ואת עמלינו - אלו הבנים. (דער סיסטעם)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

ואת עמלינו - אלו הבנים. (דער סיסטעם)

שליחה דורך יואב »

פארט זיך א שיף געמיטלעך אונעם אטלאנטישן אקעאן. רוקט זיך פאמעליך אינעם מערב ריכטונג דורכשווימענדיג לייכטע כוואליעס וועלעכע שטעלן כמעט נישט קיין ווידערשטאנד,מיטן ציל צו דערגרייכן די רוישיגע ניו יארקער ברעגעס.
עס קען זיך דאכטן אז דאס איז א געווענדליכע פשוטע רייזע, א טיפערן באדייט ליגט אבער איינגעהילט ביי פילע רייזענדע אין דעם נסיעה. דאס איז ווי א אומגלויבליכן חלום, א פאנטאזירנדע רעטונגס ברעטל ארויס פון הערמאטיש פארשלאסענע טויט זיכערע גראטעס, וועלעכע נעמען ארום דעם טייוולאניש געפאנצערטן בלוטיגן פאלאץ פונעם מלאך המוות.

יעדע שעה וואס גייט פארביי, דערנענטערט זיך דער גליקליכער מינוט ווען די פלאטערדיגע זעגלען וועלן זיך איינשטילן, און דער שיף וועט אנקערן און א מזלדיג שעה אונטערן שאטן פון פרייהייט פארענט פון די אויסגעשטרעקטע ארעם מיטן פאקעל וועלעכע פונקט ווי די שטארקער און דערבארעמדיגן אדלער פארזיכערט זי דרייסטע שוץ, און איז מקבל פנים דעם ניי געשאנקענעם לעבן וועלכע מ'האט זיך דערלעבט ארויסצוגיין משעבוד לחירות.

אינעם שיף געפונען זיך א האנדפול געניטע פארמער וועלעכע מיט א געמיינזאמע פעלזן שטארקן אמביציע, פלאנירן זיי א גיגאנטישע מייסטער פראיעקט, טאקע אויפן גרונט פון די פאראייניגטע שטאטן.

מאנגלט דען אמעריקע אגריקולטור עקספערטן?

בכלל נישט. און אז איך זעה איר פארשטייט נישט, וועל איך אייך אויפן שפיץ פינגער אנטפלעקן וואס ס'גייט דא פאר. הערט אבער מיט א שטארקן מאס אויפמערקזאמקייט.

ס'האנדעלט זיך פון א שטארק עפעקטירבארן אבער סענסעטיווער קערנדל, וועלעכע פארמאגט א ספעציעל אפגעהיטן סוד, א גראנדיעזן אלטן סוד וועלעכע ווערט כסדר דעטאלירט געליפערט פון איין דור צום צווייטן.
און טראץ איר גאר קליינע צאל, האבן אירע אויסנאם נארהאפטיגע רייפע פירות און פרישע בלעטער שטענדיג געטוהן זעטיגן דעם גארער וועלט, און בארימט געוועזן מיט איר איינציגקייט אין יעדן ווינקל.
דאס האט ווי פארשטענדליך שטענדיג געקרענקט אלגעמיינע פארמער, וועלעכע האבן נאכאנאנד אבער הילפסלאז, פרובירט צו דערגיין דער ווינדער סוד פון דעם קערנדל.
די קלוגערע פארמער האבן שטענדיג זיך גע'חנפ'ט צו די אנזייער פון די פירות, געהאלפן היטן דערויף, און דערביי אויסגענוצט די געלעגענהייט צו געניסן פון דעם רייכען ווינדערליכן פראדוקט. טיפישע פארמער אבער, פלעגן נישט קענען סובל זיין די אויסערגעווענדליכע מוצלח'דיגע פירות, און פאר ווייטאגליכע קנאה אין יעדן געלעגנהייט געטוהן פארניכטן ריזיגע שטחים פון די זיסע פירות, אלץ מיט אנדערע לעכערליכע אויסריידן פארוואס עס טוהט חרוב מאכן דעם ענווייראמענט, און איז א דירעקטע שטער פאר אלוועלטליכע פרודאקציע.
די אומשולדיגע קליינע צאל פרוכטליך זענען ווי פארשטענדליך געוועזן מאכטלאז קעגן די רוצח'ישע צונגען פייער וועלכע האבן געשווינד אפגעמעקט גאנצעטע פעלדער מיט דאס גרעסטע מאס ברוטאליטעט, און פארוויסט יארן פלאג און הארעוואניע.
דאס האט זיך אבער שטענדיג ארויסגעשטעלט צו זיין א צייטווייליגע נחמה פאר די אויפגעברויזטע פארמער.
און דאס איז ווי פריער דערמאנט, צוליב אן אומברעכבארן סוד וועלעכע האט אין קיין שום פאל נישט געקענט עלעמינירט ווערן. און שטענדיג געפירט צו סורפרייזישע ווידער אופבליה.
וויסנשאפטליכער האבן זיך געפלאגט צו דערווישן דער סוד וואס ליגט אנטער דעם אויסערגעווענדליכן סוקסעס, נעמענדיג אין באטראכט אז אינדרויסן ענדעלט דאס מער ווייניגער צו אלוועלטליכע קערנדלעך, און פאר אפאר גראשן קען מען זיך איינהאנדלן די נוטיגע געצייג, און פארוואנדלען אלע פירות פון דער וועלט גענוי אינעם זעלבן פארעם ווי אט די וואונדערליכן פרי.

דאס האט טאקע געפירט גריכישע וויסענשאפטלער מיט עטוואס מער ווי צוויי טויזענט יאר צוריק, צו אנטדעקן אז דער גאנצע סוד ליגט טיף אונעם שטאם, און האט קנאפ מיט די חיצוניות.
די גריכישע קעניגרייך האט דאן אונטער גענומען א אומדערפאלגרייכער מיסיע, צו פאר'סמ'ען די סאמע פנימיות פונעם פרוכט. דאס "פינטעלע" ווי געוויסע האבן דאס דאן באצייכנט. הקיצור. דאס איז בעצם א באזונדערע שטיקל היסטאריע, וועלעכע ווערט אגב געפייערט נאך היינט, אין אסאך איז שוין געשריבן געווארן דערויף.

טראץ דעם וואס דער עיקר הצלחה איז צוליב דעם טראדיצינאלן אומאפנייגונג, און בכדי נישט צו פארלירן דעם אויטענטישקייט ווערט מען באפוילן נישט צו משנה זיין קיין זיז כל שהוא, פארשטיין אבער די קלוגע לייט וועלכע שטייען אין שפיץ פון די הייפעלע זעלטן געלונגענע פארמער, אז די פירות קענען צומאל אויסשטיין פילע טעכנישע פראבלעמען וועלעכע קען זיך אנטוויקלען פון שווערע סעזאנאלישע וועטער, אדער פארשידענע געשעענישן וועלכע קען זיך נאטורליך ערווארבן, און שטעלן די ביימער אין עקזיסטענצישע געפאהר.
די רעדע איז פון שוועריקייטן וואס אנזייער אין פריעדיגע דורות, טראץ זייער אויסערגעווענדליכע חכמה און סוקסעס, האבן פשוט קיינמאל בייגעוואוינט אזעלעכע פיינפולע קאנפראנטאציעס. און אויב זאל מען איגנארירן דעם דראענדע געפאהר, מיטן טענה אז מיר טוהן בלויז רעאגירן ווי די טעמפעראטורן פון יארן צוריק, קען זיך דער מצב עווענטועל דערקייקלען צו גאר נידריגע שטאפלן, און זאגאר פירן צו א פולקאמער ליקווידאציע.

כדי עס זאל פארזעצן צו וואקסן דורך דעם געהיימען סוד, אויפן סאמע זעלבן פענאמינאשן סטרוקטור. מוז מען כסדר שטיין על המשמר, און אונטערנעמען ברייטע רעטונג אקציעס. האלטן א וואכזאם אויג אויף די וועטער, און ווען ס'באשעוועט בייזע שטורימישע ווינטן, כאטש די געצייטיגטע פירות קענען דאס מעגליך אדורכשוויצן, קען דאס איינס צוויי פארטיליגן די יונגע צווייגן וועלעכע האבן קוים גענומען שפראצן נאך איבערמידליכע הארעוואניע.
ווען ס'אנטוויקלט זיך ווילדע צונאמישע כוואליעס און איז ביכולת צו פארפלייצן אלצדינג, שטעלט דאס די רייכפולע קערענדלעך מיט אירע דעליקאטע ווארצלן, און א לעבנס געפאהר. און אזעלכע געצווינגענע האקעלע פעלער, איז מען דן ברוב חכמה ובישוב הדעת, וויאזוי מ'קען כאפן די נאכנישט געצייטיגטע פירות און זיי אויסשטאפירן מיט די ריכטיגע פאנצערס. זיי צו שטעלן אקסיזדשן צו אטעמען, און זיי מאכן גרייט צו קענען אדורכשוויצן די סכנה און טרעפן דעם וועג צו געצייטיגט ווערן אונטער די זון שטראלן, ווערן רייף, און גרייט צו ריפראדוצירן דעם נארהאפטיגן פרוכט.

איי, אז מ'באבערט אינמיטן וואקסן, קען דאס פארלירן דעם שיינעם פארעם מיטן אינדרויסענדיגן פראכט?
האט דער פראקטישער אגריקולטור עקספערט זיך געאייסערט.


אמת.האט דער חכם וועלעכע האט שטודירט דעם דראענדע געפאהר מודה געווען.
און קען טאקע זיין אז מיטן מאדעפיצירן אדער רעפארמירן זאכן וואס אנבלאנגט נישט דער שטאם לצורך השעה, וועט דער פרי אין קעגנזאץ צו פריעדיגע פירות, זיין עטוואס קלענער און נישט אזוי גלאנציג.
"אבער"! האט דער חכם געפאכעט מיט די האנט, און מיט א אויפמערקזאמער טאן געדונערט. דער צוקונפט פאר ווידערבליה איז דער שטאם. וואס אויב פארלירן מיר דאס, האט זיך א זעלטענעם כליפע ארויסגעכאפט פונעם חכם, און נאכאמאל איבערגעזאגט קלאפענדיג אויפן שטענדער."אויב פארלירן מיר דאס" קען מען גיין בארן קלאפן מיטן שטאלצן סוד און יסוד, און דערלאנגען די קנאה'דיגע פארמער א טראומפירענע זיג.

איי וואס וועט זיין מיט בטחון? האט א פוילער פארמער חוצפה'דיג איבערגעריסן דעם אנגעצויגענע שטילקייט.

יא יא, אבער שטיין מיט פארלייגטע הענט, האט דער חכם ערקלערט מיט א לפנים משורת הדין'יגע סבלנות. איז א שטארקע פארלעצונג צו די פארשריפטן פון דעם סודות'פולען רעצעפט. ווייל מיר דארפן טוהן די מאקסימום השתדלות וואס מ'ערווארט פון אונז, און דאן הייבן די הענט צום באשעפער און זאגן ריבונו של עולם, עשינו מה שגזרת עלינו, אף אתה עשה מה שהבטחתנו, השקיפה ממעון קדשך וכו',

אלזא לאמיר הערן דעם וויי געשריי פון די וויינעדיגע אומבאהאלפענע צווייגלעך, און לאמיר זיי פארזיכערן אז מיר וועלן זיי נישט פאראכטן מיטן גלארייכען ירושה. לאמיר זיי זאגן אז מיר וויינען מיט זיי, און זיי פאשפרעכן אז עס וועט נאך קומען דער טאג, ווען ס'וועט זיין נישט קיין כוואליעס, נישט קיין ווינטן, נאר בלויז די ליכטיגע זון שטראלן. און דאן וועלן זיי וואקסן אומגעשטערט אינעם שענסטן פארעם, מיטן בעסטן שמעק, מיטן רייכסטן גלאנץ, און בליען אויף אייביג.


אצינד איז נישט קיין וואונדער פארוואס די דאזיגע פארמער אונעם שיף טראגן אזא חשיבות. זיי זענען יעצט א קייטעלע מיט א געוואגטן סענסעטיווע אופגאבע צו פארבינדן זייערע פרודוקטן צו די אויסגעהארעוועטע אומברעכבארן שטאלצן שטאם, וועלעכער בליהט שוין ווינדערליך איבער 3000 יאר.
זיי זענען טאקע זייער קליין און ווינציג. ווייניג אין צאל, קליין אין השגה. און דער אמת איז, וואס קען מען שוין פארלאנגען פון א צוקלאפטן בלוט איינגעזאפטער קערנדל. מיט נסים זיך ארויסגעראטעוועט פון די גרויזאמע ארעמעס און בלוטיגע נעגל פון די קנאה'דיגע פארמער, וועלכע האבן מיט א היסטארישע אכזריות דערקלערט אז דאס מאל וועלן זיי שוין מאכן אן ענדגילטיגע ליקווידאציע, אפווישן אויף אייביג, און מער וועט דער ווינדער פרוכט נישט עקזיסטירן. געזעהן האבן זיי מיט די אייגענע אויגן ווי ביימער פלאקערן, צווייגן ווערן צודריקט, פרוכט ווערן פארשטיינערט, ווארצלען ווערן אויסגעריסן, צו די שפאטישע זיגרייכע געלעכטער פון די טייוולאנישע קנאה'דיגע פארמער, וועלעכע האבן געמיינט אז דאנס מאל איז עס זיי געלונגען.

די חברה האבן אנגעהויבן צו אקערן. מ'האט זיך אנגעשטויסן אין שווערע ערד, שווערע וועטער. מאנכע האבן פארגעשלאגן אז מעגליך זאל מען ערזעצן די פארזשאוועטע אייראפעישע העק, מיט נייע אמעריקאנע שאוועל. דאס איז אבער אנידערגעשטימט געווארן דורך א מערהייט מיטן טענה אז דאס שמעקט מיט אויפגעקלערטקייט.

עס האט נישט געהאלפן די טענה פון געוויסע.אז מעגליך די יעניגע עקספערטן פון אייראפעישע ערד, טאקע חשובע פלאנצער. זענען נישט ממש געאייגענט פאר אמעריקאנע ערד, און די סוקסעספול אייראפעישע פלאנצער זענען בכלל נישט אינפארמירט ווי אזוי צו האנדלען מיט די אמעריקאנע טעמפעראטורן, וועלעכע ווי ס'שטעלט זיך ארויס זענען פילפאכיג קאמפליצירטערע פון אייראפעישע, און ס'פאדערט זיך באזונדערע כוחות. און אין אזא פאל אויב שטודירט מען נישט קודם דער ערד קוואליטעט עס זאל זיין פעהיג צו אויסהאלטן שווערע וועטער, קען עס רואנירן דעם אינעווייניגסטן חלק, און חרוב לייגן פילע קערנדלעך, וועלעכע קענען פראדעצירן ביימער, און דערנאך פעלדער.

אבער די זענען פארשריגן געווארן אלס אויפגעקלערטע. און ווער וועט האבן חוצפה צו אויסלערנען וועטראן פלאנצער, וויאזוי זיך אומצוגיין מיט ערד.

די אייראפעאישע עקספערטן האבן באשלאסן, אז א שאד זיך קאנצעטרירן אויף די אינעווייניגסטן חלק.
די מאטעמטיק איז פשוט. צו וואס זיך שפילן מיט דעם סענסעטיווען הארץ. היינט איז שוין סיי ווי דער שטאם פעלזן שטארק, און גיי ווייס וואס עס פעלט אפילו אויס. אז מ'וועט פארשענערן דעם אינדרויסן, מ'וועט דאס זאגאר מאכן אסאך שענער ווי די ערשטע פלאנצער האבן אפילו גע'חלומ'ט,
"זיי וועלן אונז אפילו נישט דערקענען" האט זיך איינער געוויצלט צו די סאטיספאקציע פון די איבריגע איינגעשפאנטע פלאנצער. און מיט אזא מאסיווער אויפוואכונג פון אינדרויסן, וועט דער אינעווייניגסטע אויטאמאטיש מיט גיין, און אזוי וועט מען נישט פארראטן די זיידע פלאנצער.

איי דער דרשה פון אותו חכם? האט איינער געוואלט זיכער מאכן מ'האט דאס אין אכט גענומען.

נו, האט ער געזאגט. האט זיך געהערט ווי אין א כאאר דעם פריער אפגעשמועסטן ענטפער. אנדערע צייטן געוועזן, מ'האט מורא געהאט פון די שכנים, אבער אין אמעריקע? א פריי לאנד.

אין א זיגרייכע מאמענט פאר די אייראפעאישע וועטראן עקספערטן,האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אז די ביימער בליען א מחיה. מ'האט געשניטן פרוכט אזש ס'געוועזן א נחת. גוט זאגער האבן נאך אפילו צוגעלייגט אז מ'זעהט דעם פסוק הזורעים בדמעה ברינה יקצורו אין פולען רעאליטעט, און אבי געהאקט אלץ די זעלבע פאר אויבער חכמים וואס פארשטייען בעסער. מ'האט זיך נישט געלאזט פון זיי דעמאלט און מ'וועט זיך נישט לאזן יעצט.

די שמחה איז אבער געוועזן העכסט פריצייטיג.

עס איז געקומען צו די רעפרודוקציע שטאפלן, אין צו קיין אנטוישונג צו די וועלעכע האבן זיך געבעטן פאר אמעריקאנע העק און עפעס וואס אן אגריקולטור דעגרי,האט דער ערד אנגעהויבן שלאגן פארפוילטע ווארצלען, הונקעדיגע צווייגלעך האבן אנגעהויבן צו שפראצן, און אויפגעבלאזענע פרוכט מיט א ביטערן טריקנעם טעם זענען געשניטן געווארן. שטורעמישע ווינטן האבן אנגעהויבן צו בלאזן, אזש עס האט אנגעהויבן צו ווינדשאוולען די ליידיגע קערענדלעך. כאאס און טומל האט זיך אראפגעלאזט אויף די איבערגעפילטע פעלדער, ווי פרעמדע בהמות האבן געפאשעט. א וואלקן פון אנגסט און דעריאגעניש האט אנגעהויבן שוועבן העכער די קעפ פון די נייע בהלה'דיגע פארמער, מאסן פארזאמלונגען זענען גערופען געווארן, און הצילו קאמפיינען זענען אריין אין פולען שוואונג.

וואס טוהט מען? איז געווען די געמיינזאמע זארג.
פון אלע וווינקלען האט זיך אנגעהויבן צו הערן פארשלאגן, אז מעגליך זאל מען טוהן כאותו חכם. מ'זאל קימערן ווייניגער אויף די שאלאכטס, אין קאנצעטרירן זיך אויף דער הארץ.

אבער ווי אין יעדן פאל, געווינען די עקסטרעמיסטן. האט מען באשלאסן אז ניין. מ'וועט לאזן דער שטאם אומגערירט, און מ'וועט אינפארסירן א זעלטענעם שטארקן פארעם. מ'וועט אויסשטאפירן דעם פעלד ארום און ארום, מיט ספעציעל ערצייגטע אנטי ווינטן מיטלען.
מ'וועט בייקומען די ווינטן, מ'וועט זיך נישט לאזן, מ'וועט אזוי שטארק מאכן דעם שאלאכטס, אז די ווינטן וועלן זיך נישט טרויען צו רירן א צווייג, האבן געוויסע דערקלערט מיט א פארריסענעם עזות דקדושה.

מ'האט געכאפט העק מיט גאלדענע דעמאנסטראטישע אותיות איינגעקריצט דערויף,"חדש אסור מן התורה". און דערקלערט קריג קעגן די ווינטן וועלעכע שניידן אן קיין רחמנות, און הייבן זיך נאכאנדיג בלויז צו פרישע היסטארישע שטארקייטן. יא דער אינעווייניג, נישט דער אינעווייניג. א פרוכט זאל דאס זיין, שיין און גרויס.

הצילו!!!
שטייט א נאקעטן איבער 3,000 יעריגן שטאם און זינקט דראסטיש טיף אין דער ערד. ס'איז שוין ביים שוועל פון ווערן באגראבן. זי וויינט מיט יאמערליכע טרערן, בעהט זיך מיט תחנונים, מ'זאל זיך אומקוקן אויף איר. זי שרייט פארוואס זיך אומקוקן אויף אלץ ארום, ווען אויב פארלירט איר מיר, דאן איז אלצדינג ארום, ווערטלאז צו יעדן אפטייטש.

אבער ס'נישטא ווער ס'זאל זיך דערבארמען. די וואס ווילן יא האבן קיין שאוועל.
"ס'וואקסן טויזענטער צווייגן, אבער פארטריקענט ווי שטיין".
"ס'וואקסן ריזיגע בלעטער, אבער שווארץ און פארפוילט".
"ס'וואקסן גיגאנטישע פרוכט, אבער ליידיג פון יעדן טעם."
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ישמעאל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 03, 2013 6:59 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך ישמעאל »

:like זייער קלאסיש און גוט ארויסגעברענגט,
באשר הוא שם
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

יואב, דו ברענגסט זייער גוט ארויס דעם פראבלעם, אבער אויב די אויספיר איז צו שרייען "הצילו", איז דאס פונקט ווי די כינוס כלל ישראל וכדו' וואס קענען אויך זייער גוט שרייען הצילו אן האבן א לעזונג פאר די פראבלעמען, יעדער שרייט אז מיר זענען פיל מיט פראבלעמען און דאס איז טאקע דער פראבלעם, איך ווארט אויף די המשך און אויספיר וואס די לעזונג איז.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

גערעכט,
איך בין אבער נישט דער שרייער דא, דאס איז דער בוים וועלעכע בעהט מ'זאל איר ראטעווען,
איך פאר מיר האב געטראפן א וועג וויאזוי זיך צו ראטעווען,

אגב, כדי צו דעמאנאסטרירן א אומלייקנבארער פראבלעם, מוז מען נישט האבן די סעלוציע,
איך בין נישט פון די נבונים פארצושלאגן אלטערנאטיווע מהלכים פאר דער סיסטעם.

אבער כ'האב יא ארויסגעברענגט אז מ'זאל זיך קאנצעטרירן אויף די פנימיות פון אידישקייט, נישט די חצוניות,


כ'האב גראדע געטראכט צו מאכן 2 לאנגע ארטיקלען. צום סוף בין איז מיר פארגאנגען די אפעטיט, און שנעל צאמגעקלאפט דעם ארטיקל, און דאס געפאוסט. טיפיקל יואב.
*אפשר אן אנדערן לאנגווייליגן מוצאי שבת,
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

יואב'ל, א הערליכע משל, אבער שרייב דעם נמשל אויך, ברענג ארויס עטליכע נקודות מיט וואס אונזער סיסטעם איז פוסט און אומווירקזאם. דער עולם וועט זיך מחי' זיין, און ס'וועט זיין א דבר השלם.
דו האסט א געוואלדיגע פענע.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

פנימיות איז א נייע ערפינדונג (חדש אסור מן התורה?)
קלאסישע אידישע חינוך האט קיינמאל ניישט פארמאגט קיין באזונדערע פנימיות, ס'אלץ געווען בערך ווי היינט, מער ווייניגער איז די אידאלאגיע געווען ספי לי כתורא (אגב, במשך הדורות נתקטנו התורא'ס) והמאור שבה וכו.

אויב דו האסט באווייזן אויף פארקערט, בינעך גרייט צו הערן.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

יואב, דו ביזט גערעכט מיט דיין שרייען, און דעם בוים איז אויך גערעכט מיט זיין שרייען, אבער דאס האב איך ארויסגעברענגט אז ווען מען שרייט אויפן סיסטעם, זעהט עס אויס פונקט ווי די רבנים שרייען אויפן מצב הדור אן געבן א נארמאלן סעלושאן צו די פראבלעמען, און אויב אזוי שטייען מיר דאך אייניג.
די מציאות איז אז מיר זענען געבוירן געווארן אינעם סיסטעם, און רוב מענטשן ווילן נישט אוועקווארפן אינגאנצן דעם סיסטעם, אפילו עס האט אסאך פראבלעמען, ממילא דארף מיר זיך מער קאנצעטרירן אויף ווי אזוי מיר קענען זיך מאכן באקוועם אינעם סיסטעם, וכבר הארכתי בענין זה מאחורי.
און אדרבה שטרענג דיך אן און שרייב יא דיין צווייטן ארטיקל, מיט וואס מיר קענען זיך מאכן באקוועם בתוך הסיסטעם.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יואב האט געשריבן:גערעכט,
איך בין אבער נישט דער שרייער דא, דאס איז דער בוים וועלעכע בעהט מ'זאל איר ראטעווען,
איך פאר מיר האב געטראפן א וועג וויאזוי זיך צו ראטעווען,
,

אפשר זיי אזוי גוט און דו ביסט מגלה דעם וועג?
האדם לא נברא אלא להתענג
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

ממרום שלח אש האט געשריבן:פנימיות איז א נייע ערפינדונג (חדש אסור מן התורה?)
קלאסישע אידישע חינוך האט קיינמאל ניישט פארמאגט קיין באזונדערע פנימיות, ס'אלץ געווען בערך ווי היינט, מער ווייניגער איז די אידאלאגיע געווען ספי לי כתורא (אגב, במשך הדורות נתקטנו התורא'ס) והמאור שבה וכו.

אויב דו האסט באווייזן אויף פארקערט, בינעך גרייט צו הערן.


חציונית, איז זיכער קיינמאל נישט געווען אויף אזא געשוואלענעם פארמאט ווי אכשר דרא,
פנימיות, קען דיר נישט פונקטליך זאגן, ס'ווענד זיך ווי און ווען,
אבער קלאר אז מ'האט געוויסט מער איבער פאנדעמענטואלע אידישקייט הינזיכטן,
ס'גלייבט זיך נישט אז אידישקייט האט זיך אזוי לאנג געהאלטן בלויז פון שובבים תורות,

א חוץ פון דעם, דעבאטירנדיג שטענדיג קריסטן, מוסלאמענער, געצן דינער,
האט אידישקייט געלאכטן מיט איר שטאלץ און חכמה,
היינט ווען אידישקייט איז אויף דעפענסיוו, אונטער די שאטן פון וויסענשאפט און סעקולעריזם,
פאדערט זיך א באזונדערע דגיש דיקא איבער פנימיות אספעקטן, אסאך מער ווי ס'געוועזן אין יעדע צייט,

נישט נאר מ'לייגט נישט קיין דגיש אויף פנימיות, מ'לערנט נישט קיין אמונה, נ'"ך, תורה עם דרך ארץ. דערשטיקט יעדע זאך וואס שמעקט נאר מיט אינטלעקט, אא"וו,
נאר ליבערשט פאטשט מען אויף פארענטשעס, מ'פרעסט קוגל מיט געפילטע פיש מיט אלע הייליגע כוונות, איינגעוויקלט מיט די הייליגסטע קליידער וואס נאר שייך, אזש די עם נבון וחכם שפראלט ארויס צו יעדן אפטייטש,
קיין ווינדער ס'קומט אן אינטערנעט און פירט מאסן צום שמד טאפ,
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

אהה, כזע שוין דיין טעות. דו האלסט ערענסט אז די פנימיות וועט האט יא א טשענס אקעגן סייענס .
נאר קוגל פאלט פלאך, אבער די ד יסודות, און ערשטע שער פון חובת הלבבות וועלן צוריקשיקן סייענס אונטער די הרי החושך.
והא ראי, סהאט געארבעט אקעגן די קריסטן.

ווילעך דיר זאגן, חלמא טבא חזיתא, אדער רעספעקטיקסטו די קוגל אויך, אז נישט וועט אלעס פאלן סונער אר לעטער
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

קוק אהער, ווי האט נאר ישעיהו געזאגט פאר חזקיהו, בהדי כבשי דרחמנא למה לך,
סייענס איז נאך א פראקציע פון א פארצווייגטע הסתרה וואס הערשט דעם היינטיגן דור,
מיר דארפן טוהן די פארלאנגטע השתדלות, ס'איז נישט מעגליך צו האבן דעם אלטימאטיוון צוריקהאלטונג מעטאד, פון א מענטש איבערצולאזן אידישקייט, דער מציאות איז, אידישקייט ווי אזוי עס ווערט איבערגעגבן צו אונז מיט אזא נעגאטיווע ליכט,
איז א פארשטענדליכע גורם פאר א וואנדעריגן קינד איבערצולאזן אידישקייט,

זאל מען ווען פארזיסן אידישקייט, ליין, עכ"פ דער מאקסימום וואס מעגליך, וואלט דאס לכאורה פארמינערט די שאדן פון אזויפיל קאליעדיגע פרוכט,
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

כ'האב נישט געברענגט די וויכוחים מיט קריסטן אלס א ראיה,
כ'האב בלויז גענוצט אלס משל אין וועלעכע אומבאדראענדע אומשטענדן כלל ישראל האט זיך דאן געפונען,
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

לאמיר דא מער אויסשמועסן וואס כ'האב פריער געשריבן,

"חסידות" וועלעכער בימי חז"ל, און ווי אויך אינעם מיטל אלטער איז דעפינירט געווארן אלס = לפנים משורת הדין,
האט זיך ערווארבן אלס די דאמאנירנדע אידישקייט פראקטעצירונג,
בעת אידישקייט, אין איר ארגינעלן אפטייטש, באדייט אפצוהיטן 613 געבאט,
דאס שליסט אויך איין זאכן וואס חכמינו האבן באזירט אויף וואס זיי האבן מקבל געוועזן אריינגעלערנט,

דער פעקעדש קומט מיט א באזונדערן בחירה פאר יעדן אידיש קינד וועלעכער מאכט איינטריט אויף דער וועלט,
מיט פארשפרעכטע שכר ועונש, געוואנדן וויאזוי ער גייט זיך אום מיט די תורה,
דאס מיינט. אז יא, מענטשן קענען און וועלן איבערלאזן אידישקייט, נישט קיין חילוק מיט וואספארא ליכט מ'גייט זיי דאס איבערגעבן,

צדיקים האבן געזאגט אז א קרעכץ פון א יוד מאכט א רעש אין הימל,
דער באדייט פון אזאנע ווערטער זענען פשוט,
די ניסיונות, האט דערגרייכט א היסטארישן קלימאקס, און די הסתרה איז גרויס ווי דער גלות,
דער gap וואס הערשט בדורינו אפצוהיטן אידישקייט צו אונזער זיידעס, איז ביטערליך ריזיג,
און דער מסירת נפש פון א יוד אפצוהיטן די תורה איז אומגעהויער ,

אנשטאט צו טרעפן וועגן וויאזווי צו איבערצייגן קינדער צו וועלן אפהיטן די געבאט, אין גאר שווערע אומשטענדן,
דאס לכאורה האט געזאלט באדייטן. אז מ'זאל נישט אונטערנעמען פרישע ריסטריקציעס, הפנים, די וועלעכע אנבלאנגט נישט די עיקרים,
מ'זאל פראבירן צו זיס מאכן אידישקייט, און נישט איגנארירן דער פינסטערן ריאליטעט וועלעכע טראגט זיך בכלל נישט אפ, טראץ דעם וואס עס בלוטיגט ערליכע אידן,
האט זיך ארויסגעשטעלט אז ניין,מ'גייט פארוואנדלען לפנים משורת הדין, אלס די פארלאנגטע,
און דערנאך א טריט ווייטער. אז הערשט די אלע זאכן ארום,
-----וועלעכע שטעלט אסאך שוועריקייטן פאר א דורכשניטליכער מענטש צו היטן------
דאס זענען וואס מ'מוז. די אנדערע מוז מען אויך,
אבער די פעקט אוף די מעטטער איז אז מ'לערנט דאס קנאפ, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז די לפנים משורת הדין זאכן,
האט זיך פארקערפערט אונערהאלב אקטועלע אידישקייט זאכן, און גורם געוועזן אז מ'זאל נישט לייגן אזא דגיש אויף די עיקרים,
הפנים זעיר אנפין'ס זאלן דאס באהאנדלן מיט די זעלבע מאס אויפמערקזאמקייט ווי די עיקרים,
ניין, כ'האב נישט געזאגט אז מלערענט נישט די עקרים,
אבער יא, מ'לערנט נישט גענוג,


און דאס איז א שליסל צו די הינקעדיגע אידישקייט וועלעכע האט זיך פארמירט ביי אונז,
און שלאגט נעגעטיווקייט אין א שעדליכע פארמאט,,
און הגם איך האלט מ'מיינט גוטס, איז דאס לדעתי א מסוכנ'דיגע פלאטפארמע פארן עתיד,

וויל איך דא מאכן א דיסקלעימער, איך מאך נישט אוועק סיי וואספארא חסיד'שע מנהג,
אדרבה, איך טוה שעצן יעדע סארט קדש עצמך במותר לך,
דאס אבער נניח א מענטש פאר זיך זעלבס וואס נעמט אונטער איניצאטיוון וויאזוי זיך מער צו דערנענטערן צום אויבערשטן,
דאס פארוואנדלן אבער אין אידישקייט שלאגט לדעתי נעגאטיוע ווארצלן,

איינס ווייל ס'נעמט פשוט אוועק די אויפמערקזאמקייט פון עיקרים,
צווייטנס, א מענטש וואס וויל זיך אפשאקלן פון געוויסע חומרות, פאר סיי וואספארא יא אדער נישט דערהערטע סיבות,
צו ווייל ס'האט אים געשטערט אין פולע אספעקטן, צו ווייל ער וויל סתם אזוי זיך נישט מחייב זיין איבריגע זאכן,
ווארפט אראפ פון זיך דער גאנצער עול המצוות, און אין געוויסע פעלער א פרישן פאבליסעטי אנדרייער פארן גאס,
ווייל "אידישקייט" נוסח וויאזוי ער איז אויפגעוואקסן דערגייט אים די לעבן, און אויב איז ער מחליט פטור צו ווערן, דאן קייקעלט זיך מיט דער גאנצע תורה,

איך וויל נישט אריינגיין אין דעם נושא, אבער דבורה פעלדמאן'ס בוך, אחוץ פון ממש געציילטע טענות,
וואלט דאס רואיג געקענט הייסן UNHASIDIC ווי איידער UNORTHODOX

קומט נישט יעצט מיר אטאקירן אז סוף כל סוף האט זי געציילטע טענות קעגן אקטועלע אידישקייט,
ווייל איך גלויב נישט זי וואלט פאבליצירט א בוך בלויז אפצוחוזק'ן פון הלכות נידה,

פילע שקצים (ניין נישט אלע) וועלעכע זענען גענצליך פריי, צו אידענטעפיצירן זיך אלס שטאלצע אטיסטן,
וואלטן באזירט אויף זייער האס צו "אידישקייט" געקענט ווייטער פירן א מאדערענעם ארטאדאקסישן לעבן,

*דערנאך איז פארהאן א צווייטע פראבלעם , דאס אז ווען די פראבלעמען פראסקענען שוין אין פרצוף, גיין מיטן קאפ אין וואנט אריין,

קלאר צו מאכן פאר די קריטיקירער,
איך האלט קלאר אז כל המרבה בגדרים וחומרות (פאר זיך) הרי זה משבח,
איך טוה שטארק שעצן געוויסע פרומע אידן, וואס מיינען דאס אמת'דיג.
און איך בין בכלל נישט דערקעגן אז ס'זאל זיין אן אפענער פעלד דערפאר, אויב יא, טוה איך שוין אריינקריכן אין א צווייטע סיסטעם,
נעמליך דער אנטי סיסטעם-סיסטעם, לאזטס מיר ארויס פון די סיסטעמען,

על הראשונים אנו מצטערים!
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

יואב האט געשריבן:ניין, כ'האב נישט געזאגט אז מלערענט נישט די עקרים,
...
און הגם איך האלט מ'מיינט גוטס, איז דאס לדעתי א מסוכנ'דיגע פלאטפארמע פארן עתיד,



טעות אחר טעות
מלערנט בכלל נישט די עיקרים אנגעהויבן ביי די י"ג עיקרים, און גענדיקט ביים ספר העיקרים
ולא מתוך כונה טובה רק מתוך עצלות של שמחה

איך האב געזאגט פאר א דורכשניטליכער סקווירא בחור: איך גיב אים א צענער אויב זאגט ער מיר אזאך וואס איז א הלכה נישט א מנהג
און אויב קען ער מיר זאגן אויסענווייניג די עשרת הדברות
די צענער ליגט ביי מיר
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אויס מענטש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

אויס מענטש האט געשריבן:
יואב האט געשריבן:ניין, כ'האב נישט געזאגט אז מלערענט נישט די עקרים,
...
און הגם איך האלט מ'מיינט גוטס, איז דאס לדעתי א מסוכנ'דיגע פלאטפארמע פארן עתיד,



טעות אחר טעות
מלערנט בכלל נישט די עיקרים אנגעהויבן ביי די י"ג עיקרים, און גענדיקט ביים ספר העיקרים
ולא מתוך כונה טובה רק מתוך עצלות של שמחה


מהיכן דנתנו, זיכער לערנט מען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

אדרבה פרעג סתם א בחור
פארוואס האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט ?
עסט זעהן ווילאנג ער וועט זיך אויס קראצן מיט א נארמאלע תי'
וואס איז דיין תכלית אויף דער וועלט צו זיין סאטמאר רב דער בעש"ט ?
אויב יא ווילאנג חלומסטו אז די גייסט זיין אזוי אין ווען גייסטו אויפגעבן ?

און וואס מיט די אלע הונדעטערטער מיליאנען אידן וואס זענען געווען פשוטע אידן נישט קיין גרויסע צדיקים, וואס איז געווען זייער תכלית

זיי גייען מגולגל ווערן ביז זיי גייען ווערן צדיקים ?
פארוואס דארף מען דאווענען יעדן טאג ?
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

פארוואס ג׳ט האט באשאפן איז נישט פון די עיקרים וה״ה דיינע אנדערע פראגעס וועגן בע״ש. מען זעהט אז דו קאנסט טאקע נישט די עיקרים.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:פארוואס ג׳ט האט באשאפן איז נישט פון די עיקרים וה״ה דיינע אנדערע פראגעס וועגן בע״ש. מען זעהט אז דו קאנסט טאקע נישט די עיקרים.


דאס איז די בעסטע וואס די קענסט ענטפערן, גוט !

אבער נישט צו וויסן פאר וואס דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, און מה חובתך בעולמך וואס זיכסטו אויף דער וועלט, איז דער יסוד החיים.
עיקר מיינט ביי מיר דער עיקר פון אידישקייט, פון לעבן, חוץ די אלע מנהגים קפידות מחלוקת, וואס זענען די היינטיגע עיקרים
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

לויט מיין קנאפע ידיעה איז די ספר מסילת ישרים גאנץ א אנגענומענער ספר אין די חרדישע, היימישע ישיבות. און אינעם ספר ממש אין אנהייב רעדט ער דערפון.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:לויט מיין קנאפע ידיעה איז די ספר מסילת ישרים גאנץ א אנגענומענער ספר אין די חרדישע, היימישע ישיבות. און אינעם ספר ממש אין אנהייב רעדט ער דערפון.

מסילת ישרים האב איך טאקע געלערנט אין כתה ג' ווען איך האב נאך אפי' נישט געוויסט וואס די וועלט מיינט
ווען מיין פלאן איז נאך געווען צו זיין א ל"ו צדיק אדער עפעס א גרויסע פועל ישועות, ווי מען הרגט גוים מיט ווערטער און מען גיט מענטשן עשירות מיט ברכות

און פאר אונז איז דאס געווען סתם נאך א פלאץ ווי מען קען כאפן פעטש אויב מען ווייסט נישט ווי מען האלט.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

דאן שריי אויף די מנהל וואס האט געהאלטן אזא מלמד. אדער דיין טאטע פארן דיר שיקן צו אים.

איך האב דאס געלערנט אין ישיבה קטנה אויך.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

אוי כ'האב פארגעסן, געלערנט אין ישבה קטנה אויך. חוץ טייטש פון דעם ספר, האב איך גארנישט געהערט.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

יואב האט געשריבן:לאמיר דא מער אויסשמועסן וואס כ'האב פריער געשריבן,

זייער שיין געשריבן, אבער אזוי ווי מייין תגובה האט זיך צו שטארק פארברייטערט, האט איך עס דא געשטעלט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
פארשפארט