ווער פיהרט דעם שטאט וויליאמסבורג?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ממרום שלח אש האט געשריבן:שוין לאנג נישט געזען אזא אומרעלעוואנטע אשכול.
כפי מיטב ידיעתי פארמאגט וויליאמסבורג נישט קיין פירער.
וכן עמא דבר.
ס'איז בלויז א בלבול פון די אטד מאוומענט.
די אלע וואס ביטערן דא האבן א פראבלעם מיטן ווייב, טאטע און שווער (העכסטנס שכנים). דו"ק ותשכח
דאס קעפל וואלט געברויכט זיין בערך, ווער איז משפיע אויף מיין ווייב/טאטע/שווער/שכנים ?

לשיטתך. איז ווער פיהרט אן אלע "מחאות" וקונמי וחרמי און טעראר און סטראשונגען אז מ'גייט מאכן טעראר אויב מ'עט נישט טון כך וכך???. די אלע מענטשן וואס פיהלן אז מ'טעראריזירט זיי דאס איז אלעס דמיונות? וויליאמסבורג פארמאגט אפשר נישט קיין פיהרער להיטיב, אבער להרע זיכער יא!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לאז דיך אפ, ממרום. עס איז ווי שרייען אינמיטן העלן טאג אז יעצט איז נאכט.
עס איז דא פרעשור, טאקע נישט יעדער שפירט עס אויף די אייגענע הויט, אבער איך זאג דיר אז ס'איז דא, און אסאך עלטערן פון די מוסדות קענען דיר פארציילן ערשט-האנטיגע מעשיות ווי מען פארלייגט זיך אויף שטותים והבלים, ומשום הרחק מן הגילוי והדומה לו וועל איך נישט מאריך זיין, אבער איך רעד פון קלארע פאקטן.

בעט דעם באשעפער זאלסט עס נישט שפירן אויף די אייגענע ביינער.
וירח ה' את ריח הניחוח
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

ביטערן אויף רז"ל פילאפף (ודומיהם) ווייל ער פסקנט כפי זיינע אנשויאינגען איז א"נארס געוויין" וואס ערוועקט נישט ביי מיר קיין רחמנות, נאר אפשיי.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

ממרום שלח אש האט געשריבן:ביטערן אויף רז"ל פילאפף (ודומיהם) ווייל ער פסקנט כפי זיינע אנשויאינגען איז א"נארס געוויין" וואס ערוועקט נישט ביי מיר קיין רחמנות, נאר אפשיי.
דו ביזט גערעכט. מיר זענען אבער אידן, מיר דארפען וויסן דעם הלכהדיגער צד ההיתר. דערפאר איז מיין רוף צו די תלמידי חכמים צווישען אונז אז מען זאל מברר זיין די הלכות בדרך אמת. אדער אז די ידענים צווישען אונז זאלן לינקען די בירורים פון אנדערע. פארוואס איז דאס אזוי איררעלעוואנט פאר דיר?
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

גלעזעלע האט געשריבן:עס איז מיר לעצטענס בייגעפאלען אים אנצוטראגן אז אזוי ווי ער האט א געוואלדיגע חוש צו חתימות אפשר וואלט געווען ראטזאם אז ער זאל אפלייען צו ווערן א נאטערי פאבליק וועט ער קענען דערפון מאכן א פרנסה קלה ונקויה.

:lol:
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן: דו ביזט גערעכט. מיר זענען אבער אידן, מיר דארפען וויסן דעם הלכהדיגער צד ההיתר.

איך בין נישט אזוי זיכער, "מהיכן דנתנו" איז אין חושן משפט, נישט אין אלגעמיין, אדרבא, די פוסקים האבן לפעמים מאנעווירט אז די המון עם זאל בלייבן אין די טונקעל (ואין להקל בפני עם הארץ, אושא מילתא, מראית עין) די המון עם איז קיינמאל נישט געווען א חלק פון די פראצעס פון באשטימען א הלכה ליחיד או לרבים.

פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן: פארוואס איז דאס אזוי איררעלעוואנט פאר דיר?

איך בין נישט פון די עמי הארצים, איך קען אליין מברר זיין פונקט ווי די חותמים קענען. איינער וואס איז נישט קעפעבל צו מאכן דעססיזשאן אן יענעמס בירורים, זאל נישט אליין פאטשקענען, נאר פרעגן א רב.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

ממרום שלח אש האט געשריבן:איך בין נישט פון די עמי הארצים, איך ברויך נישט קיינעם'ס בירורים,
איך בין יא אן עם הארץ ליידער. זיי מוחל זאג מיר וואס דו האסט מברר געווען בנוגע די "חיוב" אז די סקורט זאל זיין פיר אינטשעס אונטער די אונטערשטע חלק פון די קני, דעמאלט ווען מען איז אנגעטאהן מיט בולעט-פרוף זאקן.

ממרום שלח אש האט געשריבן:שיין וואלט איך אויסגעזען ווען איך ברויך נאכקוקן אין קאווע שטיבל
. פונקט ווי עס קען איינעם צוקומען ידיעות אויף סייענס וכדו' דורך קאווע שטיבעל, קען מען להבדיל אויך באקומען ידיעות און בירורים להלכה.

ממרום שלח אש האט געשריבן:איך בין נישט אזוי זיכער, "מהיכן דנתנו" איז אין חושן משפט, נישט אין אלגעמיין, אדרבא, די פוסקים האבן לפעמים מאנעווירט אז די המון עם זאל בלייבן אין די טונקעל (ואין להקל בפני עם הארץ, אושא מילתא, מראית עין) די המון עם איז קיינמאל נישט געווען א חלק פון די פראצעס פון באשטימען א הלכה ליחיד או לרבים.

קענסטו ביטע ברענגען א מקור אז נאר אין חו"מ זאגט מען דאס?
דו ביסט בעצם מחזק די נושא האשכול. לשיטתך, וועלעכע "תלמידי חכמים" דארף מען פאלגען? פריער זאגסטו אז אלעס איז נאר peer pressure. יעצט זאגסטו גאר אז מען דארף פאלגען די רבנים בלינדערהייט. איז דאך גלעזעלע גאר שטארק רעלעוואנט אין ווייזען אז די רבנים האוסרים זענען א מיעוטא דמיעוטא פון רבני העיר. און אפשר איז מען נישט מחויב צו פאלגען די רבני העיר במקום ווי עס קען זייער זיין אז זיי ווערן פשוט נאכגעשלעפט נאך די קופצים בראש פונעם ציבור וואס זוכען פוסע צו זיין על ראשי עם קודש און זיך גרויס צו מאכען מיט חומרות אשר לא שערום אבותינו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פוןדעסטוועגןדאך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

די טעמא פארפארט פון די רעלסן.
מיין פונקט איז בלויז געווען מיין אבזערוואציע אז וומ"ס האט נישט קיין מנהיג, איך גלויב אז עס איז סייענטיפיש ריכטיג, אפגעזען צו געוויסע רבנים געבן יא אדער נישט ארויס די בירורים אונטער זייער (אומשעדליכע) חתימה.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ממרום פארוואס אין דיין סייענטיפישע לעב קענען נישט די צימערמאן עסקנים ווערן אנגעריפען מנהיגם?
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

נולד מאוחר האט געשריבן:ממרום פארוואס אין דיין סייענטיפישע לעב קענען נישט די צימערמאן עסקנים ווערן אנגעריפען מנהיגם?

מברויך נישט אויף אלעם ענטפערן, איך וואלט ווען געפעסד, סאיז סתם פטפוטי דברים, אבער איך קען מיר נישט איינהאלטן - ע"כ ההקדמה

ווייל ווען איך זע אים צושפרייט זיך א צינישע שמייכל אויף מיין געזוכט פון אויער ביז אויער...
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

ממרום שלח אש האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:ממרום פארוואס אין דיין סייענטיפישע לעב קענען נישט די צימערמאן עסקנים ווערן אנגעריפען מנהיגם?

מברויך נישט אויף אלעם ענטפערן, איך וואלט ווען געפעסד, סאיז סתם פטפוטי דברים, אבער איך קען מיר נישט איינהאלטן - ע"כ ההקדמה

ווייל ווען איך זע אים צושפרייט זיך א צינישע שמייכל אויף מיין געזוכט פון אויער ביז אויער...

אקיצור, דו ביסט אים מקבל בסבר פנים יפות. אבער וואס טוט זיך מיט די בעל פנים יפות אליין? דיין שמייכעל איז זיס און אפי' ציניש ווען ער לאקערט נישט אויף דיר.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:יש"כ ר' בערל און אנדערע.
ווייניג רבנים ודיינים זענען ביכולות דורכצוטוהן סיי וואספארא נושא גרונטליך מיט אן אמת. די קונץ איז מקיף צו זיין דעם ענין פון פארשידענע צדדים. נעם למשל צניעות - עס איז דא ממונותדיגע שאלות אויף הלכות צניעות. ראה לדוגמא חו"מ שצ"ג סעי' ג'. ווי אויך איז כדאי צו וויסען די היסטאריע פון צניעות במשך הדורות. דאס געט א קלארערען בילד דערויף. לדוגמא - קוק דארט אין טו"ז ווי ער ברענגט פון יש"ש על מסכת ב"ק פרק ה' סימן ז', "ומה שכתב לעיל משום צניעות סליק בעל בית נפשיה. בעו"ה במדינות הללו פולי"ן ואשכנ"ז אין חוששים לזה, לא אנשים ולא נשים. ואפילו בלא אפייה מגלין זרועותיהן. ואי אתי דינא כה"ג פשיטא דהאשה פטורה, ואי טען הבעל בית שמשום צניעות הלך חוצה. נאמן בשבועת היסת, והיא משלמת. ורחמנא לבא בעי. ואי נראה בעיני הדיין דלאו מוחזק בכך להיותו בודל עיניו מלראות ברע. פשיטא דלאו כל כמיניה לאפוקי ממונא שלא כדין". וויסען אז בימיו של מהרש"ל האבן די נשים בדרך כלל נישט מקפיד געווען נישט צו גיין מיט זרועות מגולים איז אן אינטערסאנטע שטיקל אינפארמאציע. אויב וועט מען זעהן אז לאורך הדורות איז מען בכלל נישט געווען זהיר א צענטעל וואס מען איז זהיר היינט, ווי למשל די פיר אינטשעס אינטערען קני פאר מיידליך וואס האבן סיי ווי אהן בולעט-פרוף זאקן, וועט מען נישט קענען מער שרייען אז מען דארף טון ווי די הייליגע באבעס אונזערע.

וויסען די אמתע היסטאריע פון צניעות איז אוודאי נוגע סאך מער ווי סתם קענען צוריקענטפערען אויף די "באבע מעשיות". א תשובה להלכה וכדו' איז וויכטיג צו האבען ווי מער בעקגראונד. למשל אויב דער זעלבער מהרש"ל זאל זאגען עפעס א חומרא אז מענער זאלן זיך נישט דרייען מיט פרויען ביי שמחות [משל בעלמא], ווען מיר ווייסען אז די פרויען זענען בדרך כלל געגאנגען בגלוי זרוע, וועלן מיר וויסן אז עס מיז נישט זיין אז ער האט געזאגט זיין חומרא אויף אונזערע נשים צדקניות וואס עוד מעט ומלובשים בורקעס. אזא סארט בירור הלכות דארפן מיר האבן. גאר ווייניג דיינים ורבנים ווייסען בכלל וויאזוי דאס צו עסן.

ווען ווערט דאס ערשטע דערמאנט אז פרויען דארפען גיין בצניעות. נאך אלעם, חוה נאכען חטא איז לכאורה געגאנגען בגלוי זרועותיה.
אויך וואלט כדאי געווען צו זעהן די שורש הענין של צניעות. איז דאס טאקע אן ענין פון נישט גורם זיין מכשול פאר מענער. א זאך וואס פון מיין עמהאראצעדיגע הבנה איז בכלל נישט מסתבר. אדער איז די נקודה בעיקר נישט צו גיין בפריצות אויף אן אופן וואס שרייט ארויס 'קום צו מיר'. לפי די צווייטע מהלך האט די מנהג המקום פון די גוים, גאר אסאך אריינצורעדען אין די הלכה.

ווי דערמאנט אויבן, דארף די בירור אנטהאלטן ווער זענען די אוסרים און ווער זענען די מתירים. וואס איז די אמתע שורש האיסור פון די אוסרים, הלכה אדער קנאות וכן הלאה.
פארשטייטסעך אז דאס איז גירנגער געזאגט ווי געטאהן. דאס איז מהעבודות קשות שבמקדש. אבער חלומ'ן מעג מען דאך.

ולהוסיף - מען דארף אויך געדענקען אז הנאה האבען פונעם לעבן האט אפשר א value מצד דת תורתינו הקדושה. דאס מחייב זיין פרויען צו זיין אנגעטאהן ווי אן אנדרוגינס, נעמט אוועק די הנאה וואס א מאן האט פון זיין ווייב. עס איז אוודאי נאריש צו זאגען אז אינדערהיים אין חדר המיטות קען זיי גיין אנגעטאהן וויאזוי אימער. א- פשוט עס געשעהט נישט. ב - מען קען נישט אנשטעלן אז יעצט די מינוט גייט מען הנאה האבען. די זאכן קומען במקרה ובהיסח הדעת כידוע ליודעים.
אויך דארף מען נעמען אין באטראכט אז דאס לעבען פון א פאר פאלק האט גענוג שוועריקייטן. כדי עס זאל שורה זיין אהבה פעלט אויס הנאה איינער פון אנדערען. ווער רעדט נאך מצד די ענין אז אנדערש ווי דער רב וואס לעבט זיך אין זיינע ד' אמות, זעהן דאך רוב יונגעלייט די גאס מיט איר גאנצע גלאנץ. מען דארף דאך חושש זיין אז דער יונגערמאן זאל האבען עפעס א פת בסלו וואס האט אויך א חן אין א גלאנץ.
מען האט דאך מתקן געווען אז רוכלים זאלען פארקויפען צאצקעס כדי די פרויען זאלען געפעלען פאר די מענער. דארף מען דאך פאר אזאלכע זאכן זיך אויך זארגן.

פשוט אז גורם זיין א מכשול פאר מענער, כאטש עס דינט כהיום ווי דער עיקר טעם פאר צניעות, איז עס אין פאקט די לעצטע און שוואכסטע טעם, און קען נאר קומען צוזאם מיט א אנדערע טעם, אבער אויב א געוויסער מין מלבוש אדער אויפפירונג איז מצד עצמו מותר צו גיין אזוי ברבים, דאן איז נישטא קיין שום מקום מחמיר צו זיין וועגן דעם טעם.

פארשטייט זיך אז נשים צדקניות מעגן מחמיר זיין, המחמיר הרי זה משובח, אבער דער מאן אירער ברויך אויך מחמיר זיין אויף למשל אויב א איד ב'גנב'ט אים זאל ער תיכף מוחל זיין כדי נישט מכשיל צו זיין מיט א עבירה. וכן הלאה על זה הדרך.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
חשבון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 10, 2013 10:36 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך חשבון »

ממרום דאס אז איך האב נישט יעצט א רעסטוראנט וואס פארט אויף רעדער האט מיט א פירער וואס האט אים פארשיקט אדער ער איז פשוט געגאנגען? דאס אז א פרוי קען נישט טראגן מיט די עירוב כאטש איר דיין האט איר געפסקנט אז זי מעג ווייל אפאר יונגאטשן שרייען איר נאך מיט די פולסטע שטיצע פון זייערע רבנים ווייזט אויך נישט גארנישט?

דאס אז יעדע צווייטע געשעפט האט א מעשה צוויי צו פארציילן וועגן דרוק און טעראר וואס ער קריגט האט אויך נישט מיט גארנישט? א קאמפיוטערייז סיסטעם רופט ארום סטראשענען?

איז דא אן ענין צו גיין מיט קאפ אין וואנט?
The pessimist complains about the wind; the optimist expects it to change; the realist adjusts the sails.

William Arthur Ward
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

ולהוסיף - מען דארף אויך געדענקען אז הנאה האבען פונעם לעבן האט אפשר א value מצד דת תורתינו הקדושה. דאס מחייב זיין פרויען צו זיין אנגעטאהן ווי אן אנדרוגינס, נעמט אוועק די הנאה וואס א מאן האט פון זיין ווייב. עס איז אוודאי נאריש צו זאגען אז אינדערהיים אין חדר המיטות קען זיי גיין אנגעטאהן וויאזוי אימער. א- פשוט עס געשעהט נישט. ב - מען קען נישט אנשטעלן אז יעצט די מינוט גייט מען הנאה האבען. די זאכן קומען במקרה ובהיסח הדעת כידוע ליודעים.
אויך דארף מען נעמען אין באטראכט אז דאס לעבען פון א פאר פאלק האט גענוג שוועריקייטן. כדי עס זאל שורה זיין אהבה פעלט אויס הנאה איינער פון אנדערען. ווער רעדט נאך מצד די ענין אז אנדערש ווי דער רב וואס לעבט זיך אין זיינע ד' אמות, זעהן דאך רוב יונגעלייט די גאס מיט איר גאנצע גלאנץ. מען דארף דאך חושש זיין אז דער יונגערמאן זאל האבען עפעס א פת בסלו וואס האט אויך א חן אין א גלאנץ.
מען האט דאך מתקן געווען אז רוכלים זאלען פארקויפען צאצקעס כדי די פרויען זאלען געפעלען פאר די מענער. דארף מען דאך פאר אזאלכע זאכן זיך אויך זארגן.[/quote]
לענ״ד דאס אבסעשין וואס א חלק עולם און אונזער סאסייעטי האט מיט וויאזוי די אייגענע ווייב גיין אנגעטוהן אויף די גאס,איז אוכט א חלק פון אונזער קראנקער סוסייעטי.
א פרוי מעג האבען די פרייהייט צו גיין אנגעטוהן וויאזוי סשמעקט איהר,א פרוי איז נישט דיין טוי וואס די לויפסט ארום ווייזען אויף די גאס ווי א שיינע טוי די האסט.
און בכלל אויב איינער קען נאר הנאה פון זיין פרוי אויב זי גייט אנגעטוהן ווי א רייסער אויף די גאס, אזא איינער זאל צוריק גיין און חדר אריין ווי אלע קינדער קומען זיך אויפטוהן אז זיי האבען די בעסטע און די שענסטע טויס, it's time to grow up
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

ממרום א גוטן.

פארוואס ווען עס קומט ארויס חסד פון ווילאמסבורג, הצלה, פרייע קאלעסטראל טעסט (ס'עקזיסטירט נאך?) אד"ג - טיילט מען די קרעדיט פאר די מנהיגים, מחנכים און עסקנים?

פארוואס זאגט מען נישט: "נע, אפאר ווייך-הארציגע מענטשן אין וומסב"ג טוען פארצופאל חסד..."

אויב נעמט מען קרעדיט פאר די גוטס וואס קומט ארויס, נעם אזוי שיין אויך קרעדיט פאר די שלעכטס...

אויב שאקעלן זיך אלע אפ, און מאכן זיך תמ'עוואטע ווען רשעות ווערט אויסגעטיילט, דעמאלטס ווער מיר נישט קיין מחותן מיט די חסד.
You must be the change you want to see in the world
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

איינגעמיירעט האט געשריבן:
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:ולהוסיף - מען דארף אויך געדענקען אז הנאה האבען פונעם לעבן האט אפשר א value מצד דת תורתינו הקדושה. דאס מחייב זיין פרויען צו זיין אנגעטאהן ווי אן אנדרוגינס, נעמט אוועק די הנאה וואס א מאן האט פון זיין ווייב. עס איז אוודאי נאריש צו זאגען אז אינדערהיים אין חדר המיטות קען זיי גיין אנגעטאהן וויאזוי אימער. א- פשוט עס געשעהט נישט. ב - מען קען נישט אנשטעלן אז יעצט די מינוט גייט מען הנאה האבען. די זאכן קומען במקרה ובהיסח הדעת כידוע ליודעים.
אויך דארף מען נעמען אין באטראכט אז דאס לעבען פון א פאר פאלק האט גענוג שוועריקייטן. כדי עס זאל שורה זיין אהבה פעלט אויס הנאה איינער פון אנדערען. ווער רעדט נאך מצד די ענין אז אנדערש ווי דער רב וואס לעבט זיך אין זיינע ד' אמות, זעהן דאך רוב יונגעלייט די גאס מיט איר גאנצע גלאנץ. מען דארף דאך חושש זיין אז דער יונגערמאן זאל האבען עפעס א פת בסלו וואס האט אויך א חן אין א גלאנץ.
מען האט דאך מתקן געווען אז רוכלים זאלען פארקויפען צאצקעס כדי די פרויען זאלען געפעלען פאר די מענער. דארף מען דאך פאר אזאלכע זאכן זיך אויך זארגן.

לענ״ד דאס אבסעשין וואס א חלק עולם און אונזער סאסייעטי האט מיט וויאזוי די אייגענע ווייב גיין אנגעטוהן אויף די גאס,איז אוכט א חלק פון אונזער קראנקער סוסייעטי.
א פרוי מעג האבען די פרייהייט צו גיין אנגעטוהן וויאזוי סשמעקט איהר,א פרוי איז נישט דיין טוי וואס די לויפסט ארום ווייזען אויף די גאס ווי א שיינע טוי די האסט.
און בכלל אויב איינער קען נאר הנאה פון זיין פרוי אויב זי גייט אנגעטוהן ווי א רייסער אויף די גאס, אזא איינער זאל צוריק גיין און חדר אריין ווי אלע קינדער קומען זיך אויפטוהן אז זיי האבען די בעסטע און די שענסטע טויס, it's time to grow up

הייסט עס, אז דו ביזט מסכים צו אלעם וואס איך האב געשריבן. סך הכל זאגסטו אז אויב לו יצויר איך וואלט געשריבן עפעס וועגן זיך אויפטוהן מיטן ווייב אויפן גאס, וואלסטו דעמאלט געהאט עפעס צו זאגען דערויף. נו גוט.
בנוגע דיין נקודה זעלבסט, פון זיך אויפטוהן מיטן ווייב, איז דא לעוועלס דערין. עס איז גאנץ א נארמאלע זאך אז א מענטש וויל געפעלען פאר זיינע חברים און באקאנטע. ביזט אוודאי אויך מסכים אז דיך וואלט געשטערט אויב דיין ווייב גייט אנגעטאהן אויפן גאס מיט שמוציגע צוריסענע קליידער. פונקט ווי דו אליינס ווילסט נישט גיין מיט צוריסענע קליידער אויפן גאס. כלומר, דו ווילסט אויך נישט קיין בזיונות. סך הכל זאגסטו אז דו ביזט אויסגעארבעט אין די מדה פון כבוד, נו, כמוך ירבו בישראל. דאס איז אבער א שפרונג צו זאגען אויף איינעם וואס האט יא ליב כבוד, אז ער איז נישט grown up.
איז דען נישט ליב האבן כבוד to a degree, א בעיסיק באשטאנטייל פון יעדען מענטש? לפי דבריך, איז יעדעס מאל וואס דו ביזט מכבד דיין טאטע אדער א תלמיד חכם, ביזטו זיי גלייכצייטיג מבזה מיטן ווייזן אז דו האלטסט אז זיי האבן הנאה פון כבוד.
נישט ווי דו שרייבסט אז דאס איז א חלק פון אונזער "קראנקע סאסייעטי", עס איז א מדה וואס געפינט זיך ביי יעדע סאסייעטי. אוודאי וואויל איז די מענטש וואס האט זיך אויסגעארבעט די מדה פון כבוד. אזוי ווי דער מסילת ישרים שרייבט בענין כבוד אין פרק יא, "ולולי זה, כבר היה האדם מתרצה לאכול מה שיוכל, ללבוש מה שיכסה ערותו, ולשכון בבית שתסתירהו מן הפגעים והיתה פרנסתו קלה עליו ולא היה צריך להתיגע להעשיר כלל, אלא שלבלתי ראות עצמו שפל ופחות מרעיו מכניס עצמו בעובי הקורה הזאת ואין קץ לכל עמלו. על - כן אמרו רבותינו ז"ל (אבות פ"ד): הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם. דאס מיינט אבער נישט אז ווען איינער איז נאך נישט ביי דעם מדריגה, איז ער פשוט א קינד.
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

דעת תורה האט געשריבן:פשוט אז גורם זיין א מכשול פאר מענער, כאטש עס דינט כהיום ווי דער עיקר טעם פאר צניעות, איז עס אין פאקט די לעצטע און שוואכסטע טעם, און קען נאר קומען צוזאם מיט א אנדערע טעם, אבער אויב א געוויסער מין מלבוש אדער אויפפירונג איז מצד עצמו מותר צו גיין אזוי ברבים, דאן איז נישטא קיין שום מקום מחמיר צו זיין וועגן דעם טעם.

פארשטייט זיך אז נשים צדקניות מעגן מחמיר זיין, המחמיר הרי זה משובח, אבער דער מאן אירער ברויך אויך מחמיר זיין אויף למשל אויב א איד ב'גנב'ט אים זאל ער תיכף מוחל זיין כדי נישט מכשיל צו זיין מיט א עבירה. וכן הלאה על זה הדרך.

אדער עכ"פ ווען עס איז דא יודן וואס טראגן מיט אן עירוב וואס האט איין איינציגע פראבלעם ע"פ הלכה (לויט די אוסרים) אז ער איז נאך דערווייל נישט אנגעקומען מפקיר צו זיין זיין רשות גיי שנעל און זיי מפקיר דיין רשות אז יודן זאלן נישט עובר זיין אויף מחלליה מות יומת. נישט דערצייל מעשיות פון ר' מאיר פרימישלאנער וואס איז נאכגעלאפן דעם גנב זאגן אז ער איז מפקיר
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום למדן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

דעת תורה האט געשריבן:פשוט אז גורם זיין א מכשול פאר מענער, כאטש עס דינט כהיום ווי דער עיקר טעם פאר צניעות, איז עס אין פאקט די לעצטע און שוואכסטע טעם, און קען נאר קומען צוזאם מיט א אנדערע טעם, אבער אויב א געוויסער מין מלבוש אדער אויפפירונג איז מצד עצמו מותר צו גיין אזוי ברבים, דאן איז נישטא קיין שום מקום מחמיר צו זיין וועגן דעם טעם.

פארשטייט זיך אז נשים צדקניות מעגן מחמיר זיין, המחמיר הרי זה משובח, אבער דער מאן אירער ברויך אויך מחמיר זיין אויף למשל אויב א איד ב'גנב'ט אים זאל ער תיכף מוחל זיין כדי נישט מכשיל צו זיין מיט א עבירה. וכן הלאה על זה הדרך.

א מקור ביטע.
אויך פארשטיי איך נישט. דו זאגסט אז עס איז נישטא קיין מקום מחמיר צו זיין וועגן דעם טעם, און תיכף דערנאך זאגסטו אז נשים צדקניות מעגן מחמיר זיין, והמחמיר הרי זה משובח. What gives?
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:פשוט אז גורם זיין א מכשול פאר מענער, כאטש עס דינט כהיום ווי דער עיקר טעם פאר צניעות, איז עס אין פאקט די לעצטע און שוואכסטע טעם, און קען נאר קומען צוזאם מיט א אנדערע טעם, אבער אויב א געוויסער מין מלבוש אדער אויפפירונג איז מצד עצמו מותר צו גיין אזוי ברבים, דאן איז נישטא קיין שום מקום מחמיר צו זיין וועגן דעם טעם.

פארשטייט זיך אז נשים צדקניות מעגן מחמיר זיין, המחמיר הרי זה משובח, אבער דער מאן אירער ברויך אויך מחמיר זיין אויף למשל אויב א איד ב'גנב'ט אים זאל ער תיכף מוחל זיין כדי נישט מכשיל צו זיין מיט א עבירה. וכן הלאה על זה הדרך.

א מקור ביטע.
אויך פארשטיי איך נישט. דו זאגסט אז עס איז נישטא קיין מקום מחמיר צו זיין וועגן דעם טעם, און תיכף דערנאך זאגסטו אז נשים צדקניות מעגן מחמיר זיין, והמחמיר הרי זה משובח. What gives?

וואסא מין שאלה איז דאס. וואס מיינט דאס מידת חסידות? אז איינער מעג עפעס טוהן ע"פ הלכה, און ער טוט עס נישט לפנים משורת הדין. דאס היייסט מידת חסידות. און אז א פרוי איז מחליט זי וויל גיין מער צניעות'דיג (אויף א נארמאלע אנגענומענע וועג) ווייל זי וויל נישט מכשיל זיין אנדערע, איז פשוט אז הרי זה משובח
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

@למדן, דו רעדסט צו מיר? ווי זעסטו וואס איך האלט וועגן דעם עירוב?

@פוןדעסטוועגןדאך, דער ענין דארף נישט קיין מקור, סברא דאורייתא היא. וואס איז אנדערש א מאן ווי א פרוי? אויב א מאן איז נישט מחוייב מוותר צו זיין אויף זיינע רעכטן להציל חבירו מן העבירה, פארוואס זאל א פרוי יא זיין מחוייב? מען רעדט דאך דא באופן וואס אלס דת יהודית וכדומה מעג זי ארויסגיין אזוי אויף די גאס, אדער זיך אויפפירן אין אזא וועג, ווער קען איר צונעמען דאס רעכט ווייל עס זענען דא מענער וואס ווערן נתפעל פון איר? חוץ אויב מזאל מיר אננעמען אז אלס'ן פסוק כל כבודה האט א פרוי בכלל נישט קיין רעכט זיך צו דרייען אויפן גאס. יתכן.

עס איז נישטא קיין חיוב מחמיר צו זיין על פי הלכה, נאר וויפיל דער מאן איז מחוייב אויפצוגעבן זיינע רעכטן, כנ"ל.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

דעת תורה האט געשריבן:@פוןדעסטוועגןדאך, דער ענין דארף נישט קיין מקור, סברא דאורייתא היא. וואס איז אנדערש א מאן ווי א פרוי? אויב א מאן איז נישט מחוייב מוותר צו זיין אויף זיינע רעכטן להציל חבירו מן העבירה, פארוואס זאל א פרוי יא זיין מחוייב? מען רעדט דאך דא באופן וואס אלס דת יהודית וכדומה מעג זי ארויסגיין אזוי אויף די גאס, אדער זיך אויפפירן אין אזא וועג, ווער קען איר צונעמען דאס רעכט ווייל עס זענען דא מענער וואס ווערן נתפעל פון איר? חוץ אויב מזאל מיר אננעמען אז אלס'ן פסוק כל כבודה האט א פרוי בכלל נישט קיין רעכט זיך צו דרייען אויפן גאס. יתכן.

דעת תורה האט געשריבן:פשוט אז גורם זיין א מכשול פאר מענער, כאטש עס דינט כהיום ווי דער עיקר טעם פאר צניעות, איז עס אין פאקט די לעצטע און שוואכסטע טעם, און קען נאר קומען צוזאם מיט א אנדערע טעם, אבער אויב א געוויסער מין מלבוש אדער אויפפירונג איז מצד עצמו מותר צו גיין אזוי ברבים, דאן איז נישטא קיין שום מקום מחמיר צו זיין וועגן דעם טעם

אז מען זאגט עפעס מיט א זיכערקייט קעגען די גאנצע אנגענומענע מיינונג מעג מען פרעגן פאר א מקור. נאכדערצו ווען דו אליינס ביזט גארנישט אזוי זיכער מיט דיין זיכערקייט.
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

דעת תורה האט געשריבן:@למדן, דו רעדסט צו מיר? ווי זעסטו וואס איך האלט וועגן דעם עירוב?

פארראכטן.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:@פוןדעסטוועגןדאך, דער ענין דארף נישט קיין מקור, סברא דאורייתא היא. וואס איז אנדערש א מאן ווי א פרוי? אויב א מאן איז נישט מחוייב מוותר צו זיין אויף זיינע רעכטן להציל חבירו מן העבירה, פארוואס זאל א פרוי יא זיין מחוייב? מען רעדט דאך דא באופן וואס אלס דת יהודית וכדומה מעג זי ארויסגיין אזוי אויף די גאס, אדער זיך אויפפירן אין אזא וועג, ווער קען איר צונעמען דאס רעכט ווייל עס זענען דא מענער וואס ווערן נתפעל פון איר? חוץ אויב מזאל מיר אננעמען אז אלס'ן פסוק כל כבודה האט א פרוי בכלל נישט קיין רעכט זיך צו דרייען אויפן גאס. יתכן.

דעת תורה האט געשריבן:פשוט אז גורם זיין א מכשול פאר מענער, כאטש עס דינט כהיום ווי דער עיקר טעם פאר צניעות, איז עס אין פאקט די לעצטע און שוואכסטע טעם, און קען נאר קומען צוזאם מיט א אנדערע טעם, אבער אויב א געוויסער מין מלבוש אדער אויפפירונג איז מצד עצמו מותר צו גיין אזוי ברבים, דאן איז נישטא קיין שום מקום מחמיר צו זיין וועגן דעם טעם

אז מען זאגט עפעס מיט א זיכערקייט קעגען די גאנצע אנגענומענע מיינונג מעג מען פרעגן פאר א מקור. נאכדערצו ווען דו אליינס ביזט גארנישט אזוי זיכער מיט דיין זיכערקייט.

עס איז נישט די אנגענומענע מיינונג נאר די אנגענומענע פראפאגאנדע מיטל. און עס איז אוודאי אמת ביי א פרוי וואס גייט אנגעטון אויף א וועג וואס איז קעגן דת משה ויהודית קען מען איר זאגן אז וויבאלד זי מעג נישט מצד עצמו דאס טאן ונוסף גם הוא אז זי איז א מכשיל את הרבים. אבער סתם לעבן אויף דער וועלט?

כל כבודה איז בעיני א ווייטע מעגליכקייט און א ווילדער חידוש. לפי זה דארף אויסקומען אז בעצם האט זי נישט קיין רעכט צו עקזיסטירן אויף די פרייע לופט נאר די מענער זענען מוותר און לאזן איר און מילא זאל זי זיך פרייען אז מען לאזט איר אטעמען און זיך נישט ווארפן אין די אויגן נאר זיך דורכשלייכן אזוי אוממערקבאר ווי מעגליך. אבער דאך האב איך נאכנישט דורך געלערנט די גאנצע תורה איך זאל קענען זאגן מיט א זיכער קייט אז מען זאגט עס טאקע נישט.