כוללים מיט די אונטערדריקטע אינגעלייט
- גוגל-הדור
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 22
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 12:06 am
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל
כוללים מיט די אונטערדריקטע אינגעלייט
[center]כוללים ביים היימישן עולם[/center]
ווען איינער דערמאנט דעם ווערט "כולל" ברענגט דאס ארויף חרדת הקודש פון דעם אמאליגן אינדערהיים, דער פאר שווער פארדינטע און אפגעשפארטע קאפיקעס וואס די מאמע פלעגט מיט ציטערדיגע הענט און טרעריגע אויגן, אין אנוועזנהייט פון איר געזינדל, אריין שטעלן אין די פושקע פארן ליכט צינדן. דעם פושקע האט זי דערנאך אפגעשיקט קיין פאלעסטינע צום רמבע"הנ כולל און מיט דעם געטון איר חלק אין מצות יישוב ארץ ישראל. נאך האט געדינט דעם ווארט כולל אלץ אן אויסרייד פאר גימטריאות וואס שטימען נישט פונקט ווי געראכטן אבער מער נעגאטיוו ווי דעם האט דאס קיינמאל נישט אויסגעקלאפט.
ליידער ליידער האבן מיר זיך דערלעבט צו זען ווי כוללים זענען אנגעקומען צו זיין גאר עפעס אנדערש. קעגן דעם וואס אמאל האבן די כוללים געשטיצט מסירת נפש אידן פשוט אויף איבערצולעבן דעם חודש אן אויסגיין פאר הונגער, איז דאס היינט געווארן די געקליבענע מיטל אויף צו קאנטראלירן אינגעלייט אין די קארגע פינף יאר וואס איז עם געבליבן ציווישן די יארן וואס ער האט געבטלט אין ישיבה צו די יארן וואס ער האט איבער 4 קינדער מפרנס צו זיין. קעגן דעם וואס אמאל האט דאס ווארט כולל באדייטעד א נישט געלונגענע גימטריא, האט דאס היינט ערהאלטן דעם באדייט פון גנבנען צען טויזענט דאלער יערליך פון פעל גרענטס און נאך אמאל אזויפיל פון טעפ גרענטס, צונעמענדיק די לעצטע שאנס פון די אינגעלייט זיך צו לערנען א פאך, און זיי איינרעדן אז טאמער וועט ער נישט ארומגיין פורים שאפן זעקס הונדערט דאלער וועט דער כולל נישט האבן פון ווי צו דעקן דעם ערלעדיקטן תומכי שבת פעקל וואס די כולל פלאנירט אריין צו שיקן פאר די עלטערע בעטלערס אינעם כולל. און ווער רעדט נאך פון די גרויסע רביס וואס האבן געבויט רעביסטעוועס אויפן פלייצע פון דעם איינפאכן גניבה. שמירת הזמנים געלט קען נאר געדעקט ווערן טאמער קומט דער אינגערמאן אויך אריבער דאווינען א שבתדיקע תפילה, און די אפענע טירן ביי עשירים ווייל דער רבי האט דעם גרויסן כולל אויסצוהאלטן.
גניבת דעת פון די אינגעלייט – וואס פאר א פאר נישטיגע חתימות (וואס צומאל שרייבן דאס אונטער איינגעשטעלטע פאר זייערט וועגן...) קען ער זיך איינשרייבן אין א כולל וואס וועט עם געבן פיר הונדערט דאלער פלאס שמירת הזמנים און בחינה געלט אן דעם וואס דער אינגערמאן האט אן אנונוג אז די רעשט פון די געלט וואס ווערט פארדינט איז פרוץ מרובה על העומד – איז נאך פון די קליינע חטאים. די אמתע גניבה הייבט זיך בעיקר אן א פאר יאר דערויף ווען דער פארמאטערטע אינגערמאן וואס וויל זיך נעמען ערענסט אויף צו פארדינען א פרנסה פרובירט זיך איינצושרייבן אין עפעס א שולע און ער ווערט ערשט געוואר ווי איינגעמיירעט ער איז. אויב איז ער א בעל מזל, האבן זיי נאר גענומען די גראנטס אבער פארגעסן די צענדליגע טויזענטער אין הלואות וואס אפילו מיט טשעפטער עלעווען קומען זיי שווערלעך אראפ, און ווער רעדט נאך טאמער דארף ער ח"ו באצאלן די גראבע הלואות וואס דער הייליגע רבי מיט די אייניקלעך האבן שוין אויפגעגעסן. אפילו אין דעם בעסטן פאל וועט דער אינגערמאן וואס האט זיך אויף דער עלטער ערוואכט אז פאר פרנסה מוז מען האבן א פאך מוזן צאלן שווערע אלפים וואס ער האט נישט צו קענען גיין אין שולע אפילו אויף זיך צו לערנען די שנעלערע דעגריס, די אנדערע מאן דכר שמיה. דער וואס פארשטייט דעם גניבה וואונדערט זיך נישט וויאזוי הערשל שרייבער טרעפט אזויפיל טאלאנטפולע ארבייטער פאר נישטיגע פרייזן, ער וואונדערט זיך נאר פארוואס הערשל שטיצט נישט די מוסדות התורה וואס אן דעם וואלט ער געמוזט פאר די גויישע טאלאנט צאלן פי כמה.
[center]ואת עמלינו זה הדחק[/center]
ועל כל אלה החרשתי. מה נעשה אז די אויבנדערמאנטע עוולות זענען קליין געלט קעגן וואס טוט זיך לעצטנס אפ אין פארשידענע כוללים. אינגעלייט נאך די חתונה, זייענדיק ארויס פון ישיבה אן די מינדעסטע השגה וואס דאס באדייט פארדינען א דאלער אין בעסטן פאל, אדער נאך ערגער מיט געוואשענע קעפלעך אז לערנען תורה איז די איינציגע זכות קיום וואס זיי האבן, דרייען זיי זיך ארום ווי געשחטענע הינדלעך זוכנדיק עפעס א וועג צו קענען צאלן חלקים פון די דירה געלט. און דאס ערגסטע איז נאך דער ח"ו האלבע אפענע קאפ. ארבעטן וואלט ער גערן געגאנגען, אבער די שווער מיט די ווייב זיינע (און ווער רעדט נאך די חברים) פארשטייען בעסער וואס ברויך צו זיין א חשוב'ע אינגערמאן און אויב וויל ער נישט די גאנצע שידוך זיינע זאל טיטולירט ווערן א מקח טעות ווייסט ער שוין גוט וואס ער האט צו טון. די כולל אייגענטומער דרייען זיך ארום ווי הייפיש מיט א גוטן פארשטאנד פון די אוממעגליכע צושטאנד וואס די אינגעלייט טרעפן זיך פלוצים דערין, און קלויבן זיך ווי אתרוגים. און וואס ווארט אפ פאר די געקליבענע אתרוגים? דא הייבט זיך אן דער פיצעריי פון די אתרוגים. אויב טרעפט ער א פלעקל קומט ארויס די ציין פיצערס און אויב איז דאס א בלאט פלעק קומען ארויס די מעסערלעך (זעט אויס חסר פסלט נישט). דער עיקר אז דער אינגערמאן זאל באשיינען דעם כולל און נישט ח"ו פארקערט.
אויב איז דעם ראש הכולל איינגעפאלן א משוגעת צו האלטן אפן ביומי דניסן ותשרי קען זיך דער אינגערמאן אויפן קאפ שטעלן, נישטא קיין תירוץ אז די בני בית תחיה ארבעט בין בן לבת אויף אריין צו ברענגען א פאר ארעמע דאלער און האט נישט קיין צייט צופרידנצושטעלן די מלאכים פון קשר"ק, און זאל ער זיין צופרידן וויסנדיק אז אין דעם אנדערן כולל וואלן ער ווען מחויב געווען צו זיין זומער אויף זיך צו קענען איינשרייבן דעם קומענדן אלול. אויב כאפט ער אמאל א שמועס מיט א חבר ביי די קאווע איז דאס שוין פארשריבן ביים שואל ומשיב (וואס איז פלוצלינג געווארן משגיח), און טאמער צודריזלט זיך דער סעלפאן ביים לערנען וועט א קרבן חטאת עם אויך נישט העלפן. און ווער רעדט נאך וועגן אינטערנעט, סמארטפאונס בכל שום וחניכא דאית להו, אדער אפילו אימעיל. זאל נאר דער כולל וויסן דערוועגן קען דער אינגערמאן דער נעקסטן צופרי זיך איינשרייבן ביי הערשל שרייבער. פארשטייט זיך אז דאס איז נאר פאר דעם פשוטן אינגערמאן, דער כולל אליין קען האבן מפורסמדיקע אימעל וה"ה די ראשי כוללים ווי ערווענט אין אנדערע אשכולות דא אין שטיבל.
ועל כל אלה הגדיל לעשות דער באבוב'ער רב (דער אמתדיקער באבוב!) זאל זיין געזונט. טעקסט מעססעדזשעס האט דער רב מחליט געווען איז דער אמתע צרעת ממארת נישט קיין חילוק צו דער רעבעצין גייט שוין אט באלד זיצן אויף די אבנים, אויף דעם איז דאך ספעציעל צוגעשטעלט א פובליק פאון. אבער דאך האט זיך געמאכט פארשידענע לייכטזיניקע אינגעלייט וואס אדער האבן זיי א גאנץ יאר אונטערערדיש טעקסט און מיט דעם זענען זיי מקיים דעם גונב מן הגנב, אדער האבן זיין דאס פונקט געעפענט לכבוד די פינף טעג פאר יום טוב וואס די רב האט מסכים געווען אז פארשידענע פרויען דארפן ליידער צוקומען די מענער אויף פארשידענע שליחות'ן, און דאס, אט פונקט דער ביסעלע טעקסט וואס קען זיך אריין כאפן, מיט דעם דראעט דאך א סכנה לא עלינו אויף גאנץ כלל ישראל! נו, וועלכע פראבלעם קען דען אביסל באבובער דעת מיט חן נישט לעזן? האבן די ראשי כוללים נישט מער נישט ווייניגער נאר ארומגעשיקט א טעקסט מעסעדש לויטענדיק די בשורה טובה כאילו דאס קומט פון דזשעי.סי.סי. אז לכבוד פסח קענען זיי ערהאלטן דעם געוואלטאוונעם סכום הגון פון הונדערט פופציג דאלער פאר דעם נישטיגן פעולה ווי צוריקשיקן א נאמען\נומער און חאלאס! מעוועט זיי שוין מודיע זיין ווי צו גיין אפנעמען די געלט. סגייט אריבער א פאר שעה און דער אינגעלייט וואס האבן צוריקגעשיקט דעם טעקסט באקומען שוין יעצט א טעלעפאן, נישט קיין טעקסט ח"ו, און יא, את אשר יגורנו בא עליו, ער איז אריינגעפאלן אין פאסקע! נישט ח"ו פארן זיך גליסטן אן אשת איש, נאר פאר קלערן אז הונדערט פופציג דאלער, ס"ה איין קרעדיט קארד פעימענט ווייניגער, דאס וועט עם רייך מאכן. ער קען זיך שוין יעצט גיין קלויבן וועלכע אומנות ער וויל, מער קיין כולל וועט עם נישט וועלן זען. יא. נעכטן ביסטו געווען מסלתה ומשמנה, אבער היינט? פוי! אדער ווי באבובער זאגן, פעך! טעקסט מעסעדשעס? אפילו דער גוי ווייסט! וואס עפעס דער גוי? אפילו הערשל שרייבער ווייסט!!! צא טמא!

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
דערמאנט מיך פון די ניגון (יוסעל'עס המבדיל) אויף איינע פון די לחיים קאסעטעס, ווי ירמיה דמן זינגט ווי די חיות אין וואלד האבן זיך צינויף געשמועסט בשל מי הרעה הזאת אז אן עפעדעמיע האט אויסגעבראכן. אלע דריסות און רציחות פון אלע פארציקענדע חיות איז פארענטפערט געווארן אלס אויפריכטיגע אויפירונג, אבער ווען די שעפעלע אי זיך מודה אז אויף א קאלטע נאכט האט זיך דערהאלטן דאס מאגעע לעבן דורך אראפגעשלינגן א שטרוי וואס איז אראפגעפאלן פון א וואגן מיט היי, האט מען איר אויסגעקליבן אלס א קרבן פארן באגיין אזא אומדערהערטע עוולה.
ס'איז די זעלבע זאך זינט בריאת העולם: די אנגעפאשעטע איזדיקעווען זיך אויף די וואס זענען נעבך דאס מערסטע אנגעוויזן, די וועלכע ס'איז די גרינגסטע צו דערגיין די יארן. שבר על שבר.
וואס האט שוין דער אומשילדיגע אינגערמאן געטוהן? ער האט געוואלט מקיים זיין דעם כרום זולת לבני אדם און ווי א שנארער אפנעמען א נדבה פון 150 דאלאר צו קענען באצאלן פאר ערב פסח מצות, א שאכטל פעמפערס און א פלעשל סימילעק פארן ניי געבוירן פיצל?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואליש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
איזדיעקעווען איז נאר שייך ווילאנג ער איז אונטער דיר און דיין רשות, און דו זאגסט אים אז דו מוזט טון אזוי און אזוי. איינמאל דו ווארפסט אים ארויס פון דיין בעלות קאנסטו דיך שוין מער נישט איזדיעקעווען זיך אויף אים.
בכלל פאסט נישט פאר דיר צו ווערן נאכגעשלעפט מיט הוילע דעמאגאגיע. א כולל זוכט בסך הכל גרינגער צו מאכן זייער בודזשעט עול. דוק ותשכח אז דאס איז די כוונה פון רוב כוללים תקנות, אוודאי ביי די קאמערשאל כוללים.
דא איז מסתמא געווען א חשד אויף די אינגעלייט אז טראץ זיי זאגן זיי האבן נישט קיין טעקסט האבן זיי עס עכט יא. הגם דער שפיצל איז זיכער נישט קיין שיינע זאך. די איינציגסטע וועג צו סטאפן אזא אויפגעפיראכץ איז צו זאגן פאר די כולל פאנדרעיזער: איך געב נאר געלט בתנאי אז מען לאזט האבן טעקסט. (און לייגט שוין צו נאך אפאר זאכן וואס איר פארלאנגט אויסדרוקליך פונעם כולל צו לאזן די אינגעלייט טון אין אויסטויש פאר אייער שטיצע...).
פארשטיי אבער, אז רוב רובם פון די תומכי הכולל ווילן ליבערשט שלאפן מיט א צופרידענעם בויך אז זייערע כולל אינגעלייט שמועסן טאקע נאר צווישן זיך די לעצטע נייעס; אבער זיי באקומען עס נישט חלילה אין א טעקסט מעסעדזש פארמאט...
און קיינער האט נישט קיין טענות אויף זיין וועלן באקומען די כרום זלות און הנאה האבן פון די געלט. דו האסט אבוויעסלי נישט פארשטאנען, עס איז בסך הכל געווען א שפיצל צו זען ווער עס האט טעקסט. ווער עס האט ריפלייט, האט מען תיכף געכאפט רויט האנטיג און ארויסגעווארפן פון כולל. איך דארף אויך צולייגן אז די jcc האט קיינמאל קיין געלט נישט געטיילט?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דעת תורה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
דריי פערטל פון זיין ארטיקל איז הוילע דעמאגאגיע. אריינגערעכנט אויך דער חלק. עס איז א מיעוטא דמיעוטא - הגם א מיעוט המצוי - אז א אינגערמאן זאל בלייבן מער ווי א יאר אנדכרטהאלבן אין כולל צוליב פיער פרעשור.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
כהאב געלערנט אין כולל און כהאב מיטגעהאלטן די עוואלוציע יעדן זמן און באמת יעדן חודש ווי מער און מער אינגעלייט לאזן אפ כולל און גייען ארבעטן. ווער עס האט באמת נישט באלאנגט אין כולל איז מער ווייניגער ארויס אין דעם צייט אפשניט. און דער צאל אינגעלייט וואס זיצן אין כולל ממש געצווינגענערהייט על אפם ועל חמתם עד כדי עס זאל קענען געזאגט ווערן אז מען איזדיעקעוועט זיך נעבעך איבער זייער אומבאהאלפנקייט איז ממש א מיעוטא דמיעוטא און אפשר וואלט שיין געווען ווען די הנהלת הכולל רעכנט זיך מיט זייער פארקלעמטער בין פטיש לסדין׳דיקער מצב, אבער קיין טענות קען מען לענ״ד נישט האבן. און כאמור, די דאנארס על פי רוב קענען באשטיין ווי שטרענגערע תקנות צו זיין רואיג אז זייער געלט גייט נישט לטמיון.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
עס איז מיר א חידוש פון וואנעט דו ווייסט אז די אלע יונגעלייט וואס זענען יא געבליבן איז דאס טאקע בלויז ווייל זיי האבן אפגעמאכט מרצונם הטוב ודעתם הצלולה צו בלייבן אין כולל. ווי אויך דארף מען וויסן וויפיל סובקאנשעס שפילט דא א ראלע, מעגליך אז צוליב דעם וואס מען האט איינגעבאקן אז אזוי צו זיין א חשוב'ער יונגערמאן מוז ער בלייבן אין כולל לכל הפחות פינף יאר שפירט ער זיך אויסגעשפילט צו ארויסגיין ארבעטן. איך מיין אז דאס איז זייער שווער צו וויסן קלאר, און אודאי קען מען דאס נישט טון אן מאכן א סורוועי פון א גרויסע צאל יעצטיגע און געוועזענע כולל יונגעלייט און זיי אויספרעגן א רייע מיט שאלות.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
בעצם איז דאס א גוטע זאך וואס דער כולל טוט, זיי ווארפען ארויס אינגעלייט און שיקען זיי ארבעטען, כ'מיין, וואס קען זיין בעסער פין דעם?
איי דאס אלטע געלט וואס מען באצאלט נישט ווייל מען האט זיי געכאפט?
שוין, ער'עט גיין ארבעטען און דאס פארדינען און א האלבע חודש.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
יאיר האט געשריבן:עס איז מיר א חידוש פון וואנעט דו ווייסט אז די אלע יונגעלייט וואס זענען יא געבליבן איז דאס טאקע בלויז ווייל זיי האבן אפגעמאכט מרצונם הטוב ודעתם הצלולה צו בלייבן אין כולל. ווי אויך דארף מען וויסן וויפיל סובקאנשעס שפילט דא א ראלע, מעגליך אז צוליב דעם וואס מען האט איינגעבאקן אז אזוי צו זיין א חשוב'ער יונגערמאן מוז ער בלייבן אין כולל לכל הפחות פינף יאר שפירט ער זיך אויסגעשפילט צו ארויסגיין ארבעטן. איך מיין אז דאס איז זייער שווער צו וויסן קלאר, און אודאי קען מען דאס נישט טון אן מאכן א סורוועי פון א גרויסע צאל יעצטיגע און געוועזענע כולל יונגעלייט און זיי אויספרעגן א רייע מיט שאלות.
מען קען דן זיין, וויל דאס איז דאך קלאר אז עס איז דא א ים מיט אינגעלייט וואס נישט זיי האבן די כשרונות און נישט די התמדה און דאך וועלן זיי זיצן אפאר יאר אין כולל, יעצט קיינער פון זיי מוטשעט זיך נישט אויף פרנסה, ווייל דאס ווייב ברענגט אריין געלט וכדומה, אבער מאידך גיסא וואס עפעס בלייבן זיי אין כולל, איז איינס פון די 2, אדער זענען זיי פוילע רוחות וואס האלטן פשוט נישט ביים גיין ארבעטן, אדער האבן זיי זיך אנגעפרעימט אז זיי זענען פיינע אינגעלייט.
אבער דו וועסט מיר מודה זיין אז פאר די ביידע קאטעגאריעס איז דער כולל'ס שריט זייער א געווינטשענע זאך, און דער פרואוו צו נעמען אזא זאך און עס אויפשפילן ווי עפעס א רשעות פון יארהונדערט, איז גענצליך נישט אויסגעהאלטן און איז דערפאר, הוילע דעמאגאגיע.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 819
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
- האט שוין געלייקט: 434 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל
= דאס איז פארן באבובער רב. הגם איך ווייס נאך אלץ נישט פון וועלכע באבוב מ'רעדט דא, גוגל הדור זאגט אז ער רעדט פינעם אמתע באבוב, אבער א סערטש אויף גוגל זאגט מיר אז עס איז דא צוויי אמתע באבוב.
דער "רב שליט"א" העלפט מיר אויך נישט קיין סאך ארויס, ווייל לויט וויפיל איך בין באקאנט רופן ביידע זייער רב מיטן צו נאמען שליט"א.

לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
אויב איז אמת וואס דער "רב שליט"א" האט געטוהן, פארוואס קומט נישט די אינגעלייט וואס האבען נישט קיין טעקסט קיין פינף הונדרעט דולר פין זיין טאש?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 143
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 23, 2012 1:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
= דאס איז פארן באבובער רב. הגם איך ווייס נאך אלץ נישט פון וועלכע באבוב מ'רעדט דא, גוגל הדור זאגט אז ער רעדט פינעם אמתע באבוב, אבער א סערטש אויף גוגל זאגט מיר אז עס איז דא צוויי אמתע באבוב.
דער "רב שליט"א" העלפט מיר אויך נישט קיין סאך ארויס, ווייל לויט וויפיל איך בין באקאנט רופן ביידע זייער רב מיטן צו נאמען שליט"א.[/quote]
אלץ גר (יתרו) וואָלט איך מיך געשעמט צו פרעגן אַזאַ אַ שאלה
דער "רב שליט"א" העלפט מיר אויך נישט קיין סאך ארויס, ווייל לויט וויפיל איך בין באקאנט רופן ביידע זייער רב מיטן צו נאמען שליט"א.[/quote]
אלץ גר (יתרו) וואָלט איך מיך געשעמט צו פרעגן אַזאַ אַ שאלה
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
לכאורה רעדט מען פין 45, ווייל ער האט דאך גרויסע גבירים וואס גיבען אים די מחסורו, האט ער געהאט די פינף הונדרעט דולר פאר די הונדרעט כולל אינגערלייט......
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ענטפער צו גוגל הדור
לויט דעם בילד וואס דו לייגסט ארויף זעסטו אויס גאר א תמימות'דיגער אינגערמאן. אבער דער תוכן פון דיין שרייבן איז פון א פארביטערטן, אנטוישטן עלטערער יוד. לשיטתך, איז די גאנצע כולל אינדוסטרי איין שטיק גניבה און שייגעץ שטיק וואס טוט אונטערדריקן די יונגעלייט און האלט זיי צוריק פון ערווערבן זיך א שטיקל פרנסה בכבוד. מעגליך אז ס'איז פאראן עטליכע אזאלכע כוללים. אבער די וואס איך קען און איך ווייס די מענטשן וואס שטייען אונטער זיי איז די מציאות גאר אן אנדערע. ד'י פעלל גרענטס פון וואס דו רעדסט און אנדערע שטיצע פון די ממשלה איז א חלום וואס איז שוין לאנג פארגאנגען. למעשה פלאגן זיך די מענטשן (רבנים ואדמורי"ם) וועלכע שטייען אונטער'ן כולל זייער שטארק צו צושטעלן די שכירות פאר די יונגעלייט, וועלכע טוען אדורך זייער א סאך מקצועות בתורה. קיין איינער פון זיי איז נאכנישט געווארן אן עושר פון אנפיהרן מיט א כולל.
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
דעת תורה האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:עס איז מיר א חידוש פון וואנעט דו ווייסט אז די אלע יונגעלייט וואס זענען יא געבליבן איז דאס טאקע בלויז ווייל זיי האבן אפגעמאכט מרצונם הטוב ודעתם הצלולה צו בלייבן אין כולל. ווי אויך דארף מען וויסן וויפיל סובקאנשעס שפילט דא א ראלע, מעגליך אז צוליב דעם וואס מען האט איינגעבאקן אז אזוי צו זיין א חשוב'ער יונגערמאן מוז ער בלייבן אין כולל לכל הפחות פינף יאר שפירט ער זיך אויסגעשפילט צו ארויסגיין ארבעטן. איך מיין אז דאס איז זייער שווער צו וויסן קלאר, און אודאי קען מען דאס נישט טון אן מאכן א סורוועי פון א גרויסע צאל יעצטיגע און געוועזענע כולל יונגעלייט און זיי אויספרעגן א רייע מיט שאלות.
מען קען דן זיין, וויל דאס איז דאך קלאר אז עס איז דא א ים מיט אינגעלייט וואס נישט זיי האבן די כשרונות און נישט די התמדה און דאך וועלן זיי זיצן אפאר יאר אין כולל, יעצט קיינער פון זיי מוטשעט זיך נישט אויף פרנסה, ווייל דאס ווייב ברענגט אריין געלט וכדומה, אבער מאידך גיסא וואס עפעס בלייבן זיי אין כולל, איז איינס פון די 2, אדער זענען זיי פוילע רוחות וואס האלטן פשוט נישט ביים גיין ארבעטן, אדער האבן זיי זיך אנגעפרעימט אז זיי זענען פיינע אינגעלייט.
אבער דו וועסט מיר מודה זיין אז פאר די ביידע קאטעגאריעס איז דער כולל'ס שריט זייער א געווינטשענע זאך, און דער פרואוו צו נעמען אזא זאך און עס אויפשפילן ווי עפעס א רשעות פון יארהונדערט, איז גענצליך נישט אויסגעהאלטן און איז דערפאר, הוילע דעמאגאגיע.
הרב דעת תורה הי״ו, פארוואס כאפט איר נישט די פונקט ריכטיג, כאטש איר כאפט גאר גוט דעם ארום.
לדעתך הגדול פונוואנעט נעמט זיך אין תוך טאקע דאס פוילקייט? און צו דיין צווייטע באהויפטונג וועגן זייער ווילן צו זיין/ הייסן פיינע יונגעלייט...פון וועלכן שורש אין נפש נעמט זיך דעם אונגעהויערן טעות החיים אז מען איז א ׳פיינע יונגערמאן׳ זייענדיג אין כולל בטל און נישט ביים באשעפטיגונג טוענדיג דעם אומנות וואס פארמייד דעם סוף׳דיגן מלסטים את הבריות?!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
איך זע נישט וואס מיין מיינונג מאכט אויס אויף די נושא. די עיקר נקודה מיינע איז אז די כוללים זענען נישט קיין נאציס פארן אסר׳ן טעקסט, און מען איזדיעקעוועט זיך נישט אויף קיין אומבאהאלפענע נעבעכדיגע אינגעלייט. וואס דאס איז די עיקר פוינט פון גוגל הדור אינאיינעם מיט יואליש.