און נאך א דיסקלעימער לגבי מדינת ישראל... עד מתי??

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1087 מאל

און נאך א דיסקלעימער לגבי מדינת ישראל... עד מתי??

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

איך בין דאס מעתיק פון אייוועלט. גאנץ אינטערסאנט באשריבן, ווי אויך די פאלגענדע הודעות אין יענעם אשכול. איך בין נאר מעתיק די ערשטע פאר פאראגראפן, לצורך מיין דיסקוסיע דא.

מדינת ישראל ווערט א וויכטיגע שפילער אינעם ענערגיע מארקעט.
דורך לכתחילה אריבער » מיטוואך אפריל 03, 2013 5:16 pm

(גילוי מילתא, ווען כ'שרייב פון מדינת ישראל, האט עס גארנישט מיט דעם אז עס איז די אזוי גערופענע "אידישע לאנד", און כ'האב ח"ו דערצו דערוועגן א איבריגע אינטערעסע, נאר עס זאל באטראכט ווערן ווי עס איז א לאנד פונקט ווי ענגלאנד, פראנקרייך וכדו', וואס מען באשרייבט עס ווי א חלק נייעס) (איך האב עס געלייגט אין באלד - ה.ל.)

עטליכע טאג צוריק, האט מדינת ישראל געמאלדען מיט פאטאס, אז די ערשטע גאז - קומענדיג פון א אייגענעם מד"י קוואל - האט דערגרייכט דעם מד"י בארטן.

דאס איז א שטארקע אויפטו פאר מד"י פאר עטליכע סיבות.

קודם איז מד"י ווי באוואוסט שטארק "טריקען" פון נאטורליכע ענערגיע קוועלער....


איצט מיינע ליבע פריינט, איר מיינט טאקע אז ווען בולגאריע טרעפט גאז וואלט אויך געווען אזא לאנגע און דארךדרינגליכע באשרייבונג?
עס איז שקר און איינרעדעניש!
מיר האבן אלע אויסדריקליך יא א געפיהל צום "יודישן לאנד" - ארץ ישראל.
צו איז דאס ווייל מיר זענען קליינע באהאלטענע ציונים אין טיפן הארצן (רח"ל, ה"י וכו'). אדער ווייל מיר האבן דארטן קרובים און גוטע פריינט. אפשר ווייל מיר האבן מיטגעפיהל מיט אונזערע ברודער אין דעם הייליג לאנד - מיר טרויערן אין זייערע שווערע טעג און פרייען זיך ווען עס קומט א גוטע בשורה.
וואס עס זאל נאר זיין די סיבה, איז דאס על כל פנים זיכער - מיר האלטן מיט די נייעס פון ארץ ישראל ווייל ארץ ישראל מוחזקת לנו מאבותינו, און מיר האבן גאר שטארקע קשרים מיט איר.

וויאזוי וואלטן מיר רעאגירט ווען מיר דערוועקן זיך איין גרויעם מארגן און אויף די וועב-זייטלעך שטייט מיט גרויסע רויטע באלד אותיות "מדינת ישראל איז א פארגאנגענהייט!"? ווער פון אונז וואלט געבליבן מיט א טריקן אויג?

עס רעגט אויף ווען מיר הערן ווי אידן פון פארשידענע קרייזן ברענגען ארויס זייער התנגדות צו ציונות ווען זיי רעדן צו פאליטישאנס און שטאאטסלייט. שוטים שבעולם, ווילט איר באמת אז מדינת ישראל זאל ליידן צוליב אייערע אנשויאינגען? דאס וואס איר האלט באלאנגט אין בית המדרש ווען איר דיסקוסירט אייערע השקפות און מיינונגען, נישט אין די גאס ווי איר קענט טוהן אמת'ע היזק פאר מדינת ישראל.
איר אליין ווילט דאך דאס נישט!!

צוריק צו אונזער באשרייבונג. דער חשובער לכתחלה-אריבער איז זיכער אזא איינער וואס קימערט זיך יא מיט מדינת ישראל'ס אינטערעסן. אין זיינע אויגן איז דאס בהחלט נישט סתם אזא לאנד ווי פרנקרייך און ענגלאנד כו'. טא אויב אזוי שטעלט זיך די פראגע מה ראה לשטות זו צו שרייבן אזא דיסקליימער ביים אנהויב פון זיין ארטיקל?
דער תירוץ איז:
פחד!
פחד אז מען וועט איהם קריטיקירן, פחד פון צענזורירן און אויסמעקן. און דאס איז אויך דער הסבר פון די אלע ווינטן וועלכע בלאזן שוין קרוב צו פופציג יאר פון די רעכטע קרייזן, און צווינגט יעדן צו זיין זהיר בלשונו און מודיע זיין אז ח"ו ער האט קיין שום זיק פון אהדה אדער הכרת הטוב צום יודיש לאנד. ער האט נישט קיין שום געפיהל צו איהר הערליכן לאנדשאפט. ער מוז זיך מאכן טויב און בלינד נישט צו הערן און זעהן די אלע פאזיטיווע אספעקטן פון מדינת ישראל. ער טאר נישט רעדן אז אויב ח"ו איז אויס מדינת ישראל, האט א איד נישט ווי צו גיין, און בדרך הטבע וועט ער בלייבן אין יונייטעד ניישאנס פליטים לאגערן פאר די קומענדיגע הונדערט יאר.
ער טאר נישט אפילו קלערן פאר א הוי אמינא אז אפשר איז יא דא א חיוב פון געבן שטייערן צו א לאנד וואס שטעלט דיר צו אן ארמיי, פאליציי, גאסן, בריקן, שפיטעלער, אוניווערסיטעטן, קופת חולים, וכו'.
ער טאר נישט ארויסרעדן אפשר איז נישט מער פון יושר יא זיך משתתף זיין אין ציווילע דינסט אזוי ווי אנדערע בירגער פון די לאנד. נאך אלעס געניסן מיר אלע גלייך פון די ציווילע בענעפיטן אינאיינעם.

און דאס איז דער פחד וועלכע לאזט נאך היינט נישט נאכזאגן א פסק הלכה פון דעם פוסק הדור ר' עובדיה יוסף שליט"א ברבים, אע"פ וואס אין שטוב וועט זיך דער דיין נישט רירן אהן זיינע ספרים. וכו' וכו' וכו'. און וועט נישט רעדן פון הלכה'דיגע שאלות וועלכע זענען נישט 'פאליטיקלי קארעקט' ווצב"ש מצוות יישוב ארץ ישראל, איסור או חיוב החזרת שטחים, פרה אדומה בזה"ז, בנין בית המקדש, נישט אויף למעשה נאר אפילו להלכה ולא למעשה צו הערן די צדדים און זיך באקענען מיט די אלע שיטות אין גמרות און ראשונים.

אלעס איז דער טעראריסטישער פחד שולדיג.
מי יתן און יעדער וועט קענען עפענען זיין מויל און מוח, ומלאה הארץ דעה את ה'.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר