וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

האראדענקא שוהל אויף 1073 איסט 27'סטע סט. אין פלעטבוש איז אין פלאמען.

די פינף ספרי תורות זענען אינדרויסן (צוויי דערפון ליידער געשעדיגט)

Flatbush.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

הונדערטער ארבייטער פון רעסטוראנטן איבער ניו יארק סיטי האבן זיך צוזאמגענומען פראטעסטירן פארענט פון רעסטעראנטן, פארלאנגענדיג א העכערונג אינעם געהאלט מיט פופצן דאללער א שעה. "איך ארבעט שוין פונף יאר אין א מק'דאנעלט פאר בלויזע אכט דאללער א שעה" זאגט א אנגעווייטאגטע פראטעסטירער. "נעמטס אויף אזעלכע ווי די 'טאלל בודקע' ארבעטער" זאגט די קאמישענער. "זיי האבן נישט קיין שכל צו פראטאסטירן".

א פאר-פאלק פון לאנג איילענד איז ארעסטירט געווארן פארן רויבן צירונגען פון עטליכע געשעפטן אינעם לעצטן חודש. די אנקלאגע איז בלויז איבער די געשעפטן וואו מ'האט זיי דערווייל געפונען שולדיג, אבער נאך צירונגען געשעפטן צייגן איצט אויף זיי, זייענדיג די וואס האבן דורכגעפירט רויבערייען אין די פארגאנגענהייט. א 'סי-זי' צירונג געשעפט אנטזאגט זיך פון קאמענטירן דערויף. "די גרעסטע רויבעריי ביי אונז, איז די עכטע צירונג פארקויפער".

א ארבעטער אין א היים פאר קראנקע מענטשן, איז ארעסטירט געווארן פארן גנב'נען טויזענטערס פון די קראנקע וואס זי האט געברויכט אובאכט געבן. זי פלעגט באצאלן איר קאר געברויכן מיט א דעביט-קארטל פון א פאציענט, און גאר לעצטענס האט זי באצאלט איר פלארידע וואקאציע מיט א קרעדיט קארטל פון א אנדערן פאציענט. "זי האט אנגעצינדן די סינק, און געפארבט ברוין די פנים פונעם פאציענט" זאגט א ארבעטער. "אזוי אז די קארטל זאל נישט כאפן פונעם גניבה".

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'היים-בודקע פאר היים-לאזע'. אין אנדערע צייטן, שטעלט מען זיי אינדרויסן אלס היים-לאז, אז די מאטאריסטן זאלן נישט כאפן פונעם גניבה.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

קאנסולמאן 'מארגורעט טשין' פון מענהעטען האט פארגעשלאגן א געזעץ קעגן פעדלערס וואס פארקויפן פאלשע האנט-בעגס וואס איז נאכגעמאכט טייערע קאמפעניס. די פעדלערס און זייערע קליענטן וועלן אויסשטיין צו באשטראפט ווערן מיט טויזענט טאללער. פארשטייער פון 'גאו גרין' האט זיך געלאזט הערן אז זייער קאמף איז אין שוואנג קעגן די פאלשע פלאסטישע בעגס וואס זענען נישט ריסייקלינג.

א קאר מיט פונף פאסאנזשירן איז אראפגעפארן פונעם שאסיי אין בראנקס, אראפפאלענדיג אויפן הונדערט-ניין-און-פערציגסטע גאס. דריי זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, אין די צייט וואס צוויי אנדערע זענען אנטלאפן. דער דרייווער האט נישט געקענט אנטלויפן צוליב זיין עלטער פון פונף-און-אכציג יאר.. פארשער אויפן סצענע זאגן אז ער האט פרובירט נאכצומאכן דעם פריערדיגן געפאלענעם דרייווער מיט זיין וועג אריין אינעם 'בראנקס-זו' פון די הייעך.

א דרייסיג יעריגע פרוי איז געפונען געווארן אויף די שינעס פון די נומער איינס באן אין לאוער מענהעטען. די מעדיקעל אקזעמינאר צייגן אן, אז אין בלויז לעצטע צעהן טאג זענען שוין פונף מענטשן אריינגעפאלן צו זייער טויט אין די זעלבן שינעס. דערווייל פארן די באנען נאר ביזן טיימס-סקווער סטאנציע ביז נאכן פאליציי אויספארשונג. טראנזיט קאמישאנער נעמט אין באטראכט א פלאן פון מאכן באזונדערע שינעס. איינס וואו אריינצופאלן, און ס'צווייטע וואו די באנען וועלן פארן.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'ליטטעל-טייקס'. זינט דעם נייעם געזעץ, וועלן מיר מאכן באזונדערע פלאסטישע שפילצייג שינעס. איינס נאכגעמאכט די עכטע, און איינס פאלשע צום ריסייקלען.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שעפטל האט געשריבן:טראנזיט קאמישאנער נעמט אין באטראכט א פלאן פון מאכן באזונדערע שינעס. איינס וואו אריינצופאלן, און ס'צווייטע וואו די באנען וועלן פארן.

:lol: :lol: :lol: :lol: גוט!!!

איבער די נאכגעמאכטע פאלשע סחורה, איז געוען א שיינע באשרייבונג אין דער בליץ לעצטע חודש, ווי זיי האבן באשריבן אז ס'קאסט אפ פאר די עקאנאמיע שווערע ביליאנען.
כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז דער ענין איז אזוי פארפעסטעט און אז די פאלשע סוחרים זענען אזוי ווייט איינגעריסן דערין, און די רעגירונג - טראץ אירע מיטלען זיי צו כאפן - שטייט מאכטלאז.
און אפילו נאכן כאפן, באקומען זיי גאר קליינע שטראפן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
וואלפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 10:26 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך וואלפה »

זיכעריי נאך א פארלוירענע 26 יעריגע בחור מיט ספעציעלע געברויכען חיים סעלטצער
לעצטע מאל געזעהן געווארן נעכטן נאכמיטאג אין פלעטבוש
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

א פיר-און-פערציג יעריגער מאן איז אנגעקלאט געווארן פארן שטעכן א דרייסיג יעריגע פרוי אין ברוקלין. ער איז נישט ארעסטירט געווארן, צוליב וואס ווען די פאליציי זענען אנגעקומען צום סצענע האט ער זיך שוין אויך געהאט געשטאכן, און געפונט זיך אין א קריטישע צושטאנד אין שפיטאל. אין ליכט פונעם פאטאלן געשעעניש, האט היינט אבאמא גערופן די קאנגרעס זאלן אונטערשרייבן דעם שטרענגערן גאן-קאנטראל געזעץ.

טעגליך אין די באן-שינעס: א שטאטישע ארבעטער 'דעני-העי' איז ארויסגעהויבן געווארן אלס א העלד נאכן ראטעווען דריי פערזוינען ביי די 'דעלענסי' סטאנציע אין מענהעטען. 'העי' שיינענדיג מיט זיין קליינעם פלעשלייט אויפן קעגנקומענדע באן, האט דער קאנדאקטאר טאטאל אפגעשטעלט דעם באן בעפארן איבערפארן דעם אריינגעפאלענעם מיט זיינע צוויי רעטער. 'העי' ווערט ערווארטעט צו באערט ווערן מיט א 'ליטטעל-טייקס' פאלשע ריסייקלינג באן שינעס, אונטערגעשריבן דורכן מעיאר זעלבסט.

זינט די האדסען ריווער טייך איז געווארן א צענטראלע לאנדונגס ארט פאר פליגערס, האבן זיך דאלפון'ס אויך געפונען ס'פלאץ פאר זייער לאנדונג. "איך כאפ דא פיש יעדן טאג, און היינט איז ס'ערשטע מאל איך זעה דאלפון'ס" זאגט האוזעי-גארסיא. צייגנדיג א ווידיאו פון די דאלפון'ס, וואס ער האט אפגעכאפט אויף זיין פאון. די מעטראפאליטאן קאמישענאר איז אבער נישט צופרידן. "מיר וועלן איינשטעלן קעמרע'ס, אזא שטייגער וואו ביי די רויטע-ליכט, און טיקעטס וועלן אפגעשיקט ווערן צו זייערע היימען".

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'קעי-די-סי'. אונזערע קעמרע'ס זענען אויסגעשטאט מיט די בעסטע סארט פלעש-לייטס.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

שאקירנד האבן שכינים אויפגענומען ווען א פיר יעריג קינד האט געשאסן א זעקס יעריג שכן צום טויט אין טאמס-ריווער ניו גערסי. די עלטערן האבן זיך געפינען אינעם הויף דערנעבן אין די צייט פון די שיסעריי. "די גאן האט ער געפונען אונטערן בעט" זאגט א פאליציי אויספארשער. "ס'איז אומקלאר אויב דאס קינד האט געשלעפט דעם צינגל, אדער אויב ס'איז געווען אנגעשטעלט בעפאר". יאפ, די קאנגרעס האט אויך דערווייל די גאן-קאנטראל געזעץ אונטערן בעט.

דריי העלישע וואלד פייערן האבן אנגעהויבן ברענען אין ניו גערסי צוליבן הייסן וועטער. פון די פייער טשיף הערט זיך אז די פייערן זענען נאנט צו קומען אונטער קאנטראל. ארבעטער אינעם ניוארק לופטפעלד זאגט אז די פייער קען אפעקטירן די פליגערס אויב די רויעך וועט גרייכן אביסל נענטער. פון די פייגלעך שטאנדפונקט איז דאס קיין פראבלעם "ס'מאכט אונז גרינגער די ארבעט" זאגן זיי. "איצט ברויכן אונז נישט אריינפליען אינעם עינדשן".

פונף סטודענטן זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין לאנג איילענד נאכן עסן געוויסע קיכן אין שולע. א אויספארשונג איז אונטערגענומען געווארן. שולע איינגעשטעלטע זאגן אז דאס איז ווארשיינליך אונטערגעשטעלט געווארן דורך אנדערע סטודענטן. פון א כשרות'דיגן בליק איז דאס א בלויזע ארויסקום פון קיכן וואס זענען נישט געבאקן נאך פסח. "די גוים עסן א גאנץ יאר קיכן פון בעפאר פסח" זאגט א בעקער. "וואס פארשטייט דען א גוי?!"

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'זינגערס קיכן'. מיר באקן א גאנץ יאר קיכן נאר פון נאך פסח. נאך פסח ווען אלעס איז פריש, לייגט מען אוועק אונטערן בעט גענוג פאר א גאנץ יאר.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

נעכטן

שליחה דורך שעפטל »

פאליציי האבן היינט פארשפרייט בילדער פון דעם באנדיט וואס האט בארויבט א פרוי שפאצירנדיג אין מענהעטען מיטן הינטל, פאכענדיג מיט א גאן. "הינטלעך זענען אויך נישט באשציט פון פארברעכער" זאגט זי. "ממילה דעם הינטל, אבער וואס וויל ער פון מיר?!".

א איין-און-צוואנציג יעריג פרוי פון לאנג איילענד איז אנגעקלאגט געווארן פאר פאלשע קראנקהייטן. יאפ! זי האט זיך פארגעלייגט זינט א יאר צוריק צו ליידן פון געפערליכע און שטרעבליכע קרענק, צו קענען ארויסשווינדלען פארשידענע דראגס און געלט פון ארגענעזאציעס און פריוואטע מענטשן וואס האבן רחמנות געהאט אויף איר. "ווי געזונט קען זי דען זיין?!" פרעגט א בלומבערג איינגעשטעלטע. "העט זי ווען געווען געזונט, העט זי ווען געווען מעיאר".

אינוועסטאגאציעס גייען אן, זיכנדיג נאך פארברעכער וואס גנב'נען טייערע סעלפאונס פון באן רייזנדע. "די באן שינעס אונטערן באן איז היינט צוטאגס די טויטליכסטע, און רייזנדיג העכער די שינעס איז מען אויך נישט פארזיכערט" זאגט א פאסאנזשיר. די לעצטע פון די צאל רויבערייען איז פארגעקומען אין די 'דשעי' באן אין לאוער מענהעטען. "טראץ די פארברעכן קומען דארט פאר" זאגט א דזשאדזש "דשעי איז נישט קיין פארברעכער".

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'קעי-ניין הינטלעך'. רויבערס זענען אויך נישט באשיצט. א געווענליכע רויבער טראגט מיט זיך זעכצן אונס, וואס מיר שמעקן גאר שנעל. וואס וויל מען אבער פון אונז?!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דער האלקאוסט אין נארט קאריע

http://www.mirror.co.uk/news/world-news ... os-1826234
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

מ'האט ארעסטירט מייקל סעווידזש פאר שאפליפטינג.

http://clinton.patch.com/groups/police- ... -years-old
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אן עראפלאן (באואינג 737) מיט 108 פאסאזשירן האט קראך-געלאנדעט אין וואסער, נאנט צו אינדאנעזיע עירפארט. אלע זענען ארויס מיטן לעבן, הגם מערערע פארוואונדעטע.

#וואסער מירעקל נומ. 2
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אבער דארט איז ער נאך נישט געווען אזוי הויעך אין די לופט. ס'דערמאנט דאך פון די האדסאן קראך אין ניו יארק

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=IJ7rfc1sQE8[/youtube]
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א העליש פייער האט אויסגעבראכן שבת נאכמיטאג אין א זיבן-און-צוואנציג שטאקיגע בילדינג אין בראנקס, און האט פארוואונדערט צוויי-און-דרייסיג, צווישן זיי פונעף פייערלעשער. די פייער האט אויסגעבראכן אויפן פונפטן שטאק, און האט גענומען צוויי שעה צו ברענגען אונטער קאנטראל. "מיינע ווענט זענען אינגאנצן שווארץ" זאגט א טינקל-הויטיגער פון די העכערע שטאקן. "קוים וואס מ'קען זיך אליינס זעהן". פירט ער אויס.

א בעקעריי אין רעד-הוק געגענט האט פארשפראכן צוועלעף אכט-אינטשיגע קעיקס פארן פערשוין וואס וועט טרעפן א פאסיג ארט פאר זייער נייע געשעפט אין מענהעטען. די קעיקס וועט ווערן איינגעטיילט צו באקומען איין קעיק א חודש, פאר די קומענדיגע יאר. די העלטה דעפארטמענט לאזט דאס אבער נאכנישט אזוי גרינג דורך, צוליב וואס קעיק'ס מער פון פיר אינטשעס זענען נאך אויסגעשטעלט צו ווערן אומלעגאל דורכן בירגערמייסטער.

צוויי זענען געשטאכן געווארן אין די וועסט-סייד געגענט אין מענהעטען, ביידע זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א סטאבילעזירטן צושטאנד, און ווערן געהאלטן אונטער א וואכזאם אויג פון די פאליציי וואס וועלן זיי ארעסטירן גלייך ווען זיי קומען ארויס. פון די ביידען אדמיניסטראציע איז אויך געשיקט געווארן א פארטרעטער, צו קענען נעמען א שטימע קעגן גאן-קאנטראל.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'די ווייסע הויז'. מיינע איינוואוינער זענען אינגאנצן שווארץ, קוים וואס מ'קען זעהן אויב די לייט איז פארלאשן.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

נעכטן

שליחה דורך שעפטל »

די ניו יארק טיימס איז באערד געווארן און באקומען פיר גאלדענע מעדאלן נאכן זיך צו אויסצייכענען אין פיר הינזיכטן. זייענדיג די מערסט דעטאליש אין נאכגיין אויספארשונגען געשעענישן. און זייענדיג די בעסטע אין אונטערנאציאנאלע נייעס. און פארן זיין די אויסגעצייכנסטע אין די היינטיגע טעכנעלאגישע געצייג. און מיט באלערענדע ארטיקלען מיט די גענוי ציפערן פון געשעענישן. די מעדאל פאר 'לאקאלע נייעס' איז געגאנגען פאר א צייטונג אין 'מיניאפאלעס'. די 'דענווער פאוסט' איז די בעסטע אין ברעיקינג נייעס.

פון צווישן די קאמישע סצענע'ס ביים היינטיגן אויפרייס אין באסטאן, ווען נאך צערעמאניעס אין אנדענק די זעקס-און-צוואנציג געשאסענע אין די שולע אין קאנעטיקעיט, זענען לויט באריכטן די אכט לויפערס וואס האבן ספעציעל אנטייל גענומען, נארוואס געווען דורך געלאפן דעם אויפרייס ארט געציילטע סעקונדען בעפאר.
וואס איז זיכער, אז צווישן די געראטעוועטע ציילן זיך די צעהן דזשענערעיטארס פונעם ניו-יארקע מעריטאן.

א לאנג איילענד מאן האט זיך דערקלערט אומשולדיג נאכן ברוטאל צעשלאגן א אנדערע דרייווער, נאכן נאכפארן אויפן לאנג איילענד עקספרעסוועי, איז ער אראפ פונעם עקסיט און אויסגעשאסן די פענסטער דערנאך געשלאגן מיט גרויסע שטעקענעס. די לויער פון 'דשעיסאן-פארקער' זאגט אז די מעשה איז פונקט פארקערט, און ער איז גאר דער וואס איז געשלאגן געווארן. די ריכטער זאגט אז מ'ברויך פרעגן די ניו יארק טיימס..

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'דעילי-ניוס'. זינט אונזער אויסגאבע ווערט ס'מערסטע פארקויפט ביים ניוס-סטענד, ברויכן מיר נישט קיינע מעריטאן מעדאלן.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
קרעמער1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 246
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:04 am
האט שוין געלייקט: 245 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

ר' יוסל האלאנדער איבער אלטערנאטיווע ענערגיע

שליחה דורך קרעמער1 »

ער לייגט אראפ שאקירנדע פאקטן ווי גרינג עס וואלט געקענט זיין צו ברענגען ביליגערע ענערגיע, נאר די רעגירונג און די אויל-פירמעס האלטן נישט דערביי.
http://www.youtube.com/watch?v=iKEtQ_zz4GA
אויב אלעס וואס ער זאגט איז ריכטיג איז עס טאקע א הימל געשריי
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
בירגער
געוועזענער אחראי
געוועזענער אחראי
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 04, 2012 11:33 pm

שליחה דורך בירגער »

צאמגעשמאלצן.
קורץ ערקלערטע געלינקטע נייעסלעך ברויכן נישט קיין עקסטער אשכול.
קרעמער1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 246
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:04 am
האט שוין געלייקט: 245 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך קרעמער1 »

ס'איז נישט קיין נייעס
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

3 מענער פארשיקט פון סאדיע אראביע ציליב אויסזען הייס.

שליחה דורך נולד מאוחר »

באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

פרעזידענט אבאמא און מעיאר בלומבערג האבן אונטערגעריסן די סענאט פארן נישט דורכלאזן דעם געזעץ פון א גרונטליכע בעקראונד טשעק נאך די וואס זיכן צו קויפן גאנס. "טויזענטער ציווילע וואלט מען געראטעוועט מיט דעם געזעץ" זאגט אבאמא. "אלעס פאר זייערע פריוואטע פאליטיק". בלומבערג האט זיך אבער נישט פארבלאנדשעט דארט, נאר זיך גלייך צוריקגעקערט צו זיין מיסיע, און אונטערגעריסן די טרעקלעך וואס פארקויפן סענדוויטשעס אויף די גאסן אין מענהעטען.

אייוואוינער אין לאנג איילענד זענען שאקירט געווארן נאכן זעהן וויזוי סיטי ארבעטער שניידן אפ הונדערטער ביימער לענגאויס די גאסן. "ס'איז אומגלויבליך" זאגט וויקטאר. "ס'האט אויסגעקוקט ווי די ארבעטער האבן באקומען באצאלט צו ארויסהאקן וואס מער ביימער". די קאונטי האט אנגעלייגט די רייסעריי, אז סענדי האט שוואך געמאכט די ביימער, און ס'וואלט אליינס אראפגעפאלן. "וואס וועט בלומבערג טוהן מיט אזויפיל ביימער?" פרעגט א היים-לאזער.

פרישע באסטאן דעטאלן:
די עף-בי-איי לייקנט אפ באריכטן אז זיי האבן ארעסטירט א פארדעכטיגטער.
די קאורט בילדינג אין באסטאן איז אויסגעליידיגט געווארן היינט נאכמיטאג נאך ריפן אז ס'איז פארהאן א באמבע.
בריוו געשיקט צו אבאמא און צו סענאטער ערהאלטן שעדליכע מאטריאל. ביידע בריוו געווען אונטערגעשריבן: "איך בין קעי-סי, און איך אפראוו דעם מעסעדש". איינער ארעסטירט.

אריינקומענדע נייעס: מאסיווע אויפרייס אין טעקסעס.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: "פת שחרית". ס'איז אומגלויבליך. טויזענטער ציוועלע וואלטן נישט געהאט קיין סענדוויטש. אבער וואס גייט די פארקינג לאט טוהן מיט אזויפיל ביימער?!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שעפטל האט געשריבן:בריוו געשיקט צו אבאמא און צו סענאטער ערהאלטן שעדליכע מאטריאל. ביידע בריוו געווען אונטערגעשריבן: "איך בין קעי-סי, און איך אפראוו דעם מעסעדש". איינער ארעסטירט.

אוי.. צייטליך ??
וירח ה' את ריח הניחוח
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

שמעקעדיג זיי מסביר די דשאוק פאר די וואס כאפען נישט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ווער עס פארשטייט.. וכו'.
ווער נישט, איז עס נישט אינטרעסאנט. נישט וויכטיג.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט