משפיעים און זייערע השפעות!
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
משפיעים און זייערע השפעות!
איך חלש אז איינער זאל עפענען אן אשכול וועגן די היינטיגע משפיעים און זייער דרך ההשפעה, ממילא אנשטאט חלש'ן העל איך מקיים זיין דעם קריינא דאיגרתא, און איך הייב יעצט אן וחפץ ה' בידינו יעשה ויצליח.
כ'האף אז ס'פאראינטערעסירט פאר איינעם און מ'וועט מיך קומען צוהילף.
איך בין זיכער אז צווישן דעם עולם דא איז דא גענוג און נאך געווייגטע אדער post געווייקטע, דוגמת מאראנצןזאפט וואס האט געמיינט ער מוז אויסדינען יעדע געטשקע ווי יתרו בשעתו.
אין הציבור החרדי - פסח אויסגאבע ( שוועסטער אויסגאבע פון דער בליק, אויף לשון קודש) איז געווען א נספח מיט דער ביאגראפיע פון עטליכע משפיעים כהרי"מ מארגנשטערן, הגר"מ זילבער, הגרצ"מ זלבערבערג, הגר"א בידערמאן, און נאך.
פאר ווער ס'האט אמאל מיטגעהאלטן פונדערנאנט די גאנצע זאך קען עס זיין אינטערעסאנט אפצולערנען. אבער וזאת למודעי די אשכול איז נישט געמאכט צו קריטיקירן סתם אין דער וועלט אריין ווייל דער רבי זכרונו לברכה האט נישט געהאלטן פון קיין משפיעים וכו'. אסאך פון די משפיעים זענען מולטי טאלאנטפולע מענטשן, און ווער ס'האט עפעס א ווארט וויאזוי אפצולערנען זייער דרך ההשפעה איז העפליך געלאדענט.
איך הויב אן מיט רבי אלימלך בידערמאן, ער איז יעצט די מערסטע פאפולער. טויזנטער אידן - דערינען פילע רבנים און משפיעים - הערן צי זיינע שמועסן אויף קול הלשון, ווי אויך האט ער א לייוו האוק אפ פאר א חבורה יונגעלייט יעדן מיטוואך נאכט (כמדומה).
זיין מהלך איז אויפ'ן אלטן שטייגער מפי ספרים וסופרים, נישט מיט קיין געבויעטע פיליאזאפיע ווי אנדערע כהרב קלוגער.
אבער ער זאגט זייער שיין מיט א חסידישן ברען. ווי אויך האט ער א מומחיות'שאפט און פארציילן גוטע ערשטהאנטיגע מעשיות, אביסל פון גדולים דוגמת ספרי הגר"י זילבערשטיין, און אביסל פון סתם אידן דוגמת חיים וואלדער.
זיין פערזענליכקייט איז זייער קאלירפול. אנדערש ווי רוב משפיעים איז ער יא א בנן של קדושים, און אנדערש ווי רוב בנן של קדושים'ס איז ער נישט קיין רבי.
ער איז אן איש מתון חכם ונבו,ן אבער מיט דעם אלעם טוט ער ווילדע זאכן, בעיקר צו געבן א רוח פון אנטי איסטעבלאשמענט. ס'קען זיצן אן אויבנאן פון 50 רבנים ביי א שמחה און ער וועט זיך אויפשטעלן אויף א בענקל און מאכן פרייליך.
למעשה האט ער א מורא'דיגן כח און פלאקערט אויף אידישע הערצער.
זיין סדר היום איז אויך נישט אוועקצומאכן. ער דאווענט ותיקין, לערנט עטליכע שעה טעגליך, און טוט א געוואלד פאר אידנס וועגן.
הכל מודים אז ער מיינט עס ערנסט.
ער קומט קיינמאל קיין אמעריקא, פשוט ווייל ער האט מורא פון א ראי' אסורה אין דער עירפארט - א גדלות פאר זיך. גרויסע מוסדות זענען געווען גרייט צו באצאלן א פארמעגן אבי ער זאל קומען רעדן ביי א דינער וכדו'.
ביי זיינע שמועסן רייכערט ער ווי א קוימען ברבים איינס נאך איינס.
בקיצור אויסער זיינע פערזענליכע צולאזענקייט איז אלעס דארט הונדערט פראצענט נארמאל, דאווענען, לערנען, און זיך היטן פון אן עבירה. נישטא קיין שום הידן טריקס פון התבודדות אדער איך ווייס נישט וואס. דאס כאפט אסאך.
נאך א מעלה, גאר קונצליך מאנערווירט ער אז ס'זאל אויסדרוקליך נישט טראגן די פנים און טעם פון א קאלט, יעדער איז וועלקאמד און ער פארלאנגט נישט גארנישט. וואס דאס איז א חידוש נפלא.
ער מאכט פון זיך גארנישט. א גאר באקאנטער סלאגאן וואס ער זאגט לעצטנס: אז יעצט בין איך די פאפולערע כי הרבית.
איך שרייב פון מיין קוק ווינקל' וועלכע איז גראדע היפש פונדערווייטענטס/ ווער ס'קען די זאך פונדערנאנט זאל ביטע מוסיף זיין.

צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
מאראנצןזאפט האט געשריבן:אין הציבור החרדי - פסח אויסגאבע ( שוועסטער אויסגאבע פון דער בליק, אויף לשון קודש) איז געווען א נספח מיט דער ביאגראפיע פון עטליכע משפיעים כהרי"מ מארגנשטערן, הגר"מ זילבער, הגרצ"מ זלבערבערג, הגר"א בידערמאן, און נאך.
איינער פון די באשריבענע איז מו"ר הגה"ח ר' חיים שלום דייטש, ראה"כ צמח צדק בעיר העתיקה, דא קען מען זעהן פון זיינע פארברענגן'ס, און אויף די לינקע זייט איז דא פון זיינע שיעורים.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
די ברסלבער משפיעים!
נו, אז דער עולם שווייגט קען דאך נישט זיין בעסער, ס'געוויס שמע מינה דניחא להו, העל איך אננעמען דעם שתיקה כהודאה, און אנגיין מיט אן אייפער.
די ברסלב'ער משפיעים!
אין ברסלב איז כמעט יעדער אינדיווידיואל א משפיע... מיר וועלן זיך קאנצעטרירן אויף די מער באקאנטע.
1. רבי יעקב מאיר שעכטער.
ער איז פון די עלטסטע משפיעים בכלל, א איד קרוב צו די שמונים און טראץ זיין עלטער טראגט ער א שווארצע בארד, וואס ווערט צוגעשריבן צו זיין עבודת הבטחון והשמחה.
ער האט א שווערע שטוב און האט אסאך מיטגעמאכט. מ'פארציילט אז דער טאג וואס ער איז געווארן 20 יאר האט ער (אדער זיין פאטער) אויסגעקלאפט אין ביהמ"ד אז ער איז גרייט א חתן ווערן מיט ווער ס'האט נאר א טאכטער, בקיצור איינער האט זיך צוגעכאפט דערצו, און דער עולם איז מכובד אליין צו פארשטיין וואס ער האט באקומען.
איינער האט אים אמאל געטראפן פרייטאג צונאכטס אויפ'ן וועג אהיים פון ביהמ"ד אין א מורא'דיגע פרייליכע גיסטע. דער איד האט נעבעך גגעוואוסט וואס ס'ווארט אים אפ אינדערהיים, גיט ער אים א פרעג, רבי יעקב מאיר וואס איז די גרויסע שמחה? האט ער געענטפערט: איך ווייס אז ווען איך גיי אהיימקומען וועל איך מאכן די ברכה בשם ומלכות אשקב"ו "ורצה בנו", דער רבונו של עולם וויל אונז, איז דען דא א גרעסערע שמחה ווי דעם.
אין ברסלב זאגט מען אז רבי יעקב מאיר איז דער שר החוץ און ר' משה קרעמער איז דער שר הפנים, פשט איז ווייל ער זאגט נאך זאכן פון אנדערע חסידישע ספרים אויך און איז אויך געאייגנט פאר'ן המון עם.
זיינע ספרים לקט מאמרים זענען א בעסט-סעלער מיט זייער שיינע זאכן.
צוליב וואס ער איז א שטיקל קנאי איז ער שטארק אנערקענט אז יעדער סאטמארער נגיד מוז אים באזוכן אין אר"י. געהאט א פיפיגן גבאי וואס האט געמאכט דערפון א ביזנעס, אזש מ'האט שווער געקענט באקומען אן אוידיענץ, (אני הקטן האט ער געהייסן אים אפווארטן א שעה צייט אין דער לאבי פון זיין הויז ביז ער גייט ארויס אז איך זאל קענען בעטן א ברכה).
למעשה איז שוין היינט רואיגער דארט און ווער ס'וויל קען אריינקומען.
רבים נהנים ממנו עצה ותושי', אזא בחור האלט נישט ביים מיטלערנען די סדרי הישיבה וועט ער אים עצהקן דורכצולערנען ערוך השלחן על הסדר, פאר שמחה קען ער הייסן אזעלכע פשוטע זאכן ווי לערנען א קאפיטל חומש רש"י טעגליך וואס מאכט א מענטש שפורן אז ער האט עפעס עקאמפלעשט.
ער דאווענט מיט די האנט אויף דער אויגן מיט השתפכות הנפש.
רבי יעקב מאיר זאגט: נאך איין מזל אז זארגן העלפט נישט ווייל מה דך אז ס'העלפט נישט הערט מען נישט אויף זיך צו זארגן שטעלט ענק פאר ווען ס'וואלט ווען געהאלפן...
אנדערש ווי רוב ברסלבער פארט ער נישט קיין אומאן אויף ראש השנה. שמעתי אז ס'איז א הוראה פון רבי לוי יצחק בענדער נישט איבערצולאזן די קיבוץ.
ער ליינט אויך הענט. ברור לי אז ער זעט נישט דארט גארנישט מער ווי וואס ס'שטייט אין די ספרים וואס מ'קען קויפן אין אייכלערס, וואס זענען דירעקט נישט קראנט.
עס איז זיכער א כבוד פאר ברסלב צו האבן אזא גברא רבה ווי רבי יעקב מאיר.
2. רבי יצחק מאיר מארגענשטערן.
מיט אים האבן מיר זיך באקענט פון א קליפ וואס רופט זיך 'א שבת אין מעזיבוז'. דארט זעט מען א פראווען א מוצאי שבת מיט גדולי החסידים א שטייגער ווי רבי מרדכי בן דוד און דזעי דזשעי פריעד.
ער איז א איד א תלמיד חכם וואס שרייבט אויך אין נגלה. אין מאחורי האט לעיקוואד ארויפגעלייגט עטליכע ספרים זיינע, איך האב דארט געטראפן שיינע זאכן, און א מבהיל'דיגע בקיאות וואס מאכט שטוינען.
למעשה איז ער בעיקר א מקובל און גיט זיך אפ מיט די עבודה פון מייחד זיין יחודים און הויכע ענינים שכבשן רחמנא ולאו כל מוחא סובל דא. ער קען מסביר זיין אז ביים עסן די פיש האט ער געזען אן אות יו"ד אזוי גרויס ווי דער גאנצער וועלט, און ער איז אין איר אריינגעקראכן. איר פארשטייט נישט? איך אויך נישט.
ער איז מקרב יעדן איד ממש ווי דער באדיטשובער, און ס'דרייען זיך טאקע ביי אים אסאך משוגעים, איינעם קען איך א בחור נעבעך וואס דרוקט קונטרסים מיט כונות וואס מ'זאל אינזין האבן ביים עסן טשאקאלאד.
ער פלעגט יארן פארן קיין אומאן מיט גדולי החסידים הנ"ל און נאך אזעלכע. ראש השנה פלעגט מען זיך שטעלן ביים נץ און ענדיגן ביינאכט. מוסף אליין האט געקענט נעמען 8 שעה. למעשה לעצטנס איז ער געווארן דוד המלך'ס חסיד און זיצט דארט אפ טאג און נאכט, אריינגערעכנט ראש השנה.
3. רבי יצחק ראקאוו.
ער איז א יונגערמאן, א תלמיד פון א ברסלבער משפיע הרב שטיינהארט אויף וועמען איך האב נישט קיין אינפארמאציע.
ער קומט פון א ליטווישע רבני'שע משפחה פון ענגלאנד.
אלס בחור האט ער מיטגעמאכט פארשידענע מיחושים וואס האט אים מקרב געווען צום דרך החסידות. ער איז א שטיק צייט געווען א תולדות אברהם יצחק חסיד, ביז ער איז אנגעקומען צו רבו הנ"ל.
ער איז דאכט זיך מיר א פאניאוויזשער תלמיד.
ער איז געווען איינגעשטעלט אין מירער ישיבה וואו ער פלעגט מקרב זיין די חסידישע בחורים, געזארגט פאר חברותות א.א.וו.
פון דארט פלעגט מען קומען צו אים עסן פרייטאג צו נאכטס. זיין סעודות זענען באקאנט געווארן אלס געשמאק אין די אמעריקאנער בחורים פלעגן אנהייבן קומען אין די מאסן. נישט געפייניגט מיט קיין זמירות, תורה, געגעבן פיין צו עסן, ועל כולם ביז צוויי שעה ביזטו געווען אינדרויסן.
אבער נאר נאך א טענצל! ער נעמט דעם עולם פאר רקידה נאכ'ן עסן, אביסל אויף א פארנעם פון במילי דשטיתוא.
למעשה האט ער אנגעהויבן כאפן תמימים ועובדים און געפארמט א חבורה. דארט פארלאנגט ער שוין מ'זאל מיטהאלטן אינגאנצן, דאווענען ותיקין, די שמועסן, א.א.וו.
ס'האט זיך שוין צושפרייט און ער האט שוין חבורות אין ניו יארק. כאטשיג ס'איז זייער א שיינע חבורה און מ'דינט דעם אויבערשטן באחדות, טראגט עס אביסל די צורה פון א קאלט, מ'איז זייער אנגעוויזן אויף אים, און ער באשליסט אלעס אין לעבן.
זיינע דברי תורה זענען שטענדיג די זעלבע, ווי שווער ס'קומט זיך אן צו מחזק זיין און זיך דערהאלטן, נישט יעדער גלייכט דאס... א טיפישער שלש סעודות איז ווי פינסטער ס'איז פאר דוד המלך אז אפילו שאול זיין שווער און זיין זון אבשלום זענען קעגן אים. אדער יוסף הצדיק וואס די אייגענע ברידער פארקויפן אים, און דאך איז ער דוד המלך,און יוסף איז צדיק יסוד עולם. די נמשל: א יונגערמאן וויל דינען דעם אייבערשטן עי.קעי.עי ווערן א ראקאוו חסיד און דער ווייב, שוויגער, טאטע, ברידער, זענען זיך מתנגד. אבער ער האלט זיך, ווייל א מענטש דארף פייפן פון דער גאנצער וועלט.
און דא געבט ער א הייב אויף די הענט און אויגן צום הימל מיט א קרעכץ אז די צושויער דערקוויקן זיך.
פאר אנדערע קריצט עס אין אויער צו הערן אזעלכע גרויסע מדריגות פון א וואוילער יונגערמאן וואס ווערט גאנץ פיין נערוועז טאמער איינער קראצט מיט א בענקל אדער חלומ'ט איין אינמיטן ער רעדט, ווער רעדט נאך טאמער איינער לאכט פון אים.
ווי אויך טוט ער אין שלום בית און שטעלט אויס דעם יונגערמאנס מהלך החיים וד"ל.
אין ישיבת מיר איז ער שוין לאנג נישט ווי פארשטענדליך.
בקיצור, פאר סתם עמך בחורים איז ער א פיינע מכניס אורח. און די סמעטענע נעמט ער אונטער זיינע ווארעמע פליגלען, מיט התבודדות אין וואלד אינמיטן דער נאכט וכו', די האול ניין יארדס.
ער קומט קיין אמעריקא גאנץ אפט.
4. הרב קלוגער.
ער איז שטארק ברסלב געשטימט, אבער מישט אויך מיט חב"ד.
ער איז א בעל כשרון און זאגט שיינע מאמרים.
ער איז בעיקר באקאנט צוליב די התנגדות אויף אים. היות ער קומט פון קלויזנבורג איז פון דארט דא א שטארקע התנגדות ווייל ער פארכאפט היימישע.
אויך בעלזא האט אים גערודפ'ט ווייל ער האט מיטגענומען אפאר יונגעלייט קיין אומאן.
ווי באקאנט זאגט ער נישט ונתנה תוקף אויב די צייט ערלויבט נישט, וואס איך זע נישט פאר אזא גרויסע עבירה, ולא גרע מפסוקי דזמרה שנתקנו ע"י אנשכה"ג.
עס איז ארויסגעקומען א ספר אמת מארץ תצמח פון א פרענק פון מאנרא וואס מישט קנאות מיט קבלה, און ער פירט א מערכה קעגן אים מיט דער אינדארסמענט פון רבי מנשה פילאפ.
למעשה איז דא אסאך מבקשים וואס האבן דארט געטראפן זייער פיינעל דעסטינעישאן. זעט אויס אז ס'דא עפעס דערין.
5. אחרון אחרון חביב אונזער באליבטער ברסלבער משפיע דא אין קאווע שטיבל.
מיר אלע דערקוויקן זיך מיט זיינע רייכע אשכולות איבער ברסלב מהו, די שיינקייט פון אידישקייט, און חומרות אין פסח.
אויך איז לעצטנס צוגעקומען אן אשכול איבער יואב'ס סיסטעם וואס איך האב נאכנישט עספיעט צו ליינען, אבער כ'בין זיכער אז ס'איז מלא טעם וחן. ווער רעדט נאך אין מאחורי, דארט איז ער מגלה טפח מגדלתו במדת אהבת ישראל, ויראתו, צדקתו, וחכמתו.
you are the man, and we love you dearly.
6. און פאר רבי מוטה פראנק קענט איר קויפן די מצליח.

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
מאראנצןזאפט, זייער שיין געשריבן, ואחרון חביב וואס דו האסט באשריבן ברסלבער פון קאווע שטיבל, איך קען אים גראדע פערזענדליך, גאנץ א פיינער יונגערמאן, די חילוק איז נאר אז ער האט נישט קיין חסידים אזוי ווי די אנדערע...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
שאאאאאאאאאאאאאא כ'האף קיינער וועט זיך נישט אויפוועקן פון מיינע גרודער.
וואס זאגט דער עולם וועם זאל מען נעקסט באשרייבן?
רבי מאטל זילבער איז אינטערעסאנט פאר איינעם?
איך קען נישט אזוי די זאך פונדערנאנט, אבער כ'האב אביסל געהערט פון אים, און געהערט זיינע שיעורים אויף קול הלשון.
וואס זאגט דער עולם וועם זאל מען נעקסט באשרייבן?
רבי מאטל זילבער איז אינטערעסאנט פאר איינעם?
איך קען נישט אזוי די זאך פונדערנאנט, אבער כ'האב אביסל געהערט פון אים, און געהערט זיינע שיעורים אויף קול הלשון.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
רבי בנימין שמו.
רבי דן איז א טייערער איד וואס האט אמאל באקומען דעם פאדיום פארענט פון 40 טויזנט אידן פלאס וואו ער האט געוויינט בדמעות שליש איך האב נישט קיין סך מער.
איך האב אמאל געהערט בשם אים א גוט ווארט, אז א בחור'ל מאכט זיך א סדר יומי אין משנה ברורה, און קומט אן צו דער הלכה אין שלחן ערוך אז מ'דארף אינזין האבן ביי די שמות הקדושים היה הוה ויהי' וכו', און נעמט זיך אונטער דאס איז איז מ'גייט טוען צו דער זאך.
מה נעשה, א גאנצן דאווענען איז ער נערוועז פאר'ן נעקסטן שם וואס קומט שוין אט, און אויב האט ער נאך אמאל אינזין געהאט איין ווארט ביים דאווענען בלייבט ער יעצט מיט גארנישט.
ס'איז א גרויסער יסוד אין עבדות ה'.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאראנצןזאפט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
[אפאר ויקיפדיה ארטיקלן איבער די משפיעים הנ"ל, ומי שבידו להוסיף יוסיף שם או כאן:
יצחק מאיר מורגנשטרן
יעקב מאיר שכטר
אברהם צבי קלוגר
חיים שלום דייטש
הרב משה וואלפסאן איז לכאורה געווען דער ערשטער פון די סארט משפיעים ביי די חסידישער עולם בדורנו. זיין איידעם, ר' מוטל זילבער, איז למעשה דער איינציגסטער פון די משפיעים וואס האט זיך אוועקגעשטעלט אלץ ממשיך פון אן אריגענעלער חסידישער דינאסטיע, נאכדעם וואס א חבורה סטיטשינער חסידים האבען עם אויפגענומען אלץ זייער מנהיג.
עס איז פאראן א קאטאגאריע אין ויקיפדיה משפיעים חסידיים ווי עס זענען דערווייל אויסגערעכנט צוועלף אזוינע משפיעים. והמוסיף ומפרט יבא על הברכה.
פרופ' יוני גארב (וועלכע פלעגט קומען וועכנטליך אויסהערן רי"מ מורנגטשרן'ס שלשידעס תורה) האט אנעגעשריבען א מאמר
הרנסנס המיסטי בעולם החסידי בעשור האחרון, און דא האט איר אן אפהאנדלונג וועגן דעם אין עצכח.

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
ייש"כ לעיקוואד, עס איז מיר א כבוד אז איר באזוכט דא ליהנות מפרי עמלי.
וזאת למודעי, איך האב אפילו נישט גענומען די מי אריינצובליקן אין וויקי בעפארן שרייבן.זיי אנטהאלטן בעיקר ביאגראפישע פרטים, און איך וויל ווידמען דעם אשכול בעיקר צו דער דרך ההשפעה.
וזאת למודעי, איך האב אפילו נישט גענומען די מי אריינצובליקן אין וויקי בעפארן שרייבן.זיי אנטהאלטן בעיקר ביאגראפישע פרטים, און איך וויל ווידמען דעם אשכול בעיקר צו דער דרך ההשפעה.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
(א חלק פון די מאמרים ענהאלטן פרטים איבער די דרך השפעה, צב"ש די מאמרים אויף רימ"מ און ר' משה וואלפסאן.)
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:
איך הויב אן מיט רבי אלימלך בידערמאן, ער איז יעצט די מערסטע פאפולער. טויזנטער אידן - דערינען פילע רבנים און משפיעים - הערן צי זיינע שמועסן אויף קול הלשון, ווי אויך האט ער א לייוו האוק אפ פאר א חבורה יונגעלייט יעדן מיטוואך נאכט (כמדומה).
זיין מהלך איז אויפ'ן אלטן שטייגער מפי ספרים וסופרים, נישט מיט קיין געבויעטע פיליאזאפיע ווי אנדערע כהרב קלוגער.
אבער ער זאגט זייער שיין מיט א חסידישן ברען. ווי אויך האט ער א מומחיות'שאפט און פארציילן גוטע ערשטהאנטיגע מעשיות, אביסל פון גדולים דוגמת ספרי הגר"י זילבערשטיין, און אביסל פון סתם אידן דוגמת חיים וואלדער.
זיין פערזענליכקייט איז זייער קאלירפול. אנדערש ווי רוב משפיעים איז ער יא א בנן של קדושים, און אנדערש ווי רוב בנן של קדושים'ס איז ער נישט קיין רבי.
ער איז אן איש מתון חכם ונבו,ן אבער מיט דעם אלעם טוט ער ווילדע זאכן, בעיקר צו געבן א רוח פון אנטי איסטעבלאשמענט. ס'קען זיצן אן אויבנאן פון 50 רבנים ביי א שמחה און ער וועט זיך אויפשטעלן אויף א בענקל און מאכן פרייליך.
למעשה האט ער א מורא'דיגן כח און פלאקערט אויף אידישע הערצער.
זיין סדר היום איז אויך נישט אוועקצומאכן. ער דאווענט ותיקין, לערנט עטליכע שעה טעגליך, און טוט א געוואלד פאר אידנס וועגן.
הכל מודים אז ער מיינט עס ערנסט.
ער קומט קיינמאל קיין אמעריקא, פשוט ווייל ער האט מורא פון א ראי' אסורה אין דער עירפארט - א גדלות פאר זיך. גרויסע מוסדות זענען געווען גרייט צו באצאלן א פארמעגן אבי ער זאל קומען רעדן ביי א דינער וכדו'.
ביי זיינע שמועסן רייכערט ער ווי א קוימען ברבים איינס נאך איינס.
בקיצור אויסער זיינע פערזענליכע צולאזענקייט איז אלעס דארט הונדערט פראצענט נארמאל, דאווענען, לערנען, און זיך היטן פון אן עבירה. נישטא קיין שום הידן טריקס פון התבודדות אדער איך ווייס נישט וואס. דאס כאפט אסאך.
נאך א מעלה, גאר קונצליך מאנערווירט ער אז ס'זאל אויסדרוקליך נישט טראגן די פנים און טעם פון א קאלט, יעדער איז וועלקאמד און ער פארלאנגט נישט גארנישט. וואס דאס איז א חידוש נפלא.
ער מאכט פון זיך גארנישט. א גאר באקאנטער סלאגאן וואס ער זאגט לעצטנס: אז יעצט בין איך די פאפולערע כי הרבית.
איך שרייב פון מיין קוק ווינקל' וועלכע איז גראדע היפש פונדערווייטענטס/ ווער ס'קען די זאך פונדערנאנט זאל ביטע מוסיף זיין.
לאמיר אביסעל פארציילען פון מיין קוק- ווינקעל.
ר' אלימלך איז א נכד צו בית בידערמאן המפורסם, וואס, לפחות פון די צייטען פון זיין זיידע ר' משה מרדכי, צייכענען זיי זיך נישט עקסטער אויס מיט נארמאלקייט..זיין עלטסטע ברודער איז האדמו"ר ר' דוד וואס מאנכע קענען דא פון בארא פארק, און מהאט שוין אמאל ערגעץ בארעדט דא אין שטיבעל. ר' מיילעך פארופט זיך דערווייל נישט קיין אדמו"ר ווייל ער איז מכבד זיין ברודער ר' דוד אלץ אפיציעלער יורש פון זיין טאטע, אבער ווער עס האט שוין אמאל געזעהן די צויי צוזאמען, ווייסט ווי ערנסט דאס איז.. קען זיין אז אין א טאג וועט ער זיך מכריז זיין אדמו"ר און עפענען א שול פאר זיך וכו', אבער דערווייל פעלט עם גארנישט אזוי.
בפועל איז ער אין אסאך וועגן אן אדמו"ר, אדער א רעביש קינד, אנדערש ווי רוב וואס פארופען זיך משפיעים. שידוכים מאכט ער נאר מיט רעבישע משפחות, בכלל פירט ער זיך אין שטוב ווי א רבי, מיט זיין בני בית האט ער נישט געגעסן קיין איין שבת סעודה פון די טאג פון זיין חתונה דאכציך.. און בכלל איז זיין עיקר charm נישט זיינע תורות אדער מחשבות, הגם אז דרשנען דרשנט ער גוט, איז אבער זי נקודה זיינע בעיקר די ברען און פייער מיט וואס ער זאגט נאך זיינע ווערטלעך, אזויווי א רבי וואס דער עיקר איז די קאך און פאר דעם קומט מען צו עם.
באופן כללי זענען די תורות און מעשיות וואס ער זאגט נאך מלוקט פון די תורהלעך פון צייטונג און בלעטלעך פון שול, ער קען נאכזאגען אין איין שבת סעודה די זעלבע ווערטל אדער מעשה צענדליגע מאל און יעדער מאל מיט די זעלבער ברען.
אחוץ ציגערטלעך און אי ציגערעטלעך וואס ער רייכערט ווי א קוימען, און גלעזלעך קאווע וואס ער טרינקט בלי שיעור א גאנצער טאג, טרינקט ער אויך פיינע משקאות כדת המלך, אין א נארמאלער ליל שבת ענדיגגט ער א באטל צוי בראנפען, און פארשטייט זיך דאס גיט אויך צי צו דער ברען..
איך האב פארשטאנען אז ער קומט נישט קיין אמעריקע ווייל ער וויל נישט ארויסגיין פון ארץ ישראל.
דאס איז אמת אז הגם ער איז פריש געזונט משוגע, איז ער אין א וועג מיט צויי פיס אויף דער ערד, ווען מפרעגט עם עצות והדרכות וכדומה ענטפערט ער מיט הכרה אין דער פשוטער בעלבעטישער מציאות, בכלל נישט אין הימל אדער עפעס, זייער פראקטיש. הגם אפשר נישט מוראדיג קלוג אדער פארשטאנען בנבכי הנפש.
זאגט אויס יעדער טאג אפאר בלעטער גמרא, גאנץ תהילים, וכו'.
שוין, גענוג פאר יעצט.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
(רצ"מ'ס וייב איז בכלל נישט משוגע. פירסט הענד אינפארמאציע. וואס יא, זיין טאטע און זיינע ברודער, זענען, ווי זאגט מען, אביסעלע פאני).
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
רבי מאטל
העמיר גיין צו רבי מאטיל.
אבער א דיסקלעימער: איך קאן אים נישט, געציילטע מאל געזען, און בלויז געהערט פון דא און דארט.
שמו רבי מרדכי מנשה זילבער. א שלאנק דארער הויכער אידל, מיט א ברוין-שווארץ קאלטענעם בארד, וואס וואוינט אין בארא פארק.
צארט, שטענדיג פאר'מוח'עט, שלעפט א פוס (די לינקע, עפ"י רזי דרזין), אן איינגעבויגענעם רוקן, און א קריאת ים סוף היטל אויפ'ן קעפעלע.
לעיקוואד טענה'ט אז רבי מאטל איז דער ממשיך פון אן אריגינעלער חסידות דינאסטיע.
מסכים, ער איז דאס אויך! אבער פארשטיי גוט, רבי אליעזר דזשיקובער האט נישט געדאווענט אין א רש"ש סידור, ראזוודובער רב האט נישט פארגעלערנט קיין ליקוטי מוהר"ן, רבי איציקל האט נישט געפירט קיין באטע זינגענדיג פרחי ניגונים מיט'ן פיטסבורגער כבודו מלא עולם, און סטוטשינער רב האט נישט געהערט קיין קאסעטן פון הרב הוטנער.
איז אלזא רבי מאטל א פילפארביגער קאמפליצירטער פערזאן, און 'אויך' א ממשיך פון א סטוטשינער דינאסטיע. ער זינגט דעם זעלבן מה ידידות, און ער קרעכצט אפילו אך אך אך.
אבער לאמיר גיין צושטאטעליך.
ער איז א תלמיד פון ישיבת תורה ודעת, וואו ער האט 'גאר' פלייסיג געלערנט בנגלת התורה. אין די אלטע קובצים פון דער ישיבה זעט מען זיינע חידושי תורה בנגלה און ווער זיינע חברותות זענען געווען, די עידיות פון דער ישיבה, וואזשנע אידן וואס זענען ארויסגעוואקסן גרויסע ת"ח. פארוואס די אינפארמאציע איז נויטיג וועט איר באלד געוואויר ווערן.
כפי עדותו איז ער אסאך נשפע געווארן פון די רמב"ן שיעורים פונעם ראש הישיבה הגאון רבי גדלי' שורר, וועלכער איז געווען א פוילישער חסיד.
ווי ערווענט איז ער אן איידעם ביים משגיח פון ישיבת תורה ודעת רבי משה וואלפסאן, וועלכער האט אים אויסדערוועלט פאר זיין טאכטער. תורתו של רבי משה האט שטארקע פינגער אפדרוקן אויף זיין דרך הדרוש בעניני חסידות.
זיין פאטער איז געווען א פשוט'ער גאליציאנער אידל א סטוטשינער חסיד. דאס האט געברענגט אז רבי מאטל זאל אויטאמאטיש זיין א סטוטשינער חסיד נאך פון זיין יוגנט.
טו מעיק א לאנג סטארי שאורט, זייענדיג א לייטישער יונגערמאן, און היות סטוטשינער רב האט נישט איבערגעלאזט קיין געהעריגע ממלא מקום, נאר אן איידעם, א וואוילער איד מבני הישיבות, האבן זיך די חסידישע יונגעלייט אפגעטיילט. מיט דער צייט איז רבי מאטיל געווארן דער ראש החבורה.
רבי מאטל איז בלי ספק א פארצייטישער עובד ה', א איד וואס הארעוועט אויף זיך אין אלע אספעקטן פון עבודה. דערצו איז ער א געוואלדיגער בעל כשרון און א מבהיל'דיגער בעל מחדש.
סטוטשינער רב ז"ל האט געהאט מיט זיך א קבוצה פון כאניאקישע יונגעלייט, בערך רבי מאטל'ס יארן, וואס האבן זיך אין גרויס טייל מכניע געווען פאר אים. פון זייערע קינדער – דאס הייסט גאנצע משפחות - באשטייט היינט זיין קבוצה, מיט א ריזן טוץ צוגעקומענע.
רבי מאטל האט זיך גענומען א דרך פון משפיע זיין חסידות, אויף א טיפן פארנעם. די פראבלעם איז נאר אז לאו דווקא אז די אלע וואס זענען דארט מחמת משפחה וכדו' זענען צוגעפאסט פאר דעם, דאס ציעט בעיקר אן אינטערעסע ביי מבקשים בעלי כשרון אלוועלטליך.
ווי אויך איז ער עטרעקטיוו צוליב די ווארעמקייט און חסידישקייט. מ'דאווענט וואויל, מ'גייט צושטרויבלט, מ'היט זיך די אויגן, און ס'ענדלט שטארק צו א קלויז פונדערהיים. האמיר דא אן אינטערסאנטע כלאים, א משפיע במעמקי עניני חסידות אויפ'ן ערשטן גראד, און א ראש החבורה פאר חאניאקישע יונגעלייט. נישט אלע זוכן ביידע, האט ער א כלאים'דיגער עולם, און יעדער פאפט צו דעם חלק וואס פעלט אים ולא הרי זה כהרי זה. ס'דא וואס קלעבן דארט בעיקר פאר דער ווארימקייט, אפילו ס'אינטערעסירט זיי נישט קיין סאך וואס ער רעדט.
ווי פארשטענדליך, זייענדיג א תלמיד פון א רבי, און זייענדיג אויסן ממשיך צו זיין די מורשת, איז ער מיט דער צייט געווארן א רבי לחלוטין, נאר אן דעם כ"ק אדמו"ר טיטל. קוויטלעך, שריים, וכו', ועל כולם אן אמונת צדיקים אויף אן עקסטרעם, גארנישט ווייניגער ווי אנדערע פארנאטישע חסידית'ן. אבער דאס איז נאר אין זיין ביהמ"ד, פאר דער גאס איז ער ווייטער רבי מאטל דער עובד, רבי מאטל דער משפיע.
זיין דרך ההשפעה איז בעיקר צו זאגן מאמרים אין חסידות גג על גג, מיט דער טענה אז ס'דערהייבט א נשמה. זיין סטיל איז שווער אנצוטאפן, א געמיש פון כתבי אר"י און ברית כהונת עולם, אסאך רבי צדוק, חב"ד, אביסל זרע קודש, מהר"ל, רב הוטנער, און זיין שווער ר' משה. ער זאגט הפלא'דיגע גימטריאות, גאנצע בנינים על דרך הרמז געמישט מיט חסידות, ממש כפטור ופרח. שלש סעודות אליין זאגט ער יעדע וואך א פרישע מאמר פון איבער א שעה .
ער איז אויך א געזונטער בעל מקובל, און דאס איז זיין עיקר באשעפטיגונג דורכ'ן טאג. זייענדיג אן עילויישן קאפ איז ער א גרויסער מוצלח אין דעם פעלד.
ער זאגט עטליכע שיעורים אין קבלה פאר יונגעלייט, אבער ס'איז נישט פארבינדן מיט זיין חבורה. ווי אויך פאדערט ער כסדר אז א מענטש דארף זיך מאכן פאר א כלי מוכשר צו קענען לערנען קבלה. זיין שטעלונג בנוגע קבלה איז קאנטרעווערסיאל, ווען מאנכע טענה'ן אז דער אין לנו עסק בנסתרות האט קיינמאל עקספייערט.
איינע פון זיינע גרויסע עבודות איז ריקודים. ביי א חתונה וואס ער האט נאר די מינדעסטע שייכות טאנצט ער עטליכע שעה אין א צי מיט פארמאכטע אויגן אנגעלאנט אויף צוויי מענטשן. שמחת בית השואבה טאנצט ער יעדע נאכט ביז 3 אזייגער פארטאגס, און צומאל ענדיגט זיך עס מיט א קידאטשקע אינדערמיט.
די לעצטע פאר יאר זאגט ער אויך מוסר שמועסן אביסל ווי א ישיבה'שער בעל מוסר זייענדיג תובע דעם מה חבותו בעולמו אן קיין אנקעדאטן מפי ספרים וסופרים. ער האט מער ווי צען יאר פארגעלערנט תניא פאר בחורים, און אין א פרעצעדענטלאזע אקט האט ער פארקלאפט דעם תניא, און אנגעהויבן פארלערנען מסילת ישרים, מיט דער טענה אז דאס פארלאנגט זיך פאר די היינטיגע בחורים.
זיינע מוסר שמועסן זענען זייער אייגנארטיג. ער איז געבענטשט מיט א סענס אוו יומער און א גוטן שפראך, און צומאל איז עס זייער קאמיש און טשיקאוו. דער שיעור איז זייער פאפולער, נאך מער ווי די שיעורים אין חסידות, און איז א לייכטע שיעור.
גאר קאנטרעווערסיאל איז וואס ער ערלויבט זיך צו רעדן אויף די היינטיגע רבי'ס (באופן כללי, אן קיין נעמען פארשטייט זיך). יש אומרים אז דאס קומט ווייל ער קוקט זיך אן ווי אן אדם מן השורה, ממילא איז ער בארעכטיגט, און דאס זענען פשוט די פראבלעמען פונעם דור. ויש אומרים ווייל ער האלט אז ער איז פון די אמת'ע.
אויפ'ן פנים האט ער א זויערקייט, און ער איז פערזענליך א פרייליכער איד. א גאנץ יאר איז אלעס מיט א געוואלדיגע ערנסטקייט ווי א ראפשיצער רבי, אבער פורים און שושן פורים שטייט ער 8 שעה אויפ'ן טיש, מיט א ווייס קאפעלע אנעם שטריימל און אמאל אנעם בעקיטשע אפילו, און האלט אונטער דעם עולם אויף א מייסטערהאפטיגן פארנעם.
זיינע חסידים האלטן פון אים אלס א פארצייטישער צדיק. דער גאס האלט אים פאר אן עובד ה', כאטש טייל זענען ברוגז אויף פארשידענע פרטים אריינגערעכנט אז ער טראגט אומאפיציעל דער נאמען 'סטוטשין'.
ער קען רעדן פון גיאות אז ס'זאל פארגיין דער אפעטיט, ער איז קלאר נישט קיין רודף אחר הכבוד, און צו דער זעלבער צייט קען ער אהיימגיין פון ביהמ"ד שבת אינדערפרי מיט א באגלייטונג פון 40 אידן און אפשפארן דעם פערצנטע עוו. שאסיי, עפעס וואס מאכט מענטשן שטוינען.
ער האט א ברייטע השפעה מיט צוגעקומענע בתי מדרשים אין פארשידענע געגנטער.
לעצטנס רעדט ער אסאך איבער די עבודת היחודים פון צדיקים צו וואס יעדער דארף צוקומען. מאנכע זאגן אז ער האלט דערביי, און דעריבער פאדערט ער דאס. אנדערע זאגן אז ס'גרעניצט זיך מיט דמיון.
קצרן של דברים, ער איז א סטוטשינער רבי וואס לויפט שמחות תורה ביי קדיש. ער איז א משפיע וואס לערנט פאר ליקוטי מוהר"ן וואס פילע yu מאדערן ארטאדאקס קומען הערן. ער זאגט שיעורים אין ענגליש אין וואודמיר און אנדערע הרי הררט. ער לערנט פאר קבלה און זיצט אפ א גאנץ זומער אין ישיבת שער השמים. אין אר"י זאגט ער אויך צומאל שמועסן פאר בעלי תשובה אויף לשון הקודש. ער נעמט אויף קוויטלעך ל"ג בעומר און טיילט בייגל. ער זאגט ווארימע מוסר שמועסן ווי א משגיח אין ישיבה. ער איז דער טרייב-קראפט פון א כאניקישע כאפטע וואס זענען נישט מקפיד זיך צו שויערן מער ווי משבת לשבת. ער דאווענט אין א רש"ש סידור מיט א געוואלדיגע עבודה, מיט פייגלעך ווי טאהשער רבי בשעתו, און משונה'דיגע תנועות כחד מקמאי. ער איז א טאהשער, אמשינאווער, און סטוטשינער חסיד. ער הערט כסדר הרב הוטנער, און ער לערנט פאר מהר"ל.
ועל כולם, פארגעסט ער נישט קיין איין פורים צו רעדן מיט גרויס הערצה פון סאטמארער רב, אלס א ביינדל פאר'ן עזאזל. ער איז א פאליטישן, און קען זיין שטעטל ערשטקלאסיג.
דערצו איז ער 'מיסטער סילווער', וואס זאגט טענק יו פאר'ן דעליווערי בוי, גייט אליין אויף דער גאס, אין געשעפט קויפן א רעקל א.ד.ג. און פירט זיך אויף בין אדם לחבירו ובין איש לביתו ווי א נארמאלער מענטש!
אבער נאכאמאל, איך קען דאס בלויז פונדערווייטנעס, און איך וואוין אפילו נישט אין איין שטאט. פשוט וויבאלד א חבר פון ישיבה פלעגט מיך אראפדרייען דעם קאפ וועגן רבי מאטל האב איך עס אביסל קענען געלערנט. ווער ס'קען די זאך פונדערנאנט איז מכובד מוסיף צו זיין א נופך.

אפאר הערות אויף דער טעמע פון ר' מאטל זילבער, וואס איז בלי ספק דער קלוגסטער, גרעסטער בתורה, און מערסטער מאוזן'דיגער פון די גאנצע ליסטע היינטיגע משפיעים.
מוואלט געדארפט רעדן בעצם פון צויי עקסטערע נושאים. איינס ר' מאטל זעלבסט, זיין פרעזענליכקייט זיין עבודה זיין אידיאלאגיע וכו'. און צוייטענס פון זיין השפעה און דער "סעילס פיטש" מיט וואס ער פארקויפט זיך פאר דער וועלט.
קודם אויף זיין סעילס פיטש. ווי מארנצנזאפט האט מייסטערהאפטיג ארויסגעברענגט, ארבעט ער אויף אפאר פראנטען, און פארקויפט בעצם אביסעל סתירה'דיגער זאכען פאר די וועלט. הגם אז ער אליינס זעהט אויס אז ער כאפט נישט בכלל די סתירה אין דעם. (אפשר יא? איך האב עם נישט געפרעגט..).
מצד אחד קומט ער אלס הוגה דעות, אלס א "ראש ישיבה לחסידות ופנימיות התורה", בערך אזויווי הרב הוטנר האט זיך גערופען א ראש ישיבה וואס איז עוסק אויך אין אגדה וכו'. ער קומט אין לעיקוואד וכו' זאגען שיעורים אין חסידות כאילו ער איז פשוט א מגיד שיעור אויף דער נושא. און פארלאנגט אז מזאל אנקוקען ענינים פון חסידות ווי א סוגיא וואס מדארף אפלערנען פונקט ווי יעדער אנדערע ענין אין תורה, אפגעזעהן די חלק המעשה דערפון וואס איז א צוייטער שמועס לדעתו. אין דעם נקודה איז ער בפירוש א תלמיד פון הרב הוטנר, און באופן כללי פון די ליטווישע וועג וואס איז מעריך הבנה אין תורה לאו דווקא אליבא דהילכתא אדער בכלל למעשה. אמאל פלעגט ער זאגען אז בחורים פרעגן עם אויף זיינע תורות וואס נעמט מען פון דעם למעשה, און ער ענטפערט "האסט אמאל געפרעגט דיין מגיד שיעור וואס קומט ארויס למעשה פון זיין שיעור?" למעשה איז אז דו פארשטייסט דער סוגיא ותו לא מידי. [דער נקודה האט ער געטוישט מיט די יארען ווען ער איז אריבער פארלערנען מסילת ישרים פאר די בחורים, מער אויף דעם שפעטער].
(למעשה די גאנצע קבלה זיינע פון הרב הוטנר איז א שטארקער דוגמא אויף די כלאים'דיגקייט פון זיינע מקורות. ער איז בפירוש מעריך הרב הוטנר נאר פאר זיין אינטעלעקט און גאונות אין דרוש והגות, און בכלל נישט אלץ פערסאן, פון וואס ער איז בכלל נישט קיין חסיד).
מצד שני פארקויפט ער זיך ווי אן אמתער ראפשיצער רבי, איינער וואס איז עוסק נאר אין ייחודים וכו'. ער פירט טיש מיט אזא מין ערנסטקייט מאכט נאך דער סטוטשינער רב כאילו ער וויל זיין עם אליינס (ער איז גראדע גאנץ א שוואכע נאכמאכער), און טאנצט שעות ארוכות. (אגב, דער עבודה האט ער נישט מקבל געווען פון קיינער אויף וויפיל איך וייס, און וויפיל איך ווייס האט ער קיינמאלנישט גערעדט וואס ער טוט דארט אזויפיל שעות מיט פארמאכטע אויגן, דאס איז ביי מיר א שטיקל צ"ע אויף די גאנצע תביעה זיינער אז מזאל אויך מייחד זיין ייחודים וכו', אזנער איז זיך בכלל נישט מסביר אויף דעם געביט, איז וואס דארף איך פארשטיין?)
היוצא מזה איז ער תובע פון ווער עס וויל הערן זיך דערהייבען אינגאנצען, זיין א "בן עלייה", זיכען טיפער און העכער אין תורה, וכו'. דער פראבלעם מיט די דרשה איז אז עס איז אסאך וייניגער מוגדר ווי דער פריערדיגע. אבער באופן כללי איז איינער פון די צענטראלער מאטיווען פון זיינע דרשות מזאל נישט זיין קיין מסתפק במועט אין תורה ועבודה און כסדר זיין א "הולך", זוכען מער, העכער, און טיפער. א זאך וואס ער זעהט זיך ווי איינער וואס איז דאס מקיים אין זיין לעבן און איז אין כמה בחינות ריכטיג. דער פראבלעם איז נאר אז ע"פ רוב וייסט קיינער נישט פון וואס ער רעדט. אויב ער איז תובע מעמיק זיין אין לימוד החסידות, איז נאך דא עטליכע בעלי כשרונות וואס וועלען פאלגען און אדורכלערנען ליקוטי תורה און בשעה שהקדימו, מהר"ל און פחד יצחק. אבער אז ער איז תובע מייחד זיין ייחודים, נו וואס דארף מען טוהן צו דעם? לעולם זענען דא מסתמא א מיעוט וואס נעמען דאס ערנסט, בד"כ נישט די זעלבע וואס פארשטייען.. אבער דא איז זייער גרינג חושד זיין אין דמיונות וכו' וה' הטוב יכפר.
א חלק פון דעם איז אויך וואס ער איז תובע לערנען קבלה, און אין דעם איז אויך דא א סתירה ווייל ווען זיינס א יונגערמאן פרעגט עם צו ער זאל לערנען איז בד"כ די תשובה ניין. ווי ר' מארנצנזאפט האט שוין פארציילט איז רוב פון זיין שיעור קבלה נישט זיינע מענטשען. ווי אויך שטעלט ער עטליכע תנאים פארן לערנען ,עכ"פ אין טעאריע, וואס זענען לכאורה אביסעלע מוגזם.
אחוץ דאס אלעס איז ער א מגיד און א בעל דרשן, איך בין שטארק חושד אז דאס איז פשוט א געוויסער כניעה מצדו צו דער מצב הדור, אדער בעסער געזאגט די כבוד און פאפולעריטי פון די סארט דרשות זיינע האבען עם גענויגט פון זיינע פרינציפען וועגן די מעלה פון טיפע חסידות וכו' און משכנע געווען אז ממעג אויך רעדן שטותים.. אין די דרשות קען ער האקען אויף אלעס און אלעמען, ווי אויך רעדן און נעמן א שטעלונג אויף נושאים וואס ער פארשטייט אין זיי בכלל נישט, כמנהג גוברין יהודאין, און אלטס מיט אזא פעסטקייט און זיכערקייט, הגם ער טוט דאס אביסעל מער אינטעלעגענטיש ווי דער דורכשניטליכער מגיד.
דאס וואס ער האקט אויף רביס, הגם אן א נאמען, איז א געוואלדיגע טובה פאר'ן דור, הגם איך מיין אז ער האט שוין געכאפט אז ער האט נישט בעצם קיין אלטערנעטיוו, און נישט יעדער דארף זיך מצטרף זיין צו די איין אינציגסטע אמתער חסידות תולדות יהודה דסטיטטשין. אבער דאך דאס וואס סאיז דא איין מענטש וואס זאגט ברבים דאס וואס אלע טראכטען איז א שטיקל נחמה, און ער עפנט די אויגן פאר אסאך וואוילע בחורים און יונגעלייט..
שוין, גענוג. א גוטע נאכט.

- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
ראו מה בין מאראנצןזאפט ללעיקוואד......
מאראנץןזאפט שטייגסט איבער דיר אליין..אזוי הערליך אראפגעלייגט ר׳ מיילעך און ר׳ מאטל און נאך מיט א היבש שטיקל אביעקטיווקייט וואס איז צום באוואונדערן...
און לעיקוואד, פונקטליך וואס איר ווילט האביך נישט ארויס אבער אויב אין דיינע פיליסופיה ביזטו נאר אזוי קראנט ווי דא, ווייסעך נישט וואס צו טון מיט דיר. זיין אפען איז נישט קיין סתירה מיט באטראכטן א זאך ווי עס איז, אפגעזעהן צו מען גייט דערפאר. פאקטן זענען נישט אפען פאר קיינע דעבאטעס, טעאריע איז!

- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
שלמה הלברנץ פון לב טהור
אליעזר ברלנד פון שובו בנים (באלאנגט צווישן די ברסלב'ער משפיעים)
מתמידים (געדענק שוין נישט די נאמען פון זייער מנהיג)
אצינד דארף מען אויך נעמען אין באטראכט, אז עס זענען דא רבי'ס וואס האבן בעצם איבערגענומען חסידות'ער, אבער וואס זענען זיי נעבעך שולדיג? - זיי פירן דאס ממש אויף אן אייגנארטיגע נוסח, מיט א טעם פון זיך אליין, און ציען ציה פיל פרעמדע, א שטייגער ווי ביידע סלו(א)נימע רבי'ס בדורינו, וואס ציען ביידע פרישע מענטשן פון די גאס, און ביידע זענען משפיעים אויף זייער וועג, און שטארק כאראזמיטיש.
אליעזר ברלנד פון שובו בנים (באלאנגט צווישן די ברסלב'ער משפיעים)
מתמידים (געדענק שוין נישט די נאמען פון זייער מנהיג)
אצינד דארף מען אויך נעמען אין באטראכט, אז עס זענען דא רבי'ס וואס האבן בעצם איבערגענומען חסידות'ער, אבער וואס זענען זיי נעבעך שולדיג? - זיי פירן דאס ממש אויף אן אייגנארטיגע נוסח, מיט א טעם פון זיך אליין, און ציען ציה פיל פרעמדע, א שטייגער ווי ביידע סלו(א)נימע רבי'ס בדורינו, וואס ציען ביידע פרישע מענטשן פון די גאס, און ביידע זענען משפיעים אויף זייער וועג, און שטארק כאראזמיטיש.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
לעמאן דזשוס האט געשריבן:ראו מה בין מאראנצןזאפט ללעיקוואד......
מאראנץןזאפט שטייגסט איבער דיר אליין..אזוי הערליך אראפגעלייגט ר׳ מיילעך און ר׳ מאטל און נאך מיט א היבש שטיקל אביעקטיווקייט וואס איז צום באוואונדערן...
און לעיקוואד, פונקטליך וואס איר ווילט האביך נישט ארויס אבער אויב אין דיינע פיליסופיה ביזטו נאר אזוי קראנט ווי דא, ווייסעך נישט וואס צו טון מיט דיר. זיין אפען איז נישט קיין סתירה מיט באטראכטן א זאך ווי עס איז, אפגעזעהן צו מען גייט דערפאר. פאקטן זענען נישט אפען פאר קיינע דעבאטעס, טעאריע איז!
אפשר ביסטו מסביר דיינע טענות אויף וואס איך האב געשריבען? וועלכע פאקטן האלטסטו איך האב נישט קראנט איבערגעגעבן?
ווילען וויל איך דא גארנישט אויזער צולייגען אפאר, אפשר ביקורתדיגער, נקודות אויף די דערמאנטער פערזאנען, פון מיין קוק ווינקל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום לעיקוואד, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~