אין א בחינה פון באותו מקום באותו "זמן" האט מען עס די יאר מקיים געווען טאקע טאקע טאק'ן מיט א זאפטיגן ארטיקל איבער אפריל פולס דעי אזוי אז דער עולם זאל כאטש האבן אן איידיע וואס פארא וויץ מ'פולט (pull) דא ארויף אויף זייערער אייגעלעך... מקורה מה היא?
אזוי שטילערהייט האט זיך עס אדורכגעגליטשט, נישט יעדער האט געליינט, מאנכע האבן נישט געוויסט צי אפשר דארפן זיי נייע ברילן, געוויסע האבן גאר קאלט געמאכט ס'גאנצ'ן ענין... אבער כ'בין זיכער אז דאס רוב האבן עס אנגענומען ווי וואוילע שעפעלעך.

~~~~~
אזא לאנגן - נישט ווי זיין שטייגערישן מהלך - ארטיקל ארויפגעלייגט (נישט געשריבן


יעדער ניק האט זיך זיין מהלך פון שרייבן, ארויסברענגן, עקספרעסן, גרעמער, ספעללינג. ס'לא הרי זה כהרי זה, {דער צד השוה שבהן איז אז אונז אלע שטיפן מיר פיין די צייט

~~~~~~~~
אונזער וואן ענד אנלי יידל האטאך א זילבערנעם פעדער (מיט אסאך געדולד), אונזער לעמיל איז דאך א הומאריסט מיט א גאלדען הארץ, דיין זר זהב איז דאך א גוטער אנדרייער, און וואס געשעט ווען די 3 טרעפן זיך צאם??
האבן מיר מטכס עצה געווען, מיר איבייגעפאלן אן ארטיקל איבער אפריל פולס דעי... יידל האט זיך גענומען צו די ארבעט אפצושרייבן ס'ארטיקל, איך האב עס אביסעלע מגיה געווען אז ס'זאל נישט זיין נאך קאווע טרינקער'ס, און לעמיל האט עס ארויפגעלייגט. (קיינער האט נישט געהעקט!)
אבער דא האט זיך דער יצר טוב אריינגעמישט. לעמיל איז געקומען מיט א טענה, ס'נישט פעיר, "וואס פארדין איך דערפון?" פרעגט ער, און מיט רעכט. האמיר זיך אראפגעזעצט און אפגעשריבן שטרי ברורין ביי א זבל"א (מאכט סענס?) אינעם נוסח השטר שטייט צווישן אנדערע:
[center]"אלע לייקס וואס גייען קומען צו יענעם ארטיקל מוז בלייבן ביי לעמיל!" דער נוסח ליינט זיך ווייטער: "ס'זאל נישט וואגן עימיצער פון די וואס האבן געלייקט לעמיל'ן אווקצונעמען דאס לייק נאכן געוואר ווערן וואס דא איז פארגעקומען". "און ווער ס'וועט אויספאלגן דעם פסק דין תבוא עליו ברכה"[/center]
מיר האפן אז יעדער וועט אויספאלגן, און האטס מיר אלע א גוטן יו"ט.
[center]זיצענדיג ביים אפריל פולס טישל: יידל, זר זהב, לעמיל.[/center]