דעת תורה האט געשריבן:@פוןדעסטוועגןדאך, דער ענין דארף נישט קיין מקור, סברא דאורייתא היא. וואס איז אנדערש א מאן ווי א פרוי? אויב א מאן איז נישט מחוייב מוותר צו זיין אויף זיינע רעכטן להציל חבירו מן העבירה, פארוואס זאל א פרוי יא זיין מחוייב? מען רעדט דאך דא באופן וואס אלס דת יהודית וכדומה מעג זי ארויסגיין אזוי אויף די גאס, אדער זיך אויפפירן אין אזא וועג, ווער קען איר צונעמען דאס רעכט ווייל עס זענען דא מענער וואס ווערן נתפעל פון איר? חוץ אויב מזאל מיר אננעמען אז אלס'ן פסוק כל כבודה האט א פרוי בכלל נישט קיין רעכט זיך צו דרייען אויפן גאס. יתכן.
דעת תורה האט געשריבן:פשוט אז גורם זיין א מכשול פאר מענער, כאטש עס דינט כהיום ווי דער עיקר טעם פאר צניעות, איז עס אין פאקט די לעצטע און שוואכסטע טעם, און קען נאר קומען צוזאם מיט א אנדערע טעם, אבער אויב א געוויסער מין מלבוש אדער אויפפירונג איז מצד עצמו מותר צו גיין אזוי ברבים, דאן איז נישטא קיין שום מקום מחמיר צו זיין וועגן דעם טעם
אז מען זאגט עפעס מיט א זיכערקייט קעגען די גאנצע אנגענומענע מיינונג מעג מען פרעגן פאר א מקור. נאכדערצו ווען דו אליינס ביזט גארנישט אזוי זיכער מיט דיין זיכערקייט.