פסח קווענקעלנישען
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
פסח קווענקעלנישען
צוליב קדושת המועד בין איך מקצר.
מ'שטיימער סך הכל נאר עטליכע טעג זינט דער ליל התקדש חג. הלל וועפט שוין. אבער פסח הויערט שוין פאר עטליכע וואכן. פסח, דער יום טוב וואס OCD ליידענדע זענען גאר די חשובע און אויפגעקוקטע. ווען חששות אז ברעקלעך באקומען פיסלעך און קריכען אריין באופן פלא אין פארמאכטע קלאזעסט ווען נישט די דרייפאכיג-דיק פאפיר געמאכט פון זילבער האלט זיי צוריק, איז דער נארם. און די גלאכגילטיקייט פון דער מסדר המשנה, רבינו הקדוש דער ערשטער, וואס ביז אור לארבעה עשר מאכט ער זיך נישט וויסענדיג פון דעם שאפינג און דיסקאונט סעזאן, ווערט שווערער פון יאר צו יאר. א פלא פון א זאך, אנשטאט יציאת מצרים, וואס ספרים דרש'נען ס'איז א צייט ארויסצוגיין פון די גרעניצען, זיך אויסשפרייטען די פוס און ארויסשלעפן די הענט פון די קייטלן, איז דאס געווארן א יו"ט וואס מ'איז אפציעל מוסיף סייגים און גדרים, אקוראט ווי אין עגיפטן וואו לא יהין איש את רגלו אן רשות פון דעם דריי טפחים'דיגע פרעה.
חול המועד. וואס ביסטו? חול? דאן זאלן די קינדער גיין אין חדר, טאטעס אויף די טראקס און מאמעס אין די אפיסעס. מועד? דאן פארוואס נישט אהיימקומען פון בית המדרש איינסע צווייע, אפשר אפילו דרייע – זי דארף דאך נישט ווארטן אויף מיין קידוש צו קענען עסן פאלטשע פיש? די אויסגעדראשענע שיעורים אין בית המדרש, דורך מגידים וואס די גבאים "מוזן" פשוט מכבד זיין מידי שנה בשנה (ווייל ער קומט צום טיש, און האלט זיך "נאנט") שטיפן מיך ארויס פון שול, אריין אין פאליש אריין, אריין אין די ענני והבל רוח פון די רויכערער. – דערנאך איז דא אנדערע שיעורים, יעדעס יאר די זעלבע מעשה, וויפיל איז א כזית? רבש"ע. ווייל 200 יאר צוריק זענען זיי קלענער געווארן מיינט דאס אז זיי ווערען קלענער פון יאר צו יאר? ס'איז שוין צייט צוצולייגען א 5'טע: מה נשתנה כרפס ממצה? דער פחות מכזית איז כקאצקע צוקער, און ביי מוציא מצה זענען זיי רמונים.
און אז דער חאלעמויד ס'איז שוין יא אזא לא-יום-ולא-לילה און מ'ערלויבט זיך צו באזוכן די מקומות אינדערויסען פון עירוב, פאל איך אריין אין א קלעם. אלץ קינד פלעג איך זיך וואונדערן און טראכטן צו זיך, פארוואס מאכן די שלעכטע גוים אזעלכע גרויסע מיוזיאַמס פאר די פרייע טעג, וואס קוים אויף א האנט קען מען זיין ציילען. גיי זיי מסביר אז משה רבינו'ס עצה פון "איין טאג מנוחה" האבן די ערלים אויסגעכאפט און פארלענגערט פאר צוויי. אזוי אז וואך איין וואך אויס גייען זיי ארויס, צו עסען און צו שפאצירן, צו שמועסן און צו הערן, צו געבן א גוד-טיים פאר זייערע קינדער.
ווען רעדט נאך פון די איבערגעפילטע כרס אגעשטאפט מיט אמונה, ס'וואלט געפאסט מ'זאל צולייגן אויף פסח א לענגערע אשר-יצר, ואכמ"ל.
און ווען ס'קומט ליל אחרון של פסח, די גאנצע אמונה ווערט מיר שוואך. איז "געבראקס" חמץ אדער נישט. איז א "דרבנן" שוואכער, ס'איז פלעקסעביל אדער נישט? פארוואס מישט מען זיך נישט? יענעמ'ס שוקלאד איז חמץ? דאן וויאזוי מעג מען דאס עסן אין פסח? יו"ט שני של גליות איז א דזשאוק? קען מיך דאס איינער מסביר זיין?
דער תירוץ אז בכוח קדושת חז"ל ווערט מען נישט נכשל אין זייער'ס א טאג (משא"כ ימים הראשונים שאינו מכוח "כבוד קדושת" אלא מהקב"ה בעצמו) איז כילעריאַס. ווייל לפי זה וואלט דאך קיין נברא נישט געקענט נכשל ווערן מיט נשג"ז?
איך פרעג נישט, איך זאג נאר.

Under influence
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
לערן אביסל, קוק אביסל אין די ספרים וואס מיר פארמאגן, אלע דיינע קושיות וועלן פארענטפערט ווערן כמין חומר. חוץ די קשיא פון אשר יצר וואס אויף דעם קען מען זאגן מקום הניחו לך להתגדר...
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ענטפער צו קאווע טרינקער
נאך א מזל. ווען דו ביסט מאריך וואלט עס מסתמא פארנומען צוויי בלעטער. מפני קדושת המועד.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ענטפער נאמבער 2 צו קאווע טרונקער
מיט די ערשטע העלפט פון דיין תגובה בין איך מסכים. אבער נישט מיט די צווייטע העלפט (א מין יחץ).ביי מיר איז ב"ה דער יו"ט שני של גלויות שטארק. ביי וועם ס'פילט זיך ווי אינדערוואכן קען זיך אריינזעצן אין קאר און כאפן א שפאציר. אדער קען ער אנצונדן דעם קאמפיוטער און גיין אנליין. העכסטנס וועט ער טרעפן נאך אזאלכע צדיקים ווי ער. לגבי בראקן אום אחרון של פסח. ס'איז פונקט אזא מצוה ווי נישט בראקן גאנץ יו"ט. ס'ווייזט אז מיר נעמען אן די דברי חכמים אפילו אונז פארשטייען נישט אלע טעמים. און וואס מ'מישט זיך נישט. דאס איז אן אלטע אייראפעישע מנהג וואס זיין טעם האט שוין אויסגעוועפט. ווייל סוכ"ס וואס איז דען א חילוק צו מ'מישט זיך מיט קדם אדער פאשקעס אדער מ'מישט זיך מיט ר' שלמה ווירצבאכער און ר' יאנקל שוסטער.
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:דערנאך איז דא אנדערע שיעורים, יעדעס יאר די זעלבע מעשה, וויפיל איז א כזית? רבש"ע. ווייל 200 יאר צוריק זענען זיי קלענער געווארן מיינט דאס אז זיי ווערען קלענער פון יאר צו יאר? ס'איז שוין צייט צוצולייגען א 5'טע: מה נשתנה כרפס ממצה? דער פחות מכזית איז כקאצקע צוקער, און ביי מוציא מצה זענען זיי רמונים.
דער תירוץ איז לכאורה פשוט, כרפס איז דאך כידוע מרומז אויף די קליינטשיג שטיקל אפפאל, גרינצייג, חזר'יי, דער יאנג איזריעל איד, דער נישט הדר קבלוה'דיגער סיטי פילד, דא איז דאך אפילו א קליינטשיג ברעקל גרעסער ווי א איילבירט.
משא"כ דער מצה וואס איז דאך נאר יונק מסוטרא דקדושיה, (ווי מען זעט אז דער שטן פארלייגט זיך דערויף יאר יערליך מיט זיין יומא אריזאנא סקאנדאלן און קאפ פאדרייענישן), דא איז אפילו א מילגרוים נישט גענוג גרויס!
וממנו תדרישו לכל השיעורים דהלכתא נינהו; א געשטריקטע קאפל קליין ווי א גערשטעל איז צו גרויס, א זעקס שניטענדער שווארצער צודעק איז קיינמאל צו גרויס. א שורה אין "דער שטערן" איז ווי א ביכל פון מינות, א באנד "מושיען של ישראל" איז נאר כטיפה מן הים. אלו דברים שאין להם שיעור וסוף וכו' וכו'.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך האב אסאך קווענקלענישן. לאמיר אויסשמועסן איינס פון זיי, כאטש איך האב עס שוין אמאל ערגעץ-וואו דערמאנט.
מיינע מיידלעך לערנען שוין אין סקול פון יציאת מצרים. מען לאזט נישט איבער א מדרש אומ-אויפגעאקערט. זיי ווייסן און קענען שוין אלע שיטות, אלע אינטרעסאנטע מעשיות, זיי גייען דאס אדורך, מען חזר'ט דאס, מען טיילט א טעסט, און מען פארציילט נאך ענינים, חסידי'שע און פאלקס-ווערטלעך, מעשיות און שיינע אנעקדאטן, אזש עס ווערט ביי זיי א כרכא דכולא ביה, די גאנצע סיפור יציאת מצרים איז ביי זיי כמונח בקופסא.
און איך? איך ארבעט שווער אינעם סעזאן פון ערב יו"ט. דער עולם דארף נייע קלאזעטס, פרישע מיקסערס פארן קאך, נייע הוטן, נייע רעקלעך און שיך, און איך בין ביזי ארויסהעלפן דעם חשוב'ן ציבור מבוקר ועד הערב, מיט געטרייע קאסטומער סערוויס אז יעדער זאל ארויסגיין צופרידן, און ביינאכט קום איך אהיים און כ'טראסקע אריין אין בעט טויט מיד. איך קום אן צום סדר ווי א יון אין דע סוכה, און ווי א איטאליענער צום כורך. כ'האב עפעס א שיינע הגדה וואס שרייבט אפאר תורה'לעך, נר יהושע פארציילט די סיפור יציאת מצרים מיט אפאר שיינע ווערטלעך אין די זייט, אביסל גירסא דע'יאנקעסע העלפט אויך צו, געהערט פונעם מלמד און דעם טאטן, און... איך דארף גיין פארציילן פאר מיינע קינדער סיפור יציאת מצרים.... יעה, והגדת לבנך... וואסי נייעס??...
איך קווענקל מיר צי איך זאל נישט טוישן. מיינע קינדער וועלן גיין אויבן-אן און מיר פארציילן וואס זיי האבן געלערנט אין חדר/סקול, און איך וועל פרובירן אויסצוהערן (און שטילערהייט טרינקען די גרעיפ דזשוס און עסן נאך א שטיקל כרפס), די קינדערלעך זאלן מיר טיילן ניסעלעך, ס'וועט זיי נישט זיין שווער, ווייל זיי ברויכן נאר פארציילן עד שתחטפנו שינה, און דאס וועט ביי מיר מקויים ווערן אין א קורצע וויילע. אינאיינוועגס וועל איך פאר א טשעינדזש גנב'ענען אפיקומן פון זיי, זאלן זיי מיר עפעס קויפן, עפעס 24/7 מוז איך זיי קויפן כל טוב וטוב? איך דעזערוו נישט א שיינע מתנה פון זיי?
ווי געזאגט, דאס אלעס איז קווענקלענישן. הילף איז אקצעפטירט און אפרישיעטעד.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- גנדי
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1181
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
- האט שוין געלייקט: 2151 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל
אז די מראות הצובעות האבן געהאט דיסקא לייטס.
דתן ואבירם זענען געווען סיאמישע טווינס.
אז ביי מכות חושך האבן אפילו די גלאו-אין-די-דארק זאכן נישט גע׳ארבעט.
אז ששה בכרס אחד איז נאר געווען להלכה ולא למעשה מען זאל באקומען מער פוד-סטעמפס.
אז בתיה בת פרעה איז געווארען די בעסטע בעסקעט-באל שפילער.
אז משה רבינו האט באקומען פון פרעה א PBA קארטל.
אז מרים האט קיינמאל נישט געטראגן משה צו יוכבד נאר געגעבן פאר משה רבינו סימילעק.
אז עמרם איז געווען א סקווערער און געלייגט משה און א לעדל.
אז יוכבד האט אנגעטוהן מעטערניטי קליידער גלייך ווען זי האט געשוואנגערט.
אז פרעה האט מורא געהאט פון יידישע VOTER FRAUD.
אז די יידן האבן צוגעבינדען די שעפעלע צו די בעט מיט די Handcuffs וואס זיי האבן געהאט ביים בעט.
אז שלא שינו את שמם איז די ביגעסט דזשאוק ווייל משה האט גענוצט זיין גואישע נאמען.
אז שלא שינו את מלבושם איז נישט שייך ווייל זיי האבן געבארגט קליידער פון די מצריים.
אז אהרן האט פארגינט זיין יונגערע ברודער צו זיין רבי.

You must be the change you want to see in the world
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- גנדי
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1181
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
- האט שוין געלייקט: 2151 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל
זאג זיי אויך אז די קעבעדזש-פעדזש דאללס שטאמען פון די בעביס וואס מען האט איבערגעלאזט אין פעלד אין מצרים. וועגן דעם זענען זיי אויך זייער פעשלעך ווייל זיי האבן נישט אויפגעהערט צו זייגן מילעך און האניג. זיי האבן נישט געדארפט ווארטן אז די מאמעס דדים זאלן זיך צוריק אנפילען.
לויט דעם פארשטייט מען פארוואס מען עסט ראמען לעטאס פאר מרור. אמער עס איז דאך בכלל נישט ביטער?
צו מרמז זיין אויף די קעבעדזש-פעדש דאללס צו דערמאנען די צער פון איבערלאזען קינדער אין פעלד.
לויט דעם פארשטייט מען פארוואס מען עסט ראמען לעטאס פאר מרור. אמער עס איז דאך בכלל נישט ביטער?
צו מרמז זיין אויף די קעבעדזש-פעדש דאללס צו דערמאנען די צער פון איבערלאזען קינדער אין פעלד.
You must be the change you want to see in the world
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:יעצט דארף איך אימיצער זאל מיר פארבארגן א בלעכענעם פנים, און איך בין אלל סעט!..
איינמאל דו שאפסט א בלעכענעם פנים, קענסטו שוין דערציילן פשוט די מעשה פון יציאת מצרים 'עז איס', מיט א בלעכענעם פנים כאילו עס איז יעצט די ערשטע מאל וואס מען הערט עס.
קינדער האבן זייער ליב צו הערן א מעשה וואס זיי האבן שוין געהערט און זיי קענען עס שוין, בדוק ומנוסה. ובפרט ווען מען לייגט עס אראפ אביסל מער אינטערעסאנט. און אמאל לאזט מען בדוקא אויס א חלק אז זיי זאלן אריינשרייען און פארעכטן, וואס דאס געבט צו צום חשק.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 164
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 22, 2012 10:39 am
- האט שוין געלייקט: 39 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
Off Topic..
איך זיך א פלאץ ווי מ'קען קויפן גאקאכטע עסן לכבוד פסח מהדרין מין המהדרין פאר א משפחה וואס ס'איז נישטא היי יאר ווער ס'זאל קאכן איז דא אזא מציאות?
--
טי מיר א טובה, געב א לייק
-
אויב איר קויפט אויף עמעזאן דאן ביטע בוקמארק די לינק אין מאכט זיכער נאר צי קויפן אויף עמעזאן דירעך די לינק
http://bit.ly/kavehShtib
טי מיר א טובה, געב א לייק
-
אויב איר קויפט אויף עמעזאן דאן ביטע בוקמארק די לינק אין מאכט זיכער נאר צי קויפן אויף עמעזאן דירעך די לינק
http://bit.ly/kavehShtib
- גנדי
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1181
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
- האט שוין געלייקט: 2151 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל
shlomyg האט געשריבן:איך זיך א פלאץ ווי מ'קען קויפן גאקאכטע עסן לכבוד פסח מהדרין מין המהדרין פאר א משפחה וואס ס'איז נישטא היי יאר ווער ס'זאל קאכן איז דא אזא מציאות?
דוכט זיך מיעל מארט אין בארא פארק אויף 13 איז אפן לכבוד פסח און פארקויפט כשר לפסח.
איך בין נישט זיכער. פרעג זיי.
You must be the change you want to see in the world
- עפל סיידער
- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
- געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
- האט שוין געלייקט: 140 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב אסאך קווענקלענישן. לאמיר אויסשמועסן איינס פון זיי, כאטש איך האב עס שוין אמאל ערגעץ-וואו דערמאנט.
איך קווענקל מיר צי איך זאל נישט טוישן. מיינע קינדער וועלן גיין אויבן-אן און מיר פארציילן וואס זיי האבן געלערנט אין חדר/סקול, און איך וועל פרובירן אויסצוהערן (און שטילערהייט טרינקען די גרעיפ דזשוס און עסן נאך א שטיקל כרפס), די קינדערלעך זאלן מיר טיילן ניסעלעך, ס'וועט זיי נישט זיין שווער, ווייל זיי ברויכן נאר פארציילן עד שתחטפנו שינה, און דאס וועט ביי מיר מקויים ווערן אין א קורצע וויילע. אינאיינוועגס וועל איך פאר א טשעינדזש גנב'ענען אפיקומן פון זיי, זאלן זיי מיר עפעס קויפן, עפעס 24/7 מוז איך זיי קויפן כל טוב וטוב? איך דעזערוו נישט א שיינע מתנה פון זיי?
איך זעה נישט די גרויסע מיטשעריי, @שמעקעדיג אין די הייליגע רייד מרבותינו ז''ל איז מב' הדק היטב דאס גרויסע סגולה און השרשת האמונה דורכ'ן 'פשוטער סיפור' המעשה, די תכלית פון צואיילען דעם אפרעכטן די סדר איז "בלויז" צו פארציילען די טרוקענע סיפור המעשה, טא וואס מיטשעסטו זיך אזוי?