מחלוקת חתם סופר נגד הרמ"א

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

מחלוקת חתם סופר נגד הרמ"א

שליחה דורך קאווע טרינקער »

נצחו אראלים את המצוקים
יאר'ן וואס איינע פון די גרויסע מנהיגים אין ניו יארק פירט אריבער זיין בית המלוכה קיין פרעשבורג אויף צוויי-וואך-אפרי.
על פי קפידה פון אותו צדיק איז פארבאטען אריינצוקוקען וכ"ש נאך-צו-זאגן ברבים א גוט-ווארט פון מחברים וואס זענען נישט געווען פון די ערשטע דור פון ר' ישראל, הבעש"ט. אבער מפני כבודו של אותו צדיק, דער חתם סופר, דער וועג ווייזער פאר רוב רבנים אין אונגארען (וואס 90 פראצענט חסידים פון יענע מנהיג שטאמען פון דארט) האט ער זיך מתיר געווען נאכצוזאגען א ווארט פון חתם סופר, נאר באותו מקום ובאותו שעה.
זכה החתם סופר ושפתותיו דבבו.
כנראה איז הקב"ה מגלגל זכות על ידי זכאי, אנדערע גדולי ישראל האבן אויך געוואלט דיתאמרא פון זייער נאמען עפעס א דבר תורה. מה עשה הקב"ה, די האטעל אין פרעשבורג איז אונטער קאנסטרוקציע און ארויס פון באניץ להאי שתא. נו, מ'מוז דאך ערגעץ וואו אוועק פארן (אוועק פון וועם? יעדער קומט דאך מיט?), נפלה הגורל על עיר תהילה קראקא!
לויט ווי ס'זעהט יעצט אויס ווער ער זיך ערלויבן נאך צו זאגן א דבר תורה פון עפעס אן אשכנז'ישע אומבאקאנטע מורה הוראה, טייל רופען אים "רמ"א"! על אף שהרמ"א לא זכה להיות אצל הבעש"ט. פארשטייט זיך אז ער וועט אויפזיכען עפעס א חסידישע הגה וואס רעדט פון עבודת השם.... נישט עפעס א טריקענע הלכה.
מאנכע זאגן אז ער וועט יוצא זיין מיט א מאור ושמש.
כולנו למערכה למען כבודו של החתם סופר!
Under influence
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

איינער פאררשטייט וואספארא שייכות דער קעפל פונעם נושא האט מיט קאווע טרינקערס תגובה? איך נישט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
פארשפארט