וואס וועט זיין צו ליינען דעם יו"ט פסח?

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

יואליש האט געשריבן:כ'ווייס נישט אויב ס'איז פריש אדער ישן, אבער כ'האב באקומען א פסח מעשה, געשריבן ביי קטלא קניא.
http://www.scribd.com/mobile/doc/132171610?width=360

איי איי איי איי איי... לשם מצות מצוה אריין אין פייער... יעצט דורך געליינט אין איין שאס... נישקשה.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

זר זהב האט געשריבן:באטראכטענדיג דעם סייז פונעם המודיע/המבשר/בקהלה/משפחה האב איך געטראכט ביי מיר; דאס מאהל איז על גארר הייליג גערעכט they should have saved these trees......


פשפש ולא מצא יתלו בביטול תורה, פרעגן דעך אלע מפרשים וגו
' קען מען זאגן אז די גמרא רעדט פון א ״בל״ דרשן וואס זאגט איבער אלטע דרשות וואס דער עולם האט שוין געהערט און דורך דעם גורם ביטול תורה ווייל דער עולם הערט אים נישט אויס ....ודו״ק.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

מיין מיינונג האט געשריבן:יעצט האב מיר שוין כמעט אלעס (דער בלאט און המחנה החרדי זענען נאכנישט ערשינען).
משפחה, בקהילה, שעה טובה, המודיע, המבשר, די וואך, הציבור החרדי, א בליק, דער שטערן, באלייכטונגן, שערי ציון (באבוב), אור הצפון (בעלזא), מצליח, לייפ-טיים און אלגעמיינער.

וואס האסטו שוין גענדיגט?
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

יאנקל האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:כ'ווייס נישט אויב ס'איז פריש אדער ישן, אבער כ'האב באקומען א פסח מעשה, געשריבן ביי קטלא קניא.
http://www.scribd.com/mobile/doc/132171610?width=360

איי איי איי איי איי... לשם מצות מצוה אריין אין פייער... יעצט דורך געליינט אין איין שאס... נישקשה.

איך מיין אז די מעשה איז גאנץ שוואך דאס מאל. הגם די כאראקטערס פון דער געשיכטע געפעלן מיר יא.


קוקט אויס ווי ער איז נישט געגיינגן פאר א פלאט, נאר דעוועלאפען די כאראקטער און שילדערן קאנטעמפארערי הלוך ילך. באמערק אז די פרויען רעדן ענגליש, אין איינקלאנג מיט היינטיגע שטיבער.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

יעצט באמערקט אז איך האב שוין אמאל געמאכט א אשכול אויף ליין מאטריאל פאר יום טוב
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

באטראכטענדיג יעצט דעם אויסגעדראשענען מאגערן דינטשיקן אלגעמיינם דזשורנאל האב איך געטראכט ביי מיר אההה ר' גרשון האט שוין פארגעזען על גאר'ס שיט'א
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

וועלכע ר' גרשון?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

לעמיל האט געשריבן:וועלכע ר' גרשון?

http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%93%D7% ... 7%90%D7%9C
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

דערווייל האב מיר שוין געענדיגט דעם איד און בלאט'ס פסח ביילאגע, ביידע האבן ריסייקעלט סחורה אויף כח. דער בלאט מיט אחרון של פסח געבראקטס און דער איד מיט די עמי הארצים ביים סדר. דער פארמאט פונעם בלאט פסח ביילאגע איז צום באגריסט ווערן, עס איז זייער באקוועם פארן ליינער.

דער משפחה הויפט מאגאזין האט גאנץ פיינע סחורה. דער פראפייל אויפן בויאנער רבי'ן איז אויסטערליש נאבל; דער אונטערוויו מיט משה-גבאי איז אויך א פיינער ארבעט, משה שיסט דארט אפאר גוטע סטעיטמענטס צו ענדיגן זיינע חשבונות מיט ר' אהרן; דער באשרייבונג אויף הרב יעקב יוסף איז אויך גאנץ פיין; דער אונטערוויו מיט יוסי גרין איז סתם איבערגעקייטע וואסער.

דער מאגאזין נושא (משפחה) דאוהא אויף אידישע ווערטער וואס ווערן פארמישט אין עברית'שער שפראך, דארף מען זיין א איזרעלי ממש צו פארשטיין יעדען פאראגראף באזונדער, אבער אויבנאויף איז עס א שיינער קונצליכער ארבעט.

דער אוצרות אויף פסח איז אייזן גוט. אנגעהויבן פון דעם אריכות ארום מאשין מצות; די היסטאריע ארום דעם וואנט צווישן די אראבישע געגענטער און מדינת ישראל, וואס ווערט שוין געבויעט פאר לאנגע יארן; סעסעמי אויל אום פסח און נאך.

דער מאגאזין נושא (בקהילה) 60 רגעים, ווי 60 אישי ציבור האבן אריינגעשיקט זייער מערסט רירענדער בילד מיט אן ערקלערונג דערויף איז א געניאלער איינפאל, אבער ס'איז אינגאנצן דא געציילטע וואס זענען באמת אינטערעסאנט. א שטייגער ווי אלי וויזעל ביים אונגווארער רבי'ן, גראסמאן ביי זיין ערשטע וויזיט אין מגדל עמק, מנחם לייזער מוזס אלס אינגל ביי א כינוס המודיע א.א.וו.

שעה טובה מאגאזין האט איבעראשט מיטן אהערשטעלן א מייסטערהאפטיגן פראפייל אויפן שלום און אחדות וואס הערשט אין וויזניץ, באגלייט מיט הערליכע סיפורים אויף ביידע אדמורי"ם.

המשך יבוא
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
עס עפעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 131
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:22 pm
געפינט זיך: ביים טעלער
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

שליחה דורך עס עפעס »

מיין מיינונג האט געשריבן:דערווייל האב מיר שוין געענדיגט דעם איד און בלאט'ס פסח ביילאגע, ביידע האבן ריסייקעלט סחורה אויף כח. דער בלאט מיט אחרון של פסח געבראקטס און דער איד מיט די עמי הארצים ביים סדר. דער פארמאט פונעם בלאט פסח ביילאגע איז צום באגריסט ווערן, עס איז זייער באקוועם פארן ליינער.



מיינונג, א שיינע ריוויו אויף די ליינווארג, אבער דו שרייבסט אז ביידע פסח ביילאגעס רעסייקלען זאכן אויף כח און דו ברענגסט בלויז איין עקזעמפלאר פער צייטונג. לידיעה בעלמא ווייס איך אז דער בלאט האט באזונדער אריינגעלייגט כוחות אז זייער פסח ביילאגע זאל דוקא זיין פרישע סחורה און נישט איבערגעקייטע זאכן, וואס איבער די יארן זענען אלע צייטונגען באקאנט מיט'ן דאס טאן.
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך גדעון »

מיין מיינונג האט געשריבן:דער אונטערוויו מיט משה-גבאי איז אויך א פיינער ארבעט, משה שיסט דארט אפאר גוטע סטעיטמענטס צו ענדיגן זיינע חשבונות מיט ר' אהרן
המשך יבוא

וואס למשל?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דער "איד" שרייבט (בטעות) ביי די הלכות פון פסח אז דאס יאר געפאלט דעם ערשטן טאג פסח אום שבת.
ווער האט געזאגט אז זיי גרייטן אן פרישע סחורה יעדע יאר? אה, האסט גערעדט פון "דער בלאט".
וירח ה' את ריח הניחוח
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

דער בלאט האט זיך זייער שיין אהער געשטעלט מיט א אינהאלטסרייכע רייכע עונג יו״ט ביילאגע.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
days
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 19, 2013 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך days »

אז מ'רעדט פון טעותים
איך ווייס נישט צו איינער האט באמערקט דער איד הט אויפן פראנט דעקל א בילד פון די פאריגע וואך קהילות און מוסדות אפטיילונג...
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ווי אויך שטייט אינעם גרויסן העדליין "רעגיליעזע" אנשטאט "רעליגיעזע".

און רעדנדיג פון טעותים... לעצטענס איז ''די צייטונג'' אינפעסטירט מיט טעותים איבעראל, ממש שרעקעדיג.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בדחן האט געשריבן:דער בלאט האט זיך זייער שיין אהער געשטעלט מיט א אינהאלטסרייכע רייכע עונג יו״ט ביילאגע.

טאקע שיין אבער אויך אינפעסטירט מיט טעותים אין יעדן צווייטן פאראגראף.
וירח ה' את ריח הניחוח
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

ווער איז מיט מיר אז דער בעסטער ביילאגע דעם יו"ט איז דער "העניך" ביילאגע פון "המבשר"?...

שוין ס'צווייטע יאר וואס זיי לייגן אראפ אזא ארבעט, און ווי זיי אליינס שרייבן מאכן זיי דאס איבער היי יאר צוליב די אומצאליגע גוטע גריסן וואס איז אריינגעקומען די פארגאנגענע יאר.

דער ביילאגע איז א פיקציע דערציילונג און פארזעצונג אויף א געוויסן קערעקטער "העניך פרענקל". בעת ווען אין די פאריאריגע אויסגאבע איז געווען בעיקר וועגן זיינע מלחמה איבערלעבענישן און דערנאך זיין זיך צוריקשטעלן אויף די פוס נאך קריג, איז ער אין די היי-יעריגע אויסגאבע שוין געשטארבן, און געלאזט א צוואה פאר די קינדער...

*

צוריק צום פעקל צייטונגן. דער בקהילה מאגאזין האט א העכסט אינטערעסאנטער "יום במחיצת" ארטיקל, געשריבן דורך דעם וועלט בארימטן שרייבער און קענער הרב יעקב בנימין פריעדמאן אויף הגאון רבי חיים קנייבסקי. ווי אין די פארגאנגענהייט האט שוין הרב פרידמאן אפגעראכן ענליכע ארטיקלען אויף הרב שטיינמאן, האדמו"ר מאמשינוב און נאך, איז דער ארטיקל אויף ר' חיים לדעתי נאך דאס בעסטע פון זיי אלע. דער ארטיקל ווארפט א בליק אויף דעם גאר פארנומענעם סדר היום פון דעם גאון, און זיינע "התחייבות'ער" וואס ער האט צו ענדיגן כל התורה כולה יעדעס יאר אויף פסח (!), די טויזענטער תשובות וואס ער ענטפערט לכל השואלים ופונים אליו פון די גאנצע וועלט, ועל כולם די אויסערארדענטליכע קבלת קהל ווי יעדער איינער פון אלע שיכטן און קרייזן, פון קליינע קינדער ביז זקנים מופלגים, אלעס קומט זיך שואל עצה זיין מיט ר' חיים מיט פילפארביגע שאלות און הזכרות.
אזוי אויך האבן זיי א גאנץ שיינעם שמועס פון האדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א מיט ר' מרדכי דוד האלענדער, דער משב"ק פון ברך משה אין שטאט זענטא. דער רבי דערציילט דארט גאר אינטערעסאנטע עובדות פון זיין טאטן וואס ער האט געהערט פון אים, און סיי וואס ער האט אליינס מיטגעלעבט. דער שמועס פארמאגט אין זיך אסאך נאסטלאגיע און איז מעלה זכרו הבהיר פון ברך משה אין א שיינעם ליכט.
צווישן אנדערע איז דא א באשרייבונג איבער דעם איינציגסט חרדי'שן איד וואס האט געמאכט די היי-יעריגע פארבס עשירים ליסטע מיט 2.2 ביליאן דאללער. ר' דן גרטלר פון בני ברק; אן אונטערוויו מיט הבחור יעקב יוסף גרינוואלד איבער זיינע מיטמאכענישן אין יאפאן; און א אונטערוויו מיט דעם בארימטן אידישן אדוואקט עלען דערשאוויץ.

דער שערי ציון פון באבוב און אורות פון סקווירא האבן כדרכם אראפגעלייגט א שיינעם רייכן ארבעט. אויפן דעקל פון שערי ציון איז דא א בילד פון דעם שטעקן פון הרה"ק האוהב ישראל מאפטא, וואס דער קרוין דערפון איז געמאכט פון א עלעפאנט ביין, און מיט דעם שטעקן טאנצן די באבוב'ער רביים נאכן שעפן מים שלנו ליל בדיקת חמץ. אין אורות איז דא א רייכע ארטיקל איבער די חומרות לפסח אינעם סקווירא'ער הויף.

די בני יואלער "דער אוצר", וועלכע האט זיך אין די לעצטע פאר חדשים דראסטיש ארויפגעארבעט מיט מייסטערהאפטע ווערק, האט אויך אהערגעשטעלט א גאר רייכן אויסגאבע אויף פסח. וואס מיר כאפט די ערשטע איז די זכרונות וואס אלמנת הרה"ח ר' אברהם מרדכי פאלאטשעק ע"ה דערציילט פאר אן אייניקל בדרך שו"ת, זאפטיגע זכרונות פיל מיט טעם זקנות פון איר היימשטאט קאלוב און פון אירע עלטערן הרה"ח ר' מרדכי שווארץ ע"ה.

המשך יבוא.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שמעקעדיג האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:דער בלאט האט זיך זייער שיין אהער געשטעלט מיט א אינהאלטסרייכע רייכע עונג יו״ט ביילאגע.

טאקע שיין אבער אויך אינפעסטירט מיט טעותים אין יעדן צווייטן פאראגראף.

האט איינער שוין אמאל געהערט פון ר' יוסף פריעדענזאון? אויב יא, ווייסט ער צו זאגן אז ער מיט "אגודה" לא מתפרשין. אלזא, דער עונג-יו"ט ברענגט אן ארטיקל פון זיינע מאורעות אן דערמאנען קיין ווארט "אגודה", על אף א בילד דארט זאגט עדות דערפון.
זיי גיבן גראדע קרעדיט פאר ר' חנה פרידמאן, דער שרייבער פונעם ארטיקל, און זיי דערמאנען אים אלץ דער שרייבער פון "דער אידישער צייט"... משוגענער דו, שרייב "די צייטונג".
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מיין מיינונג האט געשריבן:ווער איז מיט מיר אז דער בעסטער ביילאגע דעם יו"ט איז דער "העניך" ביילאגע פון "המבשר"?...

צוריק צום פעקל צייטונגן. דער בקהילה מאגאזין האט א העכסט אינטערעסאנטער "יום במחיצת" ארטיקל, געשריבן דורך דעם וועלט בארימטן שרייבער און קענער הרב יעקב בנימין פריעדמאן אויף הגאון רבי חיים קנייבסקי. ווי אין די פארגאנגענהייט האט שוין הרב פרידמאן אפגעראכן ענליכע ארטיקלען אויף הרב שטיינמאן, האדמו"ר מאמשינוב און נאך, איז דער ארטיקל אויף ר' חיים לדעתי נאך דאס בעסטע פון זיי אלע.

נאך נישט געליינט דעם העניך.
נישט געקויפט בקהילה, אבער ווער האט דיר מגלה סוד געווען אז דער "ב." פון יעקב ב. איז בנימין?? ער האלט דאך דאס פאר א סוד, אפילו אין די שער בלעטער פון זיינע ספרים שרייבט ער נישט ארויס די שם במלואו...
נו, אוודאי ר' חיים, די בעסטע סדר היום, איז דער בעסטער ארטיקל.
Under influence
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

דער יערליכער אנאליז אויף די עיתוני חג

www.pashkevil.co.il/24358/
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

קאווע טרינקער האט געשריבן:נאך נישט געליינט דעם העניך.
נישט געקויפט בקהילה, אבער ווער האט דיר מגלה סוד געווען אז דער "ב." פון יעקב ב. איז בנימין?? ער האלט דאך דאס פאר א סוד, אפילו אין די שער בלעטער פון זיינע ספרים שרייבט ער נישט ארויס די שם במלואו...
נו, אוודאי ר' חיים, די בעסטע סדר היום, איז דער בעסטער ארטיקל.


ר' יעקב ב. זעלבסט. איך האב זיך געטראפן מיט אים א צייט צוריק.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
פארשפארט