קארל האט געשריבן:דעם שבת איז אין די בתי-מדרשים צעשפרייט געווארן א בראשור מיט'ן נאמען "הצלת הדורות", וואס מיט'ן קעפל "מי לשם אלי!" האט עס גערופן אידן זיך צו באטייליגן אין דעם "כינוס כלל ישראל".
איך מיין אז דער בראשור האט פשוט אויפגעדעקט וואס עס שטערט דאס מערסטע פאר די רבנים און עסקנים - נישט אונזער אידישקייט, נאר אז דער אינטערנעט קען זיי שטערן פון קאנטראלירן אונזער לעבן. אין דעם גליון ווערט אוועקגעשטעלט אז כלל ישראל האט אייביג פארמאגט גדולי ישראל וועמען מען האט געפאלגט, און פשוטי-עם האבן זיך נישט געוואגט צו זאגן אנדערש. היינט מיט'ן אינטערנעט קען יעדער שמויגער זאגן זיין דעה אפילו קעגן גדולי ישראל.
וואס דער בראשור האט אבער פארפעלט צו דערציילן איז אז אין דער היסטאריע איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא זאך אז א כאפטע רבנים און עסקנים זאלן האלטן הונדערטער טויזנטער אידן ביים קארג און קאנטראלירן זייער גאנצן לעבן דורך נוצן די קינדער אלץ האסטעדזשעס אין די מוסדות. עס איז קיינמאל נישט געווען אזא מושג אז אזויפיל הונדערטער טויזנטער אידן זאלן אזוי נאנט קאנטראלירט ווערן, און דיקטירט ווערן אויף טריט און שריט פון זייער לעבן.
אין דעם זין, איז די פרייהייט פון דעם אינטערנעט בלויז א קאנטערבאלאנץ צו דער דיקטאטורישער קעניגרייך וואס האט זיך געגרינדעט איבער אונזערע קעפ.
דער בראשור האט אבער יא דערמאנט ברמז א וויכטיגע נקודה וואס עס שטערט זיי, נעמליך אז די שקרים אויף וועלכע אונזער חינוך איז געבויט געווארן אין לויף פון די אלע יארן האבן נאר געקענט ארבעטן ווילאנג חרדי'שע אידן זענען געווען פארשלאסן אין דער אייגענער געטא און האבן נישט געקענט הערן וואס אנדערע זאגן, און האבן נישט קיין זכות קיום אויף דעם אינטערנעט וואו מ'קען זיך גרינג איבערצייגן דעם אמת. אט אזוי שרייבן זיי:
אויף דעם אינטערנעט קען מען זיך טרעפן מיט רע-בנים פון אלע סארטן תנועות מיט וועמען כלל ישראל האט זיך שוין נישט באגעגנט פאר א סך יארן, כולם שוים לטובה, און זיי טרעפן זיך פלוצים א וועג צו רעדן צו ערליכע אידן, וכאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו, און די מיינונגען פון רעפארמער, מאדערניסטן, אסימילאנטן, יידישיסטן און שאר ירקות באקומען א צוטריט צום ערליכן איד וועלכער איז שוין דורי דורות פארשלאסן פאר זיי.
וואס איז יא גוט, לויט די עסקנים? זיי ווילן אז מיר זאלן לעבן אין דעם "אינזל" פון דער קהילה, און נאר לייענען ליטעראטור וואס די קהילה גיט ארויס... אט הערט דעם לשון פון דעם בראשור:
אז א איד לעבט אין א מסגרת, ער אטעמט די אטמאספערע פון זיין קהלה, ער גייט נאך עצת והוראת מוריו ורבותיו, ער לייענט מאמרים בתוככי המחנה, און ער לעבט אין א מנוחה געניסנדיג פון א קראנטער, קלארער און איינציגער השקפת החיים, באזירט אויף דער תורה ומסורה, לעבט ער אין א געבענטשטן אינזל...
עס איז צו שטוינען ווי אזויפיל יארן האבן די עסקנים נישט געכאפט דעם אמת'ן פראבלעם פונעם אינטערנעט, און דאס איז דער צוטריט צו אינפארמאציע, און יעצט, ווען זיי כאפן שוין ענדליך יא, ווילן זיי ווייטער מיט דראנג שטופן דעם קאפ אין זאמד און פארלייקענען דעם מציאות. זיי דארפן אנערקענען די פשוט'ע פאקטן. אינטערנעט איז בעיקר א חורבן ווייל עס איז א סתירה צו דער מאדע אידישקייט וואס איז אנטשטאנען אין די לעצטע 70-80 יאר. עס איז א סתירה צו דער אידישקייט וואו מ'וויל קאנטראלירן דעם לעבן פון יעדן מענטש, און וואו די אפיציעלע פרינציפ איז מחנך זיין מיט שקר און מיסאינפארמאציע. אט די צוויי נקודות קענען נישט און וועלן מער נישט ארבעטן אין דער יעצטיגער אינפארמאציע עפאכע.
ווי איך האב געשריבן עטליכע יאר צוריק בנוגע דעם פראבלעם פון מיסאינפארמאציע:
צו ערשט מיין איך אז עס איז גאר וויכטיג זיך צוריקצוריקן א שטאפל, און באטראכטן אונזער מהלך אין חינוך אמאל און היינט צו טאג.
עס איז עטליכע מאל דא ארויסגעברענגט געווארן אז רוב זענען מודה אז א בחור וואס "פארדארבט" אנדערע דארף מען ארויסווארפן פון ישיבה.
די שאלה איז וואס מיינט דאס פארדארבן? לויט ווי עס קוקט מיר אויס איז אונזער דעפיניציע פון דאס ווארט "פארדארבן" בעיקר תלוי אין דעם פאקט אז אונזער סיסטעם פון חינוך איז אויסגעשטעלט אויף אן אופן אז עס האלט זיך נאר אויב מען באהאלט אינפארמאציע פון דער יוגנט.
אין די יארן נאך דעם ביטערן חורבן איז אויפגעקומען א נייער מהלך אין דעם חינוך סיסטעם. נישט נאר וואס מען רעדט נישט פון געוויסע ענינים צו קינדער איידער זייער חתונה, נאר עס דארפן געטאן ווערן שריט אז זיי זאלן בכלל נישט קענען געוואויר ווערן פון די זאכן. צוליב דעם איז ערפינדן געווארן א נייער סיסטעם אשר לא שערום אבותינו צו לערנען פאלשע פשטים אין פסוקים, רש"י'ס, גמרות וכו' וכו', אלעס אין די ראמען פון די אנגייענדע באמיאונגען צו פארשטאפן יעדעס לעכל וואו אינפארמאציע איבער די סארט ענינים קען ארויסרינען צו אונזערע קינדער.
פאר דעם חורבן האט שוין עקזיסטירט דער באגריף אז "מ'רעדט נישט" פון די זאכן (וואס איז דאן אויך געווען א רעלאטיוו-נייער מהלך), אבער בפירוש'ע באמיאונגען צו שטערן די מעגליכקייט פון בכלל געוואויר ווערן – וועלכע נעמען אריין שקר און פאלסיפיקאציעס - דאס איז אפיר געקומען נאכ'ן חורבן.
האט דער נייער סיסטעם געארבעט? אפשר יא. אין די לעצטע פופציג יאר האט דאס מעגליך געהאלפן טויזנטער בחורי חמד זיך צו קענען גרינגער האלטן בקדושה ובטהרה. איז דאס גענוג א סיבה איינצופירן מאסיווע פעלשונגען? איך בין נישט באפולמעכטיגט אריינצורעדן אין דעם.
צייטן האבן זיך געביטן. דער אמאליגער מהלך פון אריינצווינגען גראבע שקרים אין אינפארמאציע קען שוין מער נישט ארבעטן. נישט נאר וואס מיר קענען שוין מער נישט איינרעדן פאר אונזערע קינדער פאלשע אינפארמאציע, נאר עס איז צייט צו קלערן אויב עס איז נישט כדאי אז מיר זאלן זיין די וואס רעדן צו זיין יונגערהייט פון די ענינים על דרך ישראל סבא, אדער זאל מען זיי לאזן שאקירט ווערן ביי די פערצן יאר דורך אליין גיין אויף דעם אינטערנעט "בלויז פאר איין מינוט," אדער דורך הערן פון א חבר וועלכער איז געווען אויפ'ן אינטערנעט "בלויז פאר איין מינוט."
האבנדיג געזאגט דאס (און איך פארשטיי אז מען קען נאך גאר א סך דעבאטירן דעם ענין), קום איך צוריק צו דעם טערמין וואס מיר האבן פריער דערמאנט – "פארדארבן".
ווען מיר רעדן פון א בחור וואס איז "פארדארבן" און מיר פארשטייען אז מען מוז אים ארויסווארפן, איז דאס ווייל מיר האבן מורא אז ער קען מיט איין שלעכט ווארט "עפענען די אויגן" פון דעם בחור, און ספאנטאן צעווארפן דעם פאפירענעם בנין פון מיסאינפארמאציע וואס מיר האבן פאר אים אויפגעבויעט אין לויף פון אלע זיינע יארן עלי אדמות.
אזא הבנה קומט נאך צוויי הנחות:
1) עס איז מעגליך אויסצורייניגן מוסדות התורה פון א.ג. "פארדארבענע" בחורים,
2) וואס האט געארבעט אמאל קען ווייטער ארבעטן, און מען קען נישט טוישן.
מיר זעען קלאר אז דער צאל פון "פארדארבענע" בחורים ווערט מער און מער. די סיבה ווייסט אויך יעדער: דער היינטיגער פרייער צוטריט צו אינפארמאציע. איז עס נישט קיין בת-היענה צוגאנג ארויסצואווארפן יעדן בחור וועמענס אויגן האבן זיך פריצייטיג און אומצוגעגרייטערהייט געעפנט און פון איין מינוט צום צווייטן געטוישט זיין גאנצע הבנה איבער א סך זאכן פון דער וועלט און איבער די מיסאינפארמאציע וואס זיינע הורים ומורים האבן אים געפיטערט? וואס ווילסטו פון אים? האסט דאך אים נישט צוגעגרייט צו דער היינטיגער וועלט, ומה יעשה הבן ולא יחטא אז עס איז געווארן נהפך עולמו אז אומצוגעגרייטערהייט איז אים אנטדעקט געווארן א גענצליך נייע וועלט וועגן וועלכע מען האט אים גאר שטארק מיסאינפארמירט.
פארפאלן, דער שורש פון דעם פראבלעם איז אז אונזער סיסטעם וואס איז געבויט אויף מיסאינפארמאציע קען נישט ארבעטן אין דער היינטיגער אינפארמאציע-עפאכע. אז מיר וועלן טוישן דעם סיסטעם, און געפינען א וועג וויאזוי אפצוהיטן אונזערע קינדער בקדושה ובטהרה אן פיטערן שקרים און זיי צוגרייטן צו דער היינטיגער וועלט, וועלן אויטאמאטיש אלע פראבלעמען אוועקפאלן.
ווען איך רעד פון מיסאינפארמאציע מיין איך נישט דוקא די סארט ענינים. איך דעם איז אויך נכלל דאס רעדן איבער אנדערע קאנקורירנדע חסידיות מיט גאר עקסטרעמע שקרים. א סך פון אונז קענען מעיד זיין אז זיי האבן געמיינט יונגערהייט אז אדמו"ר פלוני שליט"א גייט זיכער אן א בארד, וכדומה...
דאס זעלבע ווען מען רעדט פון דער אלגעמיינער גאס. מען קען שוין היינט נישט סתם בארעדן גוים ווי אמאל, ווייל עס וועט גאנץ שנעל קומען דער טאג ווען דאס קינד וועט באקומען אן אמת'ן איינבליק אין דער וועלט אין זיך איבערצייגן אז מען קען היבש דעבאטירן די ענינים.
דאס איז אויך נוגע ענינים פון וויסנשאפט. מיר זענען געוואוינט שוין א סך יארן אוועקצומאכן סייענטיסטן וכדומה, אלס "פלעינע משוגעים וואס מיינען אז זיי פארשטייען אלעס." אז א קינד זעט בטעות אן אומצענזורירטער בילד פון א "דיינעסאר" אין אן ענגלישן טעקסטבוך זאגן מיר, "שקרים וכזבים - קיינמאל נישט געווען אזעלכע בעלי חיים..."
וויבאלד מיר לעבן היינט אין אן אינפארמאציע עפאכע מוזן מיר ווערן פיל מער סאפיסטיקירט מיט אונזער חינוך, און ארגומענטן קעגן אנדערע. מיר קענען שוין, צום ביישפיל, נישט זאגן: "דיינעסארס האבן קיינמאל נישט עקזיסטירט." מיר דארפן זיין צוגעגרייט צו ענטפערן מער זאכליך פארוואס דאס איז נישט קיין סתירה מיט חז"ל דורך אדאפטירן די מהלכים פון די בעלי מחשבה פון אונזער דור.