געפילטע פיש האט געשריבן:בדחן האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:בדחן, דו ביסט איגנאראנט אדער אראגאנט?
פארוואס ווייל איך בין צופרידען פינעם סיסטעם און איך לאז וויסען אנדערע אז מען קען לעבן און זיין צופרידען?
ניין, נאר פארן זאגן אז נאר איך בין נארמאל, יעדער אנדערש איז אדער משוגע אדער פאנאטיש.
ווי וואס ווען...??
לאמיר דיר עפעס מסביר זיין, איך בין א עווריטיש אינגערמאן זייער ווייט פון א פרומער, אבער איך בין זייער צופרידען פון די סאטמער ראדני מהלך החיים אפילו אז איך בין נאר בערך זעכציג אדער זיבציג אייניג מיט זיי, ווייל איך האלט אז כדי איך זאל האבן ערליכע דורות מוז זיין א סיסטעם, און איך ווייס און פארשטיי אז די סיסטעם האט לעכער אבער איך ווייס אז יעדע סיסטעם האט לעכער ווייל נאר אויף יענע וועלט איז אלעס גוט, און ווי לאנג מען קען לעבן דערמיט איז ווערט צו לעבן דערמיט און עס אויסניצען און זיכען צו ענדשויען דאס לעבן, איך קוק נאר אויף די זאכען מיט וואס איך בין צופרידען אוך זיך אויסצימיידען דאס וואס עס שטייט מיר און וועג, איך זיך נישט צו געפעלן פאר אנדערע נאר פארן באשעפער/ווייב און קינדער,
השי״ת האט געגעבן א מתנה פון לעבן, מען דארף אויס ניצען די מתנה און עס ניצען פרייליכערהייט, נישט זיין כסדר ביזי מיט וואס עס גייט
נישט גוט, ענדערש זיי ביזי מיט וואס עס איז יא גוט, און זיי נישט אבסעסט מיט וואס אנדערע טיען שלעכט, אדער מיט וואס אנדערע טראכטען.
עס איז מיין פאזעטיווע בליק וואס מאכט מיר אנדערש ווי טייל ניקים דא, אבער באמת האלט איך אז עס ליגט ביי יעדעם און די האנט צו זיין צופרידען און האבן א פרייליך לעבן, און פאר איינעם וואס קען זיך בשו״א נישט ציגעוויינען צו וומסב״ג זאל ווי פריער מופען קיין טינעק ניו דשערזי און אזוי לעבן א ערליך געשמאק לעבן.