זמן חירותינו - אמת'ע פרייהייט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8389 מאל

זמן חירותינו - אמת'ע פרייהייט

שליחה דורך יאיר »

פסח זענען מיר געווארן באפרייט פון גלות מצרים. מ'איז ענדליך פטור געווארן פון די מצרי'שע הערשאפט, נישט געדארפט מער שלעפן קיין שווערע ציגל, און מ'איז ארויס צו פרייהייט נאכ'ן אפשקלאפן אזוי פיל יארן, גענוי ווי דעוויד רענטא. דער חילוק איז נאר, רענטא איז געזעסן אין א טורמע וואו ער האט באקומען צו עסן און צו שלאפן און נישט געדארפט ארבעטן שווער דערויף, און מיר האבן געארבעט ביטער שווער פאר די מצריים, נישט געהאט קיין טאג און נישט קיין נאכט. ביז עס איז געקומען דער גליקליכער טאג, ווען דער באשעפער האט אויסגעפירט זיין צוזאג און אונז באפרייט פון די שווערע ארבעט. פון איין טאג אויפ'ן צווייטן זענען מיר געווארן פרייע לייט. מיר קענען עסן ווען מיר ווילן, שלאפן ווען מיר ווילן, ארבעטן ווען מיר ווילן, א מחיה!

אבער אז מ'טראכט אריין, איז דאס נישט ממש אזוי. פאקטיש שטייט אין די מדרשים אז זינט עס האבן זיך אנגעהויבן די צען מכות האט זיך אפגעשטעלט דער שעבוד, און מ'האט שוין מער נישט געדארפט ארבעטן. ווען זיי האבן געהאלטן ביים ארויסגיין פון מצרים זענען זיי שוין געווען פרייע לייט. זיי זענען געווען די איינציגע נארמאלע מענטשן אין א ים פון חורבן און כאאס. זיי וואלט געקענט טון כל מה שלבם חפץ. איך האב נישט געזען אין ערגעץ דעם פשט, אבער לבי אומר לי אז דער זכרנו את הדגה אשר נאכל במצרים חנם וכו' און באכלינו לחם לשובע גייט ארויף אויף די תקופה, ווען זיי האבן שוין גענאסן פון פרייהייט און דער גאנצער לאנד איז געווען גרייט פאר זיי.

אבער דער באשעפער האט זיך אויסגענומען א תנאי מיט זיי. זיי ווערן באפרייט נאר אויב זיי זענען מקבל די תורה. שוין, וואס קען מען טון. אז משה הייסט וועט מען פאלגן. מען האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג. וואוהין? אין מדבר אריין, בארץ לא זרועה. נישטא קיין וואסער, נישטא קיין עסן. ערגעץ אין די מרחקים פון מדבר סיני געפינט זיך א קליין אאזיס מיט עטליכע טייטלביימער און א קוואל וואסער. און יא, שיער פארגעסן. זיי האבן אויך מיטגענומען האלב געבאקענע ברויטן צו עסן פאר לאנטש אויפ'ן וועג. באוואפנט מיט די ברויטן האבן זיי זיך ארויסגעלאזט אין א הייסע, שווערע מדבר.

איך וועל נישט דא אריינגיין אין אלע פרטים וואס האט זיי געטראפן אויפ'ן וועג, ווייל איר זענט אלע מסתמא גוט באקאנט. קודם האבן זיי נישט געהאט קיין וואסער, און ווען זיי האבן זיך אפגערעדט פאר משה'ן האט דער באשעפער געהאט טענות אז מ'טראסט אים נישט. שפעטער האבן זיי באקומען מן, אבער זיי זענען נישט געווען צופרידן, זיי האבן געוואלט דוקא פלייש. בקיצור, ס'איז געווען ווייט פון א פיקניק. מ'האט זיך גוט געמוטשעט אויפ'ן לאנגן וועג.

פרעג איך אייך, דאס איז פרייהייט? אויף דעם מאכן מיר דעם גרויסארטיגן יום טוב?

[center]*[/center]
לאמיר צוריקגיין צום סאמע אנהויב פון יציאת מצרים, ווען דער באשעפער האט געשיקט משה ארויסנעמען די אידן האט ער אים געזאגט, בהוציאך אלהים ממצרים תעבדון את האלהים על ההר הזה. אופס. עפעס זעט דא אויס אז דער גאנצער חירות גייט זיין מיט'ן תעבדון אלקים. און לאמיר נישט פארגעסן, דער אלקים איז געווען גאר פרעמד פאר די אידן פון מצרים, זיי האבן קוים געדענקט זיין נאמען פון זייערע אור עלטערן. יעצט זענען זיי געווען איינגעטינקען אין די מצרי'שע קולטור, געדינט אלע עבודה זרות פונקט ווי זיי.

אבער דער באשעפער האט זיי צוגעזאגט פרייהייט. פון וואס באשטייט דער פרייהייט? תעבדון אלקים, פון דינען און גלייבן דעם איינציגן באשעפער.

מיר דארפן זיך אביסל מצייר זיין וואס עבודה זרה איז. די עבודה זרה פון א לאנד איז געווען אלעס. יעדע זאך האט זיך געדרייט ארום דעם. איין גאט האט געמאכט די נילוס זאל ארויפקומען, א צווייטער האט געמאכט זיכער אז די זון שיינט אויף, א דריטער אז מען געווינט די מלחמות. דאס איז געווען דער נאטורליכער הסבר אויף די גאנצע נאטור. אוועקנעמען אן עבודה זרה איז געווען אזוי ווי אוועקנעמען פון אונז אלע נאטורליכע הסברים. שטעלט זיך פאר מען קומט אונז זאגן אז די רעגן קומט נישט פון וואלקענעס וואס קומען פון ים, נאר עס איז דא א גרויסע חיה אויבן וואס שעפט אן עמער'ס מיט וואסער פונ'ם אקעאן און גיסט עס אויס. און נישט נאר רעגן, נאר אזוי אויך דער שיין פון די זון, די פאסט וואס קומט אן צום ריכטיגן אדרעס, דער קאמפיוטער וואס ארבעט, אלעס ווערט געפירט דורך מיסטעריעזע חיות און אליענס. מיר וואלטן זיך אודאי געפילט אויסגעשפילט און פארנארט, נישט געוואוסט וואס צו ערווארטן דעם מארגנדיגן טאג.

אט אזוי איז געווען די עבודה זרות אמאל, דאס זענען געווען די 'נאטורליכע' הסברים אויף... אלעס. מען האט געגעבן נעמען נאך די עבודה זרות, מען האט זיך פאררופן אויף די עבודה זרות, מען האט מיטגעהאלטן זייערע חתונות, זייער קריגערייען, זייערע קינדער און אייניקלעך וואס זענען ביי זיי געבוירן געווארן, און צומאל אפילו זייער טויט. יעדער האט געהאט מיט זיי א פערזענליכע רילעישאנשיפ אזוי ווי מיט א היינטיגער רבי אדער גלח. ווען מען נעמט אוועק אן עבודה זרה פון א דעמאלטדיגן מענטש, האט מען אים צוגענומען זיין גאנצע חיות, זיין גאנצע לעבן. אבער גאט האט דוקא דאס געוואלט טון, אויפטוישן זייערע פשוט'ע הונדערטער געטער, און געהייסן אוועקווארפן, משכו ידיכם מעבודה זרה. אנשטאט דעם וואס באקומט מען? א גאט וועמען מען קען נישט זען און מען קען נישט הערן, ער געפינט זיך איבעראל און ער געפינט זיך נישט אין ערגעץ, א מיסטעריעזער גאט וואס נעמט ארום די גאנצע בריאה. איר קענט זיך פארשטעלן ווי שווער דאס האט געמוזט זיין פאר די אידן וואס זענען שוין איינגעזינקען צוויי הונדערט יאר אין מצרים מיט אלע זייערע הונדערטער עבודה זרות.

און יעצט האבן זיי באקומען דעם גאט. א ווילד פרעמדן גאט. א גאט אויף וועמען מען פרעגט נישט קיין קשיות, מען פארלאנגט נישט קיין פלייש, א גאט וועלכער האט נישט קיין גרעניצן. און דאס האט געדארפט זיין דער פרייהייט וואס מען האט זיי צוגעזאגט. פארוואס איז עס פרייהייט? ווייל מען איז מער נישט משועבד. יא, עס איז שווער אין אנהויב זיך צו אפגעוואוינען פון די עבודה זרות צו וואס מען איז צוגעוואוינט, אבער צום סוף איז עס זיס, דער מוח איז פריי, מען איז נישט צוגעבינדן צו א מענטשליכער גאט, ווייל דעם אמת'דיגן גאט קען יעדער געפינען ביי זיך אין הארץ, ווען אימער ער וויל. והייתם לי סגולה מכל העמים, כי לי כל הארץ. די אידן זענען די סגולה, זיי האבן באקומען די מתנה פון וויסן דעם סוד אז כי לי כל הארץ, דער באשעפער איז גרעניצלאז, איבעראל, אין די גאנצע בריאה. אפילו דער טויש איז געווען גאר א ביטערער און א שווערער, ס'האט זיך פארלאנגט פולשטענדיגע טראסט אין גאט, נישט טראכטן איבער וואס מען וועט עסן אדער אנטון, נאר זיך ארויסלאזן אויף א שווערע וועג אין די וויסטעניש, האט זיך עס געלוינט כפלי כפליים. ווייל מיר האבן פארדינט פרייהייט.

[center]*[/center]

עס איז שוין פארלאפן א דריי טויזנט יאר זינט יציאת מצרים. צייטן האבן זיך געטוישט, און די עבודה זרות האבן באקומען אנדערע נעמען. יעדער פילט אז מען איז משועבד צו דאס אדער צו יענץ. עס איז שווער צו טראכטן, שווער צו באפרייען דעם מוח און לאזן די מחשבות לויפן. די אלע שעבודים און באגרעניצונגען, די אלע מניעות זענען קליינע עבודה זרה'לעך איינגעבויט אין הארץ. מען איז צוגעוואוינט אז אזוי דארף מען גיין, אזוי דארף מען עסן, אזוי דארף מען טראכטן, אזוי דארף מען וויסן. די גאנצע אידישע און גוי'אישע קולטור איז איין גרויסע עבודה זרה, איין גרויסע שעבוד וואס נעמט אוועק די אמת'ע פרייהייט.

דער זמן חירותינו איז אונז מגלה דעם סוד פון פרייהייט. מיר קענען זיין אין דעם זעלבן מצב אן אונזערע געברויכן, בארץ לא זרועה, און נאכאלס דארפן מיר נישט זיין משועבד. אפילו עסן, די גרעסטע און נענטסטע שיעבוד פון א מענטש, איז מען אויך מצמצם צו די מינימום באיכות. אביסל אומגעיורענע ברויט מיט ביטערע גרינצייג איז אונז גענוג. אבער דער דעת איז פריי, די מחשבות מעגן ארומוואנדערן, נישטא קיין אפהאלט, נישטא קיין גרעניצן. עס איז ליל שימורים, נישטא קיין פחד פון מזיקים, זיי האבן נישט קיין שליטה דארט אינעווייניג, טיף אין הארץ.

און מיינט נישט אז ס'איז גרינג. איינער וואס איז איינגעזינקען אין מגושם'דיגע עבודה זרות איז זייער שווער ארויסצוקריכן, מען שפירט ווי מען פארלירט דעם גאנצן לעבנס קראפט. דו קענסט מיר דאס נישט אוועקנעמען, דאס איז דאך מיין חיות! אבער ווען מען פארשטייט אז ס'איז דא העכערס און טיפערס ווי עס זעט אויס אויבן אויף, ווען מען ווייסט אז ס'ערווארט אונז א גאלדענער זמן חירותינו, דעמאלט איז דער גאולה פיל אנדערש. ס'איז שווער, אבער זיס.

און ערשט דעמאלט, נאכדעם וואס מען איז געווען געבינדן אין קייטן פון די עבודה זרות און מ'האט זיך באפרייט דערפון, דעמאלט פארשטייט מען דער אומשאצבארע מעלה פון פרייהייט, כיתרון האור מן החושך. אויב איינער ווייסט נישט פון קיין טונקלקייט צו זאגן, פארשטייט ער נישט וואס ליכטיגקייט באדייט. דערפאר האט אויסגעפעלט דאס אריינלייגן די אידן אינ'ם כור הברזל, זיי זאלן קודם זיין איינגעזונקען אין די מ"ט שערי טומאה, און ערשט שפעטער, ווען זיי זעען זיך ארויס דערפון, דעמאלט האבן זיי געוואוסט צו שעצן די מתנה טובה פון רוחניות'דיגע פרייהייט וואס זיי האבן באקומען.

און דער פרייהייט וואס מיר האבן זוכה געווען אין פסח, דאס איז געווען די הכנה צו מתן תורה, ווען מיר זענען געווארן דער עם הספר. מיר האבן באקומען די געשריבענע תורה פון גאט אליין, די געטליכע ווערטער, און דאס איז געווען די השלמה צו פרייהייט. דאס געשריבן ווארט, די ארימע ביסל טינט, ענטהאלט אין זיך דער ענדגילטיגער חירות. מען דארף נישט קיינעמ'ס הסכמה, קיינעמ'ס הדרכה, מיר שפארן זיך איין מיט אונזערע געטליכע ספרים און מיר האבן דאס גאנצע וועלט פאר אונז. און פיל מער.

ווען דער דעת איז באפרייט, דער שכל איז אפן, קען מען זיך ערלויבן ארויסצוקוקן פון די אייגענע ד' אמות, אוועק פון די צמצומים, ארויס ווי א פרייע פויגל פון איר שטייג וואס צוזינגט זיך אויף אלע טענער. ווען מען ווערט פאראייניגט מיט די העכערקייט פון די בריאה, מיט די אמת וואס ליגט אונטער אלע שיכטן פון פאלשקייטן, דעמאלט ווערט דער הארץ מלא שמחה, מלא חירות, און פון זיך אליין זינגט זיך ארויס א שבח והודיה, אשר גאלנו וגאל את אבותינו, הוציאנו משעבוד לגאולה, ומאפילה לאור גדול.
האדם לא נברא אלא להתענג

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר