דער זוך האט געטראפן 269 רעזולטאטן

דורך עמקות המחשבה
דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:29 am
פארום: העמק דבר
אשכול: מיין שמועס מיט ארטורו
רעאקציעס: 27
געזען געווארן: 2233

@שעפטאל קענסט פליז מסביר וואס איז די חילוק צווישן dmt און אייוואסקע, איך האב עס פרובירט צו גוגלן אבער איך פארשטיי נישט אזוי גוט די אלע הויכע ווערטער וואס מ׳שרייבט.
דורך עמקות המחשבה
דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:20 am
פארום: ביזנעס וועלט
אשכול: דריי הונדרעט טויזענט דאלאר איז גענוג?
רעאקציעס: 49
געזען געווארן: 6686

ס׳איז ממש שרעקעדיג צו טראכטן אז אפילו נאכדעהם וואס מ׳ארבעט זיך אן אזוי לאנג און מ׳האלט שוין ביי א פאזישן ווי מען מאכט שוין 300k איז עס נאכאלץ נישט געניג.
דורך עמקות המחשבה
מיטוואך אוגוסט 16, 2023 1:03 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: אן הכרזה צו די אומאן פארער און ענליכע ריסק נעמער
רעאקציעס: 23
געזען געווארן: 3061

ס׳איז אזוי ווי איינער זאל זאגן אז ס׳איז מסוכן צו פארן קיין ירושלים ווייל ס׳פליעט מיסילס אין חרמון
דורך עמקות המחשבה
מיטוואך אוגוסט 16, 2023 1:00 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: אן הכרזה צו די אומאן פארער און ענליכע ריסק נעמער
רעאקציעס: 23
געזען געווארן: 3061

ניין דאס איז א ראי׳ אז אין יענע חלק אוקריינא פליט נישט קיין מיסילס און ס׳איז נישט מסוכן.
דורך עמקות המחשבה
מיטוואך אוגוסט 16, 2023 12:21 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: אן הכרזה צו די אומאן פארער און ענליכע ריסק נעמער
רעאקציעס: 23
געזען געווארן: 3061

שמן למאור האט געשריבן:אז מען קען נישט קנייטשן דעם שו"ע, מוז מען קנייטשן די מציאות'ן און פאקטן... עפעס דארף מען דאך קנייטשן, דער עיקר צו זיין ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה.

ווער קנייטשט פאקטן?, טויזענטער אידן זענען שוין געוועהן אין אומאן זייט די מלחמה האט זיך אנגעהויבן און דערווייל איז נאך גארנישט געשעהן צו קיינעם.
דורך עמקות המחשבה
פרייטאג יולי 14, 2023 3:41 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: מענטשן וואס האבן "אויסגעפיגערט לייף".
רעאקציעס: 11
געזען געווארן: 1529

אויב איז איז די סאו קאולד ענלייטמענט פון וואס די רעדסט א זאך וואס מאכט די גאנצע לעבן אומבאקוועהם, איז עס ביי דעפינישען נישט קיין ענלייטנמענט, ווייל אנשטאט ווערן אויפגעלאכטן ווערן זאכן נאר נאך אסאך שווערער?
דורך עמקות המחשבה
פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: יאנקי דאסקאל (שומרים ב"פ) סומאטוכע
רעאקציעס: 92
געזען געווארן: 10616

וואס איז פשט אז ער ווערט אנגעקלאגט סיי פון די סטעיט און סיי פון די פעדעראלע גאווערמענט?
דורך עמקות המחשבה
פרייטאג יולי 14, 2023 5:57 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: קול קורא קעגן האטליינס
רעאקציעס: 71
געזען געווארן: 7521

די קונטרס מה טבו אוהליך איז א פראבלעם, הרב גאנץ איז א פראבלעם, מרת פעלבערבוים איז אסור בתכלית האיסור, ווער איז יא מותר?
דורך עמקות המחשבה
פרייטאג יולי 14, 2023 5:48 am
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: וואס איז דער שורש פונ'ם ווארט "פאשקעוויל"?
רעאקציעס: 12
געזען געווארן: 3178

רבי בערל אונזערע איז א פעסטע לינגוויסט, דאכצעך מיר אז ער האט אמאל געשריבן אז יעדעס מאל וואס ער לערנט גמרא האט ער ביי די זייט א פירוש הערוך.
דורך עמקות המחשבה
פרייטאג יולי 14, 2023 5:45 am
פארום: העמק דבר
אשכול: שכר מצוה בהאי עלמא ליכא
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 699

״ויאמר אלוקים נעשה אדם״
דורך עמקות המחשבה
פרייטאג יולי 14, 2023 5:36 am
פארום: וויסנשאפט
אשכול: דעקלאסיפאצירטע דאקומענטן
רעאקציעס: 26
געזען געווארן: 2416

איך האב שוין געהערט פון אסאך אורות וואס קומען אראפ ביים נעמען מאשראומס, אבער אז מ׳קומט צי צו אזעלכע גילוים והשגות האב נישט געוויסט, ווי אויך טענה איך שוין לאנג אז טאקער קארלסאן איז צי קריעטיוו און ער האט שוין זיכער טועם געוועהן פון די הייליגע גראזן.
דורך עמקות המחשבה
פרייטאג יולי 14, 2023 5:21 am
פארום: העמק דבר
אשכול: די מאדנע מעשה פון בלק און בלעם
רעאקציעס: 18
געזען געווארן: 1398

די האסט פארגעסן די חלק ווי די סיקרעט סערוויס האט געפרעגט בלעם, ״פארוואס דרייווסטו א קעמערי אייזל און נישט קיין קעדילעק פערד?״, האט בלעם געזאגט אז געווענדלעך דרייוו איך טאקע די קעדילעק אבער ס׳האט זיך צובראכן, האט די אייזל זיך אנגערופן ״איי געס איך בין נישט סתם א קעמערי ווייל as far as I know דרייווסט...
דורך עמקות המחשבה
מיטוואך יוני 21, 2023 3:05 pm
פארום: אנשי שם
אשכול: אור הסולם
רעאקציעס: 9
געזען געווארן: 1066

רעד צו די מקובלים וועסטו זעהן, אין ישיבת שערי שמים איז מען אויסגשפראכן קעגען זיין מהלך, זיין אישיות מהיכי תיתי, אבער זיין מהלך קרומט מען מיטן נאז, ובכלל זעהט מען זייער זעלטן זיינע ספרים אין די שהולן. די בעל הסולם האט מחדש געוועהן א נייע מהלך אין קבלה, סיי מיט זיין פירוש אויף זהר און אויך אין זיין א...
דורך עמקות המחשבה
פרייטאג יוני 16, 2023 9:55 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: פאררוקטע ליבעראלע פאליסיס
רעאקציעס: 93
געזען געווארן: 9427

די סטעיט אף קאלאפארניע וויל בעטן מחילה פון די שווארצע אויף די אלע יארן וואס זיי זענען געוועהן קנעכט, ממילא גייען זיי אדורך פירן א געזעץ וואס וועט געבן 1.2 מיליאן דאלער פאר יעדע שווארצע איינוואוינער.
דורך עמקות המחשבה
פרייטאג יוני 16, 2023 9:35 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: טאקער קארלסאן פארלאזט Fox News
רעאקציעס: 27
געזען געווארן: 3423

די נומבער'ס זענען אביסל פארפירעריש, ווייל די דריי מיליאן א נאכט וואס ער האט געהאט אויף 'פאקס', איז געווען מענטשן וואס האבן עס מיטגעהאלטן לייוו, מה שאין כן אויף טוויטער קענען עס מענטשן זעהן א וואך שפעטער אויך. טאקערס שאו פלעגט ארויף גיין אויף יוטוב יעדע נאכט און ס׳האט קיינמאל נישט געהאט אזויפיל וויו...
דורך עמקות המחשבה
פרייטאג יוני 16, 2023 7:14 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: שריפטשטעלער טיטל
רעאקציעס: 178
געזען געווארן: 31384

לענ״ד איז שוין צייט צו געבן די שריפטשטעלער טיטל פאר ידידינו הנערץ לייביששרייבער , גאנץ א נייע שרייבער, אבער א קנקן חדש מלא ישן, ער געבט צי א געוואלד צו אונזער באליבטע שטיבל מיט זיינע הערליכע לאנגע תגובות, ווי אויך קומט ער זיך גאר גוט אויס מיט יעדעם, בקיצור דער בחור האט לענ״ד אלע קוואליפאקאציעס פאר א...
דורך עמקות המחשבה
פרייטאג יוני 16, 2023 6:54 am
פארום: ספרים און ביכער
אשכול: “RISE AND KILL FIRST” בוק רעוויו
רעאקציעס: 1
געזען געווארן: 1224

“RISE AND KILL FIRST” בוק רעוויו

איך האב לעצטנס געליינט גאר א אינטערעסאנטע ביכל פון ד״ר רונן בערגמאן א איזראעלי דזורנאליסט און א שרייבער פאר די נ״י טיימס, די ביכל איז מער ווייניגער א היסטאריע פון די מוסד, די איזראעלי שפיאנאזש אגענטור, די שרייבער האט געארבעט יארן אויף די אינפארמאציע, ער האט אינטערוויוט אסאך געוועזנע אגענטן און מוסד...
דורך עמקות המחשבה
פרייטאג יוני 16, 2023 6:16 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: טאקער קארלסאן פארלאזט Fox News
רעאקציעס: 27
געזען געווארן: 3423

איך פערזענדליך האב זייער ליב די וועג וויאזוי ער בויעט זייען נערעטיוו אויף די נייעס, פארשטייט זיך אז נישט יעדע זאך וואס ער זאגט דארף מען מקבל זיין כתורת משה מסיני, זיינע מעשיות זענען אזוי ווי אלע אנדערע ניוס אוטלעטס געדרייט אויף א וועג אז ס׳זאל שטימען מיט זיין זייט, אבער ער איז גאר א גיטע האוסט, ער ר...
דורך עמקות המחשבה
פרייטאג יוני 16, 2023 6:03 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: טאקער קארלסאן פארלאזט Fox News
רעאקציעס: 27
געזען געווארן: 3423

טאקער האט אנגעהויבן א נייע שאו אויף טוויטער ווי ער פאוסט אפאר מאל א וואך א 13 מינוט ווידאו וועגן פאליטיקס, זיין ערשטע פאוסט האט באקומען 117 מיליאן וויוס, ווען אויף פאקס האט ער נאר געהאט בערך 3 מיליאן א נאכט, אילאן מאסק האט ריטוויטעד די פאוסט מיט א קאמענט אז עני שאו נישט קיין חילוק רעכט צו לינקס, ווע...
דורך עמקות המחשבה
פרייטאג יוני 16, 2023 5:54 am
פארום: מוזיק!
אשכול: חנן בן ארי!
רעאקציעס: 14
געזען געווארן: 2622

חנן האט ארויס געגעבן א הערליכע נייע אלבום מיט אסאך חידושים, סיי אין די עצם תוכן פון די ניגונים און אזוי אויך אין די מוזיק מיקס, מיינע צוויי פעיוועריטס: הינדיק א ניגון וועגן די באוויסטע משל פון א קינד וואס האט איין טאג אפגעמאכט אז ער איז א טורקי, (מיך ליגט אין קאפ אז די משל קומט פון רבי נחמן) די מוז...
דורך עמקות המחשבה
פרייטאג יוני 16, 2023 5:21 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: איך שטיי מיט די היימישע לגב"ט געמיינדע
רעאקציעס: 106
געזען געווארן: 7335

איך הייב אויף א פאן פאר יעדע בחור אדער מיידעל וואס איז זיך מתגבר אויף א תאוה ווייל אין די תורה שטייט קלאר ארויס אז ס׳איז אסור, און ספעציעל הייב איך עס אויף נאך העכער ווען אזא איינער האלט זיך שטארק אפילו ווען די גאנצע גאס שרייט אז עס איז נישטא קיין שום פראבלעם מיטן זיין אנדערש ווי ס׳שטייט אין די תור...
דורך עמקות המחשבה
מאנטאג יוני 05, 2023 2:01 am
פארום: טעכנאלאגיע
אשכול: "יו טיוב" טשענעלס - YouTube Channels
רעאקציעס: 87
געזען געווארן: 20206

א טשענעל וואס איז זייער קלאר מסביר די גאנצע נושא פון קריפטא, בלאקטשעין, web 3.0 און אלעס ארום, מיט געמאלענע ענמעישינס.
דורך עמקות המחשבה
מאנטאג יוני 05, 2023 1:57 am
פארום: טעכנאלאגיע
אשכול: "יו טיוב" טשענעלס - YouTube Channels
רעאקציעס: 87
געזען געווארן: 20206

א אינטערסאנטע טשענעל וועגן אסאך אלטע און נייע רעליגיעס מיט זייער אקוראטע אינפארמאציע, בעיקר רעדט ער ארום וועגן די באוויסטע רעליגיעס די קריסטן, בודהיזים, הינדואיזם, אבער ער קאווערט אויך אסאך נישט אזוי באוויסטע אזוי ווי סיקהיזם, jainism, derbers, tamilism ועוד,