אידיש וויקיפעדיע דערגרייכט 10,000 ארטיקלן!

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4731 מאל

אידיש וויקיפעדיע דערגרייכט 10,000 ארטיקלן!

שליחה דורך יידל »

דער וועלטס גרעסטער און מערסט-באנוצטער אנציקלאפעדיע, "וויקיפעדיע", האט היינט דערגרייכט א סך הכל פון צען טויזנט ארטיקלן אין אידיש. דער צען טויזענטסטער ארטיקל איז איבער דער 'פילם' "הצלה - 2012" וועלכע איז געשריבן געווארן דורכן באניצער "ששון" (הלא הוא מנשה לוסטיג). די 999'סטע ארטיקל איז אויך געשריבן געווארן דורך מנשה און איז איבער זיין בוך "זאל זיין געלעבט". עס איז קאמיש אז ביים צען טויזענטסטער ארטיקל ליידט נאך אלץ דער וויקיפעדיע פון די זעלבע פראבלעם וואס עס האט געליטן פונעם ערשטן טאג, נעמליך אז עס איז נישטא קיין געהעריגער איבערזיכט, און אנדערש ווי די ענגלישע וויקיפעדיע ווי אביעקטיוויטעט איז איינע פון די וויכסטיגסטע חלקים פון אן ארטיקל, איז אין די אידישע וויקיפעדיע כמעט נישט פארהאן דער מושג. (קוקט נאר וויפיל סופערלאטיוון די ארטיקל אויף "זאל זיין געלעבט" פארמאגט).

אבער כאטש די אלע קריטיק איז די אידישע וויקיפעדיע גאנץ ווארשיינליך די גרעסטע אידיש אנציקלאפעדיע אין די היסטאריע. וויקיפעדיע איז געגרינדעט געווארן אין יאנואר 15, 2001 אין ענגליש. אין א קורצע צייט האט די סייט אנגעהויבן וואקסן און יערן און קוים 3 און א האלב יאר שפעטער, אין מארץ 13, 2004, כ' אדר תשס"א איז געגרינדעט געווארן די אידישע אפטיילונג פון וויקיפעדיע. אין נאוועמעבער 28 פון יענעם יאר איז דער ערשטער ארטיקל געשריבן געווארן.
לויט וויקימעדיע סטאטיסטיקס האט די אידישע וויקיפעדיע אן עווערעדזש פון 1,100 פעידזש וויוס פער שעה, און 792,192 פעידזש וויוס פער חודש. אין קאנטראסט, קאווע שטיבל האט אן עווערעדזש פון בערך 1000 באזוכער א טאג. (מ'דארף נעמען אין אכט אז באזוכער איז בכלל נישט גלייך צו פעידזש וויוס, וויבאלד איין באזוכער באזוכט געווענליך מער ווי איין פעידזש, אבער דאס איז די איינציגסטע סטאטיסטיק וואס קאווע שטיבל שטעלט ארויס).
למעשה, איז די אידישע וויקיפעדיע גאנץ קליין אין פארגלייך צו אנדערע שפראכן. ווען מען שטעלט אויס אלע שפראכן אין וועלכע ס'דא וויקיפעדיע, איז אידיש די 118'טע. אין פארגלייך, ענגליש מיט איבער 4 מיליאן ארטיקל איז אויף די ערשטע פלאץ, און עברית מיט איבער 143 טויזענט ארטיקלען איז אויף די 37'סטע פלאץ. די קלענסטע אקטיווע וויקיפעדיע איז אין די קאושא שפראך, און פארמאגט קוים 145 ארטיקלן איז אויף די 275'סטע פלאץ.

אין אן ארטיקל אין אידישען פארווערטס פון אקטאבער 27, 2006 שרייבט דר. שלום בערגער איבערן אידישן וויקיפעדיע. לויט דר. בערגער, איז דער ערשטער ארטיקל אין אידיש וויקיפעדיע געווען אויף צעטיל קטן. בערגער'ס ארטיקל איז געשריבן געווארן אין 2006. לויט ווי ער שרייבט אין זיין ארטיקל, איז דער ערך אויף צעטיל קטן באשטאנען פון דעם פאלגענדעם זאץ: "צעטיל קטן איז אן אויפפירינגס צעטל געשריבן געווארען דורך ר' אלימלך פון ליזענסק." עס איז איז שוין באלד 7 יאר נאך בערגער האט געשריבן זיין ארטיקל און 9 יאר זייט אידיש וויקיפעדיע שטייט, און דער בלאט באשטייט נאך אלץ פון די זעלבע 13 ווערטער. עס איז אינטערעסאנט וויאזוי אזויפיל פרטים איבער דעם וויקיפעדיע וואס בערגער שרייבט זענען שוין נישט נוגע, אבער וויאזוי דאס כלליות'דיגע אפשאצונג פון בערגער איז נאך אלץ גילטיג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יידל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר