"איך האב נישט געוויסט ביז יעצט אז דא דרייען זיך מנוולים" שרייבט איינער וואס ס'געפעלט אים נישט עפעס וואס איינער האט געשריבען.
"איך האב נשיט געוויסט אז דא זענען דא אזויפיל צובראכענע נשמות" שרייבט א צווייטער נאכדעם וואס אפאר אירע'ס מיינונגען איז אים נישט געפעלן.
"איך האב נישט געוויסט....."
אז די האסט נישט געוויסט איז וואס? יעצט אז די ווייסט שוין ווילסטו אפציען פון דא?
הער אויף מאכן בלענקעט סטעיטמענטס אויף אונזער באליבטען שטיבל, אפילו אויב די ביסט טאקע גערעכט אז עפעס קימט פון צובראכענע נשמות, אדער פון מנולים אדער פון שקצים, אדער פון זאליס, אדער פון נטורי קרתא, אדער פון בעלזע אדער פון בני יואל אדער פון אהרונים אדער פון נחום ראזענבערג
יעדער וואס ווערט פריש געוואר עפעס וואס ער "האט נישט געוויסט ביז יעצט וועגן ווער עס דרייט זיך דא" איז מכובד צו קימען אין די אשכול אויסברעכען זיינע בויך וויי