דאס חרדי'שער אידנטום איז צושוידערט מיט די לעצטערע פאסירונגען וואס ליידער יד ישראל באמצע אדער גאר אינגאנצן שולדיג דערין, און מען וועט זיכער הערן דרשות אינעם נאנטן זומער איבער די וויכטיגקייט פון היטן דאס געזעץ פון לאנד, און אז מען זאל ארויסשניידן די געוואוינהייט פון שווינדלעריי וואס איז איינגעגעסן אין אונזער לעבן, און אז אמעריקע איז שוין היינט נישט דאס גאלדן לאנד ווי אמאל נאכן קריג ווען מען האט זיך אהערגעצויגן און אונזער בלוט איז נאך געליגן אין שמוגעלעריי און באשווינדלען די רעגירונג, און מען האט געלעבט מיט א צאל סאשל סעקיוריטי קארטלעך.
צייטן האבן זיך געביטן און די רעגירונג איז פיל פיל פאראויס געגאנגען און מיט די פארשריט איז געווארן אלס שווערער אויסצונארן די באהערדע. פארשטייט זיך אז לעכער זענען תמיד דא, און מענטשן מיט קרומע קעפ וועלן דאס אלץ אויפטרעפן און דאס אויסנוצן אנצופילן די טאשן און די בענק, און פארשטייט זיך אויך אריינפיטערן צו די מוסדות אביסעלע און דערמיט זיך בארואיגן דאס געוויסן, אויב ס'נאך דא.
דערנאך, ווען די צייט וועט קומען און די רעגירונג וועט אנקלאפן אין זייערע טירן און זיי אריינשלעפן אין די פינסטערע שמוציגע צעלן, וועט מען אויסרייסן די טירן פון אחינו בני ישראל וואס מיט זייער אומענדליכע אהבת ישראל וועלן אויסליידיגן די קעשענעס ארויסצוהעלפן די אידן וואס האבן געלעבט זארגלאז און געטון אומווערדיגע מעשים.
אוודאי איז וויכטיג און א מצוה גדולה צו העלפן יעדן איד באשר הוא שם, און מען דארף אנווענדן כל טצדקי ארויסצונעמען א איד פון זיצן אפילו נאר איין טאג פון תפיסה און מען דארף דערפאר אפילו מחלל שבת זיין, אבער דאס געט נישט קיין רעכט פאר קיינעם צו טון וואס ער וויל און וואס זיינע קרומע מחשבות פירן אים און בעת ער טוט זיינע מיאוסע מעשים וואס אחוץ פון גניבה וואס איז אן אומרעכט פאר זיך, טראגט ער אויף זיינע פלייצעס אויך דאס פארשעמונג פון כלל ישראל בכלל און חרדי'שע אידן בפרט.
אחוץ פון דאס מיאוס'קייט וואס ווען אזא פרשה וואס ווערט גע'באסט ברענגט פאר חרדים לדבר ה', אויך פאר די וואס האבן קיינמאל נישט געקלערט פון באראבעווען די רעגירונג, און נישט גע'דמיונ'ט פון באשווינדלען אינשורענס קאמפאניס, איז דא א באזונדערע גניבה פון אויסליידיגן די מאגערע באנק קאנטעס פון אידן וואס וואלטן נישט געקלערט פון אזעלכע אומווערדיגקייטן, און עס איז נישט מער ווי יושר אז בעת'ן רויבעריי זאל מען אויך דאס נעמען אין באטראכט.
געריבענע עסקנים זענען זיך יעצט צוזאמגעקומען און מטכס עצה געווען כדת מה לעשות וואס קען מען טון אביסל צו לינדערן דעם פראבלעם וואס זעט אויס איז שווער ארויסצורייסן פון טייל פונעם ציבור (א באזונדערע קאמיטע איז אויפגענומען געווארן צו אדרעסירן דעם פלאקערדיגן פראבלעם פון זיין אנגעהאנגען אין רעגירונגס פראגראמען, וואס טייל ווייזן אן אז דאס איז איינע פון די וועגן וואס נארן אריין דעם ציבור צו מיינען אז די רעגירונג איז אונז עפעס שולדיג. בקרוב וועט מען מעלדן די אנטוויקלונגען אין דעם נושא) און איינער א קלוגער עסקן האט זיך אויפגעשטעלט, גענומען דאס ווארט,און געזאגט א וואזשנעם פלאן וואס האט אנגענומען מאמענטום.
דער פלאן לויטעט אויפצושטעלן א פאנד פאר די וואס קלערן און האבן מחשבות פון באגיין עוולות קעגן געזעץ זאלן דערין אריינצאלן לויט דעם פארברעך וואס ווערט באגאנגען, און נאר די וואס וועלן אריינצאלן, וועלן שפעטער קענען באקומען פונעם פאנד. עס איז נישט מער ווי יושר אז ווען זיי האבן זיך מחיה געווען און געשארט גאלד זאלן זיי אויך אינזין האבן די אידעלעך וואס וועלן שפעטער אויסגעבן די שווערע געלטער פאר לויערס זיי ארויסצורייסן פון תפיסה וואו זיי וועלן עווענטועל אנקומען.
די פלענער וויפיל די פרימיומ'ס וועלן זיין זענען נאכנישט באשטימט געווארן, און ווי אויך וויפיל עס וועט ארויפגעלייגט ווערן פאר פשוטע גניבה אדער פראוד האט ער דאך מנדב געווען פאר די מוסדות און אויפגעשטעלן שיינע בנינים מיט די גניבה, האט ער דאך שוין אריינגעצאלט א חלק, אבער די רעיפערס און מאלעסטערס וועלן זיכער מוזן צאלן גרעסערע סכומים. די זענען היי ריסק און מען קען זיך נישט אזוי ערלויבן צו טון וואס מען וויל און הנאה האבן אויפן חשבון פון כלל ישראל. מען מוז אריינצאלן אינעם פאנד.
דער המשך ווי אזוי דער פאנד וועט פארטיילט ווערן און וואס מען וועט טון דערמיט ביזן טאג פונעם ארעסט (וואס וועט גאנץ זיכער קומען), ווי אויך וואס מען וועט טון מיט דאס געלט וואס די בר מזל וואס מען קען אויף זיי נישט לייגן קיין האנט צאלן כסדר אריין, און אויך די ספעציעלע הנחות פאר 'ריפיעט אפענדערס', וועט געמאלדן ווערן אין א שפעטערע באריכט.
פדיון שבויים אינשורענס פאנד
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
טאקע א וואזשנעם איינפאל! אונזער חתן דנן וועט שוין האבן נאך א פירמע צו באשווינדלען, אויף עפעס א וועג וועט מען קויפן א פאליסי כדוגמת א.ק. און פארקויפן מיט רווחים, בפרט אז דער פארזיכטער איז א ערפאנער שווינדלער וואס דעמאלטס וועט זיין פאליסי לכאורה זיין ווערט גרויס געלט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- למדן
- היימישער באניצער
- הודעות: 507
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 128 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל
וויאזוי וואלט אוסגעזעהן א לייף אינשורענס קאמפאני וואס נאר מענטשן וואס שטארבן (פאר די קאמפאני מאכט צוריק זייער געלט) אויסגעזעהן?
וויאזוי וואלט א העלט אינשורענס וואס נאר מענטשן וואס האבן קינדער איינס נאך די אנדערע צאלן אריין אויסגעזעהן?
בערך אזוי דארף אויסזעהן א פדיון שבויים פאנד וואס (כ' ווייס נישט פונקטליך וויאזוי דו ווילסט עס מסביר זיין) וועלן אריינצאהלן אין דעם...
וויאזוי וואלט א העלט אינשורענס וואס נאר מענטשן וואס האבן קינדער איינס נאך די אנדערע צאלן אריין אויסגעזעהן?
בערך אזוי דארף אויסזעהן א פדיון שבויים פאנד וואס (כ' ווייס נישט פונקטליך וויאזוי דו ווילסט עס מסביר זיין) וועלן אריינצאהלן אין דעם...