אפריל פולס דעי ~ איר היסטאריע און באדייט, מקור אין תורה?...

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

אפריל פולס דעי ~ איר היסטאריע און באדייט, מקור אין תורה?...

שליחה דורך לעמיל »

לכבוד דעם בעפארשטעהנדיגער יום משתה ושמחה, "אפריל פולס' דעי" הממשמש ובא אדער ווי מ'רופט עס אין אידיש, "אפריל נאראנים'ס טאג", וואס געפאלט היי יאר אום סאמע יו"ט פסח, און האאבענדיג אביסעלע צייט די וואך אין א מער רואיגע אטמאספערע האב איך מיר גענומען די מי נאכצוגיין אביסל די מקור און די השתלשלות פון דעם מנהג פון זיך פרייליך מאכען אין דעם טאג כדי דאס צו קענען פרעזענטירען פאר די חשוב'ע ליינערס און שרייבערס פון קאווע שטיבעל, זיי צו מהנה זיין מיט אן ענוג יום טוב. דער אפריל פולס מנהג איז שוין גאר א אלטע מנהג וואס גייט שוין צוריק קרוב צו 500 יאר, און די מקור דערפין איז א מיסטעריע איבער וועלכע אסאך היסטאריקער האבען זיך שוין געבראכען קאפ. עס זענען דא אפאר טעאריעס וועלכע זענען אויפגעברענגט געווארן איבער די מקור, אבער איך האב נאך אסאך נישטערן אין פארשען, געפונען א העכסטס אינטערעסאנטע מקור אזש ס'איז מיר ממש א פלא וויאזוי ביז היינט האט מען בכלל נישט אויפגעברענגט דעים מקור. אבער קודם לאמיר זעין די מער באקאנטע טעאריעס.

רוב היסטאריקער האלטן אז אפריל פולס שטאמט פון די צייטען ווען די ציוועלעזירטע וועלט האט געטוישט פונעם קאלענדער פון יוליוס קייזער צום קאלענדער פון פויבסט גרעגארי דער דרייצענטער. אין דער יוליאנישער קאלענדער איז ניי יאר אויסגעקומען אים מארץ 25. וויבאלד פון מארץ 25 ביז סוף מארץ ווערען געפייערט די חגאות פון יאשקע ימ"ש'ס געבורט,, האט מען אפגעשטיפט די ניי יאר פייערונגען צו אפריל 1. ווען מען האט אין 1582 געטוישט צום גרעגארישן קאלענדער, איז ניי-יאר באשטימט געווארען אויף יאנוארע 1. די נאראנים און דומע לייט וועלכע האבען נישט געוויסט בחייכון וביומייכן פין א קאלענדער, און האבן פארשטאנען צום קאלענדער טויש ווי א האן צו בני אדם, האבן ווייטער געפייערט ניי יאר אים אפריל דער ערשטער, ווערנדיג דערום צו שפאט און צו שאנד פאר די געלערענטע לייט. אזוי ארום איז צושטאנד געקומען דער ערשטער "אפריל פולס'" וויץ אין די היסטאריע.

אבער טייל היסטאריקער האלטען אז אפריל פולס דעי גייט צוריק פיל פריער ווי דעים. לויט זיי איז דער מנהג א אלטער רוימישע מנהג פון טויזינטע יאר צוריק. די אור-אלטע רוימער פלעגען פייערן יערליך דעם ווערנאל עקווינאקס. וואס איז דעיס עקווינאקס? עקווינאקס איז א צוזאמשטעל פון צוויי לאטיינישע ווערטער, עקווי - מיינט איקוואל, אייניג, און נאקס - נאכט. דאס הייסט אז די עקווינאקס צייכנט אפ די צייט ווען די נאכט און די טאג איז אייניג. (ווי באקאנט זענען אין ווינטער די טעג קערצער און די נעכט זענען לענגער. זומער איז פונקט פארקערט, די נאכט קורץ און די טאג לאנג. צוויי מאל א יאר זענען די טעיג אין די נעכט אייניג, דאס איז ביומי דתישרי וביומי דניסן.) עס איז אייגענטליך די ווערנאל עקווינאקס, דאס הייסט, די עקווינאקס וואס פאלט אין ימי ניסן - מארץ 25 - וואס איז באשטימט געווארן דורך יוליוס קייסער אלס אנהייב יאר. די פראבלעים איז אבער געוועין אז דער עקווינאקס האט זיך געהאלטען אין איין צוריק רוקן וויבאלד יוליוס קייסער'ס יאר איז לענגער ווי א עכטע יאר (א עכטע יאר איז די צייט וואס עס נעמט פאר די וועלט ארומצעגיין די זון). דאס האט אזוי אנגעהאלטן ביז דער פויבסט גרעגארי דער דרייצענטער האט באשלאסן צו מאכן אן ענדע צו דעם יוליאנישער קאלענדער, און ער האט איינגעפירט אן אייגענעם קאלענדער. עכ"פ צוריק צו די רוימער, זיי האבען געגלייבט אין אפגעטער, און אין דעם טאג פון מארץ 25, וואס איז די עקווינאקס, האבן זיי געהאט א חגא מיטן נאמען "הילעריע" ווען זיי האבן געפייערט לכבוד דעם אפגאט וואס זיי האבן געגלייבט אז עס קאנטראלירט די נאטור. אין דעם טאג האבען זיי זיך ערלויבט צו טרייבען שפאס איינער פונעם צווייטען אין זיך אינטערהאלטען מיט וויצען. לויט די היסטאריקער, האט מען שפעטער אויפגעהערט מיט הילעריע וויבאלד מען האט מער נישט געגלייבט אין די אפגעטער און אזוי אויך איז געפאלען אין מארץ 25 די חגאות פין קראצמעך (היינט איז עס דעצעמבער 25 וויבאלד היינט גייט מען לויטען גרעגארישן קאלענדער, אבער דעמאלטס איז מען נאך געגאנגען לויטן יוליאנישער קאלענדער). אבער אפילו מען האט אויפגעגעבען אויפן חגא האט מען אויפן טאג פון ליצנות און הוללות נישט געוואלט אויפגעבען און עס איז פארבליבען אז אין אפריל 1 וועט מען מאכן אזא שטיפערישע טאג אן קיין שום באדייט.

אגב, היינט צו טאגס איז דא אין ענגליש א ווארט "הילעריעס" וואס מיינט עפעס וואס איז זייער פאני, און שטאמט במקורו פין דעים רוימישען הילעריע. אויך איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז די צוויי שיטות איבער ווען צו האלטן ניטל קומט פון די חילוקים צווישען די צוויי קאלענדערס.

האמיר געברענגט די צוויי הויפט טעאריעס איבער די מקור פון אפריל פולס. עס זענען דא נאך, אבער דאס וועל איך שוין לאזן פאר די גרעסערע ידענים ווי מיר צו שרייבן. (איך פיל זיך שוין געניג דא נישט אין פלאץ!.....) אבער יעצט וויל איך קומען צו דעם טעאריע וואס איז מיר איז איינגעפאלען. לדעתי קומט גאר אפריל פולס דעי פון די תורה! ווייל ווי באקאנט רופט דאך די תורה אן יו"ט פסח מיטן נאמען "חג האביב". ניסן ענדיגט זיך די ווינטער, און עס הייבט זיך אן די פרילינג טעג. אין א געוויסע זון איז פסח דער אידישער ווערסיע (להבדיל אלף אלפי הבדלות) פון די רוימישע הילעריע, ווייל אין פסח דאנקן מיר און לויבן מיר דעם אויבערשטען פארן ברענגען דעם אביב ווען די שווערע זריעה פין א גאנץ ווינטער וועט ענדליך רעזולטירן אין א פרישע תבואה. איצטער, מיר ווייסן דאך אז אין פסח איז געווען זייער א וויכטיגע זאך מ'זאל טון אלע מיני מאדנע זאכן אלעס כדי די קינדער זאלן פרעגען וואס איז פשט דערפון, אזוי אז מ'זאל זיי קענען פארציילען. אבער אז מ'טראכט אריין דערין איז שווער, די קינדער פרעגען "וואס איז פשט אז מ'טוט די און די מאדנע זאך?" און דער טאטע ענטפעירט אים "עבדים היינו לפרעה במצרים". לכאורה ווערט דאך פאר'ן זון גארנישט פארענטפערט ווייל וואס האט דען יציאת מצרים מיט די מאדנע זאך וואס דער טאטע האט געטון? עס זענען דא אסאך תירוצים אויף די קושיא, אבער איך האב געטראכט אז ס'קען גאר זיין אז איינע פון די כוונות פון טון די מאדנע זאכן איז געווען כדי מעורר צו זיין א שמחה, ס'זאל זיין לוסטיג און לעבעדיג, אזוי אז מ'זאל זיך באמת פרייען מיטן חג האביב. לויט דעם קומט אויס אז די ערשטע אפריל פולס' וויץ אין די היסטאריע איז געווען דאס גנב'נען דעם טאטענס אפיקומן... שטעלטס ענק נאר פאר ווי דער טאטע דרייט זיך ארום און טרעפט זיך אן די וויכסטיגסטע טייל פונעם סעודה, די אפיקומן! און נאך אפאר אנגעצויגענע מינוטען קומט דער זון ארויס מיט א שמייכל "חג האביב שמח!" אוי איז דאס א גוטע פרענק...

א פרייליכן יום טוב!
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

WOW אזא מעסטער פיעס. איך בין דא געוואר געווארן 2 זאכן, איינס אז ווען דו ווילסט קענסטע אראפלייגן א גוטס. צווייטס וואס דער טאג איז טאקע במקורו, איך האב דאס קיינמאל נישט געוויסט.

שכח לעמיל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אויב איז יאשקע טאקע געבוירען סוף דעצעמבער, קומט אויס אז זיין מאמע איז נתעבר געווארען אנפאנג אפריל. הו איז דאס געווען א גוטע דזאוק..
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

:lol:
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

שרייבסט מעכטיג.

מיין רבי פלעגט זאגען אזא צייט, אז דו קענסט יא פארוואס שרייבסטו נישט מער?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לעמיל????!!!!
:shock: :shock: :shock: :shock: :shock: :shock: :shock: :shock:
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יידל האט גע'העקט זיין אקאונט.
Under influence
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ס'מיר גוט.

ווי שטייט אין פסוק, והמשכיל בעת ההוא ידום.

קען אויך זיין א רמז צו סעודת אסתר וואס יז געוועהן דער צוויטער טאג פסח, ווען אסתר האט געמאכט המן פאר א fool.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

לעיקוואד האט געשריבן:אויב איז יאשקע טאקע געבוירען סוף דעצעמבער, קומט אויס אז זיין מאמע איז נתעבר געווארען אנפאנג אפריל. הו איז דאס געווען א גוטע דזאוק..


נתעבר געווארען פסח? דער אריזל אסר'ט אין פסח.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

פאר קאווע טרינקער, זייט רואיג מיין אקונאט איז אונטער קאנטראל קיינער האט נישט געהעקט .איך בין געוועין אינדערהיים א 2 טאג מיט א געהעריגע לעפ טאפ האב איך אסך ארימגעארבעט אויפען ארטיקל, א דאנק יעדע פאר די קמפלימענטס א גוטען כשרען פסח.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

זעהט דא די טאפ 100 אפריל 1 דעי האוקס'עס אין היסטאריע...
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

געקריגן א לינק פון א ידיד, דורכגעליינט בהעלם אחת...הערליך שיין
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

1....2....3....4.... אפריל פולס!!!!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לכבוד נעילת החג
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

Re: אפריל פולס דעי ~ איר היסטאריע און באדייט, מקור אין תורה?

שליחה דורך [NAMELESS] »

קוים וואס לעמל פאלט נאך אמאל אריין
#אפחד
פארשפארט