טיקעטס קיין מירון
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 140
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל
טיקעטס קיין מירון
איך זיך צו קויפן א טיקעט צו פארן בעזהש"י קיין מירון אויף ל"ג בעומר, וואו קען מען יעצט באקומען דאס בעסטע פרייז?
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
מהדרין דרך, מהדרין באסעס, סגולת הרשב"י, אהל הרשב"י, צדקת הרשב"י, ח"י רוטל וויין, ח"י רוטל וואסער, ח"י רוטל אמעריקאנע קאווע שע"י הגרח"ל ווייס, וכו' וכו', עס פעלט וואס צו זען?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
משה געציל האט געשריבן:מהדרין דרך, מהדרין באסעס, סגולת הרשב"י, אהל הרשב"י, צדקת הרשב"י, ח"י רוטל וויין, ח"י רוטל וואסער, ח"י רוטל אמעריקאנע קאווע שע"י הגרח"ל ווייס, וכו' וכו', עס פעלט וואס צו זען?
נעה. די סיבה אונטערן מהדרין דרך...די אלעס אנדערש קען ער טאקע זעהן אין מאנדרא. כהער אז די מרת. ראטל וועט היייאר זיין ביינאכט אין מירון און במשכ׳ן טאג און פארנאכטס אין מאנדרא יצ״ו. (כמעט ווי יע״א)
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:איך האלט אז סנישט ווערט צו צאלן 1000 דאלער פאר אפאר עמאציאנאלע מינוטן
פאר דאס וואס איך האב געשפירט - און ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער עד היום הזה - לוינט זיך צו צאלן אפילו $2,000
מעגסט מחולק זיין, איך וועל נישט זיין באליידיגט.
איינער זאגט מיר אין פרייוועט אז ער וואלט געצאלט פיר אלפים בלויז צו קענען זיין אין טברי׳ ביים כנרת און די וועטער זאל ארבעטן ארויסצוברענגן די ציונעטעס ביים וואסער...שומו שמים.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
לאמיר נישט פארקריכן פונעם נושא פון ביליגע טיקעטס, נאר אז מען רעדט שוין, וויל איך פשוט פארשטיין, לעמאן דזשוס וכל קדושיו עמו: צי האלט איר טאקע אז די צענדליגער טויזענטער וועלכע פארן יערליך אין די מאסן פון חוץ לארץ קיין מירון - לאמיר שוין נישט רעדן פון די הונדערטער חסידות'ער רבי'ס מיט חסידים ואנשי מעשה פון ארץ ישראל אליינס - זענען משוגע אז זיי פארן אהין? זיי גייען בלויז מיטהאלטן א מערת פריצים?
די אלע וועלכע רעדן מיט א התרגשות און השתוקקות, איז אלעס נישט מער ווי פאלשע הרגשים? די אלע ענינים וועלכע ווערט געברענגט אין די ספרים הק' איבער די קדושת המקום און מענטשן וואס שפירן זיך דערהויבן, קען מען אוועקמאכן כלאחר יד?
איך האב שוין אביסעלע באשריבן דא, ומשם תדרשנו לטובה.

וירח ה' את ריח הניחוח
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
מיינטס טאקע אז יעדע פון די פארערס שפירט עפעס? אסאך פארן ווייל זיי גלייבן אז ס'א הייליג זמן און א הייליג פלאץ און מ'קען זיך אויסבעטן, אבער שפירן שפירן זיי וואס איך שפיר ווען איך לייג תפילין. דו פארסט אבער ווייל דו "שפירסט", איז די שאלה וויפיל איז דעי "שפירן" ווערט?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך וועל למען התועלת דא נאכאמאל אראפברענגען די 3 לינקס פון אייוועלט וועלכע איך האב צוגעצייכענט אין פריערדיגן אשכול.
אפילו אויב נאר האלב זאל זיין אמת, וויפיל וואלסטו געצאלט דאס צו שפירן?
און אודאי אז וויפיל מען שרייבט איז נאך אלץ נישט גענוג...
כאטש כ'וועל מודה זיין אז איין יאר ווען איך בין דארט געווען האב איך אויך נישט געשפירט עפעס אויסטערליש, אבער בדרך כלל איז עס נישט אזוי.
אט זענען די 3 לינקס (שטארק רעקאמענדירט עס אדורכצוליינען ווען איר האט לכה"פ א האלבע שעה אדער מער ישוב הדעת):
פאר א הערליכע באשרייבונג פון ל"ג בעומר אין מירון, זעהט דא, און דא, און אויך דא. הערליך באשריבן, און יעדעס ווארט אמת.

- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
איך בין אמאל געפארן אויף ל"ג בעומר קיין מירון, וואס זאל איך אייך זאגן פון מיין פרעספעקטיוו איז מירון זייער א שיין פלאץ נאר נישט אויף ל"ג בעומר!
אן אנשיקעניש און אן אנלויפעניש אז ס'איז א שרעק. געהעריג א קארניוועל מיט אלע סארט ענטערטענימענט, אנגעהויבן מיט די שחיטות פון די פרענקען און געענדיגט מיט די מראות קודש פון די חבד'סקער. א ריינער בית הכבוד איז שווער צום געפונען, לאמיר נישט רעדן פון דער מקוה. ראיות אסורות מאנגלט אויך נישט.
דער אמעריקאנער נגיד טאנצט נעבעך ערליך דעם תורתו מגן לנו ווייל ער וויל באצאלן זיין אלף'ל פלאס וואס ס'האט אים געקאסט, און דער ישראלישער טרינקט אסאך קאלא ווייל ס'איז אומזיסט. און סנדר אשכנזי טיילט געבראטנס, אויך נאר פאר די ווי.איי.פי.
איך בין אנגעקומען דארט מיט דער הנחה אז ס'גייט אויסזען ווי עולה רגל זיין און שמחת בית השואבה ווען חסידים ואנשי מעשה טאנצן מיט דביקות און זענען שואב רוח הקודש, אדער עכ"פ פון דער שמחה חוץ לדרך הטבע וואס דער בני יששכר רעדט פון.
איך האב נישט געטראפן דעם יום כיפור אינעווייניג און נישט דעם שמחת תורה אינדרויסן. איך קען עטליכע חסידי'שע הויפן דאהי וואס ל"ג בעומר איז מער מרומם און פרייליכער.
קען זיין כ'האב עס געגעבן צו הויכע ערווארטונגען.
איין בילד וואס גייט מיר נישט ארויס פון די אויגן און האט פאר מיר אויסגעצאלט די 17 מאות איז ווי א זיבעצען יעריג בחורל אנגעטוען מיט די יוניפארמען פון בטחון דאס הייסט ער האט געדינט פאר די ארטיגע סיקיוריטי זיצט אונטער א בוים מיט א בלויזן כפה סרוגה און איז מעביר סדרה היות ל"ג בעומר איז געווען פרייטאג.
איך, דער חניוקישער צושטרויבלטער בחור, דבוק ברבי שמעון ובמשנתו הטהורה עד לאחת, האט 'נישט' מעביר סדרה געווען אויף יענעם פרייטאג.

צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.