דער זוך האט געטראפן 65 רעזולטאטן

דורך Hadasim
מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 1:13 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: אן אדמו''ר וואס איז דורכגעפאלן
רעאקציעס: 321
געזען געווארן: 79860

Re: אן אדמו''ר וואס איז דורכגעפאלן

כ'פארשטיי נישט דעם קעפל - וואס בכלל איז די חידוש פון אן אדורכגעפאלענעם אדמו"ר?

"כמעט יעדע אדמו"ר איז א דורכפאל"

וד"ל
דורך Hadasim
פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 12:00 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: חליצה פארשטעלונג
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 2200

די חקירה איז אויב חליצה עושה מצוה אדער הכתרה עושה מצוה וד"ל.....
דורך Hadasim
פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 11:59 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: חליצה פארשטעלונג
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 2200

אלפים נהרו למעמד 'חליצה' נדיר בבורו פארק

https://www.bhol.co.il/news/1314574

"בחודש אלול האחרון, נערך מעמד חליצה בירושלים, בפני חברי בד"צ העדה החרדית וזקני 'העדה' לאחת מאלמנות אסון מירון, המעמד נערך ללא השתתפות קהל כלל וכלל, בכדי לכבד את המשפחות ובסך הכל השתתפו בו 14 איש בלבד."
דורך Hadasim
פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 1:47 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: קהל ראצפערט פארשליסט אירע טויערן
רעאקציעס: 22
געזען געווארן: 6712

אוי לדור שכך עלתה בימיו. פני הדור כפני הכלב. און יעצט ברויכט מען שנעל גיין איבערבעטן די כלבים.
דורך Hadasim
פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 1:45 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: קהל ראצפערט פארשליסט אירע טויערן
רעאקציעס: 22
געזען געווארן: 6712

א רחמנות אויף אונזער society אז א קהילה דארף שליסן בניגוד לרצונה, נאר צוליב אנדערע מענטשן'ס רצונות.
דורך Hadasim
מיטוואך דעצעמבער 08, 2021 2:12 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: אמונת צדיקים, אדער אמונת אדמורי''ם
רעאקציעס: 39
געזען געווארן: 4380

היינט איז ליידער געווארן א מצב אז א מענטש (אולי) דערקלערט זיך א צדיק דורך עפענן א שוהל און שטעלן א סיין, דערנאך שרייט ער, איך בין א צדיק און יעדער איז מחויב צו גלייבן אין מיר.

אבער דער אמת איז אז אמונת צדיקים מיינט נישט אז מען איז מחויב צו גלייבן אז איינער איז א צדיק.
דורך Hadasim
מוצ"ש דעצעמבער 04, 2021 8:35 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
רעאקציעס: 184
געזען געווארן: 59421

און די הייזער וואס ווערט אפגעקויפט דורך סקווירא און זייער שלוחים, שטעלן זיי אריין דייקא נישט קיין יודן, פון די סארט וואס שטערט גאהר שטארק פאר אידישע שכנים.
דורך Hadasim
דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 5:14 pm
פארום: בחצרות הקודש
אשכול: נבואות אויפן ינוקא - סאדיגורא
רעאקציעס: 55
געזען געווארן: 15441

berlbalaguleh האט געשריבן:הדסים: יא. אבער די שאלה איז וואס איז געקומען ערשט די טשיקן. אדער די איי...! אפשר האט מהר"א געהייסן קענסלען די מסיבה נאכדעם וואס ער האט געהערט ווי דער קליינער מחוצפ'ל האט זיך אויפגעפיהרט...!


מ'האט שוין געשמועסט אויפן גאס וועגן די קענסלעישאן פאר די סאדיגערער איז געגאנגען קיין קרית יואל.
דורך Hadasim
מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 10:22 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: אמונת צדיקים, אדער אמונת אדמורי''ם
רעאקציעס: 39
געזען געווארן: 4380

איך מיין אז ביים חרדי'שע געזעלשאפט הערשט נישט קיין ספיציפישע אמונה נאר א בכלול'שע געגלויבעכטס, מ'דארף גלייבן אלע סגולות און אלע מעשות און סתם משוגעת'ן. זייער אסאך אידן זענען ''גלויביגע'' במלוא מובן המילה, מ'לייבט אלעס. רוף עס ''אמונת הכל ובכולם''. היני טעמי דאנטי וואקסין, והיינו טעמי דאמונת אדמורי'...
דורך Hadasim
דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 8:23 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: עמטליכער טיילונג אין גור
רעאקציעס: 146
געזען געווארן: 48891

גלייבט מיר ווען איינער וואלט דא געשריבן לטובת גור וואלטן זיי עס שוין איינמאהל געליינט.
דורך Hadasim
דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 1:23 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: מערכה קעגן גער פארן ארויסווארפן קינדער
רעאקציעס: 23
געזען געווארן: 3920

קהל'ס נער האט געשריבן:
Hadasim האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:שלא מן הענין:
פארוואס האט זי פיאות?

וואס ווערט איהר אזוי צוהיצט פון די פאות?


זעיט אויס אז כ'האב א פעטיש צי פיאות :lol:

www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=485662#p485662


ואנכי לא ידעתי אז ס'איז א גאנצע סוגיא מיט א קול קורא.
דורך Hadasim
מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 5:48 pm
פארום: בחצרות הקודש
אשכול: נבואות אויפן ינוקא - סאדיגורא
רעאקציעס: 55
געזען געווארן: 15441

הערטס א מעשה וואס א קליינער נערישער שחצן גאוותן ספּויעלט ראַטן דער קליינער שיעלע סאדיגערער איז... איך האב עס דא געשריגן זייט עריז דא אבער עטס האט נאר געוואלט זיין טויבּ. און זיך מיטאנצן מיט דעם קינדישן טאנץ.. עריז געווען ביי חיים טאגער אינדערהיים אין מאנרא און דער גרויסער סאטמארער רבי ר׳ אהרן זאל ז...
דורך Hadasim
מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 1:01 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: אמונת צדיקים, אדער אמונת אדמורי''ם
רעאקציעס: 39
געזען געווארן: 4380

דוד המלך ע"ה זאגט אונז שוין אין תהילים: אל תבטחו בנדיבים בבן אדם שאין לו תשועה. תצא רוחו ישוב לאדמתו ביום ההוא אבדו עשתונותיו. אשרי שקל יעקב בעזרו שברו על ה' אלוהיו.

ס'איז נישט פארהאן ביטחון אין מענטשן נאר און גאט ב"ה אליין.
דורך Hadasim
מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 1:43 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: מערכה קעגן גער פארן ארויסווארפן קינדער
רעאקציעס: 23
געזען געווארן: 3920

קהל'ס נער האט געשריבן:שלא מן הענין:
פארוואס האט זי פיאות?

וואס ווערט איהר אזוי צוהיצט פון די פאות?
דורך Hadasim
זונטאג נאוועמבער 28, 2021 9:45 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: נייע סומאטאכע: שבת עלעוועיטארס
רעאקציעס: 56
געזען געווארן: 6615

ס'איז א דבר פשוט וברור אז עס איז דא אופני היתר צו נוצן שבת עלעוועיטארס, און ארץ ישראל ווערט עס גענוצט דורך עהרליכע יודן בהסכמת עהרליכע רבנים, די אלע צעטליך מיט אינטערסאנטע געשפיצלטע לשונות, מאכן נאר חוזק פון די חותמים.
דורך Hadasim
זונטאג נאוועמבער 28, 2021 3:41 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
רעאקציעס: 184
געזען געווארן: 59421

סתם פאר אינטערסאנקייט, קאסאן איז נישט די איינציגסטע שול אין די מייל, און בכלל נישט די נענסטער צו סקווירא. און אויב קוקט מען אין עיר מייל, וואס אזוי קוקן זיי דארט איז דא א געהעריגע ליטווישע קהילה וואס שטייט שוין איבער 20 יאר אין די ניו העמפסטעד געגענט וואס איז אסאך נענטער צו סקווירא ווי קאסאן. ס'גיי...
דורך Hadasim
פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 4:07 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: מערכה קעגן גער פארן ארויסווארפן קינדער
רעאקציעס: 23
געזען געווארן: 3920

ליידער איז אמת אז די גרויסע תאוות השתלטנות פון די אדמו"רים האט חרוב געמאכט חסידות.
דורך Hadasim
פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 12:55 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: אמונת צדיקים, אדער אמונת אדמורי''ם
רעאקציעס: 39
געזען געווארן: 4380

ס'איז שוין העכסט צייט אויסצושרייען אז על הצדיקים מיינט מען נישט די קעדילעק פאהרערס און ועל החסידים מיינט מען נישט די פארענטשעס טאנצערס
דורך Hadasim
פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 12:46 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: אמונת צדיקים, אדער אמונת אדמורי''ם
רעאקציעס: 39
געזען געווארן: 4380

ס'איז א רחמנות צו זעהן וואו די פאלטשע רשעותדיגע אדמו"רים האבן גענומען דעם עם חכם ונבון און פארפירט אזש א גרויס חלק ציבור זענן אזוי פארנערישט געווארן אז זיי גלייבן נעבך און שטותים והבלים אשר אין הדעת סובלתן.
דורך Hadasim
פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 12:21 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: מערכה קעגן גער פארן ארויסווארפן קינדער
רעאקציעס: 23
געזען געווארן: 3920

די רשעות און אכזריות פון גור טוהט גאהר שטארק וויי פאר יעדן נארמאלען מענטש, אלס יחיד זעה איך נישט וואס כ'קען טוהן אז דאס זאהל זיך אויפהערן, וויל איך אויסנוצן די פלאטפארם אויסצושרייען מיין קעגנשאפט און אז ידינו לא שפכו את הדם הזה, יתמו חטאים מן הארץ ורשעים עוד אינם בב"א.
דורך Hadasim
פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 12:17 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: עמטליכער טיילונג אין גור
רעאקציעס: 146
געזען געווארן: 48891

די רשעות און אכזריות פון גור טוהט גאהר שטארק וויי פאר יעדן נארמאלען מענטש, אלס יחיד זעה איך נישט וואס כ'קען טוהן אז דאס זאהל זיך אויפהערן, וויל איך אויסנוצן די פלאטפארם אויסצושרייען מיין קעגנשאפט און אז ידינו לא שפכו את הדם הזה, יתמו חטאים מן הארץ ורשעים עוד אינם בב"א.
דורך Hadasim
מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 4:42 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א
רעאקציעס: 270
געזען געווארן: 52961

לא נשאר אלא להתפלל לאבינו שבשמים שיעשה סוף לכת המטורף הזה השתא בעגלא ובזמן קריב ושלא יכלו לפגוע בשום יהודי מעתה ועד עולם אכי"ר.
דורך Hadasim
מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 10:23 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
רעאקציעס: 184
געזען געווארן: 59421

די חסידות'ן וואס זענען מטיל אימה על הציבור שלא לשם שמים דורך קאנטראל מעטאדן, האבן שטארק מורא ווען עס קומען אויף נייע options ווייל דעמאלס פארלירן זיי די קאנטראל. היינו טעמא דסקווירא היינו טעמא דגור.