דער זוך האט געטראפן 1571 רעזולטאטן

דורך ברסלבער
דינסטאג אקטאבער 13, 2015 2:46 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: צדיק האלט אפ מחלוקת פייער
רעאקציעס: 18
געזען געווארן: 2344

זייער שיינע און לערנבארע מעשיות.

וואס א חילוק צי די מעשה איז אמת אדער נישט? דער עיקר איז אז מען קען זיך אפלערנען דערפון גוטע זאכן.
דורך ברסלבער
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:41 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: איבערן דעיל קארנעגי אידיש בוך איבערזעצונג
רעאקציעס: 33
געזען געווארן: 4344

איך מיין אז זייער הצלחה קומט פון זאגן דעם אמת, און נישט זיך פארשלייערן אז אלעס איז נאר גענומען פון ריינע אידישע מקורות...

איינער האט שוין געליינט דעם בוך? לוינט זיך עס צו קויפן?
דורך ברסלבער
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:24 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: פרשת שמו"ת לערנט אונז, כל המוסיף גורע!
רעאקציעס: 35
געזען געווארן: 4668

אויף קול מבשר האבן זיי געלופטערט א קורצע אינטערוויו (114) דעם פרייטאג, איבער מעביר סדרה זיין. דער בעל דרשן זעט אויס האט זיך גוט פארגעקוקט, ער ווייסט צו זאגן ווען מען דארף זאגן מיט'ן טעם העליון און ווען מיט'ן טעם התחתון. ער ווייסט אפילו וואס מען האט צו טון ווען ס'איז דא א פסקא באמצע הפסוק, אויב מען מ...
דורך ברסלבער
דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 5:38 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"
רעאקציעס: 74
געזען געווארן: 15915

אמת. טאקע א שאד. ביי די פארגאנגענע אויסגאבעס האב איך זיך מחי' געווען מיט ברסלבער'ס ארטיקלען... בעזה"י וועלן מיר דאס משלים זיין ביי די קומענדיגע אויסגאבע.
דורך ברסלבער
דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 5:35 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"
רעאקציעס: 74
געזען געווארן: 15915

שוין אביסל שפעט, און איך האף אז מען קען זיך נאך באדאנקען פאר די אלע וועלכע האבן אריינגעלייגט די געוואלדיגע כוחות אז דער אויסגאבע זאל ארויסקומען כלול בהדרו. איך האב עס ארויסגעדרוקט פאר יום טוב, און איך בין אנגעקומען צו ליינען עטליכע ארטיקלען פון וואס כ'האב זייער הנאה געהאט. האפענטליך וועל איך מיט די ...
דורך ברסלבער
דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 5:13 pm
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: די כללים פון די, דאס, דער, און דעם - קונטרס א'
רעאקציעס: 14
געזען געווארן: 6458

ווייס איך דען? איך האב אנגעפרעגט ביים מחבר אויף זיין אנגעגעבענעם אימעיל אינ'ם קונטרס. דאס איז שוין געווען א שיינע שטיק צייט צוריק.
דורך ברסלבער
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 11:15 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: די "נישט" עבודה פון שמחת החיים (פרי עט הדר)
רעאקציעס: 55
געזען געווארן: 5600

הערליך שיין, רויטע. האסט מיר געמאכט א שמחת יו"ט מיט'ן ארטיקל. פאר קיין שום איד געוואונטשן, איז מיין שלאק געפלויגן איין נאכט דעם יו"ט. דער מצב איז בכלל נישט געווען בא'טעמ'ט, און איך מוז מודה זיין אז אזוי ווי כ'האב געהאלטן גלייך נאכ'ן ליינען דעם ארטיקל, האט מיר עס גאר שטארק ארויסגעהאלפן. ייש...
דורך ברסלבער
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 10:17 am
פארום: העמק דבר
אשכול: א פרייליכע יוהכ"פ
רעאקציעס: 31
געזען געווארן: 3969

אלעס פיין און וואויל, אבער וואס טוט מען מיטן יום כיפור מכפר 'לשבים'? עס שב'ט זיך נישט אזוי גרינג. לויט דיר, ווען מען קומט ארויף לאחר מוע"ש איז דער גאנצער דין וחשבון נאר אויף די לעצטע יאר, וואס מען האט געלעבט נאך יו"כ? דאס איז דאך מיין קשיא. פארוואס זאגסטו אז טון עבירות איז כפשוטו און טון ...
דורך ברסלבער
זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:34 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: א פרייליכע יוהכ"פ
רעאקציעס: 31
געזען געווארן: 3969

די סיבה פארוואס מען דארף עסן ערב יו"כ איז זיך צו פרייען אויף דעם גרויסן טאג וואס דער אייבערשטער איז אונז מוחל אלע עבירות. מעולם לא שמעתי אז עס זאל זיין אן ענין צו זיין טרויעריג אום יום כיפור. עס איז א יום טוב ווי אלע ימים טובים, נאר מען דארף פאסטן, אבער וואס עפעס טרויערן? אודאי איז מען פרייליך ...
דורך ברסלבער
זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 9:49 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו
רעאקציעס: 77
געזען געווארן: 11248

זייער א שטארקע נקודה, @וכדומה. ווי דער עולם זאגט שוין איז לאו דוקא די ווארט קיש. די ווארט איז ארויסציווייזן אהבה ואחוה, וואס דאס איז די געזונטסטע זאך פאר די קינדער. אויף צו קענען געבן א קיש אין פארענט פון די קינדער, דארף מען קודם טוישן די גאנצע מענטאליטעט ביים היימישן ציבור, אזוי אז דער קינד זאל דאס...
דורך ברסלבער
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 3:01 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: מיין רייזע קיין אומאן
רעאקציעס: 17
געזען געווארן: 3616

שלום עליכם פאר דיר און פאר מיר און פאר אלע אידישע קינדער וואס קערן זיך צוריק פונעם געהויבענעם יום טוב אין אומאן. הערליך שיין! זייער גוט אראפגעשריבן. ווען איך ווייס ווען דו ביזט דארט וואלט איך אריבער געקומען דיר וואונטשן א חג שמח און א שנה טובה ומתוקה (ווער ווייסט, אפשר האב איך דיר יא געטראפן?...) בכ...
דורך ברסלבער
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 9:33 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: טעגליכע חיזוק - הר"ר יואל ראטה שליט"א
רעאקציעס: 45
געזען געווארן: 6172

בלייב נישט מיט ביידע פיס אין בלאטע. איין פוס אריין און איין פוס ארויס.

https://vimeo.com/138080097
דורך ברסלבער
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:56 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: טעגליכע חיזוק - הר"ר יואל ראטה שליט"א
רעאקציעס: 45
געזען געווארן: 6172

מ'פרעגט א מענטש: "ביזט שוין געווען אמאל אין אומאן?" זאגט ער "ניין. דאס איז נייע זאכן, מען האט דאס נישט געזען אמאל ביי אונז"... און די נייע מעדעצינען וואס קומען היינט ארויס, נוצטו יא? אפשר זאלסטו שטארבן יונג, אזוי ווי מען פלעגט אמאל שטארבן? אפשר זאלסטו נישט נוצן די אלע היינטיגע בא...
דורך ברסלבער
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 3:48 pm
פארום: א שמייכל
אשכול: אויפדעקונג: די מיסיאנערן פון טעיסטער טשאוס קאפי
רעאקציעס: 37
געזען געווארן: 4085

ש'כח עזריאל פאר'ן מעורר זיין... כ'האב שוין איינגעקויפט א גרויסן סטאק פון די אלטע באטלעך. וועט זיין צו ‏באקומען ביי די שמשים...‏ אגב, איז טאקע טעיסטער טשויס א זאך וואס איז מער אנגענומען ביי היימישע אידן דוקא? איך פערזענליך האב ‏מער ליב טעיסטער טשויס ווי די בעסטע קאווע פון סטארבאקס. אפשר איז דאס טאקע ...
דורך ברסלבער
מיטוואך אוגוסט 26, 2015 11:50 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: דער סוד פון דאנאלד טראמפ'ס הצלחה
רעאקציעס: 12
געזען געווארן: 2044

דער סוד פון דאנאלד טראמפ'ס הצלחה

וויצן אין א זייט געלייגט... טראמפ שפאנט מיט גרויסע טריט אויפ'ן וועג צום ווייסן הויז. וויפיל מען האט שוין ‏געזאגט און געשריבן, געשריגן און אויפגעוויזן, אז עס איז נאר א צייטווייליגע זאך, דער עולם איז עקסיידעט ‏וואס דער משוגענער האט צו זאגן, אבער עס וועט גאנץ שנעל אויסוועפן; שטייט ער אבער נאכאלץ ג...
דורך ברסלבער
דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:23 pm
פארום: אנשי שם
אשכול: הרב יואל ראטה
רעאקציעס: 483
געזען געווארן: 98103

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=RVksB8Pqi5Y[/youtube]
דורך ברסלבער
דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:04 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: אשכול צו שטעלן פראגען פאר ק"ש שרייבער
רעאקציעס: 48
געזען געווארן: 4863

ברסלבער גלוי וידוע אז ר' נחמן ברעסלאווער האט נישט געהאלטען פון דורש זיין ברופאים וואס טוען היינטיגע ברעסלאוווער חסידים ? כשטעל זיך פאר אז די עולם איז דורש ,אבער וואוזוי געבן זיי זיך אן עצה מיט ר' נחמנ'ס התנגדות ? און וואס טוען די גרויסע חסידים ווי רי"מ שעכטער ? איך בין נישט אזוי באקאנט אין די ...
דורך ברסלבער
מיטוואך אוגוסט 12, 2015 1:42 pm
פארום: א שמייכל
אשכול: די אויסוועלטניקעס
רעאקציעס: 27
געזען געווארן: 3390

דאס איז באמת א לענגערע שמועס. דאכט זיך אז איך האב שוין געשריבן דערוועגן ערגעץ אין שטיבל. די נקודה איז ‏אז רבי נחמנ'ס הויפט זאך איז געווען אז מען זאל רעדן צום אייבערשטן, וואס, ווי אזוי און וואו מען קען נאר. ער ‏האט גערעדט און געשריבן פון דעם דאס מערסטע. ער האט געזאגט אז דאס איז די גרעסטע זאך וואס א א...
דורך ברסלבער
מיטוואך אוגוסט 12, 2015 1:29 pm
פארום: א שמייכל
אשכול: די אויסוועלטניקעס
רעאקציעס: 27
געזען געווארן: 3390

מיין געשמאק ביים ציון איז צו שטיין צווישן אזויפיל טויזנטער אידן וואס גיסן זיך אויס זייער פעקל צרות פאר'ן אייבערשטן. עס רעדט זיך גאר אנדערש צום אייבערשטן, ווען מען איז ארומגענומען מיט אזא סביבה. א ברסלבער? דאס איז דאך א סתירה מיט התבודדות.... חיי מוהר"ן סימן רמ"א: שָׁמַעְתִּי בִּשְׁמוֹ שֶׁ...
דורך ברסלבער
מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:04 am
פארום: פאעזיע
אשכול: אריבער די וואריזאנא בריק!!!
רעאקציעס: 22
געזען געווארן: 2319

זייער גוט געזאגט, שבת אחים. הלואי אויף מיר געוואונטשן.
ס'גרינג צו רעדן, אבער שווער צו טון. ווי האט יענער געזאגט "ס'גרינג צו רעדן, און דערפאר רעד איך"...
דורך ברסלבער
מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:01 am
פארום: א שמייכל
אשכול: די אויסוועלטניקעס
רעאקציעס: 27
געזען געווארן: 3390

זייער גוט אראפגעלייגט, עזריאל. ממש דברים כהוויתן. איך בין געווען היינט ביים ציון אין קר"י. מיין געשמאק ביים ציון איז צו שטיין צווישן אזויפיל טויזנטער אידן וואס גיסן זיך אויס זייער פעקל צרות פאר'ן אייבערשטן. עס רעדט זיך גאר אנדערש צום אייבערשטן, ווען מען איז ארומגענומען מיט אזא סביבה. אויפ'ן ווע...
דורך ברסלבער
דינסטאג אוגוסט 11, 2015 11:50 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א חכם.
רעאקציעס: 131
געזען געווארן: 94508

איינע פון די קינדער אין מיין באנק האט זיך פלוצלינג געעפנט דאס מויל און אנגעהויבן גיסן ידיעות אז ס'איז געגאנגען א רויך. ער קען אידישע היסטאריע, דקדוק, און וואס נישט. בקיצור עס האט מיר גענומען צייט געוואויר צו ווערן אז זיין טאטע האט אפגעמאכט אז ער גייט אים מאכן פאר א ידען על טהרת הקדש, און נישט מער או...
דורך ברסלבער
דינסטאג אוגוסט 11, 2015 11:36 pm
פארום: היסטאריע
אשכול: ווען משיח וועט קומען וועט יעדער זיין א ...
רעאקציעס: 27
געזען געווארן: 2844

לסבר את האוזן וואס רבי נחמן האט געמיינט. נישט ממש אזוי ווי שטיצן קרן הצלה. דער פסוק זאגט אין צפני' אז ווען משיח וועט קומען וועט זיין "כִּי אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה'" יעדער וועט רעדן צום אייבערשטן. האט רבי נחמן גע'טענה'ט אז מען דארף נישט ווארטן ביז ...