נטורי קרתא מיטגליד: אידן מחוייב צו לייקענען האלאקאסט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רוזעוולט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 03, 2013 7:42 am
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

נטורי קרתא מיטגליד: אידן מחוייב צו לייקענען האלאקאסט

שליחה דורך רוזעוולט »

שבת אינדערפרי זיץ איך מיר אין בית המדרש געמיטליך, טרינק איך מיר א קאווע, אינמיטן הער איך קולות פון פאליש, א נטורי קרתא מיטגליד האט זיך געטענה'ט און ארומגעאמפערט שרייענדיג אידן זענען מחוייב צו לייקענען דעם האלאקאסט, בעיסנ'דיג אויף א משנה אין אין דורשין אז מ'טאר נישט דרשענען אין ענינים וואס שטיצט כפירה, אשר על כן איז מען מחויב צו לייקענען דעם האלאקאסט. נא, וואס זאגט איר צו דעם?
פאר גוגל טאלק, roosevalt13 @ gmail ,פאר קאווע שטיבל cnectd גרופ אפלייט צו פין #1a188fg
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך ווארט שוין לאנג אויף אזא איינעם דא אינעם שטיבל ספעציעל אין מיינע מיטל מזרח ארטיקלן.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

אידן זענען מחיוב צו לייקענען די האלוקאסט, די גזירת ת"ח ת"ת, און פארוואס נישט די חורבן בית שני? זייט ווען האבן מיר געליטן? ס'טייטשט מיר גייען אויסניצען אונזער געליטענקייט פון די רומים ביי די אומה"ע?! רח"ל!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

און וואס מיינט לייקענען; זאגן אזוי פאר די גוים? פאר אידן? זיך אליינס איינרעדן.
עד מתי תאהבין ריק - וכסילים מתי תשכילו.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

שליחה דורך איציק »

"נישט דרשענען אין ענינים וואס שטיצט כפירה" איז דען טייטש פארלייקענען פאקטן?
נו שוין, א קשיא אויף א נטו"ק אויבערחכם.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

און אויב נטורי קרתא זאגט דאס, האט מען טענות.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

דו האסט געלייענט די ארטיקל אויך, אדער נאר די העדליין?
די העדליין איז אביסל מיסלידינג, וואס ער טענה'ט איז אז די האלאקאוסט זאל מען נישט נוצן אלס די איינציגסטע סיבה פארוואס אידן זענען בארעכטיגט צו א לאנד, נאר ווייל דאס אידישע פאלק איז בארעגטיגט דערצו אפילו אן די האלאקאוסט.

אויב א נטורי קרתא'ניק וועט אזוי זאגן וועל איך בכלל נישט האבן קיין טענות אויף עם.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

איך ווייס נישט פונקליך וואס דער נטורי קרתא'ניק האט געזאגט( אויב ער האט עפעס געזאגט) אבער איך מיין אז איך פארשטיי א ביסל די שיטה פון די נטירי קרתא,

דוד בן גורין ימ''ש איז געווען א כופר בעיקר, ער האט נישט געגלייבט קיין איין ווארט וואס עס שטייט און די הייליגער תורה, די זעלבע איז געווען חיים ווייצמאן ימ''ש, יצחק גרינבוים ימ''ש, און זאב זאשבטינסקי ימ''ש.

דאס אז ארץ ישראל באלאנגט פאר יודן, האט איין מקור: די תורה הק' "כי לך ולזרעך אתן את הארץ הזאת" און די זעלבע תורה הק שטייט אויך: ותקיא הארץ את יושביה, אז אויב מען וועט זיך נישט פירן וואו דער תורה הייסט, וועט מען פארלירן ארץ ישראל.

די אויבן דערמאנטע כופרים, האבן גענימען א פסוק און די תורה, און וואס זיי אליינס גלייבן נישט קיין ווארט וואס דארט שטייט, און אויף דעם ארויף האבן זיי ארויסגעווארפן די אראבער פון א לאנד וואס זיי וואוינען שוין דארט פאר יארן לאנג, און אויב גלייבן זיי יא און די תורה, נא? דער תורה זאגט דאך מפני חטאינו גלינו מארצנו? האבן די אויבן דערמאנטע כופרים אמאל תשיבה געטאן? האט דען איינער א מאל געכאפט בן גריונען לייגען ר''ת תפילן בצנעה?

נאר וואס דען א פאר אלטע לייצים און כופרים, האבן זיך פארגליסט און אזא מדינה'לע, האבן זיי געניצט די תורה און וואס זיי האבן נישט געגלייבט, צו פארפולען זייערע תאווה'לע:

איצט אזוי: די ציונים האבן באלאקירט יעדן סארט הצלה, וואס מען האט נאר געקענט טאן צו ראטעווען יודן, דער רשע סאלי מאיער פון די דשוינט, האט נישט געוואלט געבן קיין געלט פאר די נאציס, צו ראטעווען יודן, ער האט נאך אפי' באלאקירט די געלט פון די ערליכע עסקנים וואו ר' יצחק שטערנבוך, די מעשה מיט יואל בראנד, וואס איז געפארן און די שליחות פון די נאציס צו פארהאנדלען מיט די פירער פון די סוכנות, און די סוכנות האט אים געמאסערט פאר די בריטישע, און מען האט אים איינגעשפארט און טערקיי, אז ער זאל נישט קענען פארהאנדלן, דאס אלעס איז געווארן אויף געוויזן שווארץ אויף ווייס, דירוך דער אדוואקאט שמואל תמיר, ביי די קאסנער פראצעס און מדינות ישראל,

אלזא? איז דען פארהאן א גרעסערע לייצנות וואו דעם, אז דע זעלבע וואס האבן גשטערט די הצלה פון טויזענטער יודן, במעקיפין געשיקט דאס גאנצע אונגארישען אידענטום, פארברענט צו ווערן און אוישוויצער קאלעך אויבענעס, זאלן קימען און ניצן דעם שואה, צו רייטען אויף די געפילן פון די גויאישע וועלט?
באניצער אוואטאר
געוואלד געשריגן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:03 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך געוואלד געשריגן »

ציונים ימ״ש אבער נאציס נישט?...
רוזעוולט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 03, 2013 7:42 am
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך רוזעוולט »

אנטשולדיג קאך לעפל געוואלד געשריגן דער נטורי קרתאניק. האט אויך געזאגט אז מדארף לייקענען האלאקאסט וועגן פראפעגאנדע פאר ציונים נישט וועגן זיי(די ציונים )זענען שולדיג. ולא עוד וואלט'ן ווען בימי החורבן און ווען פושעי ישראל וואלט'ן גענוצט דעם חורבן פאר זייער פראפעגאנדע וואלט'ן חכמינו ז"ל געאסרט צו רעדן פון חורבן. גיי פארענטפער א משוגענעם...
פאר גוגל טאלק, roosevalt13 @ gmail ,פאר קאווע שטיבל cnectd גרופ אפלייט צו פין #1a188fg
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

קאך לעפל, צו האבן א טענה אויף ארץ ישראל דארפן זיי נישט קיין פסוק, ס'איז א היסטארישע פאקט אז דאס איז געווען א אידיש לאנד ביז פאר צוויי טויזענט יאר צוריק, און די אידן זענען געגאנגען קיין ישראל לעגאל, די ליגע אוו נעישענס, די בריטישע מאנדאט וואס האט געוועלטיגט אויפן לאנד (נישט די אראבער) און שפעטער די UN, האבן אלע אוועקגעגבן דאס לאנד פארן איד.

זענען זיי נישט געווען קיין ערליכע אידן, און ממילא?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

איך מיין אז דו האסט א שטיקל טעות,

קודם אלעס איז געווען געבויעט אויף הצעות באלפור: א בריטישער לארד האט ארויסגעגעבן א דעקלאראציע אז יודן האבן אן היסטאריש רעכט אויף ארץ ישראל, ווייל אזוי שטייט אין די בייבל, און די בריטשע אנערקענען דעם בייבל.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

נ'קען אנערקענען די בייבל די היסטארישע בוך, און נישט די בייבל די רעליגיעזע טעקסטבוך.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

געפילטע פיש האט געשריבן:קאך לעפל, צו האבן א טענה אויף ארץ ישראל דארפן זיי נישט קיין פסוק, ס'איז א היסטארישע פאקט אז דאס איז געווען א אידיש לאנד ביז פאר צוויי טויזענט יאר צוריק,
?


די טענה איז שוין אלט און אויסגעדראשן, די פראבלעם וואס די טענה האט איז אז פאר דעם האט דאס לאנד געהערט פאר כנען און די איבריגע פעלקער.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויב ביסטו א איד: ווייל אזוי שטייט אין די תורה
אויב ביסטו א קריסט: ווייל אזוי שטיין אינעם אלד טעסטימענט
אויב ביסטו א נטורי קרתא/אראבער: ווייל אזוי שטייט אינעם קוראן
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

רוזעוולט האט געשריבן:אנטשולדיג קאך לעפל געוואלד געשריגן דער נטורי קרתאניק. האט אויך געזאגט אז מדארף לייקענען האלאקאסט וועגן פראפעגאנדע פאר ציונים נישט וועגן זיי(די ציונים )זענען שולדיג. ולא עוד וואלט'ן ווען בימי החורבן און ווען פושעי ישראל וואלט'ן גענוצט דעם חורבן פאר זייער פראפעגאנדע וואלט'ן חכמינו ז"ל געאסרט צו רעדן פון חורבן. גיי פארענטפער א משוגענעם...


יאך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט, האסט געפענט א נייע ניק און אהער געשטעלט א אומקלארע שטרוי מאן, און יעצט...?

איך בין ווייט נישט קיין אנהעענגער פון נטו״ק, אבער דיין מהלך דא פון מאכען א פוינט וואס אז זאך וואס האסט אונטערגעהערט וואס איינער זאל האבן געזאגט איז נישט קיין מהלך, וופיל מען וועט נאר רעדן און מסביר זיין די נקודה, וועסטע אלץ האבן א ברירה צו קימען מיט א נייע תגובה אז דער נטו״ק האט אנדערש געזאגט.

פראביר צו גיין מיט דיין נקודה אויפן געהעריגען אופן נישט מיט קיין שטרוי מאן.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

דעת תורה האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:קאך לעפל, צו האבן א טענה אויף ארץ ישראל דארפן זיי נישט קיין פסוק, ס'איז א היסטארישע פאקט אז דאס איז געווען א אידיש לאנד ביז פאר צוויי טויזענט יאר צוריק,
?


די טענה איז שוין אלט און אויסגעדראשן, די פראבלעם וואס די טענה האט איז אז פאר דעם האט דאס לאנד געהערט פאר כנען און די איבריגע פעלקער.

נא, ווען כנען וועט קומען מאנען זיין לאנד וועל איך זיך ספראווען מיט עם, ביז דערווייל איז ער נאך נישט געקומען.

אבער ערענסט גערעדט, ממה נפשך, גייסטו לויט ווער ס'האט עס געהאט פריער? דאן האבן די פאלעסטינער נישט קיין טענה דערויף, גייסטו נאר ווער ס'האט עס יעצט? האבן זיי ווידער נישט קיין טענה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אבער אויף צו זיין "סעלף העיטינג" דזשוס? איז עס גענוג גוט. און דער חלק פון לייקענען דעם האלאקאוסט (איראן קאנפערענס יוכיח) שטעלט זייער גאנצן אידישן אפשטאם אין ספק.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

צריך עיון. קויפמאן מיט יעקב יוסף ז"ל ?????
קרעדיט: בעולמם של חרדים
Under influence
באניצער אוואטאר
היימישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:26 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך היימישער »

נישט יעדע משיגער איז א נטורי קרתא'ניק
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

און נישט יעדער משוגענערס נפיחה ראוי לעלות על שולחן ק"ש.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ממי_שאמרו האט געשריבן:אויב ביסטו א איד: ווייל אזוי שטייט אין די תורה
אויב ביסטו א קריסט: ווייל אזוי שטיין אינעם אלד טעסטימענט
אויב ביסטו א נטורי קרתא/אראבער: ווייל אזוי שטייט אינעם קוראן

אביסל מער אויסקלארען די נושא.
בעצם זאגסטו א שטארקע נקודה אז א איד וואס גייט צו די אראבער איז א אראבער, אין אזוי דארפען מיר עם אנקוקען וי א בוגד אין א געגטויפטער צו איסלאם!
פונקט וי ביי די אראבער איז נישט שייך קיין מיטעל וועג אין אויב וועט איינער זאגען א דיעה בעד מדינת ישראל איז אחת דינו, ודינו ככל דיני הבוגדים באומתם כן הדבר הזה, אז די וואס גייען צו די אראבער אראפנעמען די 'שרעקליכע חרון אף' זאל מען אנקוקען וי בוגדים און דעם גאנצען אידישען פאלק אפגעזעהן וי הייליג זייער ציהל איז אפילו נאר 'לשיטתם'.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

דעת תורה האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:קאך לעפל, צו האבן א טענה אויף ארץ ישראל דארפן זיי נישט קיין פסוק, ס'איז א היסטארישע פאקט אז דאס איז געווען א אידיש לאנד ביז פאר צוויי טויזענט יאר צוריק,
?


די טענה איז שוין אלט און אויסגעדראשן, די פראבלעם וואס די טענה האט איז אז פאר דעם האט דאס לאנד געהערט פאר כנען און די איבריגע פעלקער.


קוק אין די ערשטע רש"י פ' בראשית, הוא בראה והוא נתנה לנו
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
פארשפארט