דער זוך האט געטראפן 159 רעזולטאטן

דורך נאך א פשט
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:51 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: שואל כענין - קושיות ותמיהות
רעאקציעס: 843
געזען געווארן: 82873

נייע שאלה.
פארוואס איז ראש השנה פאר יוה"כ? לכאורה וואלט מען געדארפט קודם האבן א יום תשובה און מחילה און דערנאך א יום הדין.
דורך נאך א פשט
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:45 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: לימוד חומש רש''י
רעאקציעס: 39
געזען געווארן: 6207

ארטסקרול האט יעצט אנגעהויבן משניות, קוקט נישט אויס אז זיי וועלן ארויסגעבן א פירוש אויף רש"י בקרוב
דורך נאך א פשט
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:41 pm
פארום: אחיעזר
אשכול: וויאזוי רעד איך צו מיין בחור
רעאקציעס: 20
געזען געווארן: 2121

רעדט צו אים גראב און אפען, קיין אנדערע וועג איז נישט דא און די הייטיגע מצב.
וכמובן אין כאן המקום להאריך. מיר וועלן ביידע מוזן ווארטען ביז מען לאזט אינז אריין מאחורי הפרגוד.
דורך נאך א פשט
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:35 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: חרם דרבנו גרשום‎
רעאקציעס: 11
געזען געווארן: 1232

איך האב לעצטנס געהערט אז די רבנים ווילן מתיר זיין די חרם דרבינו גרשום, ווייל א כולל יונגערמאן קען שוין נישט לעבן אויף די פעי טשעק פון נאר אייין ווייב. :D
דורך נאך א פשט
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:28 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: הלכות בגדי צניעות
רעאקציעס: 89
געזען געווארן: 18251

לענ"ד, די ערשטע זאך צו פארשטיין איז אז בגדי צניעות מיסודו איז אן attitude, א צוגאנג צום יודישען פרוי'ס לעבן. די פרטי דינים איז נאר ווי מען רופט דאס 'די טעקניקאל דיטעילס'. אנדערש ווי כמעט אלע אנדערע הלכות וואס די פרטי הלכות זענען די יסוד הדבר אליינס. יעצט צו ענטפערען געפילטע פיש'ס קשיא פארוואס ב...
דורך נאך א פשט
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:00 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: שואל כענין - קושיות ותמיהות
רעאקציעס: 843
געזען געווארן: 82873

זר האט בטעות געלערנט דף היומי!!!!!! תמליון האט געברעגנט א גמרא אין סנהדרין "דינסטאג יולי 03" אבער מורי ורבותי ס'שטייט אין היינטיגן דף!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! אוי געוואלד!!! אוי לנו מיום הדין ואוי לנו מיום התוכחה!!!!! אפשר דאס פארענטפערט על המחיה'ס קשיא, ווי אזוי מען מעג פ...
דורך נאך א פשט
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:55 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: די גוטע חלקים פון אונזער "סיסטעם"
רעאקציעס: 114
געזען געווארן: 14736

גוט, גוט.. אבער ביי קיין שום אנדערע סיסטעם דארף מען נישט טעגליך קיין היטשעס פון בארא פארק קיין וומסב"ג און צוריק... און א יעדע סיסטעם איז דא די וואס ארבעטן אויסערן שטאט. די חילוק איז אז זיי אלע וועלן ניצן פובליק טרענספארטעישן, און מיר האבן פובליק טרעספארטעישן -יא, די בארא פארק באס איז פובליק ט...
דורך נאך א פשט
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 12:32 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: די גוטע חלקים פון אונזער "סיסטעם"
רעאקציעס: 114
געזען געווארן: 14736

און אז מען רעדט פון די מעלות פון אונזער סיסטעם, לאמיר נישט פארגעסן פון די "טרייענגעל היטש פלאץ" ווי מיר קענען אלעמאל כאפן א היטש קיין בארא פארק ביז אפאהר מינוט. און אז קומט מען קיין בארא פארק איז דא "שומר שבת" ווי הלל וועט אייך פארשאפן א רייד צי וויליאמסבורג, פלעטבוש, לעיקוואד, מ...
דורך נאך א פשט
זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 10:29 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: די "נאך משיח" וועלט (פון די סעריע 'איך האב אסאך קשיות')
רעאקציעס: 18
געזען געווארן: 2000

אבער מיר רעדן דא פין די זאכען וואס אין ספרי חסידות, איז דער ענין, קריסטעל קלאר, 100 פראצענט, למעלה מכל שום ספק בדבר. אין די ספרי חסידות זענען די זאכען אפשר קלאר למעלה משום ספק, אבער אין די ספרי הראשונים זענען די זאכען בכלל נישט קלאר און עס איז דא גרויסע מחלוקות אין די אלע ענינים, און טאקע וועגן דעם...
דורך נאך א פשט
זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 7:19 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: פרשת יפת תואר
רעאקציעס: 67
געזען געווארן: 8840

אקעי, איך וועל וויסן פאר ווען ס'געשעט. איך וועל שוין מכריע זיין. נישט אז איך האב א הוה אמינא אז עס קען זיין מותר, אבער געדענקט אז אפילו ווען די תורה האט עז יא מתיר געווען איז עס נאר נאכען דורכגיין די גאנצע פראצידור פון "והבאתה אל תוך ביתך וגלחה את ראשה ועשתה את צפרניה והסירה את שמלת שביה מעליה...
דורך נאך א פשט
זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 9:33 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: קורצע הלכהדיגע שאלות
רעאקציעס: 228
געזען געווארן: 35512

איך בין נישט א דיין (און אפשר גיי איך אריין בגדר מורה הלכה בפני רבו ווען אונז האבן דא ר' שלמה דיין) אבער לויט ווי איך ווייס טאר מען נישט ניצען א אויווען פון פליישיג אויף מילכיג אהן באקן עפעס פרוה אינצווישען. פון מילכיג אויף פליישיג מעג מען יא אויב מען טיט דאס אויסברענען אויף 500 פאר א שעה.
דורך נאך א פשט
זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 9:29 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: גייען די טעכנאלאגישע כלים פארבלייבן?
רעאקציעס: 17
געזען געווארן: 1514

ניין. מען וועט שוין האבן USB WIFI Implants און מען וועט קענען אפלאדן אלע אינסטראקשען דורך די סעלפון.
דורך נאך א פשט
זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:21 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: גייען די טעכנאלאגישע כלים פארבלייבן?
רעאקציעס: 17
געזען געווארן: 1514

אוודאי גייט מען ניצן טעכנעלאגיע, און נאך ווי! ווען מ'וואקט אריין אין בית המקדש וועט זיין אויסגעשורעט קיאסק'ס ווי מ'וועט קענען אריבערוואקען און אריינפאנטשען אייער אינפארמאציע, אויב זענט איר שוין אמאל געווען דארט וועט אייך די קאמפיוטער דערקענען מיט פעיס רעקאגנישען, און דארט וועט זיין אפשענס, עולה, חט...
דורך נאך א פשט
פרייטאג אוגוסט 31, 2012 12:43 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: חידושים, ווערטער, געדאנקן, וואס שטימט נישט
רעאקציעס: 14
געזען געווארן: 1331

איך האב להדיא נישט געמיינט צו זאגן אז "פון הימל האט מען אים געוואלט ווייזן".
דורך נאך א פשט
פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:51 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: די "נאך משיח" וועלט (פון די סעריע 'איך האב אסאך קשיות')
רעאקציעס: 18
געזען געווארן: 2000

די ענטפער איז אזוי דער רמב"ם זאגט "וכל אלו הדברים וכיוצא בהן לא ידע אדם איך יהיו עד שיהיו שדברים סתומין הן אצל הנביאים גם החכמים אין להם קבלה בדברים אלו אלא לפי הכרע הפסוקים ולפיכך יש להם מחלוקת בדברים אלו ועל כל פנים אין סדור הויית דברים אלו ולא דקדוקיהן עיקר בדת " בקיצור, וועיט ענד ...
דורך נאך א פשט
פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:35 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: חידושים, ווערטער, געדאנקן, וואס שטימט נישט
רעאקציעס: 14
געזען געווארן: 1331

אויב מעג איך האבן די חוצפה וואלט איך געזאגט אז אע"פ וואס די מהר"ל איז געווען א גאון הגאונים בנגלה ובנסתר איז ער נאך אלץ געווען א יומען ביאינג און ער האט געקענט מאכן א טעות און פארטוישן די יוצרות. איט איז נאט די ענד אוו די ווארלד.
דורך נאך א פשט
פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:24 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: שואל כענין - קושיות ותמיהות
רעאקציעס: 843
געזען געווארן: 82873

די זון שיינט אויף אמאל פונקטליך מזרח (תשרי, ניסן), און אמאל מער צו מזרחית דרומית (מיטעלע זומער חדשים), און אמאל מער צו מזרחית צפונית (ווינטער חדשים). עניוועי די טייטש פון "ממזרח שמש" איז פון זון אויפגאנג, "עד מבואו" ביזן אונטערגאנג, דא קומט בכלל נישט אריין מזרח אדער מערב, נאר מז...
דורך נאך א פשט
פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:03 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: ישיבה לייט צום פראנט - פרשת שופטים
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 787

real jew, זייער שיין געשריבן אבער פארשטיי אז די תורה אליינס זאגט די סיבה, מי האיש אשר בנה בית חדש ולא חנכו ילך וישב לביתו פן ימות במלחמה ואיש אחר יחנכנו ומי האיש אשר נטע כרם ולא חללו ילך וישב לביתו פן ימות במלחמה ואיש אחר יחללנו ומי האיש אשר ארש אשה ולא לקחה ילך וישב לביתו פן ימות במלחמה ואיש אחר יק...
דורך נאך א פשט
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 5:38 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: דעת החזון איש: א אלטע איסור ווען שוין נישט אקטועל
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 1748

ווי קומט מסורה דא אריין? איך האב געפרעגט א פשוטע שאלה: היינט ווען רוב שומרי תורה ומצות קענען נישט קיין אידיש. צו וואלטן די אלע גדולים געהאלטן אז מען מוז נאכאלץ אלעס טוען אין אידיש. [דער שאלה ברענגט נאר גאר גוט ארויס דער פונקט פונעם חזון איש ודו"ק]. מיר האבן א מסורה צו גיין מיטן קאפ אין וואנט א...
דורך נאך א פשט
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 4:43 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: תפילין דר"ת
רעאקציעס: 47
געזען געווארן: 4397

די האסט אמאל געקויפט א נייע גמרא ווייל די אלטע איז געווען א חתן-ש"ס-סייז?
זיכער אז די קענסט קויפן נייע, נאר זיי מנדב דיין אלטע פאר ליבאוויטש אזוי וועסטו האבן א חלק אין די מצוה פין אלע אידן וואס זיי וועלן אנטוהן דיין תפילין.
אגב בנוגע די סייז פין די קומראן תפילין זעה דא
http://www.abu.nb.ca/courses/ntintro/im ... actery.htm
דורך נאך א פשט
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 4:26 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: תפילין דר"ת
רעאקציעס: 47
געזען געווארן: 4397

לויט ווי איך פארשטיי איז נישט דא קיין הידור אין גרויסע תפילין בתים, עס איז פשוט תוצאה פין דער אלגעמיינעם צוגאנג צו אידשקייט וואס מיר האבן אז "מער איז בעסער". גרויסע טלית, גרויסע לולב (טפח לנענע בו, מען דארף נישט מער), לאנגע הושענות, וכו'. אגב די תפילין וואס מען האט געטראפן אין קומראן (עכ&q...