קינדער וואס גייען אוועק פון זייער עלטערנס וועג אין אידישקייט
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 819
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
- האט שוין געלייקט: 434 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל
בן תמליון האט געשריבן:יידל האט געשריבן:כ'מיין אז דער עולם פארקריכט. דער שמועס איז נישט צו עלטערן האבן רעכט צו האב צער (כאילו זיי דארפן איינעמס רשות דערפאר). די שמועס איז צו קינדער דארפן זיך רעכענען מיט די עלטערנס צער, און אויב יא צו וועלכע דעגרי, ווען זיי פאסן באשלוסן איבער זייער לעבנסשטייגער.
דער ענטפער איז קליפ און קלאר: קינדער דארפן זיך רעכענען מיט די עלטערנ'ס ווייטאג און צער מיטן גרעסטן מאס וואס איז שייך דאס איז א מאראלישער פליכט וואס ליגט אין נאטור פון די מענטשהייט צו מכבד זיין די וואס האבן דיר געטראגן ניין חדשים געהארעוועט און געפלאגט דיר צו זען אויפוואקסן און וועט אייביק דיר פילן ווי א חלק פון זיך און וועט טוהן וואס ער קען פאר דיר. אויף די שאלה צו וועלכע דיגרי? דער שמועס דא איז זייער ווילד צושפרייט, נאכצוגיין די עלטערנס קאפריזן און משוגעת'ן איז מען זיכער נישט מחויב און א קינד מוז נישט זיין אזוי פרום ווי זיין טאטע חאטש מען דארף פרובירן צו מינימיזירן זייער צער ווי ווייט מען קען. אבער ווען עס קומט צו בועט זיין אינעם גאנצן עבר און יהדות בפומבי ווי עס גייט געווענליך וואלט איך רעפראזירט די פראגע אזוי: איינער גיבט דיר צווי אויסוואלן, 1) שטעך אריין א מעסער גראד און דיין מאמע'ס ווייך הארץ 2) גיי וואין אין טורא בורא אגאנץ לעבן מיט א טורבאן אויפן קאפ. איך מיין יעדעס קינד מיט א טראפ מענטשליך הארץ וועט אויסוועלן דאס צווייטע.
מען קען אויך שטעלן די פראגע פארן מאמע,
איינער גיבט דיר צוויי אויסוואלן 1) שטעך אריין א מעסער אין דיין קינד'ס ווייך הארץ, 2)דיין קינד וועט אפלעבן אנדערש ווי דיר שמעקט גליקליך און צופרידן, איך מיין יעדעס מאמע מיט א טראפ מענטשליך הארץ וועט אויסוועלן דאס צווייטע.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
אסאך מאל איז גרינג זיך איינצורעדן אז די קינדער רעכענען זיך נישט מיט די עלטערן ווייל זיי פארשטייען ווייניגער, אבער די עלטערן פארשטייען אסאך בעסער. אט דא וועט איר זען די שוועריגקייטן וואס עלטערן האבן בכלל צו פארשטיין וואס דאס קינד גייט אריבער:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=x7gFpACkWzc[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=x7gFpACkWzc[/youtube]
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל
יידל האט געשריבן:יעצט גייסטו שוין אריין אין א צווייטן שמועס. מיין מאמע איז נישט קיין צדיקת פארן מיך האבן און ערציען - זי האט מיך געוואלט האבן! און אויב וואלט זיך מיך נישט ערצויגן וואלט זי געווען א רשע'נטע: אראפגעברענגט א קינד און געלאזט הפקר. מיינע עלטערן זענען געווען מאראליש מחויב מיך צו ערציען און מיך צו ליבן וויבאלד זיי האבן מיך געבוירן. אודאי דארף איך זיי מכיר טובה זיין, אבער עד כדי צו לעבן מיין לעבן די וועג וויאזוי זיי דיקטירן? האט גארנישט מיט מאראל נאר מיט עגאיזם מצד די עלטערן (נישט אז דאס נעמט אוועק פונעם קינד'ס עגאיזם, אבער פארוואס מוז דער קינד זיין מער צדיק פונעם טאטן?)
דער זעלבער מענטש וואס איז מסביר אזוי שיין אז די עלטערען האבן זיך אזויפיל אוועקגעגעבען פארן קינד, וויינט בשעת ער קוקט אויף א 'בוני עולם' ווידיאו אויף די צער פון א פאר פאלק וואס האט נישט קיין קינדער. make up your mind, איז דאס האבן קינדער א שווערע זאך פאר די עלטערען און זיי צורייסען זיך פארן קינד, אדער איז דאס גאר די זיסטע זאך אויף די וועלט?
עס איז א פשוטע ביזנעס חשבון. עס לוינט זיך די שוועריקייטן כדי צו האבען א משפחה לעבן מיט קינדער וכדו'. מענטשען וואס האבן נישט קיין קינדער וועלן אדאפטירן קינדער. אלעס כדי צו זיך צוצורייסען פאר איינעם? לאדיך אפ. עס לוינט זיך און פערטיג, עס איז א פשוטע מאטעמאטישע ביזנעס חשבון.
פארוואס דארף דאס קינד מאכן זיכער אז די ביזנעס חשבון איז צדק. יעדע ביזנעס קומט מיט א לעוועל פון ריזיקע. אויב איז דאס קינד אזאנער וואס עס שטימט אים נישט די פונקטליכע מהלך פון זיינע עלטערען איז ער דער דורכפאל פינעם ביזנעס חשבון, איז וואס?
עד כאן הסכמה לדבריך.
וואס דו זאגסט וועגן עגאיזם פין די טאטע און די קינד בין איך נישט אזוי זיכער. איז עס עגאיזם צו וועלן זיין א זעלבסטשטענדיגע אינדיווידואל? משא"כ ווען א טאטע פארלאנגט אז זיין קינד זאל גיין לפי רוחו, איז דאס נישט דיקטאטורשאפט?
אפשר דארף איך מיך פירען מיין לעבען אויף אן אופן וויאזוי מיין שכן וויל? אז ער האט זיך איינגערעדט אז ער איז מיין דיקטאטור, און אויב דער איינרעדעניש צובלאזט זיך ווערט ער זייער פארווייטאגט, איז וואס?
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
דאס וואס עטליכע האבן שוין דערמאנט אז מיט דעם וואס מען האט קינדער און מען גיבט זיך אוועק פאר זיי מיינט מען זיך מער ווי דאס קינד, איז אינטערעסאנט אז דער חובת הלבבות זאגט דאס קלאר ארויס, און ער ברענגט ארויס אז פונדעסטוועגן דארף מען זיי מכבד זיין ווייל למעשה טוען זיי כסדר טובות מיט'ן קינד:
חובת הלבבות שער ג' פרק א' האט געשריבן:טובת האב על בנו, מן הידוע כי הוא מכווין לתועלת עצמו בו. כי הבן נתח מהאב עם עוצם תקוותו בו. והלא תראה כי הוא מרגיש עליו יותר מגופו במאכלו ובמשתהו ובכסותו, ולדחות כל נזק מעליו. ונקל בעיניו סבול הטורח והיגיעה בעד מנוחתו, עם מה שהוטבעו עליו האבות מן הרחמים והחמלה על בניהם. ועם כל זה חייבה התורה והשכל על הבן העבודה והכבוד והיראה.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
נישט געוויסט אז דא דרייען זיך אזוי פיל צובראכענע נשמות וואס זענען אונטערדרוקט געווארן אונטער דעם עול היהדות ומסורת האבות, און וויינען דערויף מיט קראקאדייל טרערן, און האלטן נאך אז די עלטערן קומט זיך דער צער פארן נישט פרעגן...
דעם תינוק בן שמונה צו ער וויל מציצה בפה אדער בכלי,
און דעם ילד בן ג' צו ער וויל לאנגע פיאות אדער קורצע, אונטער די אויער אדער אריבער
דעם בן שלש עשרה וועלכע הוט ער וויל גיין צו ער וויל בכלל גיין א היט,
וכו' וכו'
אזוי אונטערדרוקט מען כסדר דעם יוגנט און מען לערנט זיי נישט קיין שום פאך
נישט קאלעדזש נישט גארנישט נאר פלעין צו זיין א יוד בתמימות
וואס פארא אומ'אחריותדיגע עלטערן ????
זאלן זיי עסן זייערע פירות, פון קינדער מיט נקיבות און דראגס, קרקפתי דלא מנחי תפילין, און רעדן צוזאם אלע אפיקורסת ביים שבת טיש
איי ער געדענקט נישט היינט וואס ער האט געטענה'ט נעכטן, אבער דער עיקר
אין דער ערד מיט די עלטערן, זאלן זיי פייגערן פאר צער, זיי זענען עס אליין שולדיג נעקסט טיים קלער מיר אויף פון די צוויי.
אני בשרירות לבי אלך
נעבעך

דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 345
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:14 pm
- האט שוין געלייקט: 189 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
די תורה פארציילט אז חזקיה המלך האט נישט געוואלט חתונה האבן ווייל ער האט געוואוסט אז מנשה המלך וועט ארויסקומען פון אים. איז דער ישעיה הנביא געקומען און אים געזאגט אז די אלע זאכן זענען די אייבערשטערס געשעפן, אבער דו דארפסט חתונה האבן און האבן קינדער און ער האט אים געגעבן זיין טאכטער פאר א ווייב.
היוצא לנו מזה:
אפילו אזא צדיק ווי חזקיהו המלך האט געקענט האבן א קינד ווי מנשה. און אפילו אזא זיידע ווי ישעיה הנביא האט געקענט האבן אזא אייניקל.
די אלע זאכן זענען באשערט פאר די עלטערן, חוץ פון תפילה קען מען גארנישט טוהן. און טאקע צום סוף האט מנשה תשובה געטוהן.
מנשה איז נישט געקומען פון אן ארעמע שטוב אדער א טאטע אן עם הארץ און מיט דעם איז געשעהן וואס איז געשעהן

- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 18
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 9:46 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
צווישען די וואס די שאלה איז אדרעסירט צו, געפונען זיך פילע וואס לפי זייער פארשטאנד איז זייער לעבנס שטייגער באמת מער געשמאק און מער אויסגעהאלטן ווי די וואס די עלטערן האבען אריינגעבראטן, צו ווייל די עלטערנס גאנצער גלויבינג איז לעכערליך אין זייער אויג. אדער די גאט פין די עלטערען האט זיך אנגעטון א געשמאקערן היטל. און אנשטאט א גאט פארכטיגען גאנג האבן זיי בוחר געווען אין א גאט ליבענדען. זיי האבען א גוד טיים אין זיין וועלטעל אין ליבען איהם דערפאר.
איז דאן די פראגע: לאמיר שוין זאגן אז איך וועל מפקיר זיין מיינע אויסגעהאלטענע מער געשמאקקייט צו פארמיידן אומבאקוועמליכקייט די עלטערען. אבער ווי האב איך א רעכט צו מפקיר זיין, און אוועקרויבן, די געשמאק פין מיינע קינדער און ווייטערדיגע דורות, צו האב איך א רעכט צו מאכן טויזעטער מענטשען ווייניגער באקוועם כדי די עלטערן זאלן נישט ברויכן מאכן די עדזשאסטמענט? " לפיכך נברא אדם יחידי, ללמדך... כאלו קים עולם מלא. לפיכך כל אחד ואחד חיב לומר, בשבילי נברא העולם" מיר טארן נישט פארגעסן די ערענסטקייט, אז גיב עס א קורצע פאר 100 יאר וועל מיר האבן מיליאנען אייניקלעך "א וועלטעל" וואס מיר האבן א קליינעם שטופ געגעבן אין א געוויסע ריכטונג. ( בדרך מליצה: "בשבילי" נברא העולם. און מיין "שביל" און מיין גאנג, ווערט איצט באשאפען א נייער וועלטעל.)
א צוייטער שאלה איז, צו מאכט מען טאקע נישט די געוויסע טוישן כדי נישט צו גורם זיין צער פאר די עלטערן, אדער מיר זענען בעצם אומבאקוועם מיט טשעינדזש. מיר רופן דאס נאר אן מיט די אויבערפלעכליכע נעמען. עלטערן, ווייב, און שפעטער אין לעבען קינדער, מחותנים וכו. אבער נעם אוועק די סיבות וועלן ארויסקומען אנדערע אומבאקוועליכקייטן פין טשעינדזש. און נאך אלעם איז די אמתע סיבה ווי דער נודע ביהודא שרייבט שוין, בזמננו נתקטנו הביצים, האבן מיר נישט די balls צו מאכן די טויש.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום גלעזעלע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1301
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
- האט שוין געלייקט: 1684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל
דא האט איר אזא איינעם, וואס היינט געפאלט אויס זיין יומא דפגרא. אי לאו האי יומא דקא גרים וכו'
http://apollonysus.tumblr.com/post/4717 ... ears-since
http://apollonysus.tumblr.com/post/4717 ... ears-since
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
יואב האט געשריבן:לעמאן דזשוס האט געשריבן:די אשכול איז זייער צומישט און צו׳חוש׳ט דור הפלגה׳דיג
איינער רעדט פון חילול שבת און געי. א צווייטער פון הגדה קוקיס. און א דריטער פון גיין אין טוראבארא פארשמאטעוועט...מען דארף סדר.
אההו, אויף דעם שטייט דאך ונשמו דרכיכם, אז מ'פירט זיך נישט אויף ערליך,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,
א) א טין עט ריסק נישט אידעלאגיש. bum בלע״ז
גורם זיין צער דורך:
1) נדיריגע מאראלישע אויפירונג(דראגס שמוץ וכדו.)
2) אפלאכן פון יודישע מנהגים
2) דעבאטירן יודישקייט מיט רעספעקט.
3) אליין נישט אפהיטן מנהג/חומרא/הלכה, בפרהסיא. נישט להכעיס.
4) אזויווי 3 נאר באהאלטענערהייט אבער די עלטערן ווייסן.
ב) איינער וואס גלייבט נישט אבער נישט קיין באם.
1 איז לכאורה נישט שייך.
2 3 4 איז שייך
אויך ליגט אין די שאלה:נאר פאר ציור א צו הלכדיג איז ער מחיוב מונע זיין
און פאר ציור א און ב
צו ער האט א מאראלישע פליכט מונע צו זיין צער און אפילו אויב נישט ,אויב וויל ער אלץ געפיל אויס,צו סאיז אויסגעהאלטן זיך אליינס צו לימיטן זיינע אמביציעס צוליב דעם.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
די אשכול איז, לדעתי, נאר פאר די וואס גלייבען – אין עפעס
איינע וואס גלייבט נישט אדער גלייבט אז ער גלייבט נישט איז נישט פארפליכטעט צו קיין שום מאראלישע אדער מענטשליכע התחייבות אדער טעאריעס
ער האט די רעכט זיך צו רעכענען מיט די געפילן פין זיין טאטע מאמע, רב, דאקטער, קאווע שטיבל בלאגער, סייענטיסט אין דענקער אדער זיין פאראל אפיסער. אדער פייפען אויף זיי
ער האט די רעכט צו עסען ווערעמיגע גיד הנשה אין צומות הגידן מצמוחות ווי אויך מעג ער שלינגן לעל עס די אין קאקען
ער מעג זיך באקליידען מיט שעטנז אין מעג אויך אראפרייסען די TAG פין אינטער א מאדראטץ
ער האט אויך די פרייהייט פין מאכן א "שיטה" פין באקוועמליכקייט אין פערסענאל פרידאם אבער עס פעלט עכט נישט אויס
ער האט די רעכט אריינצושטעכן א מעסער אין זיין טאטענס ווייעכע הארץ
זיין טאטע מעג שטעכן אין זיין הארץ אין אויך אים מאלעסטען
ער מעג זיין געסעטלט אין לערנען א פאך אין ליעב האבען געלט אין גיין מיט א נעקטיי אין קען אויך גיין מיט א נאז באנד אין בעגי הויזען
נישט הארגענען זיין ווייב אין קינדער ? נאר אויב ער איז באזארגט פין קעפיטעל פאנישמענט אדער אויב סאיז געלאנגען פאר סעסייעטי אים אנצורעדן אין ברען וואשען אז סאיז אים-מאראליש אין ער זאל זיך
רעכנען דערמיט אדער למשל ער איז געפאלן פאר די גימיק וואס הייסט אז די שכל איז דאס מחייב
ער איז פריי זיך צו צובינדען צי א געוויסע הסכמת בני אדם אין מעג אויך סובסקרייבען צי די שיטה פין DOG EAT DOG
הערות אויף מיין שרייבן זענען מער ווי וועלקאם אין אישי

I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
שמא קגרים האט געשריבן:דא האט איר אזא איינעם, וואס היינט געפאלט אויס זיין יומא דפגרא. אי לאו האי יומא דקא גרים וכו'
http://apollonysus.tumblr.com/post/4717 ... ears-since
זייער שיין,אבער וואס האט דאס מיט דער נושא פון דער אשכול?
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 249
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל
מיין מיינונג איז אז א טאטע וואס דער אייבערשטער האט אים ליידער געגעבן אזא זון, זאל אים נישט אנשרייען אדער אריינפליקן, דאס גייט ממילא נישט העלפן, נאר ער זאל זיך אראפזעצן מיט זיין ווייב און אראפשרייבן א בריוו (נישט טייפן)
לכבוד מיין טייערע זון
די ווייסט דאך וויפל שווערע כוחות אונז האבן אריינגעלייגט אין דיר, וויפיל טרערן אונז האבן פארגאסן וועגן דיר וכו' וכו'
און יעצט וועגן ווינער רב דרשה איך האב געליינט די צעטל ער טענהט אז יצחק האט געהאט א זון עשו און אברהם האט געהאט א זון ישמאעל, עלטערן זענען נישט שולדיג אז זיי האבן אזא זון, מען דארף אזא קינד שיקן צו מומחים,
איז יעצט מיין שאלה זאל מען שיקן אזא קינדצו מומחים? אויב יא וועמען?

- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 493 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
יאנקל האט געשריבן:אויב וויענער רב האט געהאט איבריגע דריי מינוט אין זיין דרשה האט ער ליבערשט געזאלט מעורר זיין אויף דעם פיל-פארשפרייטערטן פראבלעם פון עלטערן וועלכע פייניגן זייערע קינדער.
עס איז שוין צייט, אז איינע פון די הרבנים המעוררים, זאלן שוין רעדן פון דעם פראבלעם, אז טאטע'ס האב אבנארמאלע ערווארטיגען פון די קינדער, און דאס פירט צו אומזינסטע צער ועגמת נפש.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
נאר אן הערה: דער וואס פארשטייט אז אפילו א קינד האט אינגאנצען אן אנדערע אמונה ווי זיין טאטע דאך האט ער א מאראלישער חיוב צופרידענצושטעלן זיין טאטע, ווייל בין אדם לחבירו זיין א מענטש בלייבט אלעמאל. מוז אוודאי פארשטיין אויך פארקערט, אז א טאטע האט א חיוב זיך צו פירען מענטשליך צו זיין זון אפילו אז ער האט אן אנדערע אמונה פון עם. די סיבה וואס איך האב געשריבען וועגן דער חיוב פונ'ם זון איז נאר ווייל וועגן דעם האט מען געפרעגט, אבער אוודאי איז אויף דער טאטע ליגט פונקט די זעלבע פליכט צו זיין א מענטש נישט קיין חילוק וואסארא אמונה אדער לעבנסשטייגער זיין זון וועלט זיך אויס.
[וועסטו פרעגן, אויב אזוי איז דאך א סתירה, אויב דער טאטע דארף זיין א מענטש הייסט דאך אז דער טאטע האט נישט קיין רעכט צו פאדערן פונ'ם זון, איז חזר הדין אז דער זון קען טון וואס ער וויל. איז דער תשובה אז דער מאראלישער פליכט פון א מענטש צו א צווייטער איז נישט סימעטריש, איך האב א חיוב צו זיין א מענטש אויך צו דער וואס איז נישט א מענטש צו מיר, כל זמן סאיז נישט עובר א געוויסער גבול. ואכמ"ל נקודה זו]
[וועסטו פרעגן, אויב אזוי איז דאך א סתירה, אויב דער טאטע דארף זיין א מענטש הייסט דאך אז דער טאטע האט נישט קיין רעכט צו פאדערן פונ'ם זון, איז חזר הדין אז דער זון קען טון וואס ער וויל. איז דער תשובה אז דער מאראלישער פליכט פון א מענטש צו א צווייטער איז נישט סימעטריש, איך האב א חיוב צו זיין א מענטש אויך צו דער וואס איז נישט א מענטש צו מיר, כל זמן סאיז נישט עובר א געוויסער גבול. ואכמ"ל נקודה זו]
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
איינער האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:אויב וויענער רב האט געהאט איבריגע דריי מינוט אין זיין דרשה האט ער ליבערשט געזאלט מעורר זיין אויף דעם פיל-פארשפרייטערטן פראבלעם פון עלטערן וועלכע פייניגן זייערע קינדער.
עס איז שוין צייט, אז איינע פון די הרבנים המעוררים, זאלן שוין רעדן פון דעם פראבלעם, אז טאטע'ס האב אבנארמאלע ערווארטיגען פון די קינדער, און דאס פירט צו אומזינסטע צער ועגמת נפש.
ספעציעל אויב מ'פארמאגט דרייצען פיפצען קינדער. איז דא גענוג פאר אלע סארטן קונדער .