טיקעטס קיין מירון

הילף, עצות און טיפס
אריק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

טיקעטס קיין מירון

שליחה דורך אריק »

איך זיך צו קויפן א טיקעט צו פארן בעזהש"י קיין מירון אויף ל"ג בעומר, וואו קען מען יעצט באקומען דאס בעסטע פרייז?
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

פארוואס ווילסטו פארן קיין מירון אויף ל"ג בעומר? איך מיין אז לג בעומר צייט איז טייער, פאהר ליבערשט א וואך נאך ל"ג העסטו טרעפן ביליגער.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

@ לעמאן, איך בין משתאה ומחריש וואס איז פשט פון דיין שאלה.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
טישו באקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך טישו באקס »

געווענליך איז ל"ג בעומר טאקע א טייערע סיזען, איך האב אבער געקויפט צוויי וואכן פאר פסח ביי אן היימישן טרעוועל אגענט א סטרעיט פלייט טיקעט מיט אל-על פאר אינטער טויזנט דאלער.
די פרייזן זענען אבער לכאורה שוין ארויף געגאנגען יעצט. מיט וויפל ווייס איך נישט.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

שמעקעדיג האט געשריבן:@ לעמאן, איך בין משתאה ומחריש וואס איז פשט פון דיין שאלה.


וואס פארשטייסטו נישט?
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

וואספארא קשיא איז דאס פארוואס ער וויל פארן אויף ל"ג בעומר? א חוץ אז ביי דיר איז די דרכא אחרינא אין מאנרא פשוט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

משה געציל האט געשריבן:וואספארא קשיא איז דאס פארוואס ער וויל פארן אויף ל"ג בעומר? א חוץ אז ביי דיר איז די דרכא אחרינא אין מאנרא פשוט.


הייסט ער וויל זעהן פארוואס מען האט געמאכט דעם ׳מהדרין דרך׳...דאן פארשטיי איך טאקע פארוואס ער וויל צאהלן אין הימל אריין.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

מהדרין דרך, מהדרין באסעס, סגולת הרשב"י, אהל הרשב"י, צדקת הרשב"י, ח"י רוטל וויין, ח"י רוטל וואסער, ח"י רוטל אמעריקאנע קאווע שע"י הגרח"ל ווייס, וכו' וכו', עס פעלט וואס צו זען?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

משה געציל האט געשריבן:מהדרין דרך, מהדרין באסעס, סגולת הרשב"י, אהל הרשב"י, צדקת הרשב"י, ח"י רוטל וויין, ח"י רוטל וואסער, ח"י רוטל אמעריקאנע קאווע שע"י הגרח"ל ווייס, וכו' וכו', עס פעלט וואס צו זען?



נעה. די סיבה אונטערן מהדרין דרך...די אלעס אנדערש קען ער טאקע זעהן אין מאנדרא. כהער אז די מרת. ראטל וועט היייאר זיין ביינאכט אין מירון און במשכ׳ן טאג און פארנאכטס אין מאנדרא יצ״ו. (כמעט ווי יע״א)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לעמאן דזשוס, פליז זאג מיר אז דו ביסט נאך קיינמאל נישט געווען אין מירון!
אויב נישט, רעקאמענדיר איך דיר צו פארן איינמאל, און דו וועסט אנדערש רעדן...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך האלט אז סנישט ווערט צו צאלן 1000 דאלער פאר אפאר עמאציאנאלע מינוטן
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

שמעקעדיג האט געשריבן:לעמאן דזשוס, פליז זאג מיר אז דו ביסט נאך קיינמאל נישט געווען אין מירון!
אויב נישט, רעקאמענדיר איך דיר צו פארן איינמאל, און דו וועסט אנדערש רעדן...



שמעקעדיג איי לאוו יא. באט איך בין שוין געוועהן....איך האב נישט קיין ווערטער.סא מערת פריצים.
הערשעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 11:32 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך הערשעלע »

טערקיי עירליין האט נאך יעצט פאר 924
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זר זהב האט געשריבן:איך האלט אז סנישט ווערט צו צאלן 1000 דאלער פאר אפאר עמאציאנאלע מינוטן

פאר דאס וואס איך האב געשפירט - און ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער עד היום הזה - לוינט זיך צו צאלן אפילו $2,000
מעגסט מחולק זיין, איך וועל נישט זיין באליידיגט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך קענישט מחולק זיין ווייל כ'ווייס דאך נישט וואס דו האסט געשפירט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

שמעקעדיג האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך האלט אז סנישט ווערט צו צאלן 1000 דאלער פאר אפאר עמאציאנאלע מינוטן

פאר דאס וואס איך האב געשפירט - און ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער עד היום הזה - לוינט זיך צו צאלן אפילו $2,000
מעגסט מחולק זיין, איך וועל נישט זיין באליידיגט.


איינער זאגט מיר אין פרייוועט אז ער וואלט געצאלט פיר אלפים בלויז צו קענען זיין אין טברי׳ ביים כנרת און די וועטער זאל ארבעטן ארויסצוברענגן די ציונעטעס ביים וואסער...שומו שמים.
באניצער אוואטאר
טישו באקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך טישו באקס »

זר זהב האט געשריבן:איך האלט אז סנישט ווערט צו צאלן 1000 דאלער פאר אפאר עמאציאנאלע מינוטן


סאיז דא א סיבה פארוואס במציאות פארן מער מענטשן פון יאר צו יאר.
איך אליין נאכ'ן זיין דארט איינמאל האב איך מיר איבערגעצייגט אז סאי'ז ווערט זיך צו לאזן קאסטן נאכאמאל
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דיין איבערצייגונג זאגט נאך נישט אז ס'ריכטיג. און ס'ווענט זיך אויך אינעם בערזעל, איינער וואס קען זיך עס גרינג ערלויבן מעג פארן אפילו ער שפירט גארנישט דארט
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לאמיר נישט פארקריכן פונעם נושא פון ביליגע טיקעטס, נאר אז מען רעדט שוין, וויל איך פשוט פארשטיין, לעמאן דזשוס וכל קדושיו עמו: צי האלט איר טאקע אז די צענדליגער טויזענטער וועלכע פארן יערליך אין די מאסן פון חוץ לארץ קיין מירון - לאמיר שוין נישט רעדן פון די הונדערטער חסידות'ער רבי'ס מיט חסידים ואנשי מעשה פון ארץ ישראל אליינס - זענען משוגע אז זיי פארן אהין? זיי גייען בלויז מיטהאלטן א מערת פריצים?

די אלע וועלכע רעדן מיט א התרגשות און השתוקקות, איז אלעס נישט מער ווי פאלשע הרגשים? די אלע ענינים וועלכע ווערט געברענגט אין די ספרים הק' איבער די קדושת המקום און מענטשן וואס שפירן זיך דערהויבן, קען מען אוועקמאכן כלאחר יד?

איך האב שוין אביסעלע באשריבן דא, ומשם תדרשנו לטובה.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

מיינטס טאקע אז יעדע פון די פארערס שפירט עפעס? אסאך פארן ווייל זיי גלייבן אז ס'א הייליג זמן און א הייליג פלאץ און מ'קען זיך אויסבעטן, אבער שפירן שפירן זיי וואס איך שפיר ווען איך לייג תפילין. דו פארסט אבער ווייל דו "שפירסט", איז די שאלה וויפיל איז דעי "שפירן" ווערט?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

@שמעקעדיג, חוץ אז מען גייט פארנאכטס אדער מיט די פריש ערצייגטע שאלן איז אין לנו אלא דברי רבינו בעל דברי ויואל משה, מהרי״ץ דושינסקיא, און כל גדולי ירושלים והליטא.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך וועל למען התועלת דא נאכאמאל אראפברענגען די 3 לינקס פון אייוועלט וועלכע איך האב צוגעצייכענט אין פריערדיגן אשכול.
אפילו אויב נאר האלב זאל זיין אמת, וויפיל וואלסטו געצאלט דאס צו שפירן?
און אודאי אז וויפיל מען שרייבט איז נאך אלץ נישט גענוג...

כאטש כ'וועל מודה זיין אז איין יאר ווען איך בין דארט געווען האב איך אויך נישט געשפירט עפעס אויסטערליש, אבער בדרך כלל איז עס נישט אזוי.

אט זענען די 3 לינקס (שטארק רעקאמענדירט עס אדורכצוליינען ווען איר האט לכה"פ א האלבע שעה אדער מער ישוב הדעת):

פאר א הערליכע באשרייבונג פון ל"ג בעומר אין מירון, זעהט דא, און דא, און אויך דא. הערליך באשריבן, און יעדעס ווארט אמת.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

איך בין אמאל געפארן אויף ל"ג בעומר קיין מירון, וואס זאל איך אייך זאגן פון מיין פרעספעקטיוו איז מירון זייער א שיין פלאץ נאר נישט אויף ל"ג בעומר!
אן אנשיקעניש און אן אנלויפעניש אז ס'איז א שרעק. געהעריג א קארניוועל מיט אלע סארט ענטערטענימענט, אנגעהויבן מיט די שחיטות פון די פרענקען און געענדיגט מיט די מראות קודש פון די חבד'סקער. א ריינער בית הכבוד איז שווער צום געפונען, לאמיר נישט רעדן פון דער מקוה. ראיות אסורות מאנגלט אויך נישט.

דער אמעריקאנער נגיד טאנצט נעבעך ערליך דעם תורתו מגן לנו ווייל ער וויל באצאלן זיין אלף'ל פלאס וואס ס'האט אים געקאסט, און דער ישראלישער טרינקט אסאך קאלא ווייל ס'איז אומזיסט. און סנדר אשכנזי טיילט געבראטנס, אויך נאר פאר די ווי.איי.פי.
איך בין אנגעקומען דארט מיט דער הנחה אז ס'גייט אויסזען ווי עולה רגל זיין און שמחת בית השואבה ווען חסידים ואנשי מעשה טאנצן מיט דביקות און זענען שואב רוח הקודש, אדער עכ"פ פון דער שמחה חוץ לדרך הטבע וואס דער בני יששכר רעדט פון.
איך האב נישט געטראפן דעם יום כיפור אינעווייניג און נישט דעם שמחת תורה אינדרויסן. איך קען עטליכע חסידי'שע הויפן דאהי וואס ל"ג בעומר איז מער מרומם און פרייליכער.
קען זיין כ'האב עס געגעבן צו הויכע ערווארטונגען.

איין בילד וואס גייט מיר נישט ארויס פון די אויגן און האט פאר מיר אויסגעצאלט די 17 מאות איז ווי א זיבעצען יעריג בחורל אנגעטוען מיט די יוניפארמען פון בטחון דאס הייסט ער האט געדינט פאר די ארטיגע סיקיוריטי זיצט אונטער א בוים מיט א בלויזן כפה סרוגה און איז מעביר סדרה היות ל"ג בעומר איז געווען פרייטאג.
איך, דער חניוקישער צושטרויבלטער בחור, דבוק ברבי שמעון ובמשנתו הטהורה עד לאחת, האט 'נישט' מעביר סדרה געווען אויף יענעם פרייטאג.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
פארשפארט