גיוס בני ישיבות, וואס טוט מען ווייטער.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

גיוס בני ישיבות, וואס טוט מען ווייטער.

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]די חרדישע וועלט איז אויפגעציטערט, אויפגעשוידערט, שאקירט, איבער די לעצטע באריכטן וואס קומען פון ארץ ישראל, איבער די פריש אנשטאנענע קריזיס פון גיוס בני ישיבות. די עסקנים אין רבנים ארבעטן פיבערהאפטיג ארום דעם זייגער צו טרעפן א פאסיגע לעזונג אפצורופן דעם שרעקליכן גזירה וואס הויערט ווי א שווארצע וואלקן איבער כלל ישראל.

אלס האט זיך אנגעהויבן נאך די פארלאפענע בחירות ווי די פארטיי עם אחד אונטער די אנפירערשאפט פון דעם שונא הדת יאיר לפיד, וואס זיין הויפט ציל איז "אריינצושלעפן די חרדים אין מיליטער און מאכן פון די חרדים א לייט" כלשונו, האט אנגעצויגן און געווינען גאנצע נייצען בענקלעך.

און אנפאנג האט מען געמיינט בעסער געזאגט געהאפט אז נתניהו וועט ליבערשט שאפן א קאליציע מיט זיינע נאטירליכע שותפים יהדות התורה און ש"ס, אבער וואס א טאג איז פארביי איז די בילד געווארן קלארער אין קלארער אז דאסמאל וועט נתניהו אפנויגן פין זיין געוואוינהייט און פארמירן א קאליציע מיט לינקן יאיר לפיד, און זיין עם אחד פארטיי למרות רוחם פון די פירער פון יהדות התורה און ש"ס. וואס דאס מאכט די גאנצע גזירת גיוס א ברענעדיגע אקטועלע טעמע וואס ברויך און פאדערט א זאפארטיגע לעזונג .

למעשה וואס צו טוען פון איצט און ווייטער איז נישט אזוי גלאטיג. ווייל מ'ברויך צו פארשטיין אז די געווענליכע אפציעס וואס יעדע אנדערע סעקטאר אין א מדינה וואלט ווען געהאט אויפן טיש -אין א צייט וואס זייער עקזיסטענס איז אין א געפאר-, האבן מיר חרדים נישט, ואפרטם אחת אחת.

למשל אויב וועלן מיר סטראשען אז מיר באצלען נישט קיין שטייער, מיסים, ביז ווילאנג די גזירת גיוס ווערט אפגערופען, וואס לכאורה וואלט עס געווען א שטארק בארעכטיגטע טאט, ווייל אפילו אין פרידן צייט וואלטן מיר אויך נישט געדארפט צאלן שטייער מיטן טענה אז 'רבנן לא משלמי כרגא' און ווי ס'איז וואויל באקאנט איז בני ברק און ירושלים עיירות שכולן רבנן, נאר וואס דען אין פרידן צייט באצאלן מיר מיסים משום חילול השם אדער וועגן 'אין יד ישראל תקיפה', אבער יעצט אין מלחמה צייטן פאלן אוועק די אלע טענות.
אבער למעשה וועט די סטראשע גלייב איך זיי ניטאמאל א קיצעל טוען.

פארוואס ?
די סבה איז זייער פשוט ווייל זיי גלייבן נישט אז עס איז דא ביי אונז א צען פראצענט וואס צאלן שטייער, און נישט חלילה ווייל מיר ארבעטן שווארץ, נאר ווייל מען ארבעט פשוט נישט, און אז מען ארבעט נישט פארדינט מען נישט, און אז מען פארדינט נישט האט מען נישט אויף וואס צו צאלן טעקס (שטייטצך אונז ווייס מיר יא דעם אמת וויפיל שטייער מיר צאלן).

א צווייטע געדאנק אין א נארמאלע קולטור וואלט ווען געווען א מאסיווע סטרייק; דאס וואלט ווען געווען א שטארקע אפציע אין יעדע אנדערע קולטור אין אזא סיטאציע, אבער דאס קומט אויך נישט אין באטראכט ביי אונז, פשוט ווייל עס איז נישטא פון וואס צו סטרייקן, און אז עס איז נישטא פון וואס צו סטרייקן וועט זיך עס נישט אנזעהן אין ערגעץ דעם סטרייק, און אז עס זעהט זיך נישט אן טוט עס גארנישט אויף.

פארוואס ?
אויף דעם איז די סבה אויך זייער א פשוטע. עס וועט זיך נישט אנזעהן די סטרייק ווייל די בענק וועלן זיין געהעריג אפן, די טראנספארטאציע וועט אנגיין און פילן שוואונג, שפיטעלער וועלן פונקוצירן געהעריג, די לופט פעלדער וועלן נישט זיין געשלאסן, ניטאמאל איין פלייט וועט ווערן געקענסלעט. די משטרה, צה"ל, און משמר הגבול איז דאך אפגערעדט אז ס'וועט גארנישט אפעקטירן.
העכסטענס וועלן אפאר פלעי גרופס אין בני ברק זיין פארמאכט, אין אפאר גמ"חן אין ירושלים, אפשר די מקוה אין זכרון משה און איצקאוויטש, וועלן אויך קומען צו א האלט פאר א פאר שעה. אויסער דעם וועט עס מאכן א רושם בערך ווי א השתנה אינעם ים הגדול.

איז למעשה וואס יא ? וואס איז די עצה אין אזא געפארפולע צייט?
איז ארויפגעקומען אפאר גאונישע-עסקנישע הצעות אויפן טיש, מאנכע עסקנים האבן געטענה'ט מען זאל זיך לאזן ארעסטירן בחורים אינגעלייט קינדער מענער ווייבער וכו', כ'מיין די חשבון איז זייער פשוט: ס'איז נישטא מער ווי פיפציג טויזענט טורמע-צעלן אין גאנץ ארץ ישראל, און פון די פיפציג טויזענט זענען רוב פארנומען, אלזא וואס וועלן די פארשאלטענע ציונים קענען טאן מיט א האלב מיליאן חרדים?

און אפילו זיי וועלן אויף בויען ספיציעלע תפיסות צו קענען קאמעדירן אזא ריזיגע מאסע, העמער גיין זיצן אין די מאסן, סוף כל סוף איז רבי עקיבא מיט רבי חנינא בן תרדיון אויך געזיצן און געפייניגט געווארען פאר לערנען תורה מיט אידישע קינדער. און חוץ מזה וואס א חילוק ווי מען לערנט בבא בתרא און מען טרינקט קאווע, צו אין בני ברק אין א ישיבה אדער אין א צעל אין מגרש הרוסים, ס'איז אלס דאס אייגענע, העכסטענס וועט מען זיך פארשפארן די ארבעט פון משגיחים.

אבער נאכן איבערגיין די פלענער איז מען געקומען לדעה אחת אז ס'נישט קיין לעזונג, ווייל ווי אן עקספארט אין פינאנצען האט איבערגעגעבן פארן די געטרייע עסקנים איז אונזער פראבלעם נישט דאס גיין אין תפיסות; אונזער פראבלעם איז אז מיר קענען נישט עקזעסטירן אן דעם פינענציאלע הילף פון א מדינה, מיר קענען נישט לעבן אן ביטוח לאומי, קצבאות הילדים, און אלע אנדערע סאציאלע הילף אדער סערוויס וואס א בירגער דארף האבן אין א ציוויליזירטע מדינה.

איי וועט עטץ פרעגן ווי אזוי מאכן עס די ירושלימע קנאים, זיי נעמען דאך נישט קיין שום רעגירונג הילף, און מיט דעם אלעם לעבן זיי א חיים טובים, אמת טאקע אז יעדע דריטן טאג שטארבט א צווייטער דארט מיט א הארץ אטאקע אדער פון הויכע בלוט דרוק, אבער ס'רוב מאכן עס יא דורך. איז אפשר דאס אויך א מהלך פאר די איבעריגע האלב מיליאן אידן?

די תירוץ איז איינפאך, עס קומט נישט אין באטראכט! די חוץ לארץ יודן זענען שוין גענוג איבערגעשטרענגט און זאט פון הונדרעט טויזענט ירושלימע קנאים, וואס קומען יעדע שני וחמישי נאך געלט. זיי זענען נישט ביכולת מפרנס צו זיין נאך א האלב מיליאן פרישע נצרכים.

אויסער דעם וואס אפילו די קנאים ביזנעס וועט אויך נישט צו לאנג אנהאלטען, ווייל די צווייטע דור ירושלימע קנאים פאנגען שוין אן חתונה מאכן ב"ה, דאס הייסט פאר יעדע אמאליגע ירושלימע שנארער גייט יעצט זיין פערצען פרישע. אין די מצב הפרנסה ביי אחינו בני ישראל בגולה, האט זיך נישט פארבעסערט קיין סאך און די לעצעטע צייט, אונזער איינקופט און אינקאם, איז נישט קיין סאך געוואקסען זינט אייערע טאטעס זענען דא געווען שנארן פאר אייערע חתונה צוואנציג צוריק, און אודאי זיך נישט געדאפעלט פערצען-פאכיג.

ווידעראום פון הרב סאלאווייציק פין בריסק הערט מען אנדער פלענער, ער שרייט אז מען וועט נישט האבן קיין ברירה אין נעמען די וואנדער שטעקען אין די האנט און זיך אריבער צוען קיין אמעריקע. אויבן אויף איז עס א גוטע פלאן, נאר דאס אלעס איז בתנאי "אויב" אמעריקע וועט אונז אויפנעמען מיט אפענע ארעמעס.

עס זעהט אבער אויס אז הרב סאלאווייציג איז נאך צוריק געבליבן מיט אן ערך פון 07 יאר, ווען אמעריקע האט געפענט די טיר נאכן צווייטן וועלט קריג פאר א גרויסע מאסע אידן, א דאנק דעם האליקאסט. און ווי עס קוקט אויס חשבון'ט הרב סאלאווייציג אז עס איז נאך געבליבן אפען זינט דאן. אלזא הרב סאלאווייציג כ'האב פאר אייך נישט אזעלעכע גוטע נייעס אמעריקע'ס טויערן זענען מער ווייניגער פארשלאסן.

איך ווינדער זיך נישט אויפן ראש ישיבה אליין וואס איז אריינגעטאן ראשו ורובו אין קדשים די לעצטע יובל יארן און נישט ארויסגעקוקט מד' אמות של הלכה, פון ווי זאל ער וויסן וואס טוט זיך אין דעם ווייטן אמעריקע, איך ווינדער זיך מער אויף זיינע יועצים, אויף זיינע ארומיגע, וואס האבן פארפעלט מסביר זיין דעם ראש ישיבה, אז נשתנו העתים ונתחלפו הזמנים, היינט דארף מען שטיין אין די ליין צו באקומען א גרין קארטעל, עס ווערן נישט געגעבן מער ווי איטליכע טויזענט עמיגראציע קארטלעך א יאר, אין אויך נאר אזעלכע וואס ברענגען מיט מיט זיך עפעס א פאך אין די האנט, אדער א מאני מעיקינג ביזנעס, און אנדערע ווערטער עפעס וואס וועט אויך געבן פאר 'פעטער שמואל' אין נישט נאר נעמען ביי אים.

איך פארשטיי אונז קומען נישט אינגאנצן מיט ליידיגע הענט, אונז קומען מיטן זכות פין א האלב מיליאן בני ישיבות און אברכי הכולל, און מיט אזא מספר פון בני ישיבות וועט עס עס זיכער געבן א געוואלדיגע זכות פאר די אמעריקע רעגירונג אזש זיי וועלן אודאי געווינען אלע מלחמות, זייער זאמד וועט ווערן פיילן און זייער ערד באמבעס, אבער ליידער דא אין אמעריקע זענען זיי נישט אזעלכע גלויביגע, זיי קויפן נישט אזעלכע סחורה. אויסערדעם טענה'ן זיי אז לעיקוואד אין ברוקלין איז פונקט גענוג זכותים פאר זיי.

אין טראכט נישט פון גיין קיין אוגאנדא אדער עפעס אן אנדערע ציוויליזירטע לאנד, ווייל יעדע לאנד טראכט קודם פון זיך, ווי אזוי צו קענען איבערלעבן אין דעם עקאנאמישן סטראגל, אין קיינער איז נישט אויסן יעצט אריינצונעמען א עול פון א מיליאן לומדי תורה וואס דאפלען זיך יעדע פאר יאר.

ווי האט אמאל א בארימטע דיכטער געשריבן: "קיין איינציג לאנד אויף דער וועלט, ווי געבילדעט עס זאל נישט זיין, וויפיל גראד היץ עס זאל נישט ווייזן זיין טערמאמעטער פון מענטשן לאוו (ליעבע),וועט נישט גערן אריינלאזן א מאסע פאלק, וואס פארמאגט נישט מער- נאר א הונגעריגן מאגן!"

בכלל די גאנצע עצה פון זיך אריבער צוען צו א צווייטע לאנד דערמאנט מיר די מעשה פון יענע חצקעל פון כעלעם, וואס האט זיך נישט געקענט אן עצה געבן מיט זיין פסיכלאגישע פראבלעמען, איז אים איינגעפאלן א פשוטע עצה ער וועט זיך אריבער ציען קיין ווארשע און אזוי וועלן אלע זיינע אישוס אין פראבלעמען געלייזט ווערן, די אישוס וועלן איבערבלייבן אין כעלעם. ער האט פשוט פארגעסן איין זאך אז אויסער אלע חפצים וואס ער נעמט מיט מיט זיך קיין ווארשע, נעמט ער אויך מיט זיך חצקאל אליין, אין חצקעל איז דאך די מקור פון די פראבלעמען. די זעלבע מיט אונז מיר האבן ערנסטע אומגעלייזטע פראבלעמען און דאס וועט מיט קומען מיט קיין אמעריקע קיין בראזיל אדער קיין אוגאנדא.

אין די פארלאפענע וואך איז אויפגעקומען א פרישע הצעה מען זאל אויפהערן צו צאלן מארגעטשעס, זאלן זיך די בענק דערשטיקן מיט אונזערע חובות. דאס זעהט שוין יא אויס ווי א פיינעם פלאן, כ'וואלט אפשר צוגעלייגט צום פלאן מען זאל אויף הערן צו צאלן געז לעקטער אויך, אז שוין בחנם זאל זיין אינגאנצען בחנם. כ'טראכט אז עס איז אזא גוטע פלאן אז מען זאל זעהן אנצוהאלטען דעם מנהג אפילו נאכדעם וואס זיי רופן אפ דעם גזרה.

יעצט קומט אן פרישע באריכטן אז מען פלאנט צו מאכן א מיליאן מענשט מארטש, אזא 'תהלוכה ברוב עם'. הגם מיר חרדים האבן קיינמאל נישט געוויסט פון אזא זאך ווי מארטשן עס שמעקט עפעס פונעם גוי, אויבן-אויס זעהט אויס אז ס'נאר געמאכט פאר די שווארצע, אדער העכסטענס פאר ליבאוויטשע, אבער עת לעשות ה' הפרו תורתיך, אז מען דארף דעם גנב נעמט מען אראפ פינעם תליה. כ'הער נאך זאגן מער, עס איז דא אפילו א פלאן צו בארגן די ליבאוויטשע 'מצוה טענקס', אין פאל די ישראלים וועלן קומען מיט זייער קאמפס פליגער!

ס'נאר דא איין פראבלעם ווער וועט אנפירן דעם גרויסן מארטש? דאס איז אויסער די געווענליכע פראבלעמען פון קענען צאם ברענגען דעם עם מפוזר ומפורד; די קנאים שרייען מיר קומען נישט ווילאנג אגודה אסר'ט נישט די בחירות; די שך'ניקעס שרייען מיר קומען נישט ווילאנג די ליבאוויטשע געבן אויף זייער משיח; און די בעלזא וועט נישט קומען ווי לאנג מאכניפקע וועט נישט אראפ דעם צו-נאמען בעלזא.

אויסער דעם איז דא א פראבלעם ווער וועט אנפירן דעם תהלוכה; דודי זילבערשלאג וואס איז געווען פון די הויפט עסקנים דאס לעצטע מאל (ווען מען האט פראטעסטירט אקעגן בית משפט העליון), איז שוין עבר עליו הכלח, ער האט אסאך פוטער אויפן קאפ; משי זהב פון זק"א איז צו פארנומען מיט זיין ארגענזאציע, אויסערדעם וועט עס נישט שמעקן פאר די רעכט גענויגטע משתתפים; ווידער דער אלטער פרוש לעבט שוין נישט; זיין זון הרב מנחם פרוש וואלט ווען געווען א פאסיגער אויסוואל, אבער זינט ער האט זיך צוריבן מיט גער און געפענט 'המבשר' א קאמפעטישןפאר 'המודיע' האט ער פארלוירן זיין סטאטוס אלס פרעזענטירער פון 'אלע' שלומי אמוני ישראל; מ'רעד אז אפשר וועט דער ווייסער סלאנעמער איבערנעמען די לייצעס, ווי נישט ווי האט ער געמאכט א פיינעם דזשאב ביי די כותל הפרדה סומעטאכע.

יעצט קומט אן א שוידערליכן באריכט אז די מארטש ווערט געפלאנט נישט מער און נישט ווייניגער, נאר ווען אבאמא יר"ה וועט אנקומען קיין מדינת ישראל.

אוי כ'בעט ענק טייערע ברידער נאר נישט דאס, נישט מאכן דעם מארטש ווען אבאמא איז דארט, ווייל די איינציגסטע זאך וואס איר וועט אויפטאן איז שאדן מאכן אייערע ברידער אין די פאראייניגטע שטאטן.

לאמיר אייך מסביר זיין בקיצור נמרץ פון וואס מען רעדט דא: מיר, אייער חרדישע ברודער אין די פאראייניגטע שטאטן געמער זיך קוים אן עצה מיט אונזער סומעטאכעס דא וואס איינס יאגט נאך דעם צוויטען. ווי נישט ווי אז מען וויל דוקא קען מען אויך שרייען אויף אונז אזעלכע מיאוס'ע ווערטער ווי פאראזיטן וכדו', אונזער לעבנס שטייגער האט אסאך ענליכקייטן צו אייערע. נארוואס דען, מיר פרובירן צו האלטן א שטילן פראפייל, מיר פרובירן דאס מערסטע וואס שייך מען זאל נישט קוקן אויף אונזער זייט, מען זאל נישט רעדן פון אונז, און מען זאל נישט הערן פון אונז.

נאכמער אפילו עס זאל ווען פארקומען יעצט א פרישע גזירה פון חיטוטי שכבי, וויס איך נישט צו מיר וועלן אייך קענען העלפן מיט א פראטעסט אין מאנהעטן כמנהגנו מאז ומקדם, אלעס כדי נישט צו זיין אין די ספאט לייט פון די גוישע מידיע, צו זיין אין זייערע טמא'נע מיילער זיי זאלן פרעגן 'מה טיבו של השחורים האלו'? ווייל דאן וועט זיין אך און וויי, מיר וועלן טראגן אן ענליכן פנים צו אייערס, מיר וועלן זיך חלילה פארפלאנטערן אין דעם זעלבן פארפלאנטערטע עסק וואס איר געפינט זיך שוין.

אויב וועט איר מאכן א טומעל דארט, און א אבאמא מיט זיינע מיניסטארן וועלן זיך אביסל אינטערעסירן איבער דעם טומעל, וועט ער נישט דארפן מער ווי הערן א פיפצען מינוטיגע שיעור פון א יעדע פרייען 'בר בי רב', אין איר האט געמאכט דעם פרעזידענט ירום הודו פארן נעקסטע יאיר לפיד ביי אונז אין לאנד! . און פאר אייך ? פאר אייך האט איר גארנישט אויפגעטוען! ווייל מה דאך מיר פארשטייען קוים וואס מיר האלטן, וועט אודאי א פארטעמפטע גוי נישט פארשטיין. איז ממילא וועט עס נאר זיין א שאדן פאר אונז, א בחינה פון 'זה לא נהנה וזה חסר'. אלזא טוט אונז א גענאדע און מישט אונז נישט אריין אין דעם סומעטאכע, ציר וועלן אייך העלפן וואס שייך, אבער נאר נישט דאס!

אלזא וואס יא ? כ'מיין ליצנות און אפ'חוזקן איז דאך נישט קיין קונץ, די קונץ איז אויפצוקומען מיט אן אלטערנעטיוו עפעס א עצה וואס וועט יא ארבעטען, דאס וועלן מיר איבערלאזן פארן קומענדיגן ארטיקעל אי"ה.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בענדזשאמין פרענקלין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך האלט אז מ'זאל סטראשען אז בענדזשאמין וועט זיך נעמען צו די ביינער פון די ישראל'ישע נייע רעגירונג.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

די עצה פון נישט צאלן דעם מורטגעדש איז אויך נישט גוט, ווייל דער באנק וועט טאקע יא צונעמען דעם הויז און פארקויפן פאר גאנץ א גוטן פרייז פאר אן אנדערן "שחור".
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

מורא'דיג! געטראכט אקוראט דאס זעלביגע! אבאמא וועט לאכן פון די טשאלענט עסערס וואס זיי זענען נאר דא אויף געלט, איינמאל עס קומט צו טוהן וואס יעדער בירגער דארף צו טוהן נעמען זיי זיך טאנצען ווי ווילדע ראט! למען האמת דאכט זיך אבער אז זיי פלאנען עס למעשה נישט צו מאכן ווען אבאמא איז דארט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

און אפילו זיי וועלן אויף בויען ספיציעלע תפיסות צו קענען קאמעדירן אזא ריזיגע מאסע, העמער גיין זיצן אין די מאסן, סוף כל סוף איז רבי עקיבא מיט רבי חנינא בן תרדיון אויך געזיצן און געפייניגט געווארען פאר לערנען תורה מיט אידישע קינדער. און חוץ מזה וואס א חילוק ווי מען לערנט בבא בתרא און מען טרינקט קאווע, צו אין בני ברק אין א ישיבה אדער אין א צעל אין מגרש הרוסים, ס'איז אלס דאס אייגענע, העכסטענס וועט מען זיך פארשפארן די ארבעט פון משגיחים.

אבער נאכן איבערגיין די פלענער איז מען געקומען לדעה אחת אז ס'נישט קיין לעזונג, ווייל ווי אן עקספארט אין פינאנצען האט איבערגעגעבן פארן די געטרייע עסקנים איז אונזער פראבלעם נישט דאס גיין אין תפיסות; אונזער פראבלעם איז אז מיר קענען נישט עקזעסטירן אן דעם פינענציאלע הילף פון א מדינה, מיר קענען נישט לעבן אן ביטוח לאומי, קצבאות הילדים, און אלע אנדערע סאציאלע הילף אדער סערוויס וואס א בירגער דארף האבן אין א ציוויליזירטע מדינה.

דאס פארשטיי איך נישט. אויב מען איז אין תפיסה ווערט מען דאך אודאי אויסגעהאלטן על שולחנם של שומרי הסף?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

דאס איז א טייל וואס דער פינאנץ עקספארט האט זיי מסביר געווען, אז איינע פון די סיבות פארוואס מען וועט זיי נישט נעמען אין תפיסות איז ווייל ס'איז אסאך א גרעסערע שטראף אז מען לאזט זיי אויף דער פריי אן קיין פינאנציאלע הילף, ווי אין בית הסוהר ווי זיי באקומען כאטשיג מטה שלחן ומנורה, (הגם נישט קייין אשה מקושטת כו').
חמין במוצאי שבת מלוגמא
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

בענדזשעמין סופער! אזאנס נאכנישט געליינט, מורא'דיג קלאר און גרונטליך אראפגעלייגט דעם ענין.

סתם פאר די רעקארד: דער עקספערט וואס האט דאס אויפגעקלערט פאר די מדינה איז נפתלי בנט. ער האט מסביר געווען פאר לפיד (אגב הייסט די פארטיי יש עתיד נישט עם אחד) אז די חרדים קענען קוים ווארטן זאלסט קומען מיט טראקס פאליציי אויפפיקן די בחורים, ווייל אזוי ארום קענען זיי מאכן א וועלטס סקאנדאל דערפון. טו אנדערש, לאז זיי אין די ישיבות נעם נאר אוועק די געלטער פון די ישיבות וואס וועלן נישט מגייס זיין די בחורים.

אין אמת'ן גערעדט טענה'ן דאך די צה"ל עקספערטן אז די מדינה וועט האבן סאך א גרעסערן פראבלעם ווען די חרדים וועלן זיין אין מיליטער ווי ווען זיי זענען נישט. חוץ מזה וואס עס וועט באמת זיין יו"ט אינדערוואכן, מ'וועט דארפן אויפשטעלן עקסטערע באזעס פאר די חרדים ווי דאס מיליטער וועט געפירט ווערן מיט א "חסידישע ווערטשאפט" אין פולן זין פון ווארט, ס'וועט אפקאסטן חמרים מיט געלט אויפצוהאלטן די חרדים אין מיליטער (יא יא, לויט טייל עקספערטן אפשר מער געלט אפילו פון וואס מ'געט פאר די ישיבות!). איבעראלעם האלטן די עקספערטן אז מ'וועט פון די חרדים קיינמאל נישט קענען האבן דעם אמת'ן באנוץ וואס מ'דארף צו האבן אין מיליטער. זיי זענען פשוט נישט געמאכט דערפאר. עס איז א פאקט אז א חרדישער בחור ווערט אויפגעצויגן מיט אנדערע בעפארצוגן און שאיפות ווי דער תל אביב'ער חילוני, און וועט קיינמאל נישט האבן דעם געפיל צו דינען אין מיליטער.

בענדעזשעמין זיי ווייטער ממשיך מיט דעם מעכטיגן ארטיקל. מיר קענען קוים ווארטן צו הערן דעם אלטארנעטיוו.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:די עצה פון נישט צאלן דעם מורטגעדש איז אויך נישט גוט, ווייל דער באנק וועט טאקע יא צונעמען דעם הויז און פארקויפן פאר גאנץ א גוטן פרייז פאר אן אנדערן "שחור".

פון איין חודש נישט באצעלן נעמט נישט צו קיין הויז איוך נישט פון 3 און נישט פון פיר, אבער א געזונטן קראך קען עס זיכער מאכען, ס'איז כמעט נישט דא קיין פםרומע אהן קיין מארגעדז..
ר' בינמין א הערליכע ארטיקל, געוואלדיג..
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אמר הקב"ה: הכל בחזקת סומין עד שבנימין מאיר את העינים.
הערליך שיין ר' בנימין.

כ'קלער אזוי צו מיר, מוסיף צו זיין אז דער מארטש וועט שטארק שאטן פאר דאס ביסעל האפענונג פון הרב סאלאוויציק.
ווען אובאמה יר"ה וועט א פרעג טוהן זיין ידיד-נפש בנימין (=נתניהו): וואס זענען די קולות אינדערויסען פון א מיליאן חרדים? וועט קומען דעם ענטפער: אויף אלע מיינע שונאים אזעלכע בירגער...
וועט דען אובמה פותח זיין שערי השטאטען פאר זיי?
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בענדזשאמין מען זעהט אז די ביסט א סעלף העיטינג חרדי. ווייזט אויס אז די אלע בענדזשאמין פרענקלין'ס וואס די ישראל'ישע קבצנו'ס האבן ארויסגעשלעפט פון די אמעריקאנער מעלקענדע קיען.
וואס הייסט די חרדים וועלן זיך נישט אנייצע געבן? מיר האבן ב"ה אסאך אפציעס וויאזוי צו באקעמפן די רשעים וואס ווילן מאכן אלטע בטלנים גיין ארבעטן.
קודם כל לגבי די אפציע פון עוקר זיין פון די מדינה של גיהנום האב איך שוין געשריבן בעבר אין שטיבל:

אט דא האב איך געשריבן

קופערניקוס האט געשריבן:אין לישקעס בדאץ האיידע האכאריידיס (אין העברעאישער אויסלייג לשכת בדץ העדה החרדית) איז מען זייער נבוך. שוין זינט מען האט אנגעהויבן רעדן איבער גיוס בני הישיבות האבן די חכמי האיידע מחליט געווען אז מען מוז מופן. די החלטה איז געווען אז אין די מינוט מען נעמט אפאר ראציגע אומבא'חן'טע באמעס וואס זיצן אויף די ברזלים און שרייען נאך יעדע נקבה וואס וואקט דורך, אין מיליטער אריין, ברענגט מען גרויסע פליגערס, און הופס, מען מופט מיט די ביסל בשמים ביקסלעך, אונטער-וועש, קול קורא'ס, קמיעות, טשעינדזש פון די לעצטע פאר קינדער חתונה-מאכן-קאמפיינס, שמירת עיניים ברילן, און שמות בעגס, און יהופס, מען פארט אוועק. מיט די רשעים וואס נעמען אוועק אונזערע קינדער קענען מיר נישט לעבן!
אבער וואוהין?
קאנאדא? פוי, מען מוז לערנען דארטן זעקס שעה א טאג לימודי חול! ראב שוע לעיב האט געמאכט א כעירעם, און יראשלאייעמער אידן האלטן דאס שוין מיט מסירות נפש אזויפיל יארן!
אייראפע? איז אזוי, אנטווערפן איז נישט בלויז א ציוניסטישע שטאט, נאר מען לערנט דארטן לימודי חול אין גרויסן!
פאריז? אוי, די פאריזער מאדעס? ניטא גענוג שפייאכץ אין מויל צו שפייען אויף די אלע מוידן!
לאנדאן? אלימפיקס? לימודי חול? און מען דארף דאך פארן ערגעץ שנארן, דארף מען דאך פארן קיין לאנדאן.
נו, אוודאי, געוויס, וויליאמסבורג. אה, מען שרייבט שאבעס, מען ספרעיט אויף די ווענט יהודי לא ציוני, און אין די בית כסא שטייט אנגעפירקלט שטיינמאן פוי און נישט ליינען קיין מאגאזינען עס פארברענט די נשמה.
אבער ג-גי-וו-וואל-דד!
מעטציצע בעפע?
עס אף נאו רעדט מען ערנסט איבער טעהראן.


עד כאן מה שכתבתי שם,
אבער אפילו אז מען איז מחליט יא צו בלייבן האבן מיר זייער אסאך אפציעס וואס ליגן אויפן טיש ביי די גדולי חכמי עסקני היהדות החרדית:
מען וועט מאכן א בית כסא באיאקאט, מען וועט אויפהערן פלאשן.
מען וועט אויפהערן ריסייקלען די ריסייקעבל זאכן און זאל די פלאנעט ארויפגיין אין עפאלוציע.
מען וועט שרייען גיוואלד גאנצעטע נעכט.
מען וועט בלייבן אין מירון מוצאי ל"ג בעומר עד יעבור זעם.
מען וועט שרייבן ריזיגע פאשקעווילן שלא שזפתם עין מעולם און אריינלייגן דארטן אלע קללות וכל מדוי מצרים הרעים.
מען וועט מאכן א פולסא דנורא.
הרב עדס וועט שרייבן א ביכל קעגן ציוניזם און אלע ראשי ממשלה וחבריה וועלן זיך אפפוצן פון אמט, און מען וועט שיקן דאס חיבור צו יעדן ציוני, אז עס האט געהאלפן ביים פויבסט וועט דאס דא אויך העלפן, זיי זענען נישט פויבסטליכער פונעם פויבסט.
real jew
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 23, 2012 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך real jew »

ווייסט עמעצער אויב די ירושלימע קנאים נעמען ביטוח לאומי? אויב נישט ווי אזוי באַצאָלן זיי דאָקטער ביללס
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

למען העקספערימענט. אפשר זאלן אפאר "קנאים" אננעמען איראנישע בירגערשאפט און זיך אהינצוען. זיי וועלן קענען לעבן אונטער דעם טאלירנדע איסלאמישע ממשלה. ממי שאמרו איך ווארט שוין אויף דיין ערשטן ארטיקל...
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 625
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך smart »

מיין מיינונג האט געשריבן:בענדזשעמין סופער! אזאנס נאכנישט געליינט, מורא'דיג קלאר און גרונטליך אראפגעלייגט דעם ענין.

סתם פאר די רעקארד: דער עקספערט וואס האט דאס אויפגעקלערט פאר די מדינה איז נפתלי בנט. ער האט מסביר געווען פאר לפיד (אגב הייסט די פארטיי יש עתיד נישט עם אחד) אז די חרדים קענען קוים ווארטן זאלסט קומען מיט טראקס פאליציי אויפפיקן די בחורים, ווייל אזוי ארום קענען זיי מאכן א וועלטס סקאנדאל דערפון. טו אנדערש, לאז זיי אין די ישיבות נעם נאר אוועק די געלטער פון די ישיבות וואס וועלן נישט מגייס זיין די בחורים.

אין אמת'ן גערעדט טענה'ן דאך די צה"ל עקספערטן אז די מדינה וועט האבן סאך א גרעסערן פראבלעם ווען די חרדים וועלן זיין אין מיליטער ווי ווען זיי זענען נישט. חוץ מזה וואס עס וועט באמת זיין יו"ט אינדערוואכן, מ'וועט דארפן אויפשטעלן עקסטערע באזעס פאר די חרדים ווי דאס מיליטער וועט געפירט ווערן מיט א "חסידישע ווערטשאפט" אין פולן זין פון ווארט, ס'וועט אפקאסטן חמרים מיט געלט אויפצוהאלטן די חרדים אין מיליטער (יא יא, לויט טייל עקספערטן אפשר מער געלט אפילו פון וואס מ'געט פאר די ישיבות!). איבעראלעם האלטן די עקספערטן אז מ'וועט פון די חרדים קיינמאל נישט קענען האבן דעם אמת'ן באנוץ וואס מ'דארף צו האבן אין מיליטער. זיי זענען פשוט נישט געמאכט דערפאר. עס איז א פאקט אז א חרדישער בחור ווערט אויפגעצויגן מיט אנדערע בעפארצוגן און שאיפות ווי דער תל אביב'ער חילוני, און וועט קיינמאל נישט האבן דעם געפיל צו דינען אין מיליטער.

בענדעזשעמין זיי ווייטער ממשיך מיט דעם מעכטיגן ארטיקל. מיר קענען קוים ווארטן צו הערן דעם אלטארנעטיוו.


מיין מיינונג, זייער גוט ארויסגעברענגט די נקודה פארוואס די חרדים קענען נאר שאדען מאכען מיטן גיין אין מיליטער

די שאלה איז טאקע פארוואס הערן זיי נישט די טענה, וואס ענטפערן זיי אויף די נקודה??
א גוטן טאג אייך!
באניצער אוואטאר
געוואלד געשריגן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:03 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך געוואלד געשריגן »

נעמען אלעס פאר גרענטעד
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

--
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

טייערע חבירים איך וויל פארשטיין על מה יצא הקצף ???

די ארץ ישראל'דיגע אידן פלאגן זיך מיט פרנסה עס איז נישטא קיין דזשאבס דארטן
די בעלזא וואס לערנען יא שפראך און לימודי חול זענען די זעלבע אויף צרות, וואס דארף מען אזוי אראפ רייסן די אלע אידן, שולדיג איז מנחם בעגין וואס האט געפענט די קראנען, און אנגעהויבן צו געבן געלט, מען האט זיך שיין צוגעוואוינט דערצו, און יעצט איז זיך שווער צו שיידן.
אבער מאכן ליצנות פונעם חרם פון מהרי"ל מדיסיקין
מאכן ליצנות פון לימוד התורה
מאכן ליצנות פון די יושבי אוהל און זיי רופן מיט די אלע חרוזים, וואס שטאמט פון מיטל אלטער העצע קעגן דעם "איד"
לא זו הדרך !!!
חכמים הזהרו בדבריכם
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

איך ווייס נישט וועם דו מיינסט דא, אבער קיינער רייסט נישט אראפ דא אונזערע אידישע ברידער, קיינער רייסט נישט אראפ דא קיין לומדי תורה, די פאלק איז גוט, כלל ישראל איז וואויל, נאר די פראבלעם איז אז א פאר צודרייטע עסקנים און טאליבאנע פאנאטיקער האבן געפאנגען כלל ישראל ביים קארג דורכן פארכאפן אפאר עקסטרעמע גדולים, און אלע אנדערע מנהיגים און דעה זאגער טאנצן נאך און זאגן אמן.
איז במקום שאין אנשים השתדל להיות איש, אביסל מגלה זיין פאר אונזערע ברידער ווי טיף מיר זענען אינדערערד, לערנען מיט זיי א שיעור אין הלכות דרך ארץ, מ'זאל כאטשיג פארשטיין אז אונזער גרעסטער פראבלעם איז אז מיר גייען נישט אין מיליטער.
א פראבלעם קען נישט געלייזט ווערן אז מען פארשטייט נישט אז מען איז אין א פראבלעם, פון זיך פארמאכן די אויגן ווי א בת היענה וועט קיין גוטס נישט ארויסקומען.
און נאכאמאל ח"ו קיינער מיינט נישט דא קיין העצע און קיינער האט דא נישט קיין האס (כ'האף אזוי), מליפטערט סך הכל אויס זאכן וואס וואלט שוין פונלאנג געדארפט אויסגעליפטערט ווערן אין יעדע חרדישע צייטונג, נאר השאור שבעיסה מעכב.
די קומענדיגע ארטיקל וועט אי"ה ארויפגעלייגט ווערן דעם קומענדיגן זונטאג.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

נישט די טייערער בנימין, די האסט ארויסגעברענגט א נקודה , די העצערישע לשונות זענען געווען בין בתרי האימורים פון די אנדערע כותבים
אבער אדרבה לכו נא ונווכחה.

וואס דארף ווען זיין דער מהלך אין אר"י בכלל ? און יעצט ביי גיוס בני הישיבות בפרט ?

וואס הייסט דער פראבלעם איז דער נישט גיין אין מיליטער {הדגוש במקור}

איז גיין אין מיליטער בעצם א גוטע זאך אויך אין חו"ל?

אויב אזוי וואס איז מיט אונזער נישט גיין, ניטאמאל צו דזשורי ?
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

אויס מענטש, כ'האב אפגעאטעמט אז דו מיינסט נישט מיך.

דו פרעגסט וואס דארף זיין די מהלך אין אר"י ?
ענטפער: זיכער נישט די ביז איצטיגע מהלך פון שרייען גיוואלד ! ממשלת שמד ! וכו', און גיין קאפ אין וואנט.

פארוואס?
לייען איבער דעם ארטיקל, און אזוי אויך די קומענדיגע ארטיקל(ן) וואס וועט ערשיינען בעז"ה און די קומענדיגע צייט.

וואס יא ?
כ'האף דאס אויך צו אדרעסירן (נישט אז איך טראכט אפי' אויף א מינוט, אז מיין שרייבן דא וועט עפעס משנה זיין, נאר ס'איז א בחינה פון האמת צריכה להיאמר, און וועגן נאך א פאר סיבות אשר אין כאן המקום להאריך).

איז גיין אין מילטער א גוטע זאך און חו"ל אויך ?
ס'ממילא נישט אקטועל, קיינער רופט אונז (נאך) נישט און קיינער דארף אונז נישט דארט (דערווייל), איז ממילא וואס סתם דרעשן און א אי רעלעווענט נושא.

איז דאס א פראבלעם אז מיר גייען נישט צו קיין דזשורי דא אין חו"ל ?
אוודאי, אבער ס'איז אבער דאס לעצטע פון א רייע גרעסערע פראבלעמען וואס מיר האבן.

כלל גדול נקוט בידך, ווען מען רעדט (עכ"פ איך) פון ארץ ישראלדיגע אידן מיינט מען און א געוויסע זין אויך אונז אין חו"ל, מיר ציען א געוויסע פאראלאל צו זייער לעבנס שטייגער, הגם מיר זענען און פילע הינזיכטן טאקע פיל פיל בעסער פון זיי אבער דאך ברויך מיר א תיקון גדול, ס'איז אבער אייביג געשמאקער צו רעדן פון א צווייטן.

און נאך א זאך, דאס איז אמאל זיכער ווען אונזערע ברודער און אר"י וואלטן ווען געטוען וואס מען דארף צו טוען, וואלט נאכדעם געווען אסאך גרינגער פאר אונז דא און חו"ל זיך צו ספראווען דא מיט אונזערע פראבלעמען דורך גיין און זייערע פיסטריט.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

ענטפער: זיכער נישט די ביז איצטיגע מהלך פון שרייען גיוואלד ! ממשלת שמד ! וכו', און גיין קאפ אין וואנט.

וויפיל פראצענט פון די חרידים שרייען גיוואלד 1% אפשר?!
דאס וואס די אפאזיציע זיצער שרייען ממשלת השמד איז ריין פאליטיק, ווייל אין די רגע וואס זיי זעהן א פתח פתוח זענען זיי שוין כלפנים, און עס ווערט א ממשלת היהודים.
קומט אויס די גאנצע טענות איז אויף די סתם המון עם, וואס זיכט אדורך צושטופן דעם טאג, מיט זייערע קוים געהאלטן און דארפן אנקומען לידי אחב"י בגולה, איז וואס וויל מען פון זיי?

איז גיין אין מילטער א גוטע זאך און חו"ל אויך ?
ס'ממילא נישט אקטועל, קיינער רופט אונז (נאך) נישט און קיינער דארף אונז נישט דארט (דערווייל), איז ממילא וואס סתם דרעשן און א אי רעלעווענט נושא.

וואס איז א חילוק אויב מען רופט אונז יא אדער נישט, לענין דאס צו מיליטער גיין איז גוט, אויב איז דאס א גוטע מיטל ווי אוזי אויס צומענטשלען די באמעס קען \דארף מען דאס מאכן אין אמעריקא אויך,
אלא מאי נאר אלץ די נקודה אז מען מוז נעמען א טייל אין די עול המדינה, דאס הייסט "שווין בנטל", איז זיכער נישטא קיין שום טענה אויף די קנאים וואס זאגן מוחל דיר די מדינה די צווינגסט מיר ארויף א מדינה און טענה'סט נאך שווין בנטל, איי עם סארי, לאמיר ארויס פון דעם גאנצן דיעל.
און אויף די נישט קנאים איז טאקע דא א שטיקל טענה, אבער אויך נישט געפערליך ווען מען האט אוועקגעשטעלט די מדינה איז געווען די שאלה פאר די יו. ען. אז עס איז דא א מגזר החרדי וואס דארף נישט די מדינה נאר לאור הדת, און וועגן זיי האט מען געמוזט איינפירן די חוק בני ישיבות, עס האט גארנישט געהאט מיט דעם פיינעם בן גוריון ער האט עס געמוזט טון פאר די וועלט, און יעצט נישט ביושר מהפך צו זיין הקערה על פיה און טענה'ן עטץ מוזט קומען אין מיליטער,
פונקט ווי דער אראבער ער איז באפרייט פון גיוס, ער באקומט ביטוח לאומי, ער קען וואוטן אלעס ווייל ווען די מדינה איז אוועקגעשטעלט געווארן, האט מען דאך געמוזט קומען מיט א פלאן וואס גייט מען טון מיט די אלע פראקציעס פון תושבי ארץ ישראל.
וואס איז יא דא צו טענה'ן אז עטץ דארפטס נישט ווערן אויס געהאלטן פון די מדינה,
און עטץ האטס נישט וואס אריינצורעדן אין די תהלוכי המדינה ובפרט הנוגע לעניני הצבא, ומלחמה, ווייל דאס איז אונזערע קינדערס לעבן, עטץ זאלטס מגין זיין מיט ענקער תורה, און די זכות התורה זאל פונקט אזוי ארבעטן אז מען זאל נישט צוריק געבן, קיין שטחים.

און נאך א זאך, דאס איז אמאל זיכער ווען אונזערע ברודער און אר"י וואלטן ווען געטוען וואס מען דארף צו טוען, וואלט נאכדעם געווען אסאך גרינגער פאר אונז דא און חו"ל זיך צו ספראווען דא מיט אונזערע פראבלעמען דורך גיין און זייערע פיסטריט.

וואס מיינסטו מיט דעם ?

אפשר זאלן מיר טוען וואס מיר דארפן ? און זיי זאלן גיין אין אונזערע פיסטריט.

אבער לאמיר רעדן פון אן אנדער ווינקל, די גאנצע מדינה שטייט מער ווייניגער מיום היווסדה אויף שנאר, די רעגירונג קען זיך נאר האלטן א דאנק די אלע ריזיגע געלטער וואס קומען אריין פון: אנגעהויבן ביים פעטער, און געענדיגט פון טוריזם און עשירים איבער די ווועלט, וואס גיבן ריזיגע נדבות פארן הייליג לאנד, אזוי האט מען אנגעהויבן קויפן לאנד אין אר"י פארן קריג, פון די "קרן קיימת", און ביזן היינטיגן טאג שטראמט אריין אסאך נדבות פאר די הייליגע מדינה, און אזוי אויך ירושות וואס וועןר פארשריבן לטובת המדינה. אלעס פאר די האלי דזשואיש לענד, דער ארץ האבות און דער ארץ התנ"ך.
יעצט א חלק פון די הייליגקייט, און די געוואלדיגע רושם וואס לאזט איבער אויף די טוריסטן, איז נישט די קלאבס אין תל אביב און נישט די בארטנס אין אילת, נאר די די גאסן אין ירושלים בני ברק, דער שפרודלדיגער אידישער לעבן, אין בית שמש, אשדוד, באר שבע, פון דעם פרומען ציבור וואס פירט דעם ערליכן לעבנס שטייגער, וואס טוט אזוי באנעמען די טוריזם און שטעלט אהער די אלע רושמדיגע בילדער, עס איז נישט סתם געזאגט אז דער פרומער ציבור גיט צו מיט זייער כולל לערנען, {איך רעדט יעצט נישט פון רוחניות}, איז די מדינה אוועקגעשטעלט און האט הנאה פון די דתיים, חרידים, זאלן זיי זיך רעכענען מיט זיי אויך.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
פארשפארט