קאמענטארן אויף אוואטאר'ס
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
זר, ס'וועט דיר אנגיין אויב מ'וויל ליגעלייזן אבר מן החי? חוץ מזה וואס משכב זכר איז נישט איינער פון די ז' מצוות, נאר גילוי עריות, נא, גייט דיך אויך אן אויב א גוי טוט עס מיט אן אשת איש?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- גדעון
- היימישער באניצער
- הודעות: 513
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
- האט שוין געלייקט: 284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
יאנקל האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:אבער אונזער אידישע רעליגיע האט דאך דאס געאסערט פאר'ן בני נח. איז וויזוי מעג א איד זיי שטיצן ?
איך שטיץ נישט אז מענטשן זאלן חלילה עובר זיין אויף די שבע מצוות בני נח, נאר איך בין קעגן דעם אז די רעגירונג זאל דאס אינפארסירן.
מיט די לאגא אפיליאירסטו דיך מיט די ארגענעזאציע "Human Rights Campaign" וואס זיי זענען די ערפינדער פון דעם סימבעל, און די אנדרייער פון די איצטיגע קאמפיין.
לייען אביסל אויף זייער זייטל די היסטאריע פונעם לאגא און זייער מיסיע, ס'איז פיהל מער ווי בלויז "קעגן דעם אז די רעגירונג זאל דאס אינפארסירן"
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:זר, ס'וועט דיר אנגיין אויב מ'וויל ליגעלייזן אבר מן החי? חוץ מזה וואס משכב זכר איז נישט איינער פון די ז' מצוות, נאר גילוי עריות, נא, גייט דיך אויך אן אויב א גוי טוט עס מיט אן אשת איש?
מיר גייט גארנישט אן. די שאלה איז צי די גאווערמענט זאל זיי טריעטן ווי געהעריגע חתונה געהאטע קאפל. און דאס איז לשטתי נישט אויסגעהאלטן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- DotCom
- ידיד ותיק
- הודעות: 631
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
- געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
- האט שוין געלייקט: 299 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל
יאנקל האט געשריבן:DotCom האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:מיין נייער אוואטאר:
איך שעם מיך אנשטאט דיר יענקל.
א דאנק.
ווי א איד, און אין ליכט פון די טויזנט-יעריגע רדיפות פון מיין פאלק, איז מיין שטעלונג אז קיין שום רעגירונג-געזעץ טאר נישט זיין באאיינפלוסט פון רעליגיעזע סענטימענטן. וויבאלד פון א סעקולערן שטאנדפונקט איז נישטא קיין שום מקום צו דיסקרימינירן קעגן האמאסעקסואלן, זע איך א סכנה אין דעם פאקט אז די רעגירונג ווערט באאיינפלוסט פון ביבלישע זארגן ווען עס קומט צו געבן בענעפיטן פאר פארפעלקער.
גערעכט אויף נישט מוחה צו זיין, אבער שטיצן? וויאזוי קען מען שטיצן אזאך אקעגן מיין אייגענע רעליגיע?
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
יאנקל, ס'איז נישטא קיין אישו איבער די רעכטן פון פראקטיצירן האומוסעקסיואליטי, דער גאנצער ויכוח איז צו מ'זאל קאטעגארעזירן ווי א מערידזש.
דאס שולל צו זיין איז דא נאך סיבות אויסער אויסער רעליגיע! ואחד מהם הנקרא קאמאן סענס.
אז איינער וויל חתונה האבן מיט זיין כלב, אדער אז איינער וויל חתונה מיט א טיש, אדער אז איינער וויל חתונה האבן מיט 3 מענער, דארף מען אים דאס אויך נאכגעבן וועגן עקיואל רייטס?

צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:זר, ס'וועט דיר אנגיין אויב מ'וויל ליגעלייזן אבר מן החי? חוץ מזה וואס משכב זכר איז נישט איינער פון די ז' מצוות, נאר גילוי עריות, נא, גייט דיך אויך אן אויב א גוי טוט עס מיט אן אשת איש?
לויט דער רמב"ם איז סיי משכב זכר אסור פאר א בני נח, משום גילוי עריות,
און סיי עבארציע משום שפיכת דמים, (הלכת מלכים, פרק ט', סעיף ד-ה)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
יאנקל וואס איז דיין שטעלונג אויף זיך צאמשטעלן מיט א מאנקי ?
אסר׳ן הייםגעשלעכט אדער בעסער געזאגט נישט אנערקענען אונעם צוזאמענשאפט מוז נישט ווערן אנגעקוקט ווי א רעליגיעזע באגרענעצונג, נאר ענדערש ווי א וועג צו האלטן די מענטשהייט צו די נאטורליכע געזעצן פארן קיום העולם. העזעטיר נישט צו ריאגירן.

My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
לדעתי דארף מען אונטערשיידן Gay Rights מיט Gay Marriage,
די רעליגעזע קריסטן האסן אין אלגעמיין דעם באגריף פון היימגעשלעכט,
דאס איז קלאר א שארפן קאנטראסט צו גלייכבארעכטיגקייט,און טוהט דירעקט פארלעצן פריוואטע רעכטן,
און בלויז נאך א משל פון קריסטליכע פאנאטיקער וואס ווילן זייער רעליגיע זאל דאמענירן די אלגעמיינע געזעצן.
וועלעכע פארפיגט דעם גאנצן געזעלשאפט,
אין דעם הינזיכט דארף מען באקעמפן די יעניגע בכל תוקף,
ווי יאנקל האט שוין ערווענט, אז מיר אידן האבן א פליכט צו פראבירן האלטן די רעגירונג ווי ווייט פון רעליגיעזע פארקערפערונג,
יא, עס באדערט ערליכע אידן אז מאראל זינקט, און שטייט ביי גאר נידריגע שטאפלען,
אבער ווי פארשטענדליך זענען מיר אין גלות, אין א גאר סעקולערן פראסטע עפאכע,
און מיר קענען נישט אינפארסירן ווירדליכע נידריגקייטן פונעם גוי,
און בדרך אגב, עס איז ברייט באוויסט אז פילע תועבה מאדסלינגינג אויף קאנדידאטן וועלעכע ווערט דורכגעפירט צווישן דעם היימישן עולם,
איז בלויז א נידערטרעכטיגן שלייער צו גרוילהאפטיגע פריוואטע צוועקן פון געוויסע יחידים ביים באפעלן דעם עולם גולם ארויסצוגיין שטימען,
(עס איז פארהאן געציילטע עכטע פרומע אידן, וועלעכע מיינען דאס לשם שמים),
אבער בנוגע באשטעטיגן הייראט,
קען מען זיין דערקעגן אפילו פון א סעקולערן שטאנדפונקט,
די רעגירונג שטעלט צו בענעפיטן פאר מענטשן וועלעכע נעמען אונטער א פריה ורביה מיסיע,
און רעזולטאט פון וועלן פארמערן דעם געזעלשאפט,
אין די פאל קען עס בלויז געטוהן ווערן ווען פרוי און מאן פארן זיך צוזאם,
דאס פארמאגט אין מיינע אויגן גארנישט קעגן איקוואלאטי,
עס איז פארהאן צענדליגע מענטשן וועלעכע קאטאגארירן זיך נישט אלס הומוסעקסואלן, און קריגן אויך נישט בענעפיטן,
און דאס איז צוליב דעם ווייל זיי האבן פשוט נישט חתונה געהאט,
בכל אופן,
דאס איז ווי געזאגט מיין פריוואטע מיינונג,
פאליטיש האלט איך, סיי כלפי עס לעגאליזירן, און סיי עס צו פארבאטן,
איז דאס בכלל נישט א אישו וואס אנבלאנגט די גיבערנאטורישע קארידארן.
נאר ליבערשט דורכפירן א רעפירענדום, ווי די וויילער זעלבס זאלן באשטעטיגן, אין יעדע סטעיט באזונדער,
איין וועג אדער די אנדערע,

- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
יואב, איך פארשטיי נישט די אינטערשייד וואס דו מאכסט, ווי נאך וויל די רעגירונג צוריקהאלטן געי רייטס אויסער ביי געי מערידזש?
די איינציגסטע זאך וואס די יעניגע שרייען איז אז מען פארלעצט זייערע רעכטן ווען מען געבט זיי נישט קיין רשות צו חתונה האבן לעגאל.
און די צד שכנגד מוז נישט דוקא זיין פון א רעליגיעזע שטאנדפונקט, די פשוטע שכל זאגט אז די ציהל פון חתונה האבן איז זיך צו פארמערן, און אויב פאר געוויסע וואנזיניגע האט זיך פארשמעקט עס צו ניצן אויף א נישט נארמאלע וועג און מען וויל זיי עס נישט נאכגעבן מיינט דאס נאכנישט קיין דיסקרימענאציע, און אויב יא, דארף מען געבן די לייסענס אויך פאר די וואס ווילן זיך צוזאמשטעלן מיט בעלי חיים, יאנקל טענה'ט אז כדי צו חתונה האבן דארף מען די הסכמה פון ביידע צדדים, דאס איז טאקע א גוטע טענה, אבער עס איז אויך דא גענוג טענות אויף געי מערידזש, און פון דעסט וועגן קען מען נישט דיסקרימינעיטן קעגן די וואס האלטן יא דערפון.
אגב איז דא מדרש אז די מבול איז געקומען ווען מען האט אנגעהויבן שרייבן א כתובה פאר זכרים און בעלי חיים, די מפורשים זאגן דארט אז ווי לאנג מען האט עס געטוהן איז נאכנישט געווען אזוי געפערליך, אבער איינמאל מען האט עס געמאכט "עמטליך" מיט א כתובה, דאס איז שוין געווען א פראבלעם.
יעצט איז שוין זכרים ליגעלייזט אין אסאך פלעצער, געב עס נאך עטליכע יאר און מען ווען געבן לייסענס פאר בעלי חיים אויך, עס איז דא גענוג משוגעים אויף דער וועלט.
און אפילו ווען זיי קענען זייער לאגיש מסביר זיין זייערע משוגעת'ן, בלייבן זיי נאך אלץ משוגע.

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
ברסלבער האט געשריבן:יואב, איך פארשטיי נישט די אינטערשייד וואס דו מאכסט, ווי נאך וויל די רעגירונג צוריקהאלטן געי רייטס אויסער ביי געי מערידזש?
די איינציגסטע זאך וואס די יעניגע שרייען איז אז מען פארלעצט זייערע רעכטן ווען מען געבט זיי נישט קיין רשות צו חתונה האבן לעגאל.
און די צד שכנגד מוז נישט דוקא זיין פון א רעליגיעזע שטאנדפונקט, די פשוטע שכל זאגט אז די ציהל פון חתונה האבן איז זיך צו פארמערן, און אויב פאר געוויסע וואנזיניגע האט זיך פארשמעקט עס צו ניצן אויף א נישט נארמאלע וועג און מען וויל זיי עס נישט נאכגעבן מיינט דאס נאכנישט קיין דיסקרימענאציע, און אויב יא, דארף מען געבן די לייסענס אויך פאר די וואס ווילן זיך צוזאמשטעלן מיט בעלי חיים, יאנקל טענה'ט אז כדי צו חתונה האבן דארף מען די הסכמה פון ביידע צדדים, דאס איז טאקע א גוטע טענה, אבער עס איז אויך דא גענוג טענות אויף געי מערידזש, און פון דעסט וועגן קען מען נישט דיסקרימינעיטן קעגן די וואס האלטן יא דערפון.
אגב איז דא מדרש אז די מבול איז געקומען ווען מען האט אנגעהויבן שרייבן א כתובה פאר זכרים און בעלי חיים, די מפורשים זאגן דארט אז ווי לאנג מען האט עס געטוהן איז נאכנישט געווען אזוי געפערליך, אבער איינמאל מען האט עס געמאכט "עמטליך" מיט א כתובה, דאס איז שוין געווען א פראבלעם.
יעצט איז שוין זכרים ליגעלייזט אין אסאך פלעצער, געב עס נאך עטליכע יאר און מען ווען געבן לייסענס פאר בעלי חיים אויך, עס איז דא גענוג משוגעים אויף דער וועלט.
און אפילו ווען זיי קענען זייער לאגיש מסביר זיין זייערע משוגעת'ן, בלייבן זיי נאך אלץ משוגע.
מאכן אן אונטערשייד, האב איך לאו דווקא געמיינט פון א לעגאלן פונקט,
עס איז פארהאן א שארפע טיילונג אונערהאלב פילע קריסטליכע דינאמענאציעס, איבער די נושא,
טייל, על פי רוב פירענדע קריסטליכע קירכעס אין אייראפע זענען אין שטיצע פון אקצעפטירן הומוסעקסואלן,
ווייטער זענען פארהאן אסאך קריסטן, מייסטענס דערפון פראטעסטאנטישע גרופעס אין אמעריקע,
וועלעכע פרעדיגן קעגן דעם מיט האס, פילע קאנטראווערסיעס זענען שוין אנשטאנען, ווען גלחים צו ערוועלטע בעאמטע,
האבן גערופן צו הינריכטן א.ד.ג. די חברה,
זיי האסן די חברה, אויך כלפי איינגעלעגענהייטן וועלעכע אנבלאנגט נישט הייראט סערטיפיקאציע דירעקט,
דאס איז קעגן גלייכבארעכטיגקייט,
כלפי רופן זיי משוגעים,
איך געלויבט השם בין א דורכשניטליכער מענטש, כ'האף אז דו אויך,
ס'מיינט נישט אז יעדער איז אזוי, עכ"פ, אויב האלט איך נישט אז די אלע וואס טענה'ן זיי זענען געי זענען פאלנע ליגנער,
קען זיין וועסט ענטפערן ליגנער זענען זיי נישט, אבער משוגעים יא,
קען איך דיר נישט ענטפערן, כ'ווייס נישט צו איינער וואס פארמאגט געוויסע געשלעכטליכע אוריענטאציעס איז משוגע,,
די תורה רופט עס געמיין, און ס'קלאר אז ס'שלעפט שטארק אראפ מאראל , בפרט דער רעכט פון אדאפטירן קינדער, וכו',
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
אז מ'לייגט ארויף א רעפערענדום ביים שטימען האט יעדער רעכט צו שטימען וויאזוי ער וויל,
דער ארטאדאקסישער איד האט אין מיינע אויגן אלע רעכטן צו שטימען דערקעגן,
אין ניו יארק איז עס נישט געוועזן אויפן בעלאט אזוי ווי אין געוויסע אנדערע סטעיטס.
איך האלט טאקע ס'א פאברעך אז לעגיסלאטורן זאל זיין די וועלעכע באשטעטיגן דאס,
למעשה, אין ניו יארק וואלט עס לכאורה ברייט באשטעטיגט געוווארן אפילו (הערשט) דורך א רעפערענדום

- אחראי
- הודעות: 22
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2013 5:25 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
דער נייער אונטערשריפט מיינער,
”.There is a distinct difference between having an open mind and having a hole in your head from which your brain leaks out“
קומט פון ראנדי. כדי ס'זאל זיין כאילו בעל השמועה עומד כנגדו האב איך ארויפגעלייגט ראנדי'ס בילד. דאס איז בנוסף צו דעם וואס אין דעם בילד זעט רענדי אויס ווי א ווארימער אידל, ועוד יש להוסיף סניף אז רענדי איז דאך דער גרויסער סקעפטיק אין כל מיני פאראנארמעל שטותים און פסוועדא-סייענס, א מיסיע מיט וועלכע איך אידענטיפיציר זיך שטארק.

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
למעשה זעהט איר אויס פארליובאוויטשט (ואולי ווי משיח פון יענע וועלט).
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)