דער זוך האט געטראפן 158 רעזולטאטן

דורך סופר ומונה
מוצ"ש נאוועמבער 24, 2012 10:43 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום
רעאקציעס: 409
געזען געווארן: 50516

הרב דוב ליפמאן, א באקאנטער מאדערן-ארטאדאקסישער אקטיוויסט אין בית-שמש, האט זיך אנגעשלאסן אין דער כנסת-ליסטע פאר דער 'יש עתיד' פארטיי פון יאיר לפיד אין ליכט פון די באפארשטייענדע וואלן אין מדינת ישראל. ליפמאן איז באקאנט געווארן ווען ער האט זיך פראמינענט ארויסגעשטעלט קעגן די ראדיקאלע חרדים אין בית-שמש. ...
דורך סופר ומונה
דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 8:32 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: פרעזידענט קאמפיין 2012
רעאקציעס: 322
געזען געווארן: 25282

וויאזוי די אבאמא-קאמפיין האט אויסגעקליבן דעם פאסיקן בילד מיט וועלכן צו פייערן דעם זיג.
http://www.slate.com/blogs/behold/2012/ ... arack.html
דורך סופר ומונה
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 3:20 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
רעאקציעס: 389
געזען געווארן: 103060

שמעקעדיג, א דאנק פארן ברענגען דעם ארטיקל פון הרב אשר לעווין. עס קוקט מיר אויס אביסל מיסטעריעז ווי מיינס א שורה איז אריינגעפלויגן אין הרב לעווינס ארטיקל, כמעט ווארט-נאך-ווארט...
דורך סופר ומונה
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 8:13 pm
פארום: וויסנשאפט
אשכול: פארוואס עוואלוציע איז פאלטש
רעאקציעס: 55
געזען געווארן: 13709

געפילטע, ווער האט אנגעשטעלט אז די יוניווערס זאל פרובירן צו מאכן א ביג בענג איין מאל און נאכאמאל ביז ס'וועט געלונגען? אין אנדערע ווערטער, אפילו די אינפינייט מאנקי טעאראם דארף אויך א דעזיינער, ווייל א דעזיינער דארף שטעלן די מאלפעס איבער די קאמפיוטער און זיי אויסלערנען צו קלאפן אויף די אותיות, אזוי אז...
דורך סופר ומונה
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:28 am
פארום: אנשי שם
אשכול: ברוך שפינאזע
רעאקציעס: 119
געזען געווארן: 32857

צוערשט דארף איך גראטולירן לעיקוואדן פאר זיינע הערלעכע ארטיקלען איבער שפינאזאן און זיינע שיטות. באמת שיין, קלאר, קורץ, און געשמאק צו לייענען. עטלעכע מאל האב איך שוין געטראכט צוצולייגן געוויסע פונקטן (א שטייגער ווי דעם אונטערשיד צווישן פאנטעאיזם און פאנענטעאיזם), אבער צו אלעמען זענט איר אליין צוגעקומע...
דורך סופר ומונה
מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 7:19 pm
פארום: וויסנשאפט
אשכול: פארוואס עוואלוציע איז פאלטש
רעאקציעס: 55
געזען געווארן: 13709

ווי "לעיקוואד" האט שוין אזוי שיין ארויסגעברענגט, זענען פאראן ערנסטע לאגישע לעכער אין די ארגומענטן פון שיטה מקובצת, און ס'רוב פון זיי אדרעסירן נישטאמאל זיין קעפל: "פארוואס עוואלוציע איז פאלש". לאמיר אנפאנגען מיט דעם אז עוואלוציע פאר זיך איז נישט קיין שום סתירה צו אמונה, און קען דע...
דורך סופר ומונה
פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 2:32 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: חידות אויף חומש
רעאקציעס: 50
געזען געווארן: 4460

יא, אזוי זאגן רש"י און מדרשים. רבי חיים בן-עטר געפעלט אבער נישט דעם פשט, זאגט ער אין זיין ספר "אור החיים" אז לבן איז דערשראקן געווארן איבער דעם פרעמדן מענטש וואס מאכט זיך היימיש מיט זיין קליינעם שוועסטערל, און האט מורא געהאט אז מ'האנדלט דא מיט א מענטשן וועלכער האט שלעכטע כוונות. איז ל...
דורך סופר ומונה
פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 1:47 pm
פארום: היסטאריע
אשכול: די וועלט איז רונדיג, אדער פלאך?
רעאקציעס: 56
געזען געווארן: 19776

דאכט זיך אז סטיוו האקינס, זאל האבן א רפואה שלימה בקרוב, אין זיין באקאנטן בוך "א קורצע היסטארי פון צייט," הייבט אן מיט די סעיגן אנעקדאט. אמת. אבער נישט בשם סעיגען. אידעלעך, איר לערנט קענטיק 'תורה לשמה'. איר זענט דן אין די רייד פון קארל סייגען אין סאמע ' קארל סייגען טאג ', וואס ווערט געפראו...
דורך סופר ומונה
פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 1:42 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: חידות אויף חומש
רעאקציעס: 50
געזען געווארן: 4460

וַיָּ֨רָץ לָבָ֧ן אֶל־הָאִ֛ישׁ הַח֖וּצָה אֶל־הָעָֽיִן׃
פארוואס איז לבן געלאפן צו דעם מענטש וועלכער איז געקומען טרעפן א ווייב פאר יצחקן?
דורך סופר ומונה
דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 3:48 pm
פארום: ספרים און ביכער
אשכול: נייע אנגלא-אידישע ביכער
רעאקציעס: 13
געזען געווארן: 2722

אין א מאדנעם בוך האב איך זיך אנגעשטויסן, דאס איז א נאוועלע מיטן נאמען ' פארכאפט אין סײַבערספעיס ', דורך איאלא שטימלער, ארויסגעגעבן דורך 'מנוחה' פארלאג. לאמיך נאר ציטירן די שילדערונג פון דעם בוך אויף דער הילע: עס האט זיך אנגעהויבן אומשולדיק. פאר עטלעכע קורצע מינוטן האט מיכל קליינס טאטע אראפגענומען דע...
דורך סופר ומונה
דינסטאג אקטאבער 30, 2012 1:34 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: חידות אויף חומש
רעאקציעס: 50
געזען געווארן: 4460

חידות אויף חומש

עס וואלט געווען אינטערעסאנט דורכצושמועסן פראגעס אויף דעם חומש, וואס אין אלגעמיין מיינט מען אז די תירוצים זענען פשוט, אבער פארמאגן באמת אנדערע שיטות און מיינונגען.

ווי אלט איז יצחק געווען ביי דער עקידה, און ווי אלט איז רבקה געווען ווען זי האט חתונה געהאט מיט יצחקן?
דורך סופר ומונה
מאנטאג אקטאבער 29, 2012 5:34 pm
פארום: טעכנאלאגיע
אשכול: נייעס פון "עפל"
רעאקציעס: 240
געזען געווארן: 32007

פיקציע האט געשריבן:א נייע לייט באלב גערופען היו א פראדוקט פון פיליפס וואס וועט ארבעטן מיט עפעל דעווייסעס, וועט זיין צו באקומען עקסקלוסיוולי ביי עפעל סטארס.

זייער אינטערעסאנט. און דאס קען מען אריינדרייען אנשטאט יעדע סארט בירנע?
דורך סופר ומונה
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:47 pm
פארום: היסטאריע
אשכול: קאלירפולע בילדער פון אידן - צווייטע וועלט מלחמה
רעאקציעס: 34
געזען געווארן: 5253

א גרויסן דאנק, DotCom, פאר די בילדער. ס'איז ווירקלעך הארצרייסנד צו קוקן אויף די ליכטיקע פנימער פון אט-די הייליקע אידן, וועלכע האבן טראץ זייערע ביטערע ליידן ארויפגעגאסן אויף זייער געזיכט א חוט של חסד, און אן אינערלעכע צופרידנהייט. איך ווייס נישט פארוואס, אבער זעענדיק די בילדער שפיר איך א דערציטערונג ...
דורך סופר ומונה
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:12 am
פארום: וויסנשאפט
אשכול: קען וויסנשאפט באשטימען די עלטער פון דער וועלט?
רעאקציעס: 54
געזען געווארן: 11198

villager, איך וויל אייך דערמאנען איבער דעם הויפט-באווייז אויף דער אידישער אמונה - די סברא פון רבי יהודה הלוי אין 'ספר הכוזרי' אז מ'האט נישט געקענט איינרעדן הונדערטער טויזנטער מענטשן אז מתן תורה האט פאסירט, אויב עס האט נישט טאקע פאסירט. אננעמענדיק אז איר זענט אן אינטעליגענטער מענטש, און אז אייער אמונ...
דורך סופר ומונה
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:56 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
רעאקציעס: 389
געזען געווארן: 103060

איך מיין אז מיר דארפן דא באהאנדלען דריי פונקטן. איינס, דעם וועג וויאזוי מ'באשולדיקט מענטשן; צוויי, וויאזוי די אורטיילן ווערן צוגעטיילט; און דריי, וויאזוי באשולדיקטע ווערן באהאנדלט אין טורמע. (כדי נישט צו ווערן אריינגעשלעפט אין נגיעות'דיקע געפעכטן לאמיר נישט דערמאנען קיין ספעציפישע פעלער, א-ווי רובאש...
דורך סופר ומונה
מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:31 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: טעותים אין אידישע ידיעות (הלכה, השקפה וכו')
רעאקציעס: 73
געזען געווארן: 8484

פון וואנעט נעמט זיך דער מקור אז נאך דער בעל תפילה זאגט "גדלו" זאגט דער עולם נאך "גדלו לה'..." ווען אין שו"ע און אין סידור שטייט קלאר אז דאס זאגט דער בע"ת און דער עולם זאגט נאר לך ה' הגדולה..? דאס איז א דראנג אזא וואס מענטשן האבן צו זאגן 'אלעס' וואס שטייט אין סידור. מיר...
דורך סופר ומונה
מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:26 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: העכסטע צייט צוריק גיין צו אמת'ע חסידות
רעאקציעס: 17
געזען געווארן: 3619

דעכ בריוו איז נישט פין ר' אלעזר דאכט זיך. עס איז פין ר' זכריה מענדעל דער גרעסטע תלמיד פין ר' אלימלך. האסע קיינמאל געהערט פין אים? טו בעד. ער איז אויך דנר מחבר פין צעטיל קטן. ריכטיק. אבער אז רבי זכריהו מענדל משנדישוב איז געווען דער מחבר פון 'צעטל קטן' האב איך קיינמאל נישט געהערט. א מקור? איך ווייס נ...
דורך סופר ומונה
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 9:13 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: מאראל אהן רעליגיע
רעאקציעס: 124
געזען געווארן: 33608

עס קען קיינער נישט לייקענען דעם פאקט אז מאראל איז אומאפהענגיק אין אמונה, וויבאלד צוצוקומען צו פארשיידענע יסודות אינערהאלב מאראליטעט מוז מען נוצן אן אויסערלעכן סיסטעם פון טוב ורע. צום ביישפיל, לויט חז״ל דארף א טאטע שפייזן זיין קינד בלויז ביז ס׳ווערט זעקס יאר אלט. היינט פארשטייט יעדער אז מ׳דארף שפייזן...
דורך סופר ומונה
זונטאג אקטאבער 14, 2012 7:10 pm
פארום: וויסנשאפט
אשכול: "קוריאסיטי" ראווער אויף מארס-מאדים
רעאקציעס: 217
געזען געווארן: 23627

דאס ראווערל אויף מארס האט געפונען א גאר-אינטערעסאנט שטיינדל וואס זעט גאר אויס ווי מענטשלעך-געמאכט. וויסנשאפטלער זאגן אבער אז דאס איז א נאטירלעכע פענאמען און אז דאס האט זיך געשאפן אליין דורך ווינט, און אז ענלעכע שטיינער טרעפט מען אפט אויף דער וועלט. http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb...
דורך סופר ומונה
זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:01 am
פארום: אינטערנעט און אידישקייט
אשכול: רבנים וואס זענען נישט מקיים די אינטערנעט תקנות
רעאקציעס: 62
געזען געווארן: 14304

נישט פארגעסן ארויסצוברענגען דאס וואס הרב יצחק באטיטלט די וועלכע וואגן ארויפצוברענגען קריטיק אויף אים ווי 'טפשים', און אז זייערע לעגיטימע פראגעס זענען 'שלא מדעת'.
דורך סופר ומונה
זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:55 am
פארום: וויסנשאפט
אשכול: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
רעאקציעס: 631
געזען געווארן: 98291

דאס מיינט אז אויב גייט מען קענען באווייזן אהין אנצוקומען וועט דיאמאנט זיין ביליגער ווי שטיינער? ------------------- אקעי כ'האב עס יעצט געלייענט. forever beyond human reach 40 ליכט-יארן מיינט אז עס נעמט פאר ליכטיקייט 40 יאר אנצוקומען פון דעם שטערן ביז אונדז! איך וואלט אבער נישט געזאגט אזא באגרענעצונ...
דורך סופר ומונה
זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:48 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: נעגל וואסער = נטילת ידיים שחרית: דער מקור פון דעם נאמען
רעאקציעס: 21
געזען געווארן: 3195

איך פארשטיי טאקע נישט פארוואס די אבארשען קליניקס שפענדען אזוי סאך געלט אויף זייערע פראצעדורן, איינער זאל זיי גיין זאגן די געשניטענע נעגל עצה. דוכט זיך אז הרב נתן געשטעטנער דעבאטירט אט די שאלה אין זיינע תשובות, צי א פרוי וועלכע וויל אן אבארט מעג שפרייזן אויף אראפגעשניטענע נעגל. איבער דעם ענין פון מי...
דורך סופר ומונה
זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:44 am
פארום: וויסנשאפט
אשכול: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
רעאקציעס: 631
געזען געווארן: 98291

פלאנעט געמאכט פון דיאמאנט געפונען געווארן
א פלאנעט וואס איז לויט וויסנשאפטלעכע חשבונות געמאכט פון דיאמאנט איז געפונען געווארן ארביטירן א שטערן ארום 40 ליכט-יארן אוועק. דער פלאנעט איז אביסל גרעסער ווי אונדזער וועלט.