דער זוך האט געטראפן 881 רעזולטאטן

דורך מאראנצןזאפט
מיטוואך יולי 10, 2013 6:20 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: וויכטיג!!! איז עס מיין אחריות אפצושטעלן?
רעאקציעס: 236
געזען געווארן: 15575

לאמיר אלע פרובירן אריינטראכטן וואס רבינו לעיקוואד וועט זאגן צו דער אשכול.
איך ווייס נישט וואס, אבער קאלט ווערט מיר אין אלע ביינער פון וואס ס'ווארט אפ אונזער ר' שלמה.
א פעני אין דער פישקע פאר פודסטעפס אז אלעס זאל זיך ענדיגן בכי טוב.
דורך מאראנצןזאפט
מיטוואך יולי 10, 2013 2:19 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: ס'האט מיר געברענגט טרערן
רעאקציעס: 624
געזען געווארן: 154553

זר זהב האט געשריבן:איך האלט עס נישט אויס


:lol:
דורך מאראנצןזאפט
מיטוואך יולי 10, 2013 2:13 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: מזל טוב! 1000 לייקס
רעאקציעס: 377
געזען געווארן: 48470

העי דו עירמאנטער, אזוי מיר נישט דיר נישט האסטו מיר צומגעקראצט טויזנט לייקס, דו מיינסט מ'וועט עס אזוי גרינג פארשוויגן ווערן, ביי די נעקסטע זיצונג וועל איך זען אז איטשע זאל עס געהעריג ארויפברענגען און זאל אברהם אהרן פלאצן. א קעכער אן ענין, א געבלומטע טיש כאלאט אן ענין, און טויזנט לייקס איז אויך אן עני...
דורך מאראנצןזאפט
מיטוואך יולי 10, 2013 1:01 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: א חברותא אין מונסי
רעאקציעס: 34
געזען געווארן: 2653

און א זשאב פאר מיר אין אייער ביזנעס האט איר אפשר?
פאר די געלט וועל איך שוין צולערנען מיט אייך אויך?
דורך מאראנצןזאפט
דינסטאג יולי 09, 2013 6:26 pm
פארום: ספרים און ביכער
אשכול: ביכער איבער חרדים און חסידים
רעאקציעס: 113
געזען געווארן: 48715

ברוך הבא רבי איש חסיד היה. און יישר כוח פאר אייער תגובה.
דורך מאראנצןזאפט
דינסטאג יולי 09, 2013 6:05 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: אמת'ע אידישקייט איז עיקרלאז
רעאקציעס: 13
געזען געווארן: 1625

און מ'קען נישט אויפציען א דור אז יעדע שמאטע דארף מען ברענגען פאר ר' מאיר אפילו קדושה איז מיין פלעג. און מ'קען נישט אויפציען א דור אז ביי נשמת מוז מען וויינען אפילו די טועמיה גליסט זיך ווי דער זיידע ר' לייזער וואלף. און מ'קען נישט אויפציען א דור אז בילדער איז פון די ג' עבירות חמורות אפילו איך בין היי...
דורך מאראנצןזאפט
דינסטאג יולי 09, 2013 5:42 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ווען Off The Derech גייט Off Track
רעאקציעס: 358
געזען געווארן: 58132

שרגא איך בין מיט דיר אויף איין בלעטל, אבער דער דמיון צו גינעס ווארלד אוו רעקארדס גלייך איך נישט ואינו עולה יפה, בשעת וואס דארט באהאנדלט מען אויסערארנטליכע געשעענישן משא"כ חז"ל ווילן פארציילן א ספאנטאנישער ניסים'דיגע תופעה מיט א סיבה אז ושתי זאל זיך וועלן שעמען. קענסט ענטפערן אז ס'איז נישט ...
דורך מאראנצןזאפט
דינסטאג יולי 09, 2013 5:20 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: מעלות פון זיין א היימישער איד
רעאקציעס: 41
געזען געווארן: 4444

יא, און אין מער א סאטמאר געשטימטער ביהמ"ד זענען די סייז האט קאפס 12 אונסעס, מיט רויטע שטרויס אין דער זייט, און אן אויסווייל פון 3 סארטן צוקער רינעדיגע פיר עקיג און ספלענדע. דינסטאג פרעגלט מען אין ביהמ"ד אייער שפייז אויף א רעזשא לעי"נ הושע בן בארי, און ביי לאנטש איז דא אין כולל א שלישי...
דורך מאראנצןזאפט
דינסטאג יולי 09, 2013 4:04 pm
פארום: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אשכול: זאכן וואס כ'וויל וויסן
רעאקציעס: 4879
געזען געווארן: 567217

עס גייט מיר בנפשי צו וויסן וואס איז פשט אז אינעם האטעל צימער ווארט אפ א פלעשל 20 אונס ספרינג וואסער מיט א פרייז טעג פון 5 טאלער. וואס איז דער עומק דערפון? צו מאכן געלט? הלא 99 פראצענט מענטשן רירן עס נישט צו, זאלן זיי בעטן א טאלער מער פאר'ן סטעי, וועלן זיי מאכן מער געלט. און דער וואס כאפט זיך נישט או...
דורך מאראנצןזאפט
דינסטאג יולי 09, 2013 3:49 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: איז אנשיל'ס שמייכל א סתירה צו מיין שמייכל?
רעאקציעס: 27
געזען געווארן: 3431

קאווע, א פראכט פון אן ארטיקל און א ברעטה אוף פרעש עיר, טאקע יא פון די רואיג, ווינקל, שמועסן פארברענגען סארט, לאפוקי סתם אומנויטיגע דערקוטשענישן.
דורך מאראנצןזאפט
מאנטאג יולי 08, 2013 10:24 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ווען Off The Derech גייט Off Track
רעאקציעס: 358
געזען געווארן: 58132

לעיקוואד, דברים ערבים ומתוקים לחיך און ישר כוח פאר דיין הודאה צו מיר אין אישי אז דער שמועס טראגט נישט די צורה עס ואלט ווען געדארפט און אז קאווע באקומט א צווייטע פנים מיט די סארטן נושאים און שמועסן.
דורך מאראנצןזאפט
מאנטאג יולי 08, 2013 7:24 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ווען Off The Derech גייט Off Track
רעאקציעס: 358
געזען געווארן: 58132

אנשטאט א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען איז אונזער קאווע שטיבל פארוואנדלט געווארן אין ענדלאזע וויכוחים איבער פארשידענע סארטן פרטיות'דיגע לעבנסשטייגערן. די געפעכטן זענען זינלאז. יעדער איז געבינדן צו זיין ספעציפישן מהלך החיים מיט הונדערט טעמים און 200 לשיטתות. עס איז ביי מיר פונקט ווי א ויכוח פ...
דורך מאראנצןזאפט
מאנטאג יולי 08, 2013 8:15 am
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: איבערטייטשן צווישן ענגליש אין יידיש
רעאקציעס: 102
געזען געווארן: 28729

זייער אסאך ווערטער האבן נישט אמת'דיג אן איבערטייטש אויף אידיש, און אפילו זיי האבן יא וואלטן זיי נישט געזאגט געווארן אויפ'ן זעלבן קאנטעקסט ווי מ'זאגט עס און ענגליש, פונקט אזויווי קיינער וועט נישט איבערטייטשן פיפיטי טרי צו פופציג און דריי נאר דרי און פופציג. אויך האט אידיש די מעלה אז זי בארגט פון איר ...
דורך מאראנצןזאפט
זונטאג יולי 07, 2013 11:38 am
פארום: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אשכול: זאכן וואס כ'וויל וויסן
רעאקציעס: 4879
געזען געווארן: 567217

צו איינער איז אינטערסירט אין מיינע פיקטשערס וואס איך האלט אין איין ברענגען? יעדער באלעקט זיך דערמיט, און לייקס ווערן בעיקר גענוצט אלס א הסכמה און אינדארסמענט פאר דער אינהאלט, וואס איז נישט אזוי ווייט שייך ביי בילדער, ספעציעל ווען דו ברענגסט זיי אי די הונדערטער, וואלט מען געדארפט א ספעציעלן סעקרעטער...
דורך מאראנצןזאפט
זונטאג יולי 07, 2013 11:35 am
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: אן אשכול צו מתקן זיין גראמאטיק און ספעלינג
רעאקציעס: 250
געזען געווארן: 35644

איך בין נישט מקפיד צו שרייבען דו, אך שרייב שטענדיג די. און פארוואס שרייבסטו נישט סטרויבערי און הערינג מיט די זעלבע אותיות? עס איז צוויי אנדערע ווערטער און דארף ווען אנדערש ארויסגעזאגט ווערן. דו קומט מיט א מלאופים וואס וואלט זיך געדארפט הערן מיט דער קלאנג ווי you. און די זאגט מען מיט א חיריק וואס הע...
דורך מאראנצןזאפט
פרייטאג יולי 05, 2013 9:38 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ווען Off The Derech גייט Off Track
רעאקציעס: 358
געזען געווארן: 58132

טו טו טורורוטו דער רבי איז שוין דא טוטו דער רבי איז שוין דא. קודם כל א ישר כוח פאר ר' שלום ארי' פאר'ן נישט פארן אין די קאנטרי. לעיקוואד, האסט געזען וואס מאטי שרייבט, ער זאגט דאך גוט, ר' שלום ארי' רעדט פון זיינע ד' אמות אין פאל פון אטעאזים, אבער ס'דאך דא גענוג און נאך וואס האבן אנדערע געזעלשאפטליכע ס...
דורך מאראנצןזאפט
דאנערשטאג יולי 04, 2013 1:28 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: על הדף - סוכה
רעאקציעס: 8
געזען געווארן: 688

און יאמר ציען, אז איינער איז לאנגווייליג, אין דורש לה, דעמאלט זאל ער עפענען א פרישער אשכול און נישט אויסווארטן ביז מלאכתו נעשית ע"י ר' זר.
דורך מאראנצןזאפט
דאנערשטאג יולי 04, 2013 10:06 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: שכר מצוה ב"איי עלמא" לייק'ע...
רעאקציעס: 36
געזען געווארן: 3631

מיט דער אבסעסיע פון מיללער צו קאווע שטיבל דאכט מיר אז ער איז אן אקטיווער שרייבער דא.
דורך מאראנצןזאפט
דאנערשטאג יולי 04, 2013 9:17 am
פארום: מידיא ווינקל
אשכול: נייע חודש'ליכע מאגאזין: 'מצליח'
רעאקציעס: 260
געזען געווארן: 28275

פון די אפיסעס פון מצליח ווערט איבערגעגעבן אז אונזער קארעספעדאנט איז שטעקן געבליבן אין עגיפטן צוליב די ארטיגע אומרוען. ווי נאר די צושטאנד וועט זיך אפקילן וועלן מיר ערשיינען מיט'ן פולן פראכט. מיינט איר אז נאר בוש 43 איז געווען א נאצי קאלאברירער, ווארט נאר ווארט, דעם חודש ברענגען מיר א היסטארישע אויפדע...
דורך מאראנצןזאפט
מיטוואך יולי 03, 2013 12:28 pm
פארום: ספרים און ביכער
אשכול: אזוי האט זאראטוסטרא גערעדט/ פרידריך ניטשה- אויף אידיש
רעאקציעס: 57
געזען געווארן: 10489

ים קענסטו נוצן אקעאן, ווי ווייניגער נוצן לשון הקודש אלס מער אויטענטיש און פאעטיש (אויסער ביי עקספליסיט ווערטער ווי הר'גענען, נפטר, דארט גייט מען מיט לשון קודש ווייל ס'איז איידעלער). מדבר\ וויסטעניש אש האט נאך א ווארט אין אידיש אבער ווערט זעלטן גענוצט - סמאליע. נדבה\שטיצע\ביישטייערונג\געשאנק אוצרות\פ...
דורך מאראנצןזאפט
מיטוואך יולי 03, 2013 8:03 am
פארום: ספרים און ביכער
אשכול: אזוי האט זאראטוסטרא גערעדט/ פרידריך ניטשה- אויף אידיש
רעאקציעס: 57
געזען געווארן: 10489

און אזוי האט דער אלמעכטיגער געזאגט צום גאלדענעם ערד עפל: מיין קינד און ער האט געזאגט איך בין גרייט: גיי גיי, אוועק פון דיין וואוינארט און געבורטפלאץ, דארט וואו די ווייסע פעפער שפראצן ווי זאלב אויפ'ן לייב וואס טראפן ביז די בארד: אין מיין ארבטייל צווישן די מויערן דארט וואו עס רינען די האניגן מיט מילך ...
דורך מאראנצןזאפט
דינסטאג יולי 02, 2013 9:12 pm
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: ענגליש ספעלינג און גראמאטיק
רעאקציעס: 123
געזען געווארן: 20932

פארוואס זאגן טייל aks אנשטאט ask ?
דורך מאראנצןזאפט
דינסטאג יולי 02, 2013 6:55 pm
פארום: קונסט
אשכול: וואס איז אייער בעסטע פילם?
רעאקציעס: 240
געזען געווארן: 60033

ביטע רעדן אין דעם פארום נאר אויף מאמע לשון א דאנק.