ווי באקאנט האט רבי ברוך'ל מגארליץ נישט געוואלט מחבר זיין א ספר פון זיינע תורות, זאגעניק: "זיכער אז מענטשען וועלען נעמען זיין ספר אין דאס ליינען אין בעט, אין איך וויל אבער נישט שלאפען מיט איהם". אין לויט ווי מ'דערציילט האט ער אמאל מוסיף געוועהן: "אז דער ספר [ווען מ'שלאפט אן דערמיט] גייט אראפ פאלען אויף דער ערד, אין איך וויל אבער נישט אז יענער זאל זיין העכער מיך". אזוי ווערט געברענגט אין ספר דברי ברוך - גארליץ.
איך האב נאר געקלערט וואס וואלט געוועהן לו יצוייר ווען דער הייליגע חת"ס האט אזא מחשבה, וואלטן מיר טאקע נישט געהאט זיינע ספרים? איז דא א איסור צו זיין מיט א ספר אין בעט. איך שטעל מיך פאהר אז עס איז לכאורה נישט קיין 'כבוד', אבער זיכער קיין איסור איז נישט דא דערביי. קיינע האט זיך נישט מונע געוועהן פון דריקען זיינע תורות צוליב אזא חשש, איז אויב אזוי פארוואס דייקא האט רבי ברוך'ל גארליצער חושש געוועהן דערויף?
אין בעט מיט א ספר
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2730
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 343 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
אין בעט מיט א ספר
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
דער אשכול פארמאגט 8 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן