעגן אים): כך כותב הרמב"ם בהלכות עבדים פרק ד הלכה ב [על פי הגמרא בקידושין דף יח ודף כ]: אין האב רשאי למכור את בתו אלא א"כ העני ו...
לייג נישט אריין אינעם רמב"ם נייע אמונה'ס. כאילו "כל התורה המצויה בידינו" מיינט חסירות יתירות אדער עטליכע גירסאות פון פארשידענע כתבי יד. דאס איז בכלל. און בפרט, מהיכי תיתי אז א "נייע געטראפענע" כתב יד האט מער כובד ווי די אור אלטע אנגענומענע כתב יד? אפשר האט יענער, מדעת עצמו,...