לעמאן דזשוס האט געשריבן:נעה. די סיבה אונטערן מהדרין דרך...די אלעס אנדערש קען ער טאקע זעהן אין מאנדרא. כהער אז די מרת. ראטל וועט היייאר זיין ביינאכט אין מירון און במשכ׳ן טאג און פארנאכטס אין מאנדרא יצ״ו. (כמעט ווי יע״א)
לעמאן דזשוס האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:לעמאן דזשוס, פליז זאג מיר אז דו ביסט נאך קיינמאל נישט געווען אין מירון!
אויב נישט, רעקאמענדיר איך דיר צו פארן איינמאל, און דו וועסט אנדערש רעדן...
שמעקעדיג איי לאוו יא. באט איך בין שוין געוועהן....איך האב נישט קיין ווערטער.סא מערת פריצים.
דו טרייבסט זייער איבער וואס ס'גייט פאר אין מירון, מערת פריצים? פארוואס ווייל אפאר פרענקינעס טאנצן אביסל? גלייב מיר אויב זוכסטו דעס קען איך דיר געבן בעסערע אדרעסן ווי ל"ג בעומר אין מירון, יא ס'דא טינעידזשערס דארט, שבב'ניקים, אבער נאטינג ספעשעל, דער אמעריקאנער וואס קומט אן אהין גראד פון זיין 12 שעה'דיגע פלייט, שלעפט זיך מיטן באס, גרייט זיך צו, געגאנגען אין מקוה, קומט אן זעהט ער ווי א גרויסע ווידיאו פונעם מלך המשיח שפילט, און אפאר אויסגעלאסענע מוידן שטייען אויפן וועג ארויף, ווער ער אינגאנצען צורידערט, רובא דרובא אידן וואס גייען אהין גייען זיך אויסבעטן ביי ר' שמעון, מ'טאנצט, מ'וויינט, מ'גייט קוקן אביסל ווי ס'בראט זיך די קרבן פסח, און שוין.
ברסלבער האט געשריבן:מאראנצןזאפט האט געשריבן: איך בין אנגעקומען דארט מיט דער הנחה אז ס'גייט אויסזען ווי עולה רגל זיין און שמחת בית השואבה ווען חסידים ואנשי מעשה טאנצן מיט דביקות און זענען שואב רוח הקודש, אדער עכ"פ פון דער שמחה חוץ לדרך הטבע וואס דער בני יששכר רעדט פון.
איך ציטער אז ווען משיח וועט קומען בקרוב און מיר וועלן טאקע גיין עולה רגל זיין, וועסטו זיין זייער סורפרייזט, קלערסט אפשר אז מען וועט נאר אריינלאזן דארט די "היימישע"? די אלע מענטשן וואס דו האסט געזעהן אין מירון וועלן דארט אויך אהין קומען.
וואס הייסט? מיינסט אז מ'גייט נישט מאכן קיין דרך מהדרין? מ'גייט זיך מישן מיט בארוועסע פרויען, בלויע העמעדער, און כיפות סרוגות ר"ל?