און נאך א דיסקלעימער לגבי מדינת ישראל... עד מתי??

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

און נאך א דיסקלעימער לגבי מדינת ישראל... עד מתי??

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

איך בין דאס מעתיק פון אייוועלט. גאנץ אינטערסאנט באשריבן, ווי אויך די פאלגענדע הודעות אין יענעם אשכול. איך בין נאר מעתיק די ערשטע פאר פאראגראפן, לצורך מיין דיסקוסיע דא.

מדינת ישראל ווערט א וויכטיגע שפילער אינעם ענערגיע מארקעט.
דורך לכתחילה אריבער » מיטוואך אפריל 03, 2013 5:16 pm

(גילוי מילתא, ווען כ'שרייב פון מדינת ישראל, האט עס גארנישט מיט דעם אז עס איז די אזוי גערופענע "אידישע לאנד", און כ'האב ח"ו דערצו דערוועגן א איבריגע אינטערעסע, נאר עס זאל באטראכט ווערן ווי עס איז א לאנד פונקט ווי ענגלאנד, פראנקרייך וכדו', וואס מען באשרייבט עס ווי א חלק נייעס) (איך האב עס געלייגט אין באלד - ה.ל.)

עטליכע טאג צוריק, האט מדינת ישראל געמאלדען מיט פאטאס, אז די ערשטע גאז - קומענדיג פון א אייגענעם מד"י קוואל - האט דערגרייכט דעם מד"י בארטן.

דאס איז א שטארקע אויפטו פאר מד"י פאר עטליכע סיבות.

קודם איז מד"י ווי באוואוסט שטארק "טריקען" פון נאטורליכע ענערגיע קוועלער....


איצט מיינע ליבע פריינט, איר מיינט טאקע אז ווען בולגאריע טרעפט גאז וואלט אויך געווען אזא לאנגע און דארךדרינגליכע באשרייבונג?
עס איז שקר און איינרעדעניש!
מיר האבן אלע אויסדריקליך יא א געפיהל צום "יודישן לאנד" - ארץ ישראל.
צו איז דאס ווייל מיר זענען קליינע באהאלטענע ציונים אין טיפן הארצן (רח"ל, ה"י וכו'). אדער ווייל מיר האבן דארטן קרובים און גוטע פריינט. אפשר ווייל מיר האבן מיטגעפיהל מיט אונזערע ברודער אין דעם הייליג לאנד - מיר טרויערן אין זייערע שווערע טעג און פרייען זיך ווען עס קומט א גוטע בשורה.
וואס עס זאל נאר זיין די סיבה, איז דאס על כל פנים זיכער - מיר האלטן מיט די נייעס פון ארץ ישראל ווייל ארץ ישראל מוחזקת לנו מאבותינו, און מיר האבן גאר שטארקע קשרים מיט איר.

וויאזוי וואלטן מיר רעאגירט ווען מיר דערוועקן זיך איין גרויעם מארגן און אויף די וועב-זייטלעך שטייט מיט גרויסע רויטע באלד אותיות "מדינת ישראל איז א פארגאנגענהייט!"? ווער פון אונז וואלט געבליבן מיט א טריקן אויג?

עס רעגט אויף ווען מיר הערן ווי אידן פון פארשידענע קרייזן ברענגען ארויס זייער התנגדות צו ציונות ווען זיי רעדן צו פאליטישאנס און שטאאטסלייט. שוטים שבעולם, ווילט איר באמת אז מדינת ישראל זאל ליידן צוליב אייערע אנשויאינגען? דאס וואס איר האלט באלאנגט אין בית המדרש ווען איר דיסקוסירט אייערע השקפות און מיינונגען, נישט אין די גאס ווי איר קענט טוהן אמת'ע היזק פאר מדינת ישראל.
איר אליין ווילט דאך דאס נישט!!

צוריק צו אונזער באשרייבונג. דער חשובער לכתחלה-אריבער איז זיכער אזא איינער וואס קימערט זיך יא מיט מדינת ישראל'ס אינטערעסן. אין זיינע אויגן איז דאס בהחלט נישט סתם אזא לאנד ווי פרנקרייך און ענגלאנד כו'. טא אויב אזוי שטעלט זיך די פראגע מה ראה לשטות זו צו שרייבן אזא דיסקליימער ביים אנהויב פון זיין ארטיקל?
דער תירוץ איז:
פחד!
פחד אז מען וועט איהם קריטיקירן, פחד פון צענזורירן און אויסמעקן. און דאס איז אויך דער הסבר פון די אלע ווינטן וועלכע בלאזן שוין קרוב צו פופציג יאר פון די רעכטע קרייזן, און צווינגט יעדן צו זיין זהיר בלשונו און מודיע זיין אז ח"ו ער האט קיין שום זיק פון אהדה אדער הכרת הטוב צום יודיש לאנד. ער האט נישט קיין שום געפיהל צו איהר הערליכן לאנדשאפט. ער מוז זיך מאכן טויב און בלינד נישט צו הערן און זעהן די אלע פאזיטיווע אספעקטן פון מדינת ישראל. ער טאר נישט רעדן אז אויב ח"ו איז אויס מדינת ישראל, האט א איד נישט ווי צו גיין, און בדרך הטבע וועט ער בלייבן אין יונייטעד ניישאנס פליטים לאגערן פאר די קומענדיגע הונדערט יאר.
ער טאר נישט אפילו קלערן פאר א הוי אמינא אז אפשר איז יא דא א חיוב פון געבן שטייערן צו א לאנד וואס שטעלט דיר צו אן ארמיי, פאליציי, גאסן, בריקן, שפיטעלער, אוניווערסיטעטן, קופת חולים, וכו'.
ער טאר נישט ארויסרעדן אפשר איז נישט מער פון יושר יא זיך משתתף זיין אין ציווילע דינסט אזוי ווי אנדערע בירגער פון די לאנד. נאך אלעס געניסן מיר אלע גלייך פון די ציווילע בענעפיטן אינאיינעם.

און דאס איז דער פחד וועלכע לאזט נאך היינט נישט נאכזאגן א פסק הלכה פון דעם פוסק הדור ר' עובדיה יוסף שליט"א ברבים, אע"פ וואס אין שטוב וועט זיך דער דיין נישט רירן אהן זיינע ספרים. וכו' וכו' וכו'. און וועט נישט רעדן פון הלכה'דיגע שאלות וועלכע זענען נישט 'פאליטיקלי קארעקט' ווצב"ש מצוות יישוב ארץ ישראל, איסור או חיוב החזרת שטחים, פרה אדומה בזה"ז, בנין בית המקדש, נישט אויף למעשה נאר אפילו להלכה ולא למעשה צו הערן די צדדים און זיך באקענען מיט די אלע שיטות אין גמרות און ראשונים.

אלעס איז דער טעראריסטישער פחד שולדיג.
מי יתן און יעדער וועט קענען עפענען זיין מויל און מוח, ומלאה הארץ דעה את ה'.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

גערעכט אז עס האט מיט פחד, אבער נישט ממש דער פחד וואס דו שילדערסט, נאר דער פחד נישט נכשל צו ווערן מיט א מחשבת מינות פון זיין א רוצה בקיום מלכות המינות לשם קיום מלכות המינות.

אוודאי איז עס אביסל טריקי, אבער אויב ביסטו בקי אינעם ענין על בוריה דארף אויסקומען אז די אלע געפילן און אינטערעסן וואס אידן דאהי האבן צו די מאורעות אין ארה"ק האט לאו דוקא שייכות מיט ציונות.

און גראדע מיינט לכתחילה אריבער צוזאגן אז זיין כוונה איז כאילו אקוראט דער זעלבער פאליטישער מצב ווי עס איז טאקע, אבער עס איז א גויאיש לאנד.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
אוי טאטי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 530
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך אוי טאטי »

לכתחילה אריבער וואלט יא געמאכט אזא ארטיקל אפי׳ עס רעדט זיך פון אן אנדערן לאנד, דאס קענסטו זיך איבערצייגן פון די פאקט אז ער באשרייבט כסדר נייעס פון איבעראל.
און עס קוקט נישט אויס ווי ער איז אזא פחדן, און איך האלט נישט אז זיין ארטיקל וואלט ווען געמעקט געווארן אן די דיסקלעימער, עס איז שוין גענוג אשכולות געפענט געווארן דארט איבער ארץ ישראל אן אזא דיסקלעימער און עס לעבט געהעריג! מען דארף נישט יעדע זאך אראפרייסן.
!..If you go black, you'll never go back
אריק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך אריק »

וואס שטערט אייך אז א איד זאגט ארויס זיין מיינונג? און פון וואנעט נעמט איר אז די דיסקלעימער אז א געטריבענע פון פחד, יעדער מענטש איז בארעכטיגט צו האבן א מיינונג און יעדער שרייבער איז בארעכטיגט צו אילוסטרירן זיינע אנשויאונגען אונטער וואס ער שרייבט זיין ארטיקל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כאריק ואוי טאטי, חנוך לנער ע"פ דרכו גם כי יזקין וכו', אויב וואלסטו אויפגעוואקסן אין די סאטמארע מוסדות, וואלסטו מן הסתם נישט אנדערש גערעדט. פארוואס זאל מען נישט קענען פארשטיין א צווייטנס שיטה?
איך בין אויך אויפגעוואקסן אין סאטמאר, און איך זאג ענק קלאר, מען האט מיר אויסגעריסן יעדעס מינדעסטע געפיל פאר דעם לאנד. גראדע בין איך שוין דארטן געווען מערערע מאל, ס'איז באמת א הערליך ארט, א ארץ חמדה טובה ורחבה, אבער עכ"ז, איך ווייס קלאר אז די אלע פירער דארטן זענען פאלנע אפיקורסים און רשעים וועלכע ווילן אויסרייסן די תורה (לאו דווקא נאר פון די סיקריקים) און מען טאר זיי נישט געבן קיין חיזוק.
פארוואס איז דאס אזוי שווער צו פארשטיין?

איך גיי נישט יעצט אריינגיין אין יא/נישט גערעכט, שוין פאראן גענוג אשכולות דערוועגן; איך זאג נאר אז אויב וואלסטו געבוירן געווארן ביי א סאטמארע משפחה וואלסטו פונקט אזוי גערעדט און געשריבן. און ביי סאטמאר איז א מצוה צו מפרסם זיין פאר די וועלט אז די מדינה איז נישט אונזערס ווילאנג מיר זענען אין גלות, און מיר גלייבן אז נישט די מדינה שטעלט צו א פלאץ פאר אידן, נאר דער באשעפער אליינס, והרבה שלוחים ודרכים למקום.
וירח ה' את ריח הניחוח
אריק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך אריק »

איך האב דעם יו"ט געליינט די איזראעלי מאגאזינען און צייטונגען און עס איז ממש אומגלויבליך צו זען ווי זיי שרייבן ממש די זעלבע ווערטער וואס די סאטמארע צייטונגען האבן אלע יארן געשריבן. זיי וויינען אויף די רשעים און אפיקורסים, די ראשי הממשלה וואס ווילן אויסרייסן די תורה. קוקט אויס אז באמת האלטן אלע דתיים אזוי, נאר אין די צייטן וואס די מדינה דינט זייערע אינטערעסן, נעמען זיי איין א שטימעניש, אבער ווען די חפשיים נעמען זיך איבער זייערע ביינער, דאן שרייען זיי דעם זעלבן סגנון ווי די סאטמארע, און זאלן זיי זיין אויסגעשלאסן און אונטערדרוקט פאר א שטיק צייט דארט אין די מדינה, וועלן אלע זייערע ארטיקלן האבן אזא דיסקלעימער....
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אריק האט געשריבן:און זאלן זיי זיין אויסגעשלאסן און אונטערדרוקט פאר א שטיק צייט דארט אין די מדינה, וועלן אלע זייערע ארטיקלן האבן אזא דיסקלעימער....


ווער איז די זיי? אונזער ברודער און שוועסטער וועלכע גייען מיט אן אנדערע היטל פון אונז. זיי זאלן זיין אינטערדריקט? אפשר ווילסטו אז מ׳זאל זיי אויסשיסן אויך? וואס עפעס נאר חרפת הרעב??

דאס איז די אהבת ישראל וועלכע די רבי האט געהאט און געפאדערט פון אונז? דאס איז די שיטה צו וועלן אז מ׳זאל אונטערדריקן חרדישע אידן צוליב די עבירה וואס זיי קענען נישט די ניגון פון אוי ווי גוט און וואויל??
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

ממי, בארואיגט אייך. ער וויל בסך הכל פראוון זיין פוינט. העכסטנס לייג צו א "אויב זאלן זיי זיין וכו".
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אויף אזא אשכול זאגט מען "געמאלן וואסער". שיסט מיט הנחות געבויעט אויף אייגענע בויך סברות, צו קענען קראקאדיל שרייען.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
פארשפארט