תבשרינו, איז דאס טאקע די עצה?
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
תבשרינו, איז דאס טאקע די עצה?
דעם שבת זענען מיר אלע נתבשר געווארן איבער א בשורה טובה מיט דער גרינדונג פון א נייע ארגאניזאציע מיט'ן נאמען תבשרינו.
תבשרינו איז געצילט צו לינדערן די שדכנים מאנגל אין די היימישע קרייזן.
זייער עצה איז אז יעדער זאל מקדיש זיין איין שעה א וואך צו רעדן שידוכים.
מיר וואונטשן זיי אלע הצלחה, אבער איך קען נישט די סארט מענטשן וואס וועלן זיך יעצט זעצן אנטראגן שידוכים ווייל אזוי שטייט אויף עפעס א פלאקאט.
די ארגאניזאציע האט נישט גארנישט לעת עתה מער ווי א גימעיל אקאונט, נישט קיין נעמען פון עסקנים, רבנים, גארנישט, אנאנים!
איך האב עטליכע שאלות: אז איך האב מיך געזעצט מיט מיין פרוי די וואך מוצאי שבת אנטראגן שידוכים פאר א שעה, פון ווי זאלט איר דאס וויסן? און וויאזוי קענט איר דאס באגלייטן? פארוואס זאל איינער זיך אנשליסן דערין? און אז איך וויל נאר א האלבע שעה איז אויס?
קצרן של דברים, איך זע נישט וויאזוי אזא סארט קאמפיין האט בכלל די מינדעסטע טשאנס זיך אויסצוארבעטן.
אפשר אויב מ'גיט א ריווארד פאר אלע וואס זענען אנגעשלאסן דערין און פירן טאקע אויס א שידוך, וועט עס טראגן עפעס א ממשות. סתם וויאזוי ס'זעט יעצט אויס איז עס א פורים.
אן ארגאניזאציע קומט נישט צושטאנד פון א פליגבלעטל. א פליגבלעטל טראגט דעם זעלבן ווערד ווי א טאוול אין ביהמ"ד "אסור לדבר בשעת התפלה וקריאת התורה", וואס השומע יונעם ותבוא עליו ברכה, אבער עס איז ווייט נישט קיין סולוציע פאר א פראבלעם, און אודאי נישט צו שאפן א רעוואלוציע אין אן אלט איינגעגעסענם סיסטעם.
און מיט דעם שליסט זיך די אומזיסטע ראט פון מאראנצןזאפט.
זעלבסטצייטיג וויל איך באגריסן די אלע פרישע ניקס וואס וועלן יעצט צוקומען צו פארגלאנצן און פארגלעטן די נייע ארגאניזאציע, יהא בואכם לברכה ולהרמת קרן הקאווע שטיבל.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאראנצןזאפט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
שמעקעדיג האט דאס שוין דערמאנט דא.
און דו האסט א גוטע פוינט אז נישט "דאס" איז דער לעזונג, אבער ווי לאנג דו האסט נישט קיין בעסערע עצה דארפסטו נישט אראפקלאפן יענעמ'ס איידיע.
יעדע זאך מאכט אויס, דער וואס האט עס אויסגעטראפן ווייסט לכאורה אויך אז דאס וועט נישט זיין די גאנצע ישועה, עס וועלן נאך אלץ זיין עלטערע בחורים און מיידלעך, אבער אויב עס וועט העלפן צושטאנד ברענגן אפילו נאר עטליכע שידוכים האט זיך עס שוין אויך געלוינט.

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 879
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל
געטראכט די זעלבע, ס'קען אבער דאך זיין אז אויב מענטשן וועלן בלויז טראכטן און פילעווען אין דעם נושא וועט עפעס זאכליך געשען, אני הקטן האב זיך גענומען טראכטן זייט דעם אויפוואכונג אין ס'מיר שוין בייגעפאלן 2 שידוכים וואס איינס דערפון ווארט אצינד אויף א ענטפער פון צד השני, נאכדעם וואס צד א' האט זיך ציגעכאפט דערצו.
ס'זעט מיר אויס ווי אזא ארגאנאזאציע אויפן שטייגער פון חרותינו, וואס איז מעורר אויף טעכנעלאגיע עדיקשענס, אין זיי באשטייען בלויז פון אדווערטייזמענטס מעורר צו זיין דעת הציבור.
ס'זעט מיר אויס ווי אזא ארגאנאזאציע אויפן שטייגער פון חרותינו, וואס איז מעורר אויף טעכנעלאגיע עדיקשענס, אין זיי באשטייען בלויז פון אדווערטייזמענטס מעורר צו זיין דעת הציבור.
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
לו יצוייר אז חרותינו פארלאנגט עפעס, ווי למשל אז יעדער זאל אויסלעשן דעם סעלפאן איינמאל א וואך פאר א שעה וואלט עס אויך געטראגן א פנים?
אלס א קול מעורר איז תבשרינו זייער גוט, למעשה האבן זיי ארויסגעשטעלט א מהלך פון "א שעה א וואך". אזא דערהער האט נישט קיין הענט און קיין פוס לעת עתה, און וועט קומען צו אן ענדע דער טאג וואס די קאסע ווערט ליידיג.
@ברסלבער, קריטיק ביי אונז אין קאווע שטיבל איז הויכגעשעצט, און ווערט פאררעכט אלס ניצבאר און ווייטגרייכנד, פרעגט נאר קופערניקעס.
שמעקעדיג רעדט דערפון לויט וויאזוי ער האט געליינט אין די צייטונגען אז "עפעס" גייט געשען. יעצט אז מ'ווייסט שוין וואס דער "עפעס" איז זעט מען אז דער "עפעס" איז לעכערליך.
מיט דעם זענט איר גערעכט אז אויב ס'פירט אויס אפילו איין שידוך האט זיך עס פאר 'אונז' געלוינט, אבער איך ווייס נישט אויב אויך פאר די אנפירער, פאר זיי קאסט עס געלט, אסאך געלט, און איך מיין זיי ווילן עפעס מער.
אלס א קול מעורר איז תבשרינו זייער גוט, למעשה האבן זיי ארויסגעשטעלט א מהלך פון "א שעה א וואך". אזא דערהער האט נישט קיין הענט און קיין פוס לעת עתה, און וועט קומען צו אן ענדע דער טאג וואס די קאסע ווערט ליידיג.
@ברסלבער, קריטיק ביי אונז אין קאווע שטיבל איז הויכגעשעצט, און ווערט פאררעכט אלס ניצבאר און ווייטגרייכנד, פרעגט נאר קופערניקעס.
שמעקעדיג רעדט דערפון לויט וויאזוי ער האט געליינט אין די צייטונגען אז "עפעס" גייט געשען. יעצט אז מ'ווייסט שוין וואס דער "עפעס" איז זעט מען אז דער "עפעס" איז לעכערליך.
מיט דעם זענט איר גערעכט אז אויב ס'פירט אויס אפילו איין שידוך האט זיך עס פאר 'אונז' געלוינט, אבער איך ווייס נישט אויב אויך פאר די אנפירער, פאר זיי קאסט עס געלט, אסאך געלט, און איך מיין זיי ווילן עפעס מער.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
איך האב א בעסערע עצה, דראפ די שדכנים! אבער וויזוי? איז אזוי.
פרייטיג צונאכטס נאכן רבין'ס טיש, ווען די גאנצע וועלט איז עוסק ליחדא שמא דקודשא ברוך הוא י-ה בו-ה ביחודא שלים, מרבה צו זיין נשמות שבגוף, זאלן אלע בחורים אראפגיין פון די פארענטשעס שורות'ווייז, און ארויסגיין אין חצר הקידמי, ווי אלע געצייטיגטע מיידלעך וועלן זיי אפווארטן, ס'וועלן זיין משפיעים אויפן ארט מעודד און מחזק זיין די בחורים מיט נידעריגע סעלף קאנפידענס, און אזוי אז ווען א בחור וועט זען א מיידל וואס עם געפעלט וועט ער צוגיין זיך פארשטעלן, א גוט שבת, איך הייס זלמן קאלמענאוויטש, ווי הייסט איר? אה זאלמענאוויטש! איך בין דאך דיין ברודערס געוועזענע חברותא. און אזוי שמועסן שטותים און לאקשן פאר א צוויי מינוט (בערך די זעלבע שטותים וואס מ'רעדט ביים ערשטן בעשוי) און אויב ס'געפעלט נאכאלס נאכן רעדן צוויי מינוט זאל מען בעטן איר טעלעפאן נאמבער (זי וועט עס אראפשרייבן אויף א קארטל פאר שבת ער זאל עס נישט פארגעסן), און פרעגן אויב זי וויל זיך טרעפן נאכאמאל אינמיטן וואך איין נאכט נאך נאכט סדר. אויב איז כמים פנים אל פנים וועט זי אהינגעבן איר נומבער און אפשמועסן אויף מאנטאג נאכט אין פארק.
אזוי נאך אפאר וואכן\חדשים זיך ארום אמפערן איבער אלע וויכטיגע חילוקי דעות, ווי למשל אויב איר באבע איז געגאנגען א פולע טרייענגעל טיכל, אדער מקיל געווען צו גיין מיט א בענד, צו מ'עסט פיש פסח אדער פאלשע פיש, און אין וועלכע ישיבות מ'וועט שיקן די אייניקלעך, און מ'וועט זען אז אלעס שטימט (רעאליסטיש גערעדט אבער וועלן די אלע זאכן אוועקפאלן און זיי אנגיין כקליפת השום, ווייל כידוע, אהבה מקלקלת השורה, און אויב וועלן זיי האבן געפילן איינער פארן צווייטן וועלן זיי וועלן חתונה האבן אפגעזעהן אויב די עלטערן זענען מסכים זיך משדך צו זיין מיט מחותנים וואס האבן נישט קיין טוליפס וואקסן פארענט פון זייער הויז, און אויב זייער מחותנ'סטעס מחותן האט א בחור וואס מ'האט גע'סקיפ'ט [ר"ל]), און ווען זאכן ווערן ערנסט וועלן זיי אהיימברענגען די מדובר\ת צו ווייזן פאר די עלטערן את שאהבה נפשם, און אויב דער טאטע כאפט נישט קיין נערוון בראך (און אפילו אויב יא) אז זיין מחותן וועט ל"ע זיין אן ארוני\זלוני\45\48\נטורי קרתא וכו' וועט מען זיך געבן די הענט, טרונקען א לחיים, און דער בחור וועט גלייך קענען אריינרופן צו דבר יום ביומו אז ס'איז א מזל טוב, אזוי אז אלע חברים זאלן וויסן מארגן צו קומען בעטן ציגארעטלעך בשעטו"מ.
איך בין אייך מבטיח אז ס'וועלן זיין סאאאאך מער שידוכים אזוי.

- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
ס'א גוטע פלאן אבער ס'האט דאך איין פראבלעם, דער בחור וועט צופיל אוועקקוקן (אדער סתם נישט באמערקן) אויב ער פאלט אין לאוו צו שנעל. מ'דארף דאך אביסעלע די הילף פון עלטערע באזעסענע וואס קענען קוקן די ביגגער פיקטשער פאר די לאנג ראן. אודאי מייניך נישט די נארישקייטן צי די מחותן געפעלט זיי צי נישט. וק"ל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זר זהב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
געפילטע, דו ביזט א ביטערער לץ.
דאס איז דער אלגעמיינער סיסטעם, (אויסער דער חלק פונעם רבי'נס טיש).
זיי האבן זיך אויך זייער לעכער ואפרט איזה מהם: אונזער סיסטעם גאראנטירט א 99 פראצענט טשאנס פאר סתם א בחור אין דער סיסטעם צו א חתן ווערן וואספארא לא לנו ער זעל נאר נישט זיין, מ'פירט אים אונטער, והכל על מקומו יבוא בשלום.
זיי האבן דאס נישט און אן אזא געשטעל - אז ביום מן הימים האסטו שוין נישט קיין ברירה, די ישיבה פארדייט דיך שוין נישט, און דו מוזט א חתן ווערן טויט אדער רויט - עלטערט מען זיך אין פריידן.
די זעלבע ספיקות וואס מוטשעט עלטערן, מוטשעט ווען מ'נעמט זיך אליין, און אסאך אסאך מער, אדם קרוב אצל עצמו, און מ'עלטערט זיך ווייטער אין פריידן.
בקיצור דאס איז נישט דער שמועס דא, מ'האט שוין גערעדט דערפון אין אנדערע אשכולות. לאמיר זיך פרובירן האלטן צו דער טעמע פון דער נייער ארגאניזאציע.
און יתכן אז מיט אזא סיסטעם וועט זיך דראמאטיש הייבן די געברויך פון מארנינג עפטער פילן, ואין כאן מקומו להאריך בזה.
דאס איז דער אלגעמיינער סיסטעם, (אויסער דער חלק פונעם רבי'נס טיש).
זיי האבן זיך אויך זייער לעכער ואפרט איזה מהם: אונזער סיסטעם גאראנטירט א 99 פראצענט טשאנס פאר סתם א בחור אין דער סיסטעם צו א חתן ווערן וואספארא לא לנו ער זעל נאר נישט זיין, מ'פירט אים אונטער, והכל על מקומו יבוא בשלום.
זיי האבן דאס נישט און אן אזא געשטעל - אז ביום מן הימים האסטו שוין נישט קיין ברירה, די ישיבה פארדייט דיך שוין נישט, און דו מוזט א חתן ווערן טויט אדער רויט - עלטערט מען זיך אין פריידן.
די זעלבע ספיקות וואס מוטשעט עלטערן, מוטשעט ווען מ'נעמט זיך אליין, און אסאך אסאך מער, אדם קרוב אצל עצמו, און מ'עלטערט זיך ווייטער אין פריידן.
בקיצור דאס איז נישט דער שמועס דא, מ'האט שוין גערעדט דערפון אין אנדערע אשכולות. לאמיר זיך פרובירן האלטן צו דער טעמע פון דער נייער ארגאניזאציע.
און יתכן אז מיט אזא סיסטעם וועט זיך דראמאטיש הייבן די געברויך פון מארנינג עפטער פילן, ואין כאן מקומו להאריך בזה.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
חברה ס'ארבעט נישט אזוי, עטץ לעבטס אין dream land
דאכט זיך ס/איז א רמב"ם וויאזוי די סדר שידוכים דארף זיין,
קודם דארף מען רעדן צו די עלטערן, זיי דארפן זיך אומקוקן אויף די משפחה ארום און ארום, דאן אויב ס'געפעלט זיי קען מען עס רעדן צו די קינדער, איך מיין אז דער רמב"ם רופט אן ענקער מהלך "דרך זנות".
ס'דארף גיין דרך שידוכים!
אויב ס'גייט דורך א 3rd party און מ'איז שוין דורך געגאנגען וויכטיגע נקודות מיט די עלטערן, און זיי זענען מסכים, דאן קען מען דאס אנטראגן פאר די קינדער.
די פראבלעם איז אז די עלטערן דארפן טראכטן נאר לטובת די קינד, און מ'דארף די קינדער לאזן זיך טרעפן בערך 8 מאל (מ'דארף educaten די חברה וויאזוי צו דעטען) יעדע דעיט פאר מינימום 3-4 שעה, אויב האט זר מורא אז דער בחור וועט צו שנעל ווארעם ווערן זאל דער בחור שנעל גיין פאר הילף, מ'דארף קענען גובר זיין די שכל און טראכטן ווי א מענטש, און אז נישט דאן איז ער נאכנישט ראוי צו וואוינען מיט א פרוי, געדענק: חתונה האבען איז נישט קיין therapy.....
און אפשר אויך נאר ביי עדזש 21, נאכדעם וואס דער בחור האט שוין "עפעס" א פרנסה בידו, און נישט אז די דאגת פרנסה זאל שוין הרג'ענען די רואיגקייט אין שטוב.

דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
@זר זהב, פארדעם וועלן די עלטערן מחנך זיין די קינדער נישט צו פארבלענדן די אויגן פאר אביסל שיינקייט, און די משגיחים און משפיעים אין ישיבה וועלן ארויסהעלפן דעם בחור האבן די ריכטיגע פערספעקטיוו.
@שמעקעדיג, ס'וועט זיין א ספעציעלע פלאץ אין פאסיק ווי מ'וועט אריינרוקן די קארטל כלאחר יד.
@מארארנצן זאפט, פאר זיי וועט מען האבן שדכנים, אמאל אמאל קומען זיי יא צוניץ.
@יואב, אזוי מאך איך זיכער אז די רבי'ס וועלן מסכים זיין, זיי וועלן האבן געפאקטע (מיט א פתח) טישן, און די באם מיידלעך וועט מען שיקן צו די טשולענט פלעצער דאנערשטיג נאכט.
____
קינות האקט, ווארט צו א מינוט, לאמיך לייענען.
@שמעקעדיג, ס'וועט זיין א ספעציעלע פלאץ אין פאסיק ווי מ'וועט אריינרוקן די קארטל כלאחר יד.
@מארארנצן זאפט, פאר זיי וועט מען האבן שדכנים, אמאל אמאל קומען זיי יא צוניץ.
@יואב, אזוי מאך איך זיכער אז די רבי'ס וועלן מסכים זיין, זיי וועלן האבן געפאקטע (מיט א פתח) טישן, און די באם מיידלעך וועט מען שיקן צו די טשולענט פלעצער דאנערשטיג נאכט.
____
קינות האקט, ווארט צו א מינוט, לאמיך לייענען.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
@קינות, האסט א פוינט, אבער וויפיל בחורים און מוידן עלטערן זיך אין פריידען ווייל די עלטערן וועלן זיך און ס'פאסט זיי נישט דאס און יענץ, צו ווייל די בחור האט א "פלעק" וואס אינעם יעצטיגן סיסטעם וואגט זיך קיינער נישט אנצוטראגן דעם בחור פאר קיינעם ווייל יענער וועט זיך באליידיגן בלויז פאר די מחשבה, און ווען מ'לאזט זיי ארויס in the wild טרעפן זיי שנעל א מיידל וואס איז מסכים אוועק צוקוקן.
דו פון אלע מענטשען וואלסטו דאס געדארפט וויסן, אז די "פלעק" פון זיין א גרוש איז סאך גרינגער אויף אזא אופן, ווייל קיינער טראכט אפילו נישט פון אנטראגן א גרוש פאר א מיידל.
דו פון אלע מענטשען וואלסטו דאס געדארפט וויסן, אז די "פלעק" פון זיין א גרוש איז סאך גרינגער אויף אזא אופן, ווייל קיינער טראכט אפילו נישט פון אנטראגן א גרוש פאר א מיידל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
געפילטע האסט א שטארקע פוינט, איך מיין אז לכתחילה דארף עס גיין מער ווייניגער אויף די מהלך וואס איך שטעל פאר, און אויב נאך א געוויסע צייט (לאמיר זאגן בערך 2 יאר) זעהט מען ס'גייט נישט, און דער בחור/מיידל זעט אז די שטער איז די פלעק/עלטערן שטערן, דאן אוודאי זאל דאס קינד זיך נעמען אין די האנט אריין און טאן וואס עם/איר איז גוט. אבער מ'קען נישט לאזן דרך זנות, ס'דארף זיין א מהלך.
אגב, איך בין א גרוש מיט קינדער, איך וויל נישט א מיידל (אויך נישט א גרושה אן קינדער), ביזט אבער גערעכט ס'איז דא אסאך אין מיין מצב וואס ווילן ענדערש יא אן קינדער.
אגב, איך בין א גרוש מיט קינדער, איך וויל נישט א מיידל (אויך נישט א גרושה אן קינדער), ביזט אבער גערעכט ס'איז דא אסאך אין מיין מצב וואס ווילן ענדערש יא אן קינדער.
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
@קינות, איך מיין נישט דוקא די גרוש-מיידל קאמבינאציע, נאר די קאנצעפט אז די איינציגסטע זאך וואס שטייט ציווישן א בחור מיט סיי וואספארא פלעק, און די מיידל וואס וואלט עם גענומען און אוועקגעקוקט, איז אונזער שידוך סיסטעם. ווען ס'קומט אז בחור און מיידל באקענען זיך פערזענליך פאלן אוועק אלע מסכים המבדילים.
און וואו איז טאקע דעם רמב"ם, כ'קיינמאל נישט געהערט דערפון, ווי קאווע זאגט, איך קען נאר די רמב"ם וואס זאגט קודם יבנה בית ויטע כרם ואח"כ ישא אשה.
און וואו איז טאקע דעם רמב"ם, כ'קיינמאל נישט געהערט דערפון, ווי קאווע זאגט, איך קען נאר די רמב"ם וואס זאגט קודם יבנה בית ויטע כרם ואח"כ ישא אשה.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
איך בין נישט זיכער סאיז א רמבם סליגט מיר נאר אזוי אין קאפ קען זיין סאיז א אנדערע ראשון
קאווע , בוזט טאקע גרעכט מיט דעם יבנה בית קודם נו מקען נישט מתקן זיין די וועלט אין איין מינוט
אבער דע רמבם מאכט מיר אסאך סענס אז סדארף לכתחילה גיין בדרך שידוכים, כמיין אז אפי ביי די modern orthodox רעדט מען אויך קודם צו די עלטערן (ביי די ליטווישע איז זיכער אזוי)
קאווע , בוזט טאקע גרעכט מיט דעם יבנה בית קודם נו מקען נישט מתקן זיין די וועלט אין איין מינוט
אבער דע רמבם מאכט מיר אסאך סענס אז סדארף לכתחילה גיין בדרך שידוכים, כמיין אז אפי ביי די modern orthodox רעדט מען אויך קודם צו די עלטערן (ביי די ליטווישע איז זיכער אזוי)
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:קינות'ל, אז דו גייסט שוין בדרך הרמב''ם דאן הייב אן מיט וואס די רמב''ם פסק'נט יבנה בית ואח''כ ישא אשה.
אלא מאי, דער רמב''ם איז נישט פון אונזערע - אויסער ווען ס'נוגע די יראת שמים מעשה מיט'ן ישמח משה.
עיין ויואל משה מאמר לשון קודש מבאר כל הענין באריכות
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)